וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:28 pm

Gevald Geshrigen האט געשריבן:nationalgeographic.com

sorry one letter too much previously

יישר כח.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
לעמעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:08 pm

מיט גרויס טרויער האבן די פארוואלטונג פון סיע ווארלד (SeaWorld) ארלענדא אויפגענומען די בשורה איבערן טויט פונעם וואל פיש (Killer whale - orca) קעילע.

קעילע, 31, איז אין סי ווארלד זייט 2006 און איז פלוצלים אוועק נאכן זיך נישט גוט פילן פאר עטליכע טעג.

סי ווארלד איז פון די גרעסטע אינטערטעמענט פלעצער, מיט פילע מינע פישן, פענגווינס, און נאך

מיט ארום 10 יאר צירוק זענען די וואהל פישן פון סי ווארלד געווען אין די נייעס ווען איינער פון זיי - Tilikum - וואס איז אייגענטליך געווען די בעסטע פערפארמער, האט דערטראנקען צום טויט איינע פון אירע טרעינער, זייט דעמאלטץ האבן זיי געסטאפט די שאו ווי די טרעינער זענען אין וואסער צוזאמען מיט די וואהל פישן. Tilikum איז געשטארבן צוויי יאר צירוק

א וואהל פיש וועגט געווענליך ציווישן 10,000 - 20,000 פונט. און רוב פעלער וועלן זיי זיין פריינטליך צו מענטשן, זיי קענען ווערן גוט טרעינירט און מאכן שיינע שאו'ס, אבער זיי קענען אויך כאפן אן אטאקע..
צוגעלייגטע
1549512356_tmp_Screen-Shot-2019-02-05-at-9.jpg
1549512356_tmp_Screen-Shot-2019-02-05-at-9.jpg (44.13 KiB) געזעהן 3786 מאל
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

אלע מעלות
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:46 am

תגובהדורך אלע מעלות » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:27 am

בבל האט געשריבן:
קאנסילמאן האט געשריבן:א הייקער האט מיט די בלויזע הענט גע'הרג'ט א מאנטען לייב וואס האט אים אטאקירט און צוביסן די פנים הענט און פיס.

פאר מער פרטים פרעגט יש ברירה אדער טשאדאלע

איינער קען אהערברענגען די ווידיא אויף דרפבאקס אדער גוגל דרייוו אריין אינעם גדר פין די משומרים פליז איך קען קוים ווארטן ישר כוח למפרע
אדרבה תן בלבנו שנראה כל אחד מעלות חברינו ולא חסרונם!

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:29 am

טענקס לעמעלע! שיין געשריבן.

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » מיטוואך מארטש 06, 2019 9:20 am

https://www.dropbox.com/s/icb8udgd3o6hy ... 7.mp4?dl=0

אויב הרב יש קען אריינקימען מיט א קלארקייט וואס פאר א מין חיה דער איז.

א דאנק פון פראנויס

(נישט פאר שוואכע הערצער)

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 06, 2019 10:05 am

וואף!

דזשעגוואר כאפט א קעימען קראקאדיל.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מיטוואך מארטש 06, 2019 10:20 am

וואס איז דאס א קעימען קראקאדיל?
. . . . . . .

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 06, 2019 10:23 am

קוק אינמיטן די לינק אין מיין פאריגע תגובה

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1064
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » מיטוואך מארטש 06, 2019 2:23 pm

יש ברירה האט געשריבן:וואף!

דזשעגוואר כאפט א קעימען קראקאדיל.


Wow האמער יעצט געליינט דיין תגובה, א הערליכע דזשאב געמאכט!

דאס מיינט אז די קליפיטש וואס @וימאןX3 האט געברענגט איז היפש היסטאריש, און דאס איז אויסער דעם וואס פארציקן א קראקאדיל זעט מען נישט אזוי אפט.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג מארטש 07, 2019 11:11 pm

יש ברירה האט געשריבן:וואף!

דזשעגוואר כאפט א קעימען קראקאדיל.

היינט און נעכטן האט הודו להשם ארויס געשטעלט ביי אינטערעסאנטע קליפס, עטליכע אטעם פארכאפנדע קליפס פון דזשעגווארן און אנדערע חיות.

יעדעס מאל איך קוק צו א קליפ פון א דזשעגוואר, בלייב איך געפלעפט פון די נפלאות הבורא, און יעדעס ווארט פון יענע ארטיקל דיינעם ווי ווייט אמת דאס איז, נישט מעגליך זיך צו ארויס דרייען פון אים, דער איז אזא מין וואונדערליכער לאקערער און פארציקער אזש צום באוואונדערן!!
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג מארטש 08, 2019 3:38 pm

גארליצער רב האט געזאגט אז קעגן יעדן געלונגענעם מופת איז דא 4 וואס זענען נישט געלונגען.

להבדיל לענינינו, מען ווייזט בלויז די קליפס וואס זענען יא געלונגען.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » פרייטאג מארטש 08, 2019 3:56 pm

היינט די יארצייט
. . . . . . .

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » מוצ"ש מארטש 09, 2019 8:11 pm

צל עובר האט געשריבן:גארליצער רב האט געזאגט אז קעגן יעדן געלונגענעם מופת איז דא 4 וואס זענען נישט געלונגען.

להבדיל לענינינו, מען ווייזט בלויז די קליפס וואס זענען יא געלונגען.

דאס איז באקאנט, אז א לייב דארף נאכלויפען 8 זיברעס ביז עס חאפט 1 א שוואכע אדער קראנקע אין פארציקט עס, ווייל א טורף איז באשאפען געווארען צי פארציקען דע קראנקע אין שוואכע חיות כדי נישט פארשפרייטען קיין דיזיסז אויף דע בריאה, ,

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מוצ"ש מארטש 09, 2019 10:38 pm

אז מען רעדט שוין פון דעם איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די אפריקאנער ווילדע הינט האבן א שטוינענדע 85% סוקסעס רעיט ווען עס קומט צו האונטען, צומאל אפילו אזוי הויך ווי 90%.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9986
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש מארטש 09, 2019 10:52 pm

טשיטאס האבן דאכציך בערך 50%.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5841
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מוצ"ש מארטש 09, 2019 11:19 pm

ספיידער׳ס האבן אויך א הויעכע ראטע..

מיין הארץ פלעגט צוגיין אין קעמפ אלטס בחור ביים צוזעהן ווי די מטורפים פארבינדן די פלאטערלעך.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1913
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מוצ"ש מארטש 09, 2019 11:36 pm

:lol: :lol: :lol: ווער רעדט נאך פון מיסקיטאס...
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג מארטש 10, 2019 1:56 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ספיידער׳ס האבן אויך א הויעכע ראטע..

מיין הארץ פלעגט צוגיין אין קעמפ אלטס בחור ביים צוזעהן ווי די מטורפים פארבינדן די פלאטערלעך.



די מטורפים זענען די פלאטערלעך..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קאנסילמאן
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג מארטש 10, 2019 2:06 pm

elter-zeide האט געשריבן: דאס איז באקאנט, אז א לייב דארף נאכלויפען 8 זיברעס ביז עס חאפט 1 א שוואכע אדער קראנקע אין פארציקט עס, ווייל א טורף איז באשאפען געווארען צי פארציקען דע קראנקע אין שוואכע חיות כדי נישט פארשפרייטען קיין דיזיסז אויף דע בריאה,


זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט, פון ווי איז די מקור דערפון?

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » זונטאג מארטש 10, 2019 3:25 pm

יעצט נאכאמאל אדורך געליינט יש ברירה'ס ארטיקל איבער דזשעגוואר'ן, שטייט טאקע נישט וויפיל זיין סוקסעס רעיט איז, אבער יא וואס זיינע אויסער געווענליכע אייגנשאפטן זענען מער פון די אנדערע בעלי חיים.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מארטש 10, 2019 3:28 pm

ממה נפשך האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:וואף!

דזשעגוואר כאפט א קעימען קראקאדיל.


Wow האמער יעצט געליינט דיין תגובה, א הערליכע דזשאב געמאכט!

דאנקע שיין!

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » זונטאג מארטש 10, 2019 8:36 pm

יש ברירה האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון דעם איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די אפריקאנער ווילדע הינט האבן א שטוינענדע 85% סוקסעס רעיט ווען עס קומט צו האונטען, צומאל אפילו אזוי הויך ווי 90%.

ריכטיג! ווילדע הינט למשל וועלף וכדומה, האנטען אלץ א גראפף * אין לויפען נאך א טשערדע ווילדע בהמות אין דע קראנקע אדער יונגע אדער שוואכע בלייבן הינטער אין זיי ווערען פארציקט, אבער די הינט וואס יעגען אליינס געלאנגט זיי זייער שווער ביז זיי טרעפען א קרבן,
*GROUP ,

elter-zeide
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:29 pm

תגובהדורך elter-zeide » זונטאג מארטש 10, 2019 8:42 pm

זייער אינטערסאנט וואס דו זאגסט, פון ווי איז די מקור דערפון?[/quote]

https://www.google.com/search?source=hp ... JCY_d-K01c

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7495
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מארטש 27, 2019 9:43 am

ריקט דיך אין די זייט ליבליכע קאטשקע, דיין קאמפעטישן האט ענדליך באקומען זיין פארדינטע אנערקענונג.

הגם וואס די נייע העלד פון סענטראַל פארק איז באמת נישט קיין זעלטנהייט האט אבער א בילד וועלכע עמיצער האט גענומען פון דעם באשעפעניש געפאנגען די הערצער פון פילע.

די גרעיט בלו העראן איז די גרעסטע סארט העראן וועלכע מען געפינט איבער גאנץ צפון אמעריקע מיט א הייעך פון ביז פיר און א האלב פיס. די ספעציפישע פייגל קען מען טרעפן אין צענטראל פארק דורכאויס די יאר הגם נישט אזוי אפט און אפילו ווען יא זענען זיי באהאלטן, אזוי אז א שיין בילד פון זיי איז א זעלטנהייט.

אבער דער ספעציפישער העראן, אין דעם בילד, שטעלט זיך די לעצטע שטיק צייט אוועק אין די זעלבע טייכל אין וועלכע די מאנדארין קאטשקע שווימט ארום און פרובירט מיט אלע כוחות צו פארכאפן אביסל פון אטענשאן...
e83a48f50.jpeg
e83a48f50.jpeg (148.53 KiB) געזעהן 1742 מאל


נ.ב. באמת איז די פייגל נישט אזוי בלוי ווי דער בילד טוט צייגן, דער בילדער מאכער, ווי עס שיינט, האט זיך עטוואס געשפילט מיט דעם קאלירן...

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מארטש 27, 2019 9:45 am

זאג מיר נישט אז די קאטשקע איז פיר פיס הויך
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: dim, zugurnish, ברוך, הרב_שלום, וויכטיג מאכער, יאנקעל פעדראטשיק, יש ברירה, צד תמות, שטילער, שמערעל און 73 געסט