וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:21 am

ווילסט זען א הערליכע בילד?...

נאדיר די בילד פונעם זעלבן פארמעסט וואס האט נישט געווינען....
צוגעלייגטע
AAIPu1M.jpeg
AAIPu1M.jpeg (48.12 KiB) געזעהן 1692 מאל

אוועטאר
זעקסער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 07, 2017 1:15 am

תגובהדורך זעקסער » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:39 am

יש ברירה האט געשריבן:איין זאך וואס די בילד איז זיכער נישט איז הערליך...

'!e


ווענדט זיך וואס מזעט אינעם בילד,
פאר איינעם איז עס קאמיש
פאר א צווייטען איז עס אן אויסנאם צו זען דעם מאוקאש מיטן אפענעם מויל שטייענדיג אויף די פיס ווי 15 יעריגן בחור וואס די מנהל האט אים געכאפט רייכערן א ציגרעטאל
דו זוכסט אפשר סאזל זיין פול ארטיסטיש, וואס סאיז נישט
אולי

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:41 am

אקוראט ארויסגעברענגט! בעסער ווי איך אליינס...

איך קוק אויפן בילד און איך ווארט אז מיינע אויגן זאלן אנהייבן וואנדערן אבער אנשטאט קלאץ איך גלייך אין צענטער צו זעהן א פאני זאך...
לעצט פאראכטן דורך יש ברירה אום פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:42 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6398
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:42 am

יש ברירה האט געשריבן:איין זאך וואס די בילד איז זיכער נישט איז הערליך...

'!e

הערליך איז נישט די ריכטיגע ווארט, אבער ס'איז אינטערעסאנט צו זען א מאקאשל שטיין אין אזא פאזיציע גרייטנדיג זיך צו יציאת הנשמה
ס'איז מער א אפטייטש פון חרב חדה מונחת על צוארו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:44 am

מעגליך. איך שפיר אבער נישט קיין שום ערענסטקייט אינעם בילד.

אגב, דא האסטו חרב מונחת פונעם זעלבן פארמעסט...
צוגעלייגטע
AAIPApA.jpeg
AAIPApA.jpeg (32.8 KiB) געזעהן 1651 מאל

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 10:49 am

די מאוקאש פוקס בילד איז געכאפט געווארן פון א סירטן ענגל וואס מאכט דעם מאוקאש'ל אויסקוקן די זעלבע סייז פונען פוקס..

ווען נישט די טייטל פונעם בילד וואלט איך עס אויסגעטייטשט אז די מויקאש איז דער וואס האט דעם אויבערהאנט, און שרייט אפ דעם פוקס..
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 11:23 am

יש ברירה האט געשריבן:איך קוק אויפן בילד און איך ווארט אז מיינע אויגן זאלן אנהייבן וואנדערן ..


איך טראכט אזוי,

דער מנהג פון היינטצייטיגע פאטאגרעפירער איז צו פארווישן די הינטערגרונד פונעם בילד כדי די אויג פונעם באבאכטער זאל קאנצעטרירן אויפן הויפט כאראקטער,
דאס איז גאנץ רעכט ווען דער כאראקטער טוט באצייכען דאס צוויי יעריג וואס די מאמע האט באקליידעט מיט געבארגטע הויזן אין באצירט מיט א מאשני, און נאכען אריין לייגן און א הויפן בלעטער האט דער פאטאגרעפירער באוויזן צו כאפן איין שמייכעלענדן בילד נאך געבעטן און סטראשען פונעם מוטער
דעמאלט וועט דאס פארווישטער הינטערוויילעכץ העלפן באזינגען דאס יונגע פרינצעסין,

דא אבער ווען די וויילד בעקגראונד שפילט א ריזיגע חלק אינעם כאראקטער,
בנוסף צו די ווינקל פון ווי דער בילד איז געכאפט,
האט דער איצטיגער פאטאשאפ באניצער א שוואכער ארבעט דעליווערט, ארויסנעמענדיג זאכן פון פרעספעקטיוו, און אויפברענגענדיג אן האלבן טוץ הערות פון אונזער חיות ליב האבער יש ברירה,
ענליך האט פאסירט מיטן צווייטן פאנג בילד

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 12:14 pm

https://www.comedywildlifephoto.com/gal ... alists.php


אז איר ווילט זעהן די פיינעליסט בילדער פון לאכעדיגע מאמענטן ביי בעלי חיים גייטס צו דעים לינק

ס'דא אפאר אבנארמאלע גוטע בילדער

אז מ'רעדט שוין יא ,דער 93 יעריגע אטענבעראוי פון ענגלאנד גייט אהן פעסט מיט אפאר נייע דאקומענטאציעס איבער נאטור אין וויילדלייף מיט אסאך נייע אויפדעקונגען איבער זייער לעבנסשטייגער וואס מ'האט ניש געוואוסט ביז היינט

מיט די היינטיגע טעכנעלאגיע קעמען אפכאפן זאכן וואס מ'האט קיינמאל געקענט געוואלדיג קריספ און שארף
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 898
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 12:37 pm

יש ברירה האט געשריבן:מעגליך. איך שפיר אבער נישט קיין שום ערענסטקייט אינעם בילד.

אגב, דא האסטו חרב מונחת פונעם זעלבן פארמעסט...

ווער זענען די באשעפענישן פון דעם בילד?

דא זעט מען אויך ווינציג אויסדרוקן אויף די באשעפענישן.

אגב, האלט איך אויך אז יענער מויקאש בילד איז ווייט פון הערליך, אבער איך האב יא געעפנט מיין מויל אווי דער מויקאש, פאר שאק און רחמנות...
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 12:52 pm

שפיגליצקי האט געשריבן:ווער זענען די באשעפענישן פון דעם בילד?
...

מיין אוועטאר אטאקירט א לאמא סארט באשעפעניש (guanaco)...

פעניאק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

תגובהדורך פעניאק » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:07 pm

נישט פשוט האט געשריבן:
AAIPESM.jpg

וואס איך זעה אינעם בילד: א מויקאש (אגם עס זעהט אויס ווי עפעס גרעסערס) האט זיך ארויסגעלאזט אין א קעדאטשקע (ענליך צו דער טאנץ פון בער פון מחניים ביכל) און די פוקס גיט אים ערעטאאט... עס איז נישטא קיין שום צייכן פון רציחה...בקיצור די בילד זאגט נישט וואס עס איז באמת פארגעקומען צווישן ד צוויי... דאס איז סיבה פארוואס די בילד האט מיר בכלל נישט געכאפט

פעניאק
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

תגובהדורך פעניאק » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:11 pm

יש ברירה האט געשריבן:ווילסט זען א הערליכע בילד?...

נאדיר די בילד פונעם זעלבן פארמעסט וואס האט נישט געווינען....

הערליך!!!

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:20 pm

פעניאק האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:ווילסט זען א הערליכע בילד?...

נאדיר די בילד פונעם זעלבן פארמעסט וואס האט נישט געווינען....

הערליך!!!


דאס איז א הערליכן בילד!!

נישט אזוי ווייט די הימל בעקגראונד - וואס איז אויך שיין - אבער די דעטאלן פון די שיינע דיפערענט אדלער און ווי ער גרייט זיך צו לאנדן... Wow!
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » פרייטאג נובעמבער 01, 2019 2:29 pm

יוד אלף האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:איך קוק אויפן בילד און איך ווארט אז מיינע אויגן זאלן אנהייבן וואנדערן ..


איך טראכט אזוי,

דער מנהג פון היינטצייטיגע פאטאגרעפירער איז צו פארווישן די הינטערגרונד פונעם בילד כדי די אויג פונעם באבאכטער זאל קאנצעטרירן אויפן הויפט כאראקטער,
דאס איז גאנץ רעכט ווען דער כאראקטער טוט באצייכען דאס צוויי יעריג וואס די מאמע האט באקליידעט מיט געבארגטע הויזן אין באצירט מיט א מאשני, און נאכען אריין לייגן און א הויפן בלעטער האט דער פאטאגרעפירער באוויזן צו כאפן איין שמייכעלענדן בילד נאך געבעטן און סטראשען פונעם מוטער
דעמאלט וועט דאס פארווישטער הינטערוויילעכץ העלפן באזינגען דאס יונגע פרינצעסין,

דא אבער ווען די וויילד בעקגראונד שפילט א ריזיגע חלק אינעם כאראקטער,
בנוסף צו די ווינקל פון ווי דער בילד איז געכאפט,
האט דער איצטיגער פאטאשאפ באניצער א שוואכער ארבעט דעליווערט, ארויסנעמענדיג זאכן פון פרעספעקטיוו, און אויפברענגענדיג אן האלבן טוץ הערות פון אונזער חיות ליב האבער יש ברירה,
ענליך האט פאסירט מיטן צווייטן פאנג בילד


די סיבה פארוואס די בילד האט געוואונען איז נישט אזוי ווייט די בילד, נאר דער מאמענט אין וואס ס'איז געכאפט געווארן און װאס סשפילט זיך אלץ אפ אין די רגע.

קענסט דיך פארשטעלן די געפילן פון ביידע, סיי פונעם רודף ווי ער קוקט מיט א צינישע מינע ווי צו זאגן "וואו לויפסטו, ביסט שוין סייווי אין מיינע הענט", און סיי פונעם נרדף וואס זיינע געפילן זענען אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט...

פארדעם האט עס געוואונען די וויילדלייף בילדער פארמעסט און נישט סתם א פאטאגראפיע פארמעסט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:06 am

עס זענען פארהאן פראגעס וועלכע מוטשען דעם עולם, און הגם מען ווייסט נישט פונקטליך וואס עס באדערט טרעפט מען זיך ביינאכט וואלגערן אין בעט נישט קענענדיג איינשלאפן... כלפי מה דברים אמורים, די באקאנטע שווערע פראגע "וויפיל מויקעשלעך וואוינען אין צענטראל פארק?"
מיר זענען היינט דא איינצומעלדן פארן עולם אז די זארגן זענען פאריבער! מיר האבן דעם ענטפער א דאנק די ערשט מאליגע
מויקעשלעך צענזוס... עס זענען פארהאן א געשאצטע 2373 מויקעשלעך אין צענטראל פארק!

Acorn_Starburst_Name_Blue.png
Acorn_Starburst_Name_Blue.png (51.75 KiB) געזעהן 1105 מאל


די ציפערן זענען שוין אביסל אלט אבער מיר האבן זיך ערשט היינט אנגעשטויסן אין דעם ארטיקל, טא בעסער שפעט ווי קיינמאל... די פאקטישע ציילונג איז פארגעקומען אקטאבער פון יאר 2018 אבער די רעזולטאטן זענען ערשט ארויסגעלייגט געווארן דעם יאר.
מער פון 300 וואלונטירן האבן אנטייל גענומען אין די צענזוס דעקנדיג א שטח מער פון 840 אקער לאנד איבער א צייט פון 11 טאג.

די מאפע פון צענטרעל פארק
SC06190015terrestrial.jpg
SC06190015terrestrial.jpg (139.93 KiB) געזעהן 1105 מאל


מאפע פון די ציילונג, יעדע פינטעלע איז א מויקעשעל...
SC06190015celestial.jpg
SC06190015celestial.jpg (117.25 KiB) געזעהן 1105 מאל


נאך ציפערן:
72% פון די באשעפענישן זענען געזען געווארן אויף דער ערד
178 זענען געווען דרייסטע חברה וועלכע זענען געקומען נאענט צו מענטשן
25% זענען אבזערווירט געווארן בשעתן עסן
82% האבן פארמאגט א גרויע פעל קאליר
13% זענען געווען פון א צימרינג קאליר
3.4% זענען געווען שווארץ

די ארגאניזירער זאגן אז זיי האבן גענומען אין חשבון אז געוויסע וועווערקעס זענען געציילט געווארן צוויי מאל בטעות, ווי אויך אז געוויסע זענען געווען באהאלטן בשעת די ציילונג.
אויף די אנפראגע פארוואס זיי האבן געמאכט דעם ציילונג זאגן די אנפירער "מיר טוען עס פאר אייך (באמת א דאנק, ניין, איך מיין עס. נע, הייב נישט אן וויינען יעצט, אקעי נאדיר א טאשן טיכל), מיר טוען עס פאר די סיטי, מיר טוען עס פאר די מויקעשלעך און אויך ווייל עס מאכט אונז פרייליך"...

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:23 am

:lol: :lol: :lol:
אפשR קענען די חברה מיר פארבארגען אביסל צייט............

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22003
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:29 am

נאך א מזל זיי ציילן נישט די ראצן, ס'וואלט געוועזן א גאנץ יעריגע דזשאב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 10:38 am

יישר כח ברירה!! זייער עמאשענעל...
. . . . . . .

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 8:05 am

כרחל לפני גוזזה נאלמה.

"שרעק" איז געווען א שעפעלע פון ניו זילאנד וואס האט זיך נישט געהאלטן ביים לאזן שערן. ער האט זיך באהאלטן אין מערות גאנצע זעקס יאר.

lzq41rdqrzw31.png
lzq41rdqrzw31.png (720.94 KiB) געזעהן 839 מאל


צום סוף האט מען אים געפאקט, און זיין חאלאקע וואס האט גענומען צוואנציג מינוט איז געוויזן געווארן אויף די נאציאנאלע טעלעוויזיע. דאס וואל האט געוואויגן 60 פונט, גענוג צו מאכן דערפון 20 גרויסע מענער רעקלעך. דערנאך איז ער געברענגט געווארן צום פארלאמענט, אפצונעמען א לחיים פונעם פרעמיער-מיניסטער.

אבער ווייטער האט ער מקבל געווען אויף זיך נזירות, און די נעקסטע מסיבת האפשערעניש איז פארגעקומען 30 חדשים שפעטער (א געווענליכער שעפעלע שערט זיך יערליך). ער איז געטראגן געווארן מיט אן העליקאפטער צום גרויסן מעמד, טאקע נישט קיין מירון, אבער צו אן אייזבארג וואס איז געשווימען נעבן ניו זילאנד. (אינטערעסאנט, ווייל איך וואלט דווקא געוואלט בלייבן מיט א וואלענע מאנטל אויף אן אייזבארג. איי געס איך בין נישט קיין בהמה...)

נייעס פאר מיר, סארי אויב עס קומט ערגעץ אנדערש
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 3:27 pm

א דאנק יענג.
איז דא אזא זאך ווי ווילדע שעף ? ד.ה. זיי וואקסן אליינס און קיינער שערט זיי נישט, מוזן זיי טאקע צוקומען צו מענטשען צו לעבען ?
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:03 pm

יישר כח מורינו הרב יענג

ס׳איז אבער ממש א שאד. כ׳האף די הנהלה וועט צולאזן מאכן אן אויסנאם דיר לאזן טוישן ניק אויף Trump2024 איינמאל יענג קאנסיד צו טראמפ.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Kollel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

תגובהדורך Kollel » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:10 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:יישר כח מורינו הרב יענג

ס׳איז אבער ממש א שאד. כ׳האף די הנהלה וועט צולאזן מאכן אן אויסנאם דיר לאזן טוישן ניק אויף Trump2024 איינמאל יענג קאנסיד צו טראמפ.

Yang2024*

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1002
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך Yang2020 » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 4:14 pm

נישט פשוט האט געשריבן:א דאנק יענג.
איז דא אזא זאך ווי ווילדע שעף ? ד.ה. זיי וואקסן אליינס און קיינער שערט זיי נישט, מוזן זיי טאקע צוקומען צו מענטשען צו לעבען ?


ווילדע שעף הערט זייער וואל אויף צו וואקסן ווען עס איז גענוג לאנג לויט זייערע געברויכן.
שטוביגע שעף זענען געטוישט געווארן, דורך selective breeding, אז עס זאל וואקסן אן אויפהער.

טשאדעלע באדעלע, איך וועל ענדערש בעטן די הנהלה צו טוישן דעם דאטום אויפן סייט צו 2016, אזוי אז איך וועל קאמפיינען פיר יאר פאראויס :lol:
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang


Democracy Dollars - Ranked Choice - Fun Taxes
Freedom Dividend - Prosperity Grants - Help Movers
Marriage & Financial Counseling
Smartphones Harm

131+

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 6:41 pm

@יש, ס'מאכט מיר אויך פרייליך ווען איך ליין וויאזוי דו לייגסט אראפ די געשעעניש...

---
יענג, אוודאי באלאנגט עס דא. ס'איז א ווארעמע בילד...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7560
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 7:17 pm

טענקס אלע פאר די טענקס!

יענג קום אריין אפטער!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, police, אין כל חדש, זזה, יישר כח, יש ברירה, מה ידידות, משה שטינקאוויטש, ר' זעקל, שטילער, שירה פען, שליו ודגים און 117 געסט