וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:40 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:א דאנק יעדעם פאר די שיינע באריכטן,

איך האב זיך אלס געווינדערט וואס איז אזוי געפערליך אז א מין חיה גייט אינטער און ווערן אויסגעראטען ? וועמען שטערט עס ?,
איך רעד שוין נישט פין דעם וואס די באהערדע פון די רעגירינג זעהט אויס מער אינטעסירט צו ראטעווען די חיות ווי מענטשען , אבער אז אויב %95 איז שוין אינטערגעגאנגען , וואס וועט שוין פאסירען אויב די איבעריגע %5 וועלען אויך פארשווינדען ווערען ?

פרעגסט גוט, און באמת פאדערט זיך א לענגערע אפהאנדלונג אויף דעם. אבער אויפן שפיץ גאפל איז אזוי, דער באשעפער האט באשאפן די וועלט מיט א סדר און א באלאנס אז איין חיה עסט די אנדערע, און יעדע ארט פארמאגט אנדערע בעלי חיים, אזוי גייט די Food Chain פון אויבן אראפ און ס'לעבט זיך.

זענען געקומען די מענטשן במשך די לעצטע צוויי הונדערט יאר, און דאס געטוישט, מיינענדיג אז זיי פארשטייען בעסער און אנגעמאכט אן אויסטערלישן חורבן. לאמיר דיר געבן איין משל, אויף די Galápagos Islands האט מען געברענגט ציגן, זיי האבן אויפגעגעסן די גראז וואס די Galápagos tortoise פלעגט עסן, און אז ס'נישטא וואס צו עסן זענען זיי אויסגעשטארבן אין די מאסן.

היינט איז מען שוין אביסל קלוגער און די וועלט פראבירט צו פאריכטן אביסל די שאדנס וואס מ'האט אנגעמאכט, און עס פארמיידן ווען מעגליך.

אמאל נעמען עס די גוים אביסל עקסטרעם אויך, אבער דאס איז שוין א צווייטע נושא.
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:43 pm

שואלכענין האט געשריבן:מיר אידן ווייסן אז אלעס וואס איז באשאפן געווארן האט א צורך.

אבער דעסטגלייכן גלייבן מיר, אז דער בורא פירט די וועלט, און לאזט אונטערגיין נאר דאס וואס ער לאזט.

תיקו.

די וועלט איז גענוג גרויס און עס גלייבט זיך שווער אז אפילו ווען זיי זאגן עס איז 'אונטערגאנגען' איז עס טאקע אזוי. יעדע שטיק צייט טרעפט מען חיות וואס 'מ'האט געמיינט' אז זיי זענען אויסגעשטארבן.

ווען זיי זאגן אויסגעשטארבן, מיינט עס אז זיי האבן עס נישט געזען. אבער ווען דער באשעפער וויל, איז עיניים, קעמערעס וסאטעליטן להם ולא יראו

שווימט
שר חמישים
תגובות: 52
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 27, 2017 11:04 am

תגובהדורך שווימט » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:46 pm

לענ"ד זיך זארגען פאר די בריאה קימט פין די שיטה אז עזב ה' את הארץ

אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

תגובהדורך שואף » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:47 pm

עס איז דא א מדרש (איך געדענק נישט די פונקטליכע לשון) אז דער רבוש''ע האט מצווה געווען אדם זאל נישט מקלקל זיין די בריאה

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:57 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:יישר כח יש ברירה אונזער "גרויסע קאץ משפחה" קארעספאנדעד

;l;p- גא"מ

--
פאר די אידישקייט שמועס קוקט דא ("איינע" פון די מקומות וואו עס ווערט אויסגעשמועסט דא אויפן זייטל)
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 5:16 pm


ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 993
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 9:26 pm

יישר מומחה יש ברירה פאר די באריכטן און ענטפערס. זייער שיין!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 10:28 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:יישר כח יש ברירה אונזער "גרויסע קאץ משפחה" קארעספאנדעד

:grin:

צווייפעל האט געשריבן:יישר כח יש ברירה.

די בעל חי זעט אויס ממש ווי א האלבע טייגער האלבע הינט, די פאדערשטע חלק האט האר, און די אינטערשטע שוואכער, חציו עבד וחציו בן חורין.. איז די קאליר אויך האלב אראנדזש און האלב ברוין?


די באשעפעניש האט נישט (געהאט..?) קיין שייכות צו די קאץ פאמיליע און נישט צו די וואלף פאמיליע הגם ער ענדעלט אביסל צו ביידע

ער איז א באשעפעניש פארזיך, און די איין איינציגסטער איבערלעבער פון זיין גאנצע פאמיליע!

אגב, מערק זיין הארטע שטייפע וויידל וועלכע איז קענטבאר אנדערש ווי די אויבענדערמאנטע משפחות

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » פרייטאג מארטש 31, 2017 12:45 am

איצט געליינט צים ערשטע מאהל, זייער אינטערסאנטע נושא, שכח יש ברירה און מומחה פאר די קלארע אינפארמציע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג מארטש 31, 2017 3:55 am

שואף האט געשריבן:עס איז דא א מדרש (איך געדענק נישט די פונקטליכע לשון) אז דער רבוש''ע האט מצווה געווען אדם זאל נישט מקלקל זיין די בריאה
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1075
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » פרייטאג מארטש 31, 2017 7:49 am

מומחה עצום האט געשריבן:
שואלכענין האט געשריבן:מיר אידן ווייסן אז אלעס וואס איז באשאפן געווארן האט א צורך.

אבער דעסטגלייכן גלייבן מיר, אז דער בורא פירט די וועלט, און לאזט אונטערגיין נאר דאס וואס ער לאזט.

תיקו.

די וועלט איז גענוג גרויס און עס גלייבט זיך שווער אז אפילו ווען זיי זאגן עס איז 'אונטערגאנגען' איז עס טאקע אזוי. יעדע שטיק צייט טרעפט מען חיות וואס 'מ'האט געמיינט' אז זיי זענען אויסגעשטארבן.

ווען זיי זאגן אויסגעשטארבן, מיינט עס אז זיי האבן עס נישט געזען. אבער ווען דער באשעפער וויל, איז עיניים, קעמערעס וסאטעליטן להם ולא יראו


רבי אביגדור מיללער זאגט כמה פעמים אז אסאך חיות וואס זענען געווען אמאל איז מער נישטא. יא, דער בוכ״ע האט געגעבן פאר מענטשן א בחירה, און זיי קענען במשך די יארן משחית׳ן און אפמעקן גאנצע ליניעדזשעס פון בעלי חיים.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג מארטש 31, 2017 10:47 am

פון 1936 ביז 2017 איז איין און אכציג יאר. דאס הינטעלע/טיגער/וואלף איז נישט מעגליך צו זיין דעם "איין איינציגן איבערלעבער" אויסער אויב ער איז א זקן וישיש. דער חיה הא געהאט א טאטע מאמע. אלא מאי מוז דאך זיין אז עס איז געווען נאך פון די בעלי חיים נאר מען האט פלעין נישט געוואוסט דערפון

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:00 am

יש ברירה האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:יישר כח יש ברירה אונזער "גרויסע קאץ משפחה" קארעספאנדעד

:grin:

צווייפעל האט געשריבן:יישר כח יש ברירה.

די בעל חי זעט אויס ממש ווי א האלבע טייגער האלבע הינט, די פאדערשטע חלק האט האר, און די אינטערשטע שוואכער, חציו עבד וחציו בן חורין.. איז די קאליר אויך האלב אראנדזש און האלב ברוין?


די באשעפעניש האט נישט (געהאט..?) קיין שייכות צו די קאץ פאמיליע און נישט צו די וואלף פאמיליע הגם ער ענדעלט אביסל צו ביידע

ער איז א באשעפעניש פארזיך, און די איין איינציגסטער איבערלעבער פון זיין גאנצע פאמיליע!

אגב, מערק זיין הארטע שטייפע וויידל וועלכע איז קענטבאר אנדערש ווי די אויבענדערמאנטע משפחות



וואונדערט מיר שוין לאנג, וויאזוי איז מען מחליט אויף א בעל חי פונקטליך איו וועלכע פאמיליע ער געהערט?

אונז האמער א כלל; אז ער זעהט אויס ווי א ***, פירט זיך אויף ווי א ***, און רעדט ווי א ***, איז ער א ***.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:23 am

Gevald Geshrigen האט געשריבן:פון 1936 ביז 2017 איז איין און אכציג יאר. דאס הינטעלע/טיגער/וואלף איז נישט מעגליך צו זיין דעם "איין איינציגן איבערלעבער" אויסער אויב ער איז א זקן וישיש. דער חיה הא געהאט א טאטע מאמע. אלא מאי מוז דאך זיין אז עס איז געווען נאך פון די בעלי חיים נאר מען האט פלעין נישט געוואוסט דערפון

אפשר האב איך געשריבן צי בקיצור

עס זענען פארהאן אסאך בעלי חיים, אבער רוב דערפון פאלן אריין אין עטליכע פאמיליעס. צב"ש אלע קעץ באשעפענישן (דאכציך 37 אין צאל) זענען אין איין פאמיליע

די דערמאנטע בעל חי קומט פון א פאמיליע וואס איז אויסגעראטן געווארן, און די "סארט" באשעפעניש איז געוועהן די לעצטער אונטערצוגיין פון די "פאמיליע"

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:28 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
וואונדערט מיר שוין לאנג, וויאזוי איז מען מחליט אויף א בעל חי פונקטליך איו וועלכע פאמיליע ער געהערט?

אונז האמער א כלל; אז ער זעהט אויס ווי א ***, פירט זיך אויף ווי א ***, און רעדט ווי א ***, איז ער א ***.

עס זענען פארהאן א טוץ כללים אוועקגעשטעלט דורך סייענטיסטן עס צו מסדר זיין

צב"ש: קערעקטעריסטיקס, אופן פון פרוכטבארן, סארט עסן וכו'

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:29 am

בעצם ליגט עפעס דערין? אדער ס'איז סתם א גוטע מהלך צו מסדר זיין די פארשידענע סארט באשעפענישן אין גרופעס?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:32 am

עס א גוטע מהלך, און דאס איז די ציל, זיי צו קענען גרינגער פארשן

(עס קען אריין שלעפן אין א נושא וואס איז גוט אוועקצושטיין, אבער די קלאסיפיקאציע סיסטעם האט זיך שוין אנגעהויבן אסאך פריער ווי יענע שיטות (שטות...) און קומט נישט דערפון בעצם ...)

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:43 am

יש ברירה האט געשריבן:אוי וויי

מיר גייען אריין אין א נושא וואס איז גוט אוועקצושטיין...


לאנגעפאות האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=40102&st=&pgnum=92&hilite=


כמו שציינתי לא היה כל הברואים בששת ימי בראשות רק נעשו במשך הזמן.

אזוי ווי אדם איז די זיידע סיי פון די כינעזער און שווארצע וכדומה, נאר יעדע באשעפעניש ווערט נישתנה במשך הזמן כפי המקום ומאכלוי

קען זיין אז סאיז געווהן נאר איין קאץ און במשך הדורות איז געווארען א לעמפערט

ואדרבה אם יש מראה מקום מחכמיני ז"ל בניגוד לזה אשמח לראותו
צוגעלייגטע
Pages from Hebrewbooks_org_40102.pdf
(139.39 KiB) דאונלאודעד 114 מאל

אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » פרייטאג מארטש 31, 2017 11:58 am

im doing copy past from another site

במסכת חולין (דף סג, עמוד ב) אמרו חז"ל: "מאה ועשרים מיני עופות טמאים יש במזרח, וכולן מין איה הן" - "איה" היא סוג של ציפור. חז"ל מלמדים אותנו מפורשות שיותר מ-120 מינים של עופות יצאו ממין בודד של ציפור ה"איה".

הרד"ל (רבי דוד לוריא) היה תלמידו המובהק של הגאון מוילנא, הוא חי לפני 200 שנה, והיה ממפרשי התלמוד. בפירושו, מציין הרד"ל את שינוי המינים על פי הגמרא וההלכה, ומבאר שנח כניס לתיבה רק את "שורשי המינים", כלומר אבות בעלי החיים, ואלו השתנו והתרבו למינים רבים ומגוונים רק לאחר יציאתם מהתיבה, והתפזרותם ברחבי העולם.

הרד"ל לספר "פרקי דרבי אליעזר" (פרק כג, דף נה): "הרבה מינים שאנו רואים לפנינו נפרדים ומשונים למיניהם, מעיקרן נבראו ונכנסו במין אחד... ואחר כך לפי משכנם בארצותם ומאכלם ומקריהן נפרדו ונשתנו לעוד מינים רבים, וכמו אווז ואווז הבר שמובא בבא קמא (דף נה, עמוד א), ושור ושור הבר, ואל תתמה, שהרי אדם יחידי נברא בעולם, ואנו מוצאים כעת על פני תבל ארצה משונים במיניהם, לבנים, שחורים ואדומים... אשר כל זה אינו אלא סיבת שינוי משכן מקומם ומאכלם, וכעין מה שכתב הילל במסכת שבת - רגליהם של אפריקאים רחבות, וכו'... מכל מקום שליט בעולמו יודע בברואיו ציווה לנח לקחת אותם המינים הראשיים, שגלוי וידוע לפניו יתברך שמנצר שורשיהם שיפוצו על פני תבל, יחזרו ויפרדו לכל המינים הרבים שאנו רואים לפנינו".

לפי ביאור הרד"ל, בעלי-החיים למעשה משתנים בהתאם לסביבת המחייה שלהם. לפיכך גם נח לא היה צריך להכניס לתיבה מיליוני בעלי-חיים. נח הוצרך להכניס לתיבה רק את "שורשי המינים", כלומר את מאות או אלפי בעלי-החיים הבראשיתיים אותם יצר הבורא בששת ימי בראשית, ואלו התפזרו והשתנו למינים ותתי-מינים בעולם, רק אחרי יציאתם מן התיבה. כך לדוגמה, נח לא היה צריך להכניס לתיבה את כל סוגי הכלבים, אלא רק סוג אחד (רוב מיני הכלבים שיש היום נוצרו באמצעות ברירה מלאכותית). נח לא היה צריך להכניס לתיבה מיליוני סוגי פרפרים אלא רק סוג אחד. פירוש הדבר שלא נדרשו בהכרח יותר מאלף מינים, ואולי אפילו הרבה פחות.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג מארטש 31, 2017 12:07 pm

זייער אינטערסאנט, שכח!

אבער ווי איך האב פאראכטן מיין תגובה האט די קלאסיפיקאציע בעצם נישט קיין שייכות צו דעם שמועס הגם שפעטער האט מען עס אריין געלייגט

אפשר איז כדאי נישט צו פירן די אשכול אהין נאר זיך האלטן צום נושא

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » פרייטאג מארטש 31, 2017 1:40 pm

יש ברירה האט געשריבן:
Gevald Geshrigen האט געשריבן:פון 1936 ביז 2017 איז איין און אכציג יאר. דאס הינטעלע/טיגער/וואלף איז נישט מעגליך צו זיין דעם "איין איינציגן איבערלעבער" אויסער אויב ער איז א זקן וישיש. דער חיה הא געהאט א טאטע מאמע. אלא מאי מוז דאך זיין אז עס איז געווען נאך פון די בעלי חיים נאר מען האט פלעין נישט געוואוסט דערפון

אפשר האב איך געשריבן צי בקיצור

עס זענען פארהאן אסאך בעלי חיים, אבער רוב דערפון פאלן אריין אין עטליכע פאמיליעס. צב"ש אלע קעץ באשעפענישן (דאכציך 37 אין צאל) זענען אין איין פאמיליע

די דערמאנטע בעל חי קומט פון א פאמיליע וואס איז אויסגעראטן געווארן, און די "סארט" באשעפעניש איז געוועהן די לעצטער אונטערצוגיין פון די "פאמיליע"

פאר אפאר חדשים צוריק האב איך שוין מיטגעהאלטען די זיכעריי פאר דעם סארט חי, עס איז געווען א גרופע זיכערס פאר איבער א וואך אין די וועלדער מיט ספעשיל מינע קעמרעס אין סענסארס, אבער למעשה האבן זיי גארנישט געטראפן.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11157
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג מארטש 31, 2017 2:32 pm

תחש טייטש רש"י א מין חיה וואס איז געווען אין יענע צייטן
די זעלבע זעהט מען אין מדרש איבער ראם וויזעל-טיר אז סאיז געווען און איז שוין היינט נישטא

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג מארטש 31, 2017 4:18 pm

שואף האט געשריבן:עס איז דא א מדרש (איך געדענק נישט די פונקטליכע לשון) אז דער רבוש''ע האט מצווה געווען אדם זאל נישט מקלקל זיין די בריאה

viewtopic.php?p=1099346#p1099346

איבער דעם ראם-וויזעלטור viewtopic.php?f=5&t=8671#p257535

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מוצ"ש אפריל 01, 2017 9:25 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:תחש טייטש רש"י א מין חיה וואס איז געווען אין יענע צייטן
די זעלבע זעהט מען אין מדרש איבער ראם וויזעל-טיר אז סאיז געווען און איז שוין היינט נישטא


כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין אז דער תחש איז נאר באשאפן געווארן כדי צו קענען גענוצט ווערן פאר'ן משכן

שטעל זיך פאר וויאזוי די חברה וואלטן פארפירט אז מ'הרג'ט אזא זעלטענע חי'

-----------
ס'איז נישט קיין פראבלעם אז איינעם באדערט, אז א געוויסע באשעפעניש ווערט אינגאנצן אויסגעראטן. פונקט וואו ווען ווינטער\זומער ענדיגן. אבער אויב ס'קומט מיט טענות אויף דעם און יענעם ברויך מען געדענקען אז דער אייבערשטער פירט זיין וועלט

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4999
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » זונטאג אפריל 02, 2017 10:36 am

פון יעצט האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:תחש טייטש רש"י א מין חיה וואס איז געווען אין יענע צייטן
די זעלבע זעהט מען אין מדרש איבער ראם וויזעל-טיר אז סאיז געווען און איז שוין היינט נישטא


כ'האב אמאל געזען ערגעץ שטיין אז דער תחש איז נאר באשאפן געווארן כדי צו קענען גענוצט ווערן פאר'ן משכן

רש"י אין פ' תרומה זאגט אז עס 'איז נאר געווען' ביים משכן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט