בלאט 12 פון 76

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:17 pm
דורך הענדימען
גערעכט

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 11:49 pm
דורך ממה נפשך
יש ברירה האט געשריבן: נ.ב. באמת איז די פייגל נישט אזוי בלוי ווי דער בילד טוט צייגן, דער בילדער מאכער, ווי עס שיינט, האט זיך עטוואס געשפילט מיט דעם קאלירן...


גערעכט. מ'קען זען אז די צווייגן ארום זענען אויך אביסל בלוי געווארן...

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2019 12:11 pm
דורך יש ברירה
די זעלבע פייגל מיט רעאליסטישע קאלירן

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2019 1:42 pm
דורך וואוילע שעפעלע
דער בילד זעהט שוין אויס אביסל צו פארכמורעט..

געשריבן: זונטאג מארטש 31, 2019 1:56 pm
דורך יש ברירה
יא... יענער ברויך א בעסערע זום...

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:46 pm
דורך יש ברירה
לויפט אלע קיין צענטראל פארק! נארוואס אנגעקומען א פרישע פייגל וועלכע לייגט אין שאטן אלע פריערדיגע...

D3EuGh3XQAMnIsp.jpeg
D3EuGh3XQAMnIsp.jpeg (479.06 KiB) געזען 4520 מאל


ארויסגעשיקט געווארן דורך די אפיציעלע צענטראל פארק אקאונט לקיים מצות היום...

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:49 pm
דורך שמן
יש ברירה האט געשריבן:לויפט אלע קיין צענטראל פארק! נארוואס אנגעקומען א פרישע פייגל וועלכע לייגט אין שאטן אלע פריערדיגע...

D3EuGh3XQAMnIsp.jpeg


ארויסגעשיקט געווארן דורך די אפיציעלע צענטראל פארק אקאונט לקיים מצות היום...

is this real or photo shop

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:51 pm
דורך יש ברירה
טשעק דיין קאלענדער...

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:52 pm
דורך הר גריזים
פארוואס האסטו אבער אראפגענומען די 2 לאנגע עלעפאנט ציינער פונם פייגל?

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:12 am
דורך יש ברירה
וועלט'ס זעלטנסטע טשערעפאכע מעגליך פארזיגעלט צו אונטערגאנג, נאך וואס לעצטע נקיבה שטארבט אין כינעזער טיר גארטן.


די יאנגטזע טשערעפאכע פלעגט אמאל זיין א אפטע באזוכער אין די יאנגטזע טייך איך כינע נאך וואס ער טראגט זיין נאמען. אבער זינט 1970 האבן זייערע נומערן אנגעהויבן גיין שארף אויף אראפ צוליב א רייע אורזאכן, אריינגערעכנט דאס פארלירן פון זייערע נאטירלעכע שטחים.

די לעצטע צוויי פון דעם באשעפעניש, אין געפענגעניש, האבן זיך געפינען אין כינע וואו פארשער האבן פרובירט איר מאכן לייגן אייער דורך פראצעדורן וועלכע האבן געפירט צו איר אומערווארטעטע טויט; איבערלאזענדיג נאר איין זכר אין דעם טירגארטן געשאצט צו זיין איבער הונדרעט יאר אלט.

די געשטארבענע טשערעפאכע אין יאר 2015
aHR0cDovL3d3dy5saXZlc2NpZW5jZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzEwNS8yMjcvb3JpZ2luYWwveWFuZ3R6ZS1naWFudC10dXJ0bGUtTk8tUkVVU0UuanBn.jpeg
aHR0cDovL3d3dy5saXZlc2NpZW5jZS5jb20vaW1hZ2VzL2kvMDAwLzEwNS8yMjcvb3JpZ2luYWwveWFuZ3R6ZS1naWFudC10dXJ0bGUtTk8tUkVVU0UuanBn.jpeg (51.24 KiB) געזען 4194 מאל


אויסער די צוויי אין געפענגעניש זענען פארהאן נאך צוויי יאנגטזע טשערעפאכעס, איבער וועלכע מען ווייסט, אויפדערפריי אבער עס איז נישט באקאנט אויב זיי זענען זכרים אדער נקיבות. איינע פון די צוויי איז ערשט אנדעקט געווארן לעצטע יאר לעבנדיג אין א צווייטע טייך ווי די ערשטע און פארשער האפן יעצט צו פאנגן און שטודירן די צוויי און אויב זענען א פּאר זיי צוזאמענברענגן אויף איין ארט אין א סעמי-געפענגעניש.


א בילד געכאפט צייגט מעגליך די לעצט געפינענע טשערעפאכע אין וויעטנאם
A-photograph-taken-of-the-Xuan-Khanh-Turtle-in-May-2017-a-clear-identification-could-not-be-made-from-this-photograph.-Photo-by-Nguyen-Van-Trong-ATPIMC.-768x485.jpg
A-photograph-taken-of-the-Xuan-Khanh-Turtle-in-May-2017-a-clear-identification-could-not-be-made-from-this-photograph.-Photo-by-Nguyen-Van-Trong-ATPIMC.-768x485.jpg (43.37 KiB) געזען 4194 מאל



די טשערעפאכע קען וואקסן ביז איבער דריי פיס לאנג און טראגן א וואג פון איבער 200 פונט איר מאכנדיג פאר די גרעסטע זיסע וואסער טשערעפאכע אויף דער וועלט.

yangtze-turtle.jpg
yangtze-turtle.jpg (156.74 KiB) געזען 4194 מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 9:05 am
דורך ענדע צדיק!
טענקס פאר די טשערעפאכענע נייעס.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 11:41 am
דורך נאך פונדערהיים
א שיינעם דאנק הרב יש!

מענין לקנין, לויט אן נבס באריכט וועט די טראמפ וואנט אוועקנעמען קריטישע וויילדלייף שטחים פון באשעפענישן וואס שטייען אויס אינטערגאנג.

הייבטס אויף א ווייגעשריי!

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 11:51 am
דורך היימישער הייקער
איך האב זייער ליב חיות און נאטור, אבער מענטשן קומען פאר בעלי חיים, ספעציעל ווען מען רעדט פון קליינע קריכידיגע וואס איז נישט אינטערסאנט פאר קיינעם.

אויב האלט מען אז פאר די מבחר הבריאים איז בעסער מיט א וואנט, זענען די בעלי חיים נישט מעלה ומוריד.

(צו די וואנט אז טאקע וויכטיג צו נישט, רעדט מען שוין אין אנדערע אשכולות)

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:34 pm
דורך יש ברירה
איך וויל נישט דא אריינגיין אין די וואנט דעבאטע אבער מען רעדט נישט פון קליינע בעלי חיים. צווישן אנדערע וועט די וואנט לייגן אין געפאר די גאר זעלטענע דזשעגוואר פון צפון אמעריקע און די מעקסיקאנער וואלף.

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 12:43 pm
דורך היימישער הייקער
אינטערסאנט, קענסט אריינקומען מיט דעטאלען?

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 2:54 pm
דורך פאראינטערסירט
שכוח יש ברירה, זייער אינטערעסאנט.

גראדע די דזשעגווארס וועלן לכאורה קענען גרינג אריבערקריכן די טראמפ וואנט...

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 4:40 pm
דורך דבר החרדים מירושלים
[quote="יש ברירה"]לויפט אלע קיין צענטראל פארק! נארוואס אנגעקומען א פרישע פייגל וועלכע לייגט אין שאטן אלע פריערדיגע...

D3EuGh3XQAMnIsp.jpeg


זהעט אויס א פייק פיקטשער

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2019 9:30 pm
דורך פאראינטערסירט
דבר החרדים מירושלים האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:לויפט אלע קיין צענטראל פארק! נארוואס אנגעקומען א פרישע פייגל וועלכע לייגט אין שאטן אלע פריערדיגע...

D3EuGh3XQAMnIsp.jpeg


זהעט אויס א פייק פיקטשער

די תגובה איז די דבר החרדים פון ירושלים עיר הקודש???...! :-(

עניוועי, מ'דארף קענען ליינען די קליינע אויתיות!
יש ברירה האט געשריבן:
ארויסגעשיקט געווארן דורך די אפיציעלע צענטראל פארק אקאונט לקיים מצות היום...

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2019 7:33 am
דורך נאך פונדערהיים
א באריכט פון די יו ען היינט ארויסגעלייגט איבער די סטאטוס פון די נאטורליכע וועלט, לויטעט אז אזויפיל ווי איין מיליאן סארטן באשעפענישן און פלאנצונגען זענען אין ריזיקע פון אינטערגיין, אלס רעזולטאט פון די מענטשהייט.

באמערקונג: אונזער וועלט פארמאגט היינט ארום 8 מיליאן סארטן באשעפענישן און פלאנצונגען צוזאמען.

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 3:54 pm
דורך אור
שיין בילד'ל

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 5:23 pm
דורך נישט פשוט
נייס! ! טענקס.

געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2019 5:36 pm
דורך ענדע צדיק!
טאקע שיין!

זינגעדיגע פייגל אין ניי ווילי

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 12:42 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
די לעצטע חודש אדער 2 איז דא א מאדנע ערשיינונג אויף ספענסער סט. אין ניי ווילי, יעדע נאכט נאך 11 אזייגער פאר א שעה 2 אדער אפילו 3 שעה זינגט א פייגעל אויף איינע פון די ביימער, געוווענטליך זיצט עס אויף א בוים קעגן איבער גלויבערס קלאודינג, סישוין עטליכע מאל געווען אויף א בוים ביי קארנער מוירטל, די אומגעווענליכע ערשיינונג איז אז ער פייפט ביינאכט וואס סתם פייגלעך שלאפן דעמאלטס, קען זיין גאר סזינגט אינמיטן שלאף, די שיינע חלק דערפון איז אז סזינגט מיט אסאך מינע קולות ווי גלייך ער וויל זיך באווייזען וואס ער טויגט, דאס האלט אזוי אן יעדע נאכט פאר עטליכע שעה אין א צו, סווערט נישט הייזעריג, סיז א קליינע פייגעלע און סיז ביינאכט צווישן די בלעטער דעריבער איז שווער צו כאפן א פיקטשער דערפון

@יש ברירה אלערט

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 12:46 pm
דורך קו הישר
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:די לעצטע חודש אדער 2 איז דא א מאדנע ערשיינונג אויף ספענסער סט. אין ניי ווילי, יעדע נאכט נאך 11 אזייגער פאר א שעה 2 אדער אפילו 3 שעה זינגט א פייגעל אויף איינע פון די ביימער, געוווענטליך זיצט עס אויף א בוים קעגן איבער גלויבערס קלאודינג, סישוין עטליכע מאל געווען אויף א בוים ביי קארנער מוירטל, די אומגעווענליכע ערשיינונג איז אז ער פייפט ביינאכט וואס סתם פייגלעך שלאפן דעמאלטס, קען זיין גאר סזינגט אינמיטן שלאף, די שיינע חלק דערפון איז אז סזינגט מיט אסאך מינע קולות ווי גלייך ער וויל זיך באווייזען וואס ער טויגט, דאס האלט אזוי אן יעדע נאכט פאר עטליכע שעה אין א צו, סווערט נישט הייזעריג, סיז א קליינע פייגעלע און סיז ביינאכט צווישן די בלעטער דעריבער איז שווער צו כאפן א פיקטשער דערפון

@יש ברירה אלערט

רעקאדירינג ביטע!

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 12:46 pm
דורך טשאדעלע באדעלע
גיי ארויס אויפן גאס מיט א מנין אידן, שריי אויס 3 מאל ״מחול לך״.. דערנאך צינד אן 36 ליכט לע״נ. און אויב וועט דאס נישט העלפן היינט טו עס איבער מארגן נאכאמאל.

די געלט קענסטו מיר שיקן אויף די פאָסט.


———

טאקע א אינטערסאנטע געשעעניש.