וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 1:29 pm

יש הנאה האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:אפשר איז שוין צייט פאר א באזונדערע אשכול אין קרעטשמע פון וויילדלייף קליפס? און לאזן דיזע אשכול בלויז פאר נייעס און פאקטן פון חיות, און אלע סתם קליפס און אלע גא''מ'ס פאר נאך קליפס, און א באזונדערע אשכול.

וואס זאגט דער עולם? דער עולם איז מסכים?

פייין

דיסקלעימער: איך האב נישט געמיינט אראפצורייסן די וואס שרייבן גא''מ און אוודאי נישט די וואס לייגן קליפס, מ'ברויך עס פשוט אפטיילן די צוויי זאכן לטובת שניהם. אגב איז שוין געעפנט געווארן א אשכול פאר קליפס אין קרעטשמע.

איך האלט אויך פון דעם.

איז די קליפס אשכול געווידמעט פאר וויילדלייף קליפס? אויב יא, ברענג די לינק.

אמאל פלעגט מען טאקע מאדערעטן און בעהטן דעם עולם זיך צו האלטן נאר צו נייעס. איך האב מער הנאה געהאט ווען עס איז געווען אזוי. איך גלייב אז איך בין נישט דער איינציגסטער..

וואלד
שר חמש מאות
תגובות: 650
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 17, 2021 4:38 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך וואלד » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 2:27 pm

היכי תמצא האט געשריבן:איז די קליפס אשכול געווידמעט פאר וויילדלייף קליפס? אויב יא, ברענג די לינק.

viewtopic.php?f=3&t=50110

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך היכי תמצא » זונטאג סעפטעמבער 26, 2021 6:35 pm

וואלד האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:איז די קליפס אשכול געווידמעט פאר וויילדלייף קליפס? אויב יא, ברענג די לינק.

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=3&t=50110

ש'כח

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך יש הנאה » מאנטאג אוקטובער 11, 2021 2:43 pm

beluga.jpg
beluga.jpg (66 KiB) געזעהן 1855 מאל

חיות פארשער האבן אויפגעכאפט א זעלטענע ערשיינונג, א בעלוגע וואלפיש איז געפינען געווארן אין די וואסערן פון 'פוגעט סאונד' הארט נעבן די סטעיט וואשינגטאן, דאס איז א ערך פון 1,500 מייל ווייט פון די נאנסטע וואוינארט פון בעלוגע'ס.

בעלוגעס וואוינען בעיקר אין די ארקטיק/נארט פאול עריע, זיי לעבן אין גרויסע משפחות ממיילא איז דאס א גרויסער חידוש אז איין בעלוגע האט אוועק געוואנדערט אזוי ווייט..

(בעלוגעס זענען פון די קלענערע סארט וואלפיש'ן, זייער לענג אין דורכשניט איז 16 פיס וועגן בערך 3,500 פונט, זיי זענען גאר קלוג, די פאולער בער מיט די קילער וועיל זענען זייערע פארציקער.)

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך Borrower » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 2:10 pm

איינער ווייסט ?
א טיגער געזעהן אין פארשעי היינט ????

מיז זיין אנטלאפן פון א טיר גארטן וכדומה

@hasidic_3

אוועטאר
יש הנאה
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך יש הנאה » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 2:19 pm

Borrower האט געשריבן:איינער ווייסט ?
א טיגער געזעהן אין פארשעי היינט ????

מיז זיין אנטלאפן פון א טיר גארטן וכדומה

@hasidic_3

נישט דאס ערשטע מאל וואס איינער פראבירט צו אנציען אביסל דעם עולם...
Screenshot 2021-10-12 141542.png
Screenshot 2021-10-12 141542.png (365.81 KiB) געזעהן 1492 מאל

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך Borrower » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 2:22 pm

קען עמיצער ארויפלייגן א קליפל געפאוסט אויף hasidic_3
אנגעבליך אין פארשעי - קוקט אויס ווי א טיגער

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך Borrower » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 2:23 pm

יש הנאה האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:איינער ווייסט ?
א טיגער געזעהן אין פארשעי היינט ????

מיז זיין אנטלאפן פון א טיר גארטן וכדומה

@hasidic_3

נישט דאס ערשטע מאל וואס איינער פראבירט צו אנציען אביסל דעם עולם...
Screenshot 2021-10-12 141542.png

ס'נאר א טיגער

קרעדיט: יחצל - יודא

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 3:02 pm

Borrower האט געשריבן:
יש הנאה האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:איינער ווייסט ?
א טיגער געזעהן אין פארשעי היינט ????

מיז זיין אנטלאפן פון א טיר גארטן וכדומה

@hasidic_3

נישט דאס ערשטע מאל וואס איינער פראבירט צו אנציען אביסל דעם עולם...
Screenshot 2021-10-12 141542.png

ס'נאר א טיגער

קרעדיט: יחצל - יודא

יושע פר"מ טרייבט קוואטעס פונעם עולם...
https://drive.google.com/file/d/1aCVde8 ... sp=sharing
לעצט פאראכטן דורך eller אום דינסטאג אוקטובער 12, 2021 3:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

ישראל_הלוי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3603
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך ישראל_הלוי » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 3:03 pm

Borrower האט געשריבן:קען עמיצער ארויפלייגן א קליפל געפאוסט אויף hasidic_3
אנגעבליך אין פארשעי - קוקט אויס ווי א טיגער

חח... איינער האט עס געלייגט אויף זיין סטעטוס אלס א וויץ (ער איז אין מיאמי אין א זאא).. און דער עולם איז געפאלן דערפאר.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 16941
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 4:49 pm

ישראל_הלוי האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:קען עמיצער ארויפלייגן א קליפל געפאוסט אויף hasidic_3
אנגעבליך אין פארשעי - קוקט אויס ווי א טיגער

חח... איינער האט עס געלייגט אויף זיין סטעטוס אלס א וויץ (ער איז אין מיאמי אין א זאא).. און דער עולם איז געפאלן דערפאר.

:lol:
עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער א עדיוקעטעד טיפש

אוועטאר
קאמעץ בארד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך קאמעץ בארד » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 5:02 pm

איך האב עטליכע מאל געהאט אזא חי'לע אויף מיין פארטש און געמיינט אז ס'איז א racoon.
לעצטנס האב זיך אנגעשטויסן אין א בילד פון די באשעפעניש איך האב געזעהן (עכ"פ אזוי מיינעך) און עס ווערט געברענגט אז דאס איז אן opossum.
איך האב קיינמאל געהערט פון אזא באשעפעניש בעפאר און איך בין נישט זיכער אז דאס איז עס געווען.
האט איינער מער אינפא.?
IMG_1777_0.jpg
IMG_1777_0.jpg (265.02 KiB) געזעהן 1140 מאל
בּאָרד בּאָרד, וואו איז דיין איד?!

eller
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך eller » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 6:03 pm

https://drive.google.com/file/d/1NxeUtZ ... sp=sharing
פאליציי אין פערו האבן פארבינדן א מעסערל צו א דראון, צו העלפן באפרייען א טויבעלע פארהאנקעט אין א שטריק.
שכנים האבן אלארמירט פאליציי איבער די געשטראנדעטע באשעפעניש, וועלכע האט געהאנגען פאר ארום 12 שעה.
▫️אידישער ווינקל ▫️
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
---
זייט א חלק פון די טויזענטער אידן וואס דאנקן די באשעפער יעדן טאג מיטן זאגן די תפילת תודה
זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 6:44 pm

פעניאק האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
פעניאק האט געשריבן:לויט ווי אזוי איך ווייס איז די שווארץ אין ווייסע פייגל זיכער נישט דער נשר, די מחלוקה איז אויס סאיז א וואולטשור אדער עפעס ענליך

די באלד איגעל?

יא
זיכער נישט !

פארוואס נישט?

נישטא קיין איין שיטה וואס האלט אז די באלד איגעל איז דער נשר

עס איז דא שיטות אז נשר איז ממשפחת האיגל וואס דער באלד איגל איז איינע פון די דאזיגע
די שיטות אז נשר איז אן איגל:
רב סעדי' גאון
אבן עזרא
חזקוני

שיטות אז נשר איז נישט ממשפחת האיגל נאר אן אנדער פייגל אבער לאו דוקא ממשפחת הוואלטשור:
תוספות חולין דף ס"ג און אזוי שטייט טאקע אויך אין דעת זקנים פרשת שמיני
וואלטשור מהיכי תיתי?

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך גיכער » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 8:35 pm

לויט ווי תוספות איז מסביר אז דער נשר האט דער אייבערשטער באשאפן אז עס פארמאגט נישט קיין פעדערן אויפ׳ן קאפ כדי אז ווען ער שטעקט אריין זיין קאפ אין דעם נבילה זאלן זיינע פעדערן נישט פארשמירט ווייל ער פארמאגט נישט די כלים זיך צי זויבערן דעם קאפ איז שטארק מסתבר אז דאס זאל זיין דער וואלטשער וואס האט טאקע אויך נישט קיין פעדערן אויפ׳ן קאפ
ווי אויך איז דער וואלטשער באוויסט צי עסן בעיקר גרויסע נבילה׳ס אנדערש ווי דער איגל אדער אנדערע פייגל וואס כאפן פיש אדער קלענערע בעלי חיים
נאך מער דער על גוזליו ירחף שטימט לכאורה זייער גוט אויפ׳ן וואלטשער וואס איז באוויסט מיט זיין שוועבן און הויערן הגם לגבי דעם על גוזליו בין איך נישט באקאנט

אוועטאר
היכי תמצא
שר האלפיים
תגובות: 2666
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2020 4:23 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך היכי תמצא » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 9:17 pm

קאמעץ בארד האט געשריבן:איך האב עטליכע מאל געהאט אזא חי'לע אויף מיין פארטש און געמיינט אז ס'איז א racoon.
לעצטנס האב זיך אנגעשטויסן אין א בילד פון די באשעפעניש איך האב געזעהן (עכ"פ אזוי מיינעך) און עס ווערט געברענגט אז דאס איז אן opossum.
איך האב קיינמאל געהערט פון אזא באשעפעניש בעפאר און איך בין נישט זיכער אז דאס איז עס געווען.
האט איינער מער אינפא.?
IMG_1777_0.jpg

כ'האב באשטעטיגט אז דאס איז טאקע אן opossum.

אפאר אינטערעסאנטע פאקטן:
זיי זענען די איינציגסטע מאמאל (mammal) וואס איז כמעט אומעגליך אנגעשטעקט צו ווערן מיט רעיביס.
זיי גלייכן סטראבעריס פאר א טריעט.
זיי עסן אסאך פּעסט (pests), ticks, fleas, mosquito, spiders, mice, snakes,
זיי זענען אימיון צו גיפט פון שלענג, דעריבער עסן זיי אלע סארט גיפטיגע שלענג.
ווען עס קומט צו מענטשן זענען זיי זייער פרידליך (ספעציעל אויב מ'גיבט זיי א סטראבערי...)

בקיצור, עס איז נישט שלעכט זיי צו האבן און די בעק יארד.. עס ווערט געשאצט אז אן איינצעלע אופאסעם (opossum) עסט 5 טויזנט טיקס (ticks) א יאר!

אויב זיי דערשרעקן זיך פון א מענטש, שפילן זיי כאילוי זיי זענען טויט.

פעניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך פעניאק » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:36 pm

יא, געזעהן דעם אפאסום אין די קאנטרי יעדע פארטאגס (ווען איך בין געווען אויף)...

פעניאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2018 4:42 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך פעניאק » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:39 pm

פעניאק האט געשריבן:יא, געזעהן דעם אפאסום אין די קאנטרי יעדע פארטאגס (ווען איך בין געווען אויף)...

אנשילדיגס יעצט געזעהן דיין בילד נישט דעיס פלעג איך זעהן,
איך רעדט פון עפעס גרעסערס, מער האריג, אין מער טינקעלער

אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך שאראש-פאטאק » דינסטאג אוקטובער 12, 2021 10:46 pm

היכי תמצא האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:איך האב עטליכע מאל געהאט אזא חי'לע אויף מיין פארטש און געמיינט אז ס'איז א racoon.
לעצטנס האב זיך אנגעשטויסן אין א בילד פון די באשעפעניש איך האב געזעהן (עכ"פ אזוי מיינעך) און עס ווערט געברענגט אז דאס איז אן opossum.
איך האב קיינמאל געהערט פון אזא באשעפעניש בעפאר און איך בין נישט זיכער אז דאס איז עס געווען.
האט איינער מער אינפא.?
IMG_1777_0.jpg

כ'האב באשטעטיגט אז דאס איז טאקע אן opossum.

אפאר אינטערעסאנטע פאקטן:
זיי זענען די איינציגסטע מאמאל (mammal) וואס איז כמעט אומעגליך אנגעשטעקט צו ווערן מיט רעיביס.
זיי גלייכן סטראבעריס פאר א טריעט.
זיי עסן אסאך פּעסט (pests), ticks, fleas, mosquito, spiders, mice, snakes,
זיי זענען אימיון צו גיפט פון שלענג, דעריבער עסן זיי אלע סארט גיפטיגע שלענג.
ווען עס קומט צו מענטשן זענען זיי זייער פרידליך (ספעציעל אויב מ'גיבט זיי א סטראבערי...)

בקיצור, עס איז נישט שלעכט זיי צו האבן און די בעק יארד.. עס ווערט געשאצט אז אן איינצעלע אופאסעם (opossum) עסט 5 טויזנט טיקס (ticks) א יאר!

אויב זיי דערשרעקן זיך פון א מענטש, שפילן זיי כאילוי זיי זענען טויט.

ווי וואוינט איר ?
פארוואס זע איך נישט אויף מיין פארטש אין מאנסי גארנישט

אוועטאר
Borrower
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2020 10:21 am

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך Borrower » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 8:03 am

שאראש-פאטאק האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:
קאמעץ בארד האט געשריבן:איך האב עטליכע מאל געהאט אזא חי'לע אויף מיין פארטש און געמיינט אז ס'איז א racoon.
לעצטנס האב זיך אנגעשטויסן אין א בילד פון די באשעפעניש איך האב געזעהן (עכ"פ אזוי מיינעך) און עס ווערט געברענגט אז דאס איז אן opossum.
איך האב קיינמאל געהערט פון אזא באשעפעניש בעפאר און איך בין נישט זיכער אז דאס איז עס געווען.
האט איינער מער אינפא.?
IMG_1777_0.jpg

כ'האב באשטעטיגט אז דאס איז טאקע אן opossum.

אפאר אינטערעסאנטע פאקטן:
זיי זענען די איינציגסטע מאמאל (mammal) וואס איז כמעט אומעגליך אנגעשטעקט צו ווערן מיט רעיביס.
זיי גלייכן סטראבעריס פאר א טריעט.
זיי עסן אסאך פּעסט (pests), ticks, fleas, mosquito, spiders, mice, snakes,
זיי זענען אימיון צו גיפט פון שלענג, דעריבער עסן זיי אלע סארט גיפטיגע שלענג.
ווען עס קומט צו מענטשן זענען זיי זייער פרידליך (ספעציעל אויב מ'גיבט זיי א סטראבערי...)

בקיצור, עס איז נישט שלעכט זיי צו האבן און די בעק יארד.. עס ווערט געשאצט אז אן איינצעלע אופאסעם (opossum) עסט 5 טויזנט טיקס (ticks) א יאר!

אויב זיי דערשרעקן זיך פון א מענטש, שפילן זיי כאילוי זיי זענען טויט.

ווי וואוינט איר ?
פארוואס זע איך נישט אויף מיין פארטש אין מאנסי גארנישט

מסתבר אז זיי זענען נאר ווי זיי האבן א שפע פון FOOD- טא דאנק ג-ט אז דיין פראפערטי איז נישט אינפעסטירט

אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:00 am

האב איך הישט געוויסט אז אין מאנסי איז עס דא
אין מיין פראפערטי איז דא א שפע פון גראן האג זיי מאכען גרויסע לעכער אין די ערד אין דרייען זיך ארום די שטיינער הנעל״ד אז דאס איז די חולדה הנזכר בגמרא

אוועטאר
קאמעץ בארד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך קאמעץ בארד » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 9:33 am

ער האט נישט ממש געשפילט טויט, ער איז געבליבן מיט אפענע אויגן, אבער געפרוירן, ער האט זיך נישט גערירט ביז איך בין אוועק פון דארט פאר אפאר מינוט. טאקע זייער אינטערעסאנט געווען.
איך וואוין אין א הויז פון די זיבעציגער יארן מיט א בעקיארד און ביימער, איך האב פון אלע מינים, גראן האגס וואוינען ביים שע"ד, הערשן, סקאנקס (יעדע נאכט), רעקאנס גאר אפט (שוין אויך געהאט אויף מיין פארטש) און אלע סארט אינזעקטן. (כ'האף עטץ זענטס מיר נישט צי שטארק מקנא מיין נחלה)
בּאָרד בּאָרד, וואו איז דיין איד?!

אוועטאר
שאראש-פאטאק
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 20, 2019 10:25 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך שאראש-פאטאק » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:19 am

קאמעץ בארד האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
Borrower האט געשריבן:
שאראש-פאטאק האט געשריבן:
היכי תמצא האט געשריבן:כ'האב באשטעטיגט אז דאס איז טאקע אן opossum.

אפאר אינטערעסאנטע פאקטן:
זיי זענען די איינציגסטע מאמאל (mammal) וואס איז כמעט אומעגליך אנגעשטעקט צו ווערן מיט רעיביס.
זיי גלייכן סטראבעריס פאר א טריעט.
זיי עסן אסאך פּעסט (pests), ticks, fleas, mosquito, spiders, mice, snakes,
זיי זענען אימיון צו גיפט פון שלענג, דעריבער עסן זיי אלע סארט גיפטיגע שלענג.
ווען עס קומט צו מענטשן זענען זיי זייער פרידליך (ספעציעל אויב מ'גיבט זיי א סטראבערי...)

בקיצור, עס איז נישט שלעכט זיי צו האבן און די בעק יארד.. עס ווערט געשאצט אז אן איינצעלע אופאסעם (opossum) עסט 5 טויזנט טיקס (ticks) א יאר!

אויב זיי דערשרעקן זיך פון א מענטש, שפילן זיי כאילוי זיי זענען טויט.

ווי וואוינט איר ?
פארוואס זע איך נישט אויף מיין פארטש אין מאנסי גארנישט

מסתבר אז זיי זענען נאר ווי זיי האבן א שפע פון FOOD- טא דאנק ג-ט אז דיין פראפערטי איז נישט אינפעסטירט

האב איך הישט געוויסט אז אין מאנסי איז עס דא
אין מיין פראפערטי איז דא א שפע פון גראן האג זיי מאכען גרויסע לעכער אין די ערד אין דרייען זיך ארום די שטיינער הנעל״ד אז דאס איז די חולדה הנזכר בגמרא

ער האט נישט ממש געשפילט טויט, ער איז געבליבן מיט אפענע אויגן, אבער געפרוירן, ער האט זיך נישט גערירט ביז איך בין אוועק פון דארט פאר אפאר מינוט. טאקע זייער אינטערעסאנט געווען.
איך וואוין אין א הויז פון די זיבעציגער יארן מיט א בעקיארד און ביימער, איך האב פון אלע מינים, גראן האגס וואוינען ביים שע"ד, הערשן, סקאנקס (יעדע נאכט), רעקאנס גאר אפט (שוין אויך געהאט אויף מיין פארטש) און אלע סארט אינזעקטן. (כ'האף עטץ זענטס מיר נישט צי שטארק מקנא מיין נחלה)

אז איר האט א קעמרע אין אייער בעק יארד אפשר קענט אראפ נעמען א קליפ ווי 2 חברה פייטען זיך

אוועטאר
קאמעץ בארד
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2021 5:51 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך קאמעץ בארד » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 10:23 am

די בילד איז נישט פון מיר, איך האב עס נאר ארויפגלייגט פאר אילוסטראציע
בּאָרד בּאָרד, וואו איז דיין איד?!

Gevald Geshrigen
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

Re: וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך אוקטובער 13, 2021 12:01 pm

גיכער האט געשריבן:לויט ווי תוספות איז מסביר אז דער נשר האט דער אייבערשטער באשאפן אז עס פארמאגט נישט קיין פעדערן אויפ׳ן קאפ כדי אז ווען ער שטעקט אריין זיין קאפ אין דעם נבילה זאלן זיינע פעדערן נישט פארשמירט ווייל ער פארמאגט נישט די כלים זיך צי זויבערן דעם קאפ איז שטארק מסתבר אז דאס זאל זיין דער וואלטשער וואס האט טאקע אויך נישט קיין פעדערן אויפ׳ן קאפ
ווי אויך איז דער וואלטשער באוויסט צי עסן בעיקר גרויסע נבילה׳ס אנדערש ווי דער איגל אדער אנדערע פייגל וואס כאפן פיש אדער קלענערע בעלי חיים
נאך מער דער על גוזליו ירחף שטימט לכאורה זייער גוט אויפ׳ן וואלטשער וואס איז באוויסט מיט זיין שוועבן און הויערן הגם לגבי דעם על גוזליו בין איך נישט באקאנט

דיזאך פון נישט האבן פעדערן אויפן קאפ שטייט אין תוספות?

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”