וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דינסטאג ינואר 17, 2017 9:21 pm

אמת :smile:
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג ינואר 17, 2017 10:12 pm

באזיכענדיג אין זו האט איר זיך שוין מן הסתם באגעגענט מיט דעם באשעפעניש, "די רינג טעילד לימור" (די נאמען איז אבוויעס..) וועלכע קומען ארגינעל פין די - באשעפענישן רייכע - 'מעדעגאסקאר"

ring_tailed_lemur.jpg


א פרישע באזארגענדע שטודיע צייגט אז די באשעפעניש און מעמבער פון די "פריים מעיט" פאמיליע איז אין א ערענסטע סכנה פון גענצליך אונטערגיין אין די וויילד.

ווערענדיג אויסגעשאסן פאר איר פעל און דורך האנטערס פאר עסן איז זי גענצליך אויסגעראטן געווארן פון אסאך ערטער ווי זיי פלעגן וואוינען, און די אמאל לעבהאפטיגע וועלדער שטייען פארשטומט אן קיינע איינוואוינער, מיט ביימער פול מיט פרוכט אבער קיינעם נישט צו שפייזן

לויט די נייע שאצונג איז זייער פאפולאציע געפאלן זינט יאר 2000 מיט א שטוינדע 95٪! אין עס זענען היינט פארבליבן בלויז בערך 2000 פון זיי אויף דערפריי

צו לייגן דעם ציפער אין קאנטעקסט: עס זענען היינט פארהאן מער פון די באשעפעניש אין טיהר גערטנער ארום די וועלט, ווי אויף דערפריי

פארשער רופן צו נעמען דרונגענדע שריט פאר איר קאנסערווירונג איידער זי ווערט גענצליך אויסגעראטן

____
שכח מומחה פארן ציווייזן די נייעס

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 18, 2017 10:49 pm

די קאליפארניע דיפארטמענט אוו טרענספארטעישן האט ארויסגעשטעלט א פלאן און צוזאמארבייט מיט קאנסערווירונג גערופעס צו בויען די גרעסטע "וויילדלייף קארידאר" אין די וועלט

די קארידאר וועט קומען אין די שעיפ פון א הויעכע ברייטע בריק געבויעט העכער איינע פון די פארנומענסטע הייוועיס אין די וועלט גערופן די "101" ווי עס פארן אריבער נאנט צו 200,000 קארס טעגליך

שוין א לאנגע צייט וואס חיות פארשער צייגן אן אויף די שוועריקייטן וואס מאנטען לייענס האבן צו טרעפן נייע שטח און נייע פּארן ווערענדיג אריין געבאקסט אין זייער שמאלע טערעטאריע דורך די פארצווייגטע לאס אנדשעלעס הייוועי סיסטעם

איין גאר באקאנטע מאנטען לייען גערופן "P22" האט דורך געמאכט צוויי הייוויעס אנצוקומען צו די "גריפיט פארק" פון די דערנעבענדיגע סענטע מאניקע בערג, די לייב וועלכע איז יעצט פארכאפט אין א קליינע אכט מייל שטח אפגעהאקט פון אלע זייטן מיט הייוועיס איז געווארן די פראפעגאנדע מיטל צו ברענגען פאבליק עוועירנעס פונעם פראבלעם

37085642_404.jpg
די באקאנטע P22, מערק די "קאלער" וואס ליגט אויף זיין האלז מיט וואס פארשער קענען האלטן א אויג אויף זיין לאקאציע
37085642_404.jpg (9.73 KiB) געזעהן 4008 מאל


אנדערע מאנטען לייענס זענען נישט געוועהן אזוי "גליקליך" און אזויפיל ווי 12 זענען שוין געהארגעט געווארן אויף די הייוועי אליינס, פראבירענדיג עס אריבערצולויפן און רוב וועלן עס ניטאמאל פראבירן

די נייע בריק פלאן וועט צוזאם ברענגען צוויי וויכטיגע מאנטען לייען שטחים און עס לינקען צוזאמען שאפענדיג א זיכערע וועג פאר די לייבן אריבער צו גיין פרייערהייט אין זיך פאר שפייז און פאר א פּאר
37085628_404.jpg
א סקיצע פונעם בריק
37085628_404.jpg (17.69 KiB) געזעהן 4008 מאל

לויטן פלאן וועט די בריק ווערן איבערגעדעקט מיט געוואקסן פונקט פון די סארט וואס וואקסן אינעם ארום און וועט דעריבער אויסזעהן נאטירלעך צו די חיות

די בריק איז געפלאנט צו זיין 200 פיס לאנג און 165 פיס ברייט טראגט א פרייז טעג פון צווישן 30 און 50 מיליאן דאלער און די געלט מיזן ווערן באצאלט ווערן דורך פריוואטע נדבות און א פאנדרעיזינג קאמפיין דערפאר איז אונטעוועגנס

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3158
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך ינואר 18, 2017 10:52 pm

זייער שיין, רייך, אינטערעסאנט און אינפארמאטירט.

האב האסטו א ברירה ברענג נאך ביטע, מאך א יש דא!

טענקיא אלערט!
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 18, 2017 11:12 pm

יישר כח ברירה פאר די כסדר'דיגע אפדעיטס.
סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וואס גייט מען טוען צו מאכן די מאונטען לייענס אריבערגיין נאר דארט? גייט מען טיילן טיקעטס פאר איינער וואס קראסט ערגעץ אנדערש אזויווי מען טוט פאר א הערש וואס קראסט נישט ביי א DEER WARNING סיין?...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:13 am

ס'איז א גוטע פראגע... זעהט אויס אז זיי לערנען זיך אויס

די עצם געדאנק איז שוין א אלטע און עס ארבעט, פאר מער זעה דא

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 12:45 am

ייש"כ פאר די לינק. זייער אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11490
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 1:53 pm

יישר כח פאר די באריכט.

יעצט זוכט מען נדבות צו מאכן בריקן פאר מענטשן וואס ווילן אדורכגיין די גאסן פון ניו יארק סיטי און נישט ווערן באטראפן דורך ראטן, די בריקן וועלן זיך ציען פון מיין הויז ביז צום בית המדרש / גראסערי וכו'.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 2:20 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח פאר די באריכט.

יעצט זוכט מען נדבות צו מאכן בריקן פאר מענטשן וואס ווילן אדורכגיין די גאסן פון ניו יארק סיטי און נישט ווערן באטראפן דורך ראטן, די בריקן וועלן זיך ציען פון מיין הויז ביז צום בית המדרש / גראסערי וכו'.


:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 2:23 pm

דא איז נישט פארברענגען

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5004
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 19, 2017 8:50 pm

טייל מענטשן קענען נישט פארנעמען קיין וויץ נאר ווען זיי זענען 'אויפגעסעט'
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מארטש 29, 2017 9:56 pm

עס איז שוין לאנג באקאנט אז די גרויסע שלענג אין אינדאניזיע (Reticulated Python), וואס קענען זיין לענגער ווי 20 פוס האבן די מעגליכקייט צו דערשטיקן ל"ע און איינצושלינגען מענטשן גאנצערהייט.

עס איז אבער נישט געווען קיין סייענטיפישע באווייזן דערויף אדער א דאקומענטירטע פאל. ליידער איז דאס יעצט באשטעטיגט געווארן, ווען א Reticulated Python וואס איז געווען 23 פוס לאנג האט איינגעשליגען א 25 יעריגע אינדיאנאזער גוי.

אקבאר איז געגאנגען אין פעלד, אבער ווען זיין משפחה האט געזען אז ער קומט נישט אהיים, האבן זיי דאס געמאלדן פאר די פאליציי וואס האט אים געזוכט און נישט געטראפן. איינוואוינער דארט האבן באמערקט דעם שלאנג זיך אפרוען נעבן די פעלדער וואס באלאנגן צו די משפחה. האט מען געפאנגען דעם שלאנג און עס אויפגעשניטן, דאן האט מען דערין געטראפן דעם טויטן קערפער.

מה ענין שמיטה אצל הר סיני? דארף מען וויסן אז גארנישט פאסירט אויף די וועלט סתם אזוי, עפעס א וואונק וויל מען אונז געבן פון הימל. וועל איך עס אביסל איבערטייטשן אין אנדערע ווערטער אז מ'זאל פארשטיין.

דער שלאנג איז מקורו ממקור הטומאה, דער ס"מ אליין, וואס ער קען שלונגען מענטשן גאנצערהייט. והנמשל מובן מאליו. ודו"ק

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1968
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך מארטש 29, 2017 10:13 pm

שרעקעדיג! ש'כח פארן באשרייבן.

דערשטיקן ר"ל איז יא געווען פעלער ווי עס האט פאסירט, איינשלינגען נישט.

(עס איז דא א ווידיאו ווי מען שניידט אויף די בויך פונעם שלאנג וכו... נישט געמאכט צו קוקן...)
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מיטוואך מארטש 29, 2017 10:21 pm

גראדע יא דא א באריכט פון איינשלינגן (שיינע פאר יאר צוריק) אבער נישט באשטעטיגט מיט גענוג באווייזן, ווי עס איז שכיח אין די צוריקגעבליבענע לענדער און אינזלען.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 9:37 am

עטליכע עדותשאפטן האבן איבערצייגט פארשער אנצוהייבן מיט א מאסיווע זוך אקציע נאך א באשעפעניש וועלכע איז באטראכט געווארן אלץ "עקסטינקט" פאר מער ווי 80 יאר נאכדעם וואס די לעצטע פון די סארט איז געשטארבן אין א טור גארטן אין 1936
58da51222c00002100ff0d4d.jpeg
א בילד גענומען פון די זו מיט די לעצטע באקאנטע פון די סארט



די באשעפעניש גערופן "טאסמעיניען טיגער" צוליב די שווארצע פאסן וואס זי האט פארמאגט אויפ'ן רוקן איז געווען בערך אזוי גרויס ווי א ערוואקסענע הינט און האט פארמאגט א עקסטערע גרויסע מויל װעלכע זי האט געקענט עפענען ביז 80 דעגריס

58da526b1d0000cf3b7d0dfc.jpeg
די באשעפעניש


זי פלעגט זיין פארשפרייט איבער גאנץ אוסטראליע אבער נאכן באקומען די רעפוטאציע אלץ א באשעפעניש וועלכע לאקערט אויף פריוואטע פארמס איז זי געווארן אויסגעראטן פונעם גאנצן לאנד איבערלעבענדיג בלויז אויף די טאסמעיניען אינזל וועלכע איז היינט א חלק פון אוסטראליע

א צאל "סייטינגס" פון די חיה זענען באריכטעט געווארן אין לויף פון די יארן אבער זיי זענען שטענדיג געווארן אויפגענומען מיט סקעפטעסיזם. ביז א שטיק צייט צוריק ווען צוויי מענטשן אינעם זעלבן געגענט אויפן אינזעל האבן באריכטעט אז זיי האבן געזעהן די באשעפעניש פון די נאנט. איינער פון זיי א לאנג יעריגע איינגעשטעלטער ביי די ארטיגע נעשנעל פארק דעפארטמענט און די צווייטער א אפטער קעמפּער אינעם געגענט

מער ווי פופציג קאמערע טרעפּס וועלן ווערן אויסגעלייגט אין די געגענט אזוי פרי ווי קומענדע חודש און א ברייטע סערוועי וואס וועט ווערן א אנגעפירט דורך א אוסטראליעשע יוניווערסיטי

download.png
די טאסמעיניען קאוט אוו ארמס מיט צוויי טאסמעיניען טיגערס ביי די זייטן
download.png (13.88 KiB) געזעהן 3385 מאל

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 11:11 am

יישר כח ברירה פאר די נייעס.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 11:43 am

יישר כח יש ברירה אונזער "גרויסע קאץ משפחה" קארעספאנדעד

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 11:55 am

שכוח יש ברירה, עס איז א געשמאק צו ליינען
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

כרם
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 12:28 pm

יישר כח "ר' מומחה" און ר' יש"

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1202
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 12:48 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:יישר כח יש ברירה אונזער "גרויסע קאץ משפחה" קארעספאנדעד


:lol: :lol:

הערליך צו ליינען! שכח.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3500
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 1:17 pm

יישר כח יש ברירה.

די בעל חי זעט אויס ממש ווי א האלבע טייגער האלבע הינט, די פאדערשטע חלק האט האר, און די אינטערשטע שוואכער, חציו עבד וחציו בן חורין.. איז די קאליר אויך האלב אראנדזש און האלב ברוין?

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 1:39 pm

זייער שיינע ידיעות און בילדער
יש ברירה און מומחה
א דאנק אייך

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:10 pm

א דאנק יעדעם פאר די שיינע באריכטן,

איך האב זיך אלס געווינדערט וואס איז אזוי געפערליך אז א מין חיה גייט אינטער און ווערן אויסגעראטען ? וועמען שטערט עס ?,
איך רעד שוין נישט פין דעם וואס די באהערדע פון די רעגירינג זעהט אויס מער אינטעסירט צו ראטעווען די חיות ווי מענטשען , אבער אז אויב %95 איז שוין אינטערגעגאנגען , וואס וועט שוין פאסירען אויב די איבעריגע %5 וועלען אויך פארשווינדען ווערען ?

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:16 pm

יישר כח יש ברירה.

שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » דאנארשטאג מארטש 30, 2017 4:36 pm

מיר אידן ווייסן אז אלעס וואס איז באשאפן געווארן האט א צורך.

אבער דעסטגלייכן גלייבן מיר, אז דער בורא פירט די וועלט, און לאזט אונטערגיין נאר דאס וואס ער לאזט.

תיקו.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”