בלאט 1 פון 76

וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 12:05 am
דורך יש ברירה
די "פיש ענד וויילדלייף" ארגענעזאציע האט ארויפגעשטעלט צום ערשטן מאל אויף איר ליסטע פון באדראעטע באשעפענישן 'א בין'

די "ראסטי פעטשד באמבעל בי" וועלכע האט אמאל געלעבט אין 28 שטאטן איבער אמעריקע געפינט זיך היינט אין בלויז קליינע נומערן אין 13 שטאטן מיט א רעדוקציע פון 87٪ פון איר באפעלקערונג

הגם עס קוקט אויס מינדערוויכטיג איז אבער די נייעס מער ערענסט ווי מען מיינט נעמענדיג אין באטראכט אז בינען זענען פון די הויפט "פאלינעיטערס" אויף דער וועלט פאר פילע פרוכט און גרינצייג, און זיי טוען ארבעט געשאצט אויף עטליכע ביליאן דאלער יערליך!

אויב זאלן נאך בינען ארויפגיין אויף די ליסטע צוליב די זעלבע סיבות וואס זענען צופיל "פעסטעסייד" (א סובסטאנץ וועלכע מען באשפריץ וואוקסונגען קעגן קריכעדיגע) און צוליב פארלירן פון זייערע נאטירליכע וואוין ערטער קען דאס שטארק אפעקטירן צום שלעכט די גאנצע עגריקאלטשער פון אמעריקע

געשריבן: פרייטאג יאנואר 13, 2017 11:15 am
דורך eller
אה ער האט זיך ב"ה דערמאנט מיר ווארטען אויף נאך נייעס אין באריכטען פון די מה רבו מעשיך השם
KEEP ON !!!!!

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 8:24 pm
דורך אויסגערעכנט
די בינען קענען ציפן? אויב יא זאלן זיי אינטערגיין ווי די זון.

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 8:43 pm
דורך אמביציע
אויסגערעכנט האט געשריבן:די בינען קענען ציפן? אויב יא זאלן זיי אינטערגיין ווי די זון.

מיר דארפן גאר וויכטיג די בינען, אן זיי וואלטן זייער אסאך פרוכט נישט עגזעסטירט, זיי זענען די וואס טראכן ארום די זומען וואו זיי דארפן אנקומען און אזוי קען וואקסן, אבער אויב זיי גייען אינטער קען זיין גרויסע צרות.

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 9:17 pm
דורך משה כספי
אמביציע האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:די בינען קענען ציפן? אויב יא זאלן זיי אינטערגיין ווי די זון.

מיר דארפן גאר וויכטיג די בינען, אן זיי וואלטן זייער אסאך פרוכט נישט עגזעסטירט, זיי זענען די וואס טראכן ארום די זומען וואו זיי דארפן אנקומען און אזוי קען וואקסן, אבער אויב זיי גייען אינטער קען זיין גרויסע צרות.

די כאפסט נישט ער מיינט זיי זאלן אונטערגיין ביינאכט און זיין אקטיוו צופרי אדער פארקערט אבער נישט א פולע אינטערגאנג נאר א שטייגער ווי די זון...

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:42 pm
דורך סידיראם
משה כספי האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:די בינען קענען ציפן? אויב יא זאלן זיי אינטערגיין ווי די זון.

מיר דארפן גאר וויכטיג די בינען, אן זיי וואלטן זייער אסאך פרוכט נישט עגזעסטירט, זיי זענען די וואס טראכן ארום די זומען וואו זיי דארפן אנקומען און אזוי קען וואקסן, אבער אויב זיי גייען אינטער קען זיין גרויסע צרות.

די כאפסט נישט ער מיינט זיי זאלן אונטערגיין ביינאכט און זיין אקטיוו צופרי אדער פארקערט אבער נישט א פולע אינטערגאנג נאר א שטייגער ווי די זון...

זייער א שיינע תורה'לע...

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 14, 2017 10:56 pm
דורך אויסגערעכנט
משה כספי האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:די בינען קענען ציפן? אויב יא זאלן זיי אינטערגיין ווי די זון.

מיר דארפן גאר וויכטיג די בינען, אן זיי וואלטן זייער אסאך פרוכט נישט עגזעסטירט, זיי זענען די וואס טראכן ארום די זומען וואו זיי דארפן אנקומען און אזוי קען וואקסן, אבער אויב זיי גייען אינטער קען זיין גרויסע צרות.

די כאפסט נישט ער מיינט זיי זאלן אונטערגיין ביינאכט און זיין אקטיוו צופרי אדער פארקערט אבער נישט א פולע אינטערגאנג נאר א שטייגער ווי די זון...

משה פארשטייט... זיי זאלן אונטערגיין אבער צוריקומען ווען מען דארף זיי האבן.

ווי תורה דארט חכמה, און אז נישט תורה כאטש חכמה.... סארי... איך האב נאר געמאכט א וויץ.. איך קען משה אלס א טייערע אינגערמאן, ער קען גאנץ חילול שבת אויסעווייניג.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:25 pm
דורך יש ברירה
חיות פארשער זענען באזארגט איבער א פרישע ערשיינונג אין די טיבעטן בערג אין צענטראל כינע נאך וואס אראפגעשטעלטע קאמערעס אויפן ארט האבן אויפגעכאפט צום ערשטן מאל א געווענליכע לעפערט אין די רעינדש ווי עס וואוינען [מיין ליבלינג...] די שניי לעמפערט

די פארשער לייגן אן די (טבע'דיגע) שילד אויף קלימאטן טשענדש ווען אין די לעצטערע יארן מיט א מער ווארימע קלימאט האבן ביימער אנגעהויבן וואקסן אויף פיל העכערע ערטער אויפן בארג ווי געוועהנליך

די לעפערט וועלכע וואוינט אין די מער באוואקסענע ערטער האבן אנגעהויבן אויסברייטערן זייערע שטחים ארויף העכער אויפן בארג נאכגייענדיג די פרישע ביימער גרעניצן אריינגייענדיג אין שניי לעמפערט טערעטאריע

די שניי לעפערט זענען אין א סכנה פון אונטערגאנג און פארשער זענען באזארגט אז פרישע קאנפראנטאציעס מיט זייערע קאזינעס וועלן פארשווערן זייער שוין אזוי אויך אנגעשטרענגטע לעבנס שטייגער

די בילדער געכאפט אינעם זעלבן געגענט
Screenshot_2017-01-16-22-22-58-1.png
Screenshot_2017-01-16-22-22-54-1.png

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:34 pm
דורך וואוילע שעפעלע
אוי ווי די שניי לעמפערטס זענען אין סכנה!

אבער ווי לאנג מיר הערן עס פון דיר לוינט עס...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:36 pm
דורך יש ברירה
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אוי ווי די שניי לעמפערטס זענען אין סכנה!

אבער ווי לאנג מיר הערן עס פון דיר לוינט עס...

גיב נאר א בליק אויף דעם שניי לעפערט... די ווילסט אים נישט האלזן ווי א טעדי בער...? :wink:

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:37 pm
דורך וואוילע שעפעלע
אנטשולדיג, באט איך האלז נישט קיין 'פעטס' :grin:

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:41 pm
דורך יש ברירה
טעדי בערס יא..? :P

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:43 pm
דורך נגיד
יש ברירה האט געשריבן:די בילדער געכאפט אינעם זעלבן געגענט
Screenshot_2017-01-16-22-22-58-1.png
Screenshot_2017-01-16-22-22-54-1.png

ברירה, די בילדער שיינען צו זיין פון די זעלבע "קאמרע" אויף די זעלבע פלאץ, (קוק די ביימער אין די הונטערגרונט)

-

א דאנק פאר די גאר אינטרעסאנטע אשכול, האלט אונז ווייטער אינפארמירט

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:43 pm
דורך וואוילע שעפעלע
לייג מיר נישט אריין ווערטער אין מויל :wink: ...

געשריבן: מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:49 pm
דורך יש ברירה
נגיד האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די בילדער געכאפט אינעם זעלבן געגענט
Screenshot_2017-01-16-22-22-58-1.png
Screenshot_2017-01-16-22-22-54-1.png

ברירה, די בילדער שיינען צו זיין פון די זעלבע "קאמרע" אויף די זעלבע פלאץ, (קוק די ביימער אין די הונטערגרונט)

גערעכט, יעצט מערק איך די בערגל ארויף ביי די לינקע זייט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 4:21 am
דורך משהזוךמיר
אויסגערעכנט האט געשריבן:ווי תורה דארט חכמה, און אז נישט תורה כאטש חכמה.... סארי... איך האב נאר געמאכט א וויץ.. איך קען משה אלס א טייערע אינגערמאן, ער קען גאנץ חילול שבת אויסעווייניג.

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
קענסטעך יא....

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 11:14 am
דורך אייוועלט ארכיוו
יישר כח יש ברירה פארן אנהייבן.

די rusty patched bumble bee איז א מין וואס מ'טרעפט נאר אין אמעריקע, און די חידוש איז אז אנדערע species האבן איבערגענומען די מאכט, און וועגן דעם האט די Xerces Society געארבעט שווער אז די USFWS זאל עס לייגן אויף די ESA ליסטע.

זעה זייער וועבסייט פאר נאך אינטרעסאנטע אינפארמאציע

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 2:42 pm
דורך יש ברירה
מער ווי 80 "פאלטשע קילער וועילס" זענען געפינען געווארן טויט ביי די פלארידא בארטן (נעבן די באקאנטע 'עווערגלעידס נעשאנעל פארק') נאכן ווערן געשטראנדעט אויפן ארט

א בילד פונעם צענע
Screenshot_2017-01-17-14-32-07-1.png

פארשער קענען נישט אנגעבן די אורזאך פאר די מאסן שטראנדונג און זיי האבן אומערפאלגרייך פראבירט צו ראטעווען עטליכע איבערלעבער דורכן זיי צוריק טרייבן צו די אפענע וואסערן אבער זיי זענען געוועהן ווי פארכאפט אין די זומפן און זענען געשטארבן

די נאמען "פאלטשע קיללער וועיל" נעמט זיך צוליב זייער ענליכקייטן צו די קיללער וועילס געבוי און הגם זיי זענען פון די דאלפין משפחה ווערן זיי אבער אפט אידענטיפיצירט מיט די אָרקע פיש

זיי וואקסן ביז 20 פיס אין לענג און די מערסט בולטדיגע חילוק צווישן איר אין די קיללער וועיל איז זייער קאליר, אנדערש ווי די לעצטע פארמאגן זיי נישט די גרויסע ווייסע פלעקן נאר זייערע קערפער זענען שווארץ

זיי זענען אויף די ליסטע פון "אינדעידשערד ספישיס"

די פאעלס קילער וועיל
false.jpg

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:33 pm
דורך אייוועלט ארכיוו
מען האט געטראפן א א נייע סארט moth און עס האט באקומען די נאמען Neopalpa donaldtrumpi, יא א נאמען נאך טראמפ.

דר. וואזריק נאזארי וואס האט עס געטראפן האט געזאגט:

The reason for this choice of name is to bring wider public attention to the need to continue protecting fragile habitats in the US that still contain many undescribed species

מער אינפארמאציע דא

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:35 pm
דורך שמעלקא זאפטיגער
ייש"כ ברירה פאר די אפדעיט.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:40 pm
דורך דניאל בוימענגארטן
מען האט געטראפן א א נייע סארט moth און עס האט באקומען די נאמען Neopalpa donaldtrumpi, יא א נאמען נאך טראמפ.

דר. וואזריק נאזארי וואס האט עס געטראפן האט געזאגט:
The reason for this choice of name is to bring wider public attention to the need to continue protecting fragile habitats in the US that still contain many undescribed species
מער אינפארמאציע דא
אקעי, אבער פארוואס האט מען צוגעלייגט א 'I' צום סוף פון טראמפ??

פאר די הערליכע באריכטן!

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 3:42 pm
דורך אייוועלט ארכיוו
ס'ווערט געשריבן אויף לאטייניש מיט די כללים, ועיין עוד בוויקיפידיע

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 4:19 pm
דורך פאקטען
שיינער אשכול קיפ איט אפ

יש ויש וכו'

יש ברירה האט געשריבן:
וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אוי ווי די שניי לעמפערטס זענען אין סכנה!

אבער ווי לאנג מיר הערן עס פון דיר לוינט עס...

גיב נאר א בליק אויף דעם שניי לעפערט... די ווילסט אים נישט האלזן ווי א טעדי בער...? :wink:

איך וואלט געוואלט, אבער דארפסט ברענגען א היי רעז. פיקטשער... מ'קענישט אזוי

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 8:00 pm
דורך נגיד
יש ברירה האט געשריבן:מער ווי 80 "פאלטשע קילער וועילס" זענען געפינען געווארן טויט ביי די פלארידא בארטן (נעבן די באקאנטע 'עווערגלעידס נעשאנעל פארק') נאכן ווערן געשטראנדעט אויפן ארט

די נאמען "פאלטשע קיללער וועיל" נעמט זיך צוליב זייער ענליכקייטן צו די קיללער וועילס געבוי און הגם זיי זענען פון די דאלפין משפחה ווערן זיי אבער אפט אידענטיפיצירט מיט די אָרקע פיש

די קילער וועיל איז אויך א מין דאלפין און נישט עכט א וועיל, דוק ותשכח

געשריבן: דינסטאג יאנואר 17, 2017 9:06 pm

גערעכט אבער אז מען וויל גיין נאך ווייטער קען מעו זאגן אז דאלפינס מיט וועילס זענען אויך די זעלבע מין... זיי זענען פון די זעלבע "ארדער" הגם אריין גייענדיג טיפער אינעם מין טיילן זיי זיך

אין פאמיליע אליינס איז דא פארשידענע צווייגן און די 'קילער וועיל' איז נישט נאנט רילעטעד צים 'פאלטשע קילער וועיל' משא"כ די 'דאלפין'