פרעזידענט טראמפ - טעגליכע נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שמאטע האט געשריבן:תמצית:
בנוגע די "נעשאנעל סעקיורעטי קאונסיל סטראקטשער" זענעל אלע דריי (כמעט) אייניג.
מיט די איינע אויסנאם אז "אבאמא" האט ארויפגעריקט זיין טשיף אוף סטעף צו די זעלבע לעוועל ווי די גענעראלען אלס א "פערמאנענט" מעמבער אויף די NSC, און טראמפ האט אים צוריק "אראפגעריקט" צו בלויז א "אינווייטעט" מעמבער, און צעגעלייגט די טשיף סטרעטעגיסט - א נייע פאזיציע וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאכט, וואס דינט ווי דער טשיף אוף סטעף - און אויך נאר אלס א "אינווייטעט" מעמבער.

....

נאר היות טראמפ האט צוגעלייגט א גענצליך נייע פאזישען פון "טשיף סטרעטעגיסט" צי די קאבינעט, האט ער צוגעלייגט די טשיף סטרעטעגיסט צום PC אלס "פערמאנענט" מעמבער פונקט ווי דער "טשיף אוף סטעף".

עני "שטורעם"?

ערשט יעצט אנגעקומען צו ליינען די תגובה נאכן עס אוועקלייגן פאר א קלארע מינוט...

דאס אז עס איז א נייע פאזיציע מאכט עס ווייניגער פרעצעדענטלאז?!

איר זענט גערעכט בנוגע די אינטעלידזשענס אז עס איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער אבער בנוגע בענען איז עס דורך געבראכן א אלטע גדר

עס איז נאך קיינמאל נישט געזיצן אויף די קאמיטע א פאליטישע ראטגעבער אפגערעדט פון בוש וואס האט בכלל נישט געלאזט קארל ראוו אריין קומען און אפי' אבאמא וואס האט יא געציילטע מאל געלאזט עקסעלראד אריין קומען איז ער בלויז געוועהן א אבזערווירער אבער ער איז נישט געווען א מיטגליד אינעם קאמיטע

אזא זאך איז נישט קליג. פאליטישע חשבונות האבן נישט וואס אריין צו רעדן אין קאלטע מיטונגען בנוגע סעקיוריטי

___

ליינענדיג יעצט זעה איך אז אנדערע האבן דאס שוין געזאגט און דאס אז עס איז נישט "נאר" פאליטישע חשבונות איז נישט קיין תי'
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום מיטוואך פעברואר 01, 2017 9:16 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

וואס הייסט "ס'איז קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז א פאליטישע ראטגעבער זאל זיין אויף די קאמיטי"?
איז נישט דער "טשיף אוף סטעף א "פאליטישע" ראטגעבער?!, און אלע פרעזידענטען האבן געהאלטן דעם טשיף אוף סטעף אויף דיי NSC/PC. סטיוו בענאנס דשאב איז א קאפי פונעם טשיף אוף סטעף'ס דשאב.

יעדע קאמיטי אין וועלכען דער טשיף אוף סטעף איז אינוואלווד, איז דער טשיף סטרעטעגיסט אויך אינוואלווד.

דאס אז ס'איז א נייע דשאב מאכט אז מען זאל קענען שרייען "וואלף"... ס'מאכט עס אבער נישט פרעצעדענטלאז אויב האלט מען אין קאנטעקסט וואס די פאזישען איז, צו עדווייזען דעם פרעזידענט אויף די זעלבע לעוועל ווי דער טשיף אויף סטעף.

און אז דו ווילסט רעדן פרעצעדענטלאז, גיב נאר א קוק ווער עס האט געלייגט זיין פאליטישע "טשיף אוף סטעף" אלס א פערמאנענט מעמבער פון די NSC (אפשר אבאמא??...).

בוש האט שוין געלייגט זיין טשיף אוף סטעף אלס מעמבער פון די PC, אבאמא האט געהאט זיין טשיף אוף סטעף אלס מעמבער פון ד PC (און פון די NSC!),. און טראמפ האט זיין טשיף אוף סטעף, ושני 'בדומה לו' דעם טשיף סטרעטעגיסט אלס מעמבער פון די PC. גארנישט ספעציעל.

און דאס אז ער הייסט "סטרעטעגיסט" (פשוט וועגען מען קען נישט מאכן 'טשיף אוף סטעף 2...) מאכט אים נישט מער פאליטיקעל ווי סיי ווער פונעם פרעזידענט "ווייט האוז עדווייזערס".

דו קקענסט טענה'ן אז "דו" זעהסט סטיוו בענען אלס א קריאוזע פאליטישער מויל מאכער (וואטעווער) און אזא איינער האלטסטו קומט נישט אויף א קאמיטי. כ'הער, אין הכי נמי אז דאס זענען זיינע 'קרעדענשילס', אבער איי געס אז דער פרעזידענט האט אים גענומען צו זיין א קאמפאטישען (ששש!...) צום טשיף אוף סטעף.

(אגב, דאס אז ס'איז א נייע פאזישען מאכט אז מען זאל נישט קענען זאגן 'מען האט עס קקיינמאל נישט געטוען!'.... #היתר כרוך, #אריגינעליסט :wink: )
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

וואס הייסט אויף די זעלבע לעוויל? עס איז דא איין טשיף אוו סטעף נישט צוויי ער איז נישט טראמפ'ס גבאי

און דאס איז שוין חוץ וואס זיין טיטל איז אויך "סיניער קאנסעל" ער זיצט אין עקסעלראדס אפיס און יעדער ווייסט אז זיין דשאבס איז נישט צו מאכן פאון קאלס און ארגענאזירן מיטונגען

און דאס וואס אבאמא האט געלייגט די טשיף אוו סטעף איז בכלל נישט די זעלבע זאך, די אישו דא איז אז ער איז א פאליטישע ראטגעבער און דאס איז די סכנה, עס האט נישט מיט די ערשטע מאל, עס ווענדט זיך וועם ער שטעלט
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

אין פראקטיק איז דער טשיף אוף סטעף סיי דעם פרעזידענטס גבאי און סיי זיין פאליטישער ססטראטעגיסט! ס'איז היינו הך!

טראמפ האט עס צוטיילט פאר צוויי חברה כדאי גרינגער מאכן די ארבייט (סטרימליינינג), און דערפאר האבן ביידע די זעלבע מאס אטארעטי.

ער האט נישט "ערפינדען" א נייע סארט ראטגעבער. נאר ער האט גענומען האלבע ארבייט פונעם טשיף אוף סטעף און דעזיגנעטעט די ארבייט אויפן סטרעטעגיסט בעיקר.

סאו, אז דער טשיף אוף סטעף האט אייביג אויסגעפעלט ביי די מיטינגען איז דער סטרעטעגיסט נאך פונקט אזוי אין פלאץ דארט.

(אלא ווואס דען? דא האט מען א פראבלעם מיט דעם פארשוין "סטיוו בענאן" און זיין פריוואטע קרידענשעלס.....)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

אקעי יעצט טענהן מיר זיך שוין אויפן מציאות...

טשיף אוו סטעף איז פאר טעגליכע אפעראציעס אינעם ווייסן הויז ער איז נישט קיין ראטגעבער און ער מאכט נישט קיין סטראטעגיע

קיינער ווייסט נישט פונקטליך וואס סטיוו בענען'ס דשאבס איז אבער אזויפיל ווייסט מען אז ער איז נישט קיין טשיף אוו סטעף ער איז א הויפט, אויב נישט "דער" הויפט ראטגעבער אזוי ווי זיין צווייטע טיטל זאגט "סיניער קאנסיל"
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

וואס איז די מעשה מיט טראמפס טעלעפאן קאל צום פריים מיניסטער פון אוסטראליע? איז נישט אוסטראליע א נאנטער פריינט מיט אמעריקע?
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

ווי אנדערע האבן שוין געשריבן, ווער עס ווייסט אביסל טשיף אוו סטעף און טשיף סטראטעגיסט זענען הימל און ערד. און אבאמא און בוש האבן אויך געהאט א טשיף סטראטעגיסט. דאס מיינט גארנישט. טשיף אוו סטעף איז דער פאקטישער גבאי פונעם פרעזידענט, ער איז זיין ידא אריכתא בפועל אויסצופירן אלעס. אבער ער האט לאו דוקא א מיינונג. ער רעדט פארשטייט זיך אריין איבעראל, און ברענגט אויף אנדערע פוינטס אוו וויו, אבער זיין "טשיף" דזשאב איז צו טון וואס דער פרעזידענט הייסט.

א טשיף אוו סטעף האט די זעלבע סעקיורעטי קליערענס ווי דער פרעזידענט (די העכסטע), און ער איז אויטאראזירט - עכ"פ אין די מאווי'ס... - צו פאררופן קאבינעט מיטינגען אפילו ארויסצושטויסן דעם אמטירנדן פרעזידענט (אונטער ארטיקל 25). אוודאי זיצט ער צוזאמען מיטן פרעזידענט אין סיטואציע צימער על על צרה שלא תבוא. ער איז איינס מיטן פרעזידענט.

א פאליטיקל סטראטעגיסט איז בלויז דאס, א פאליטיקל סטראטעגיסט. ער באנעמט זיך מיט די פאליטישע ציווילע אספעקטן פון פירן דאס לאנד. און יעדער בר דעת פארשטייט אז אזא איינער האט נישט וואס צו זוכן - און אריין רעדן - אין לעבן און טויט באשלוסן. זיין זשאב איז צו אדווייזן דעם פרעזידענט פון א פאליטישע פוינט אוו וויו, א זאך וואס טאר בכלל נישט אריין רעדן אין סעקיורעטי אישו'ס. א פרעזידענט וואס האלט זיך צוריק פון / נעמט אן געוויסע שריט צוליב פאליטישע סיבות, ווען עס קומט צו באשטעטיגן אדער אפווארפן מיליטערישע אקציעס א.א.וו. איז די גרעסטע מעילה בשליחות וואס נאר מעגליך. אוודאי, א מענטש איז נאר א בשר ודם, אבער אמווייניגסטנס פרובירט מען דאס צו טון.

פארשטייט זיך אז בענאן'ס ציל זיך צו שטעלן דארט - אויסער זיינע פאקטישע אמביציעס צו ברענגען זיין פאליטישע עקספערטיז (אז איסלאם איז נישט פיס) צום טיש, און דאס זאל שעיפן נעשאנעל סעקיורעטי באשלוסן וויל ער אויך - טאקע דאס, אונטער צו ברענגען סיי וועלכע טראסט דער פאבליק האט נאר אין גאווערמענט. כלשונו הטהור: "דיסראפט די פיילארס אוו גאווערמענט". און מיט טראמפ אין ווייסן הויז קומט עס אים גוט צונוץ צו טון דארט ווי ביים טאטן אין וויינגארטן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

קודם בין איך בארואיגט אז מען האט נישט אראפגעווארפען די דירעקטער אויף CIA, און די CJCS אזוי ווי עס איז געווען פאלש באריכטעט
יעצט וועמען עס שטערט אז מען האט ארויפגעלייגט בענאן איז %100 וועגען ער האט א פראבלעם מיט בענאן אליינס און נישט וועגען עפעס אנדערש
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

ווער עס ווייסט אביסל איבער בענאן ווייסט צו זאגן אז ער איז א זעלטן קלוגער און געריבענע פארשוין אפגעזעהן וואס זיינע פריוואטע אמביציעס זענען, בנוסף האט ער געדינט אין די מיליטער, ער איז באהאווענט זייער גוט מיטן געזעץ און מיט יעדע פאליטישע מאורע
ע״כ האלט טראמפ אז זיין אנוועזענהייט ביים טיש וועט צוגעבן קאליר און לעבן צו דעבאטירן באשלוסן, למשל אויב מאכט זיך א ריס מיט איראן קען ער אויפקומען מיט א מהלך וויאזוי מזאל זיך אומגיין דערמיט, אין אנדערע ווערטער טיילמאל דארף מען טראכטן אויסער די מיליטערישע שריט באקס
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:קודם בין איך בארואיגט אז מען האט נישט אראפגעווארפען די דירעקטער אויף CIA, און די CJCS אזוי ווי עס איז געווען פאלש באריכטעט
יעצט וועמען עס שטערט אז מען האט ארויפגעלייגט בענאן איז %100 וועגען ער האט א פראבלעם מיט בענאן אליינס און נישט וועגען עפעס אנדערש


טאקע נישט דער סי איי עי דירעקטאר, נאר דער די ען איי. און עס איז בכלל נישט געווען פאלש באריכטעט. מ'האט זיי טאקע אראפ געווארפן. אדער, צו נאכזאגן פונקטליכער וואס די באריכטן האבן אנגעגעבן: 'רעדוצירט זייער סטאטוס'.

יעצט וואס שמאטע האט צוגעלייגט צו די נייעס איז א שיינע הסבר איבער אלעס ארום, מער דעטאלן וויאזוי עס ארבעט. ייש"כ. און עס איז באגריסנסווערט אז ווען דער פרעזידענט אליין וועט זיך באטייליגן ביי די פאליסי מיטינגען, דאס הייסט אז ווען מען האלט שוין ביי דעם עקזעקיושאן שטאפל וואס מ'דארף שוין האבן דעם פרעזידענט'ס מיינונג און באשטעטיגונג, וועלן די פארמאציעס זיין כמעט די זעלבע ווי ביז איצט. סאו אין דעם הינזיכט איז עס רואיגער..

ווי אויך דער פאקט אז אונטער בוש האבן די שפיאנאזש און מיליטער אויך נישט געהאט קיין פערמענאנט סיט אויף די פ.ק., מאכט עס מער 'נארמאלער' (כאטש נישט רואיגער. ווייל צוליב דעם וואס פעקטס און פיגורס, שפיאנאזש דאטא האבן נישט געשפילט קיין וויכטיגע ראלע אין איר, האבן מיר טאקע געהאט די 2 גרעסטע דורכפעלער אין נעשאנעל סעקיורעטי, אפקאסטנדיג טויזנטער אמעריקאנע לעבנס. סעפט 11 און די איראקער קריג. אבער קיינער האט נישט ערווארטעט די נייע אדמיניסטראציע - פעימאס פאר אלטערנאטיווע פאקטן, און מאכן הנחות געבויט אויף אנעקדאטעל עווידענס - זאל זיין עפעס בעסער אין דעם הינזיכט).

דער עיקר אויפברויז איז געווען - און איז נאכאלס - אויפן שטעלן בענאן צום פ.ק. און דאס רעדוצירן דעם סטאטוס פון די אנדערע דינט פשוט אלס זייער גוטע אילוסטראציע פון "דעו את מי אתם מחליפים במי". כאטש עס איז - ווי שמאטע האט עס געשטעלט אין פערספעקטיוו - פאר זיך זעלבסט נישט פרעצעדענטלאז.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

למעשה ווי מען האלט יעצט אין וואשינגטאן:

וואשינגטאן איז אין טאטאל כאאס,

שוין דא שפאלטענעס צווישן טראמפ און די רפובליקאנער פירשאפט,

שוין דא שפאלטענעס אין טראמפ'ס אינערליכען סורקיל,

די דעמעקראטען האבן שוין באלד מער מאכט אין סענאט א ווי די רפובליקאנער, זיי האבן באוויזען דאס אומגלובליכע אז טראמפס קאבינאט נאמענירטע ווערן גאר גאר שטייט באשטיטיגט.

נישט דא קיין שום פלאון און אגענדע ווי אזוי צו גיין פאראויס, נישט דא קיין סטראטעגיע וועלכע ביל'ס צו שטיפען, און עס איז נישט דא קיין שום דיטעיל אגענדע פון טראמפ אויף סיי וועלכע אישו.

טראמפ איז סטאק און באגראבן אין זיינע נישט פרעזידענטליכע בולי טוויטס, מען זעט נישט דא קיין וועג ארויס, נישט מיט מעקסיקאו, נישט מיט איראן, נישט מיט אויסטראליע, און זיכער נישט מיט כינע..

אויב גייט עס אזוי ווייטער גייט אמעריקע זיין דער ערשטער קרבן פון טראמפ, און די רפובליקאנער פארטיי גייט זיין די צווייטע קרבן.

עס איז נישט צו שפעט צו טוישן דירעקציע, אבער אויב נעמט נישט איינער בקרוב איבער די לייצעס דאן גייט זיין א שריכקליכע קאליזשען.. טראמפ איז אויפן וועג צו דיזעסטער, און ער האט אנגעהאקט אמעריקע מיט זיך.. ער האט נישט קיין וויזע אדער פלאן ווי אזו צו פירען אמעריקע. ער האט נישט קיין אגענדע, און ער מאכט נישט אמאל די אימפרעישן אז ער וויל עפעס טיען.
לעצט פארראכטן דורך פנחס בן חיים אום זונטאג פעברואר 05, 2017 8:35 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

עס איז נישט אזוי שווארץ ווי דו מאכסט עס
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

איין שווארצע נקודה האט ער אויסגעלאזט, אז די סטאק מארקעט נעמט אויף זיינע מעשים זייער פאזיטיוו.

Dow20k#
ישראל אשר בך אתפאר
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לויט ווי "שווארץ" די לייגסט עס אראפ, קוקט עס אויס גענוי ווי טראמפ האט געהאלטן אינמיטן זיין קאמפעין ווען יעדער האט נאר געזעהן "שווארץ" און צום סוף איז האט ער שיין געענדיגט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

די מצב איז ערגער ווי שווארטץ,

א פרעזידענט דארף האבן א וויזשען ווי - אין וועלכע נושא - ער וויל אויפטיען, וואס ער וויל אויפטיען, און מיט וועם ער וויל ארבייטען אויפצוטיען.

פרעזידענט טראמפ האט נאך נישט געגעבן זיין וויזשען, אבער ער האט שוין אנגעדרייט אין זייער אסאך נושאים, זיך שוין צוקריגט מיט זייער אסאך מענטשן..

איך זע נישט ווי אזוי מען קען רעגירען אזוי, א פרעזידענט איז נישט קיין קינג, ער דארף דילען מיט מענטשן און אנקימען צו זייער אגרימענט, און ווי מען האלט יעצט האט ער פאראייניגט א אפזיציע קעגן זיך.. און זיינע נאנטע האבן נישט קיין שום וועג ווי אזוי מיטצוגיין מיט אים.

בנוסף, טוט שומער אין סענאט וואס ער וויל, די רפובליקאנער האבן די מערהייט, אבער מען האט באשטימט די וויינגסטע צאל קאבינאט אין די היסטארי די צייט פון א פרעזידענשאפט.

סאו איך זע נישט ווי די האופ איז, ווי אזוי זאכען גייען זיך טוישן.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

וואס הייסט אז שומער טוט וואס ער וויל?...

מ׳בויקאטירט קאבינעט זיצונגען און די ריפאבליקאנער טוישן די רולס?
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט, און דאס איז שוין טראץ אז די רפובס האבן די מערהייט.
לעצט פארראכטן דורך פנחס בן חיים אום זונטאג פעברואר 05, 2017 9:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עולם מלא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם מלא »

אינטערסאנט ווען רפ"ב שטערן נאמינאציעס איז עס אבסטראקשען און ביי שומער איז עס אז טראמפ האט פארלוירען קאנטראל פון סענאט
עולם מלא
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2017 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם מלא »

פארגעסן ווען רפ"ב טוישן רולס צוברעכן זיי דעמאקארעסי
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די וויניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט, און דאס איז שוין טראץ אז די רפובס האבן די מערהייט.

עס איז א היבש ביסעל אינטערסאנט ווי שנעל דו קענסטס סווינגען - אין גאלף וואלסטו געקענט מאכען א שיינע פאר טאלער.

דו ווייסט גאנץ גוט אז אזא סטייל תגובה קען ווערן שנעל אפגעפרעגט מיט א פארקערטע התלהבות און פרא טראמפ עקסייטמענט, איך מיין אז אלע וואס האבען געוואוט פאר טראמפ זענען זייער צופרידען און מען איז זייער רואיג און בכלל פרייט מען זיך יעדן טאג אז הילערי האט נישט געווינען.

א חוץ טאמער ביזט באמת באזארגט דאן גאראנטיר איך דיר אז בסייעתא דשמייא אלעס וועט פאלען אין פלאץ און אלעס וועט זיין גוט, זארג נישט טייערע חבר.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט.

קיינמאל נישט פאסירט. עס איז יעצט -צוויי וואכן נאכן איינשווערונגס- דא די מערסטע אומבאשטעטיגטע קאבינעט פאזיציעס פון אלע 44 פרעזידענטן קאמביינד.
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט.

קיינמאל נישט פאסירט. עס איז יעצט - צוויי וואכן נאכן איינשווערונגס - דא די מערסטע אומבאשטעטיגטע קאבינעט פאזיציעס פון אלע 44 פרעזידענטן קאמביינד.


אה, איך האב נאך נאך מיין אינפערמאציע פון עטליכע טעג צירוק,
דאס מיינט לכאורה אז די רפובס האבן טאקע די מערהייט, אבער שומער פירט די סענאט.

און באמת איז טראמפ אביסל שולדיג, מיט זיינע ווילדע שריט האט ער בארעכטיגט די ווידערשטאנד צו אים.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט.

קיינמאל נישט פאסירט. עס איז יעצט - צוויי וואכן נאכן איינשווערונגס - דא די מערסטע אומבאשטעטיגטע קאבינעט פאזיציעס פון אלע 44 פרעזידענטן קאמביינד.


אה, איך האב נאך נאך מיין אינפערמאציע פון עטליכע טעג צירוק,
דאס מיינט לכאורה אז די רפובס האבן טאקע די מערהייט, און שומער פירט די סענאט.

און באמת איז טראמפ אביסל שולדיג, מיט זיינע ווילדע שריט האט ער בארעכטיגט די ווידערשטאנד צו אים.

א שטארקע פאקטאר. האט אבער אויך זיכער מיט זיין אויפנעמען אסאך אינטערסאנטע/עקסטרעמע קאנדידאטן וואס אפילו געוויסע רעפובליקאנער זענען ארויסגעקומען קעגן אדער אפילו געמאלדן זיי גייען שטימען קעגן. וואס דעס אלעס איז גורם לענגערע היערינגס און מער דילעיס.
לעצט פארראכטן דורך כאפצעם אום זונטאג פעברואר 05, 2017 9:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8748
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט, און דאס איז שוין טראץ אז די רפובס האבן די מערהייט.


ס׳איז פונקט גוט פאר די קליינע קינדערלעך אז זיי זאלן נישט איינשלאפן...
ישראל אשר בך אתפאר
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:וויפיל קאבינאט באאמטע זענענן שוין יעצט באשטימט?!
כמעט פון די ווייניגסטע אין די היסטאריע, מען דארף צירוק גיין צענדליגער יארען ווען דאס האט נאך אמאל פאסירט.

קיינמאל נישט פאסירט. עס איז יעצט -צוויי וואכן נאכן איינשווערונגס- דא די מערסטע אומבאשטעטיגטע קאבינעט פאזיציעס פון אלע 44 פרעזידענטן קאמביינד.


וואס מיינט דאס קאמביינד? כ'קען נישט די היסטארי, אבער אז איר זאגט אז ס'האט נאך קיינמאל נישט געדויערט אזוי לאנג צו באשטעטיגען א קאבינעט וועל איך עס אנעמען. כ'שטעל זיך פאר אז איר נעמט עס פון ערגעץ.

אבער וואס מיינט דאס קאמביינד..?
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”