וויילדלייף נייעס - חיות און באשעפענישן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג אפריל 24, 2018 9:53 pm

די געפילטערטע אידן וועלן זיך מוזן באגענונגן מיט געשריבענע רעפארטס.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג אפריל 24, 2018 9:56 pm

ת"ט

וועלן האבן די זכיה צו זיך צוריקהאלטן נאך אביסל פון טעלעוויזיע
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג אפריל 24, 2018 10:09 pm

eller האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:איך קען נישט סטאפן צו קוקן אויף די אדלערס. הערליך!

ביטע א קליפ פאר די הייליגע אידן מיט פילטערס
א דאנק
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

דשעגוואר הארגעט 6 באשעפענישן נאכן אנטלויפן פון זיין שטייג

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יולי 15, 2018 11:13 am

א דשעגוואר האט זיך ארויסגעכאפט פון זיין שטייג אין א ניו ארלינס זו, און האט זיך ארויסגעלאזט אויפן יאגד מיט א פרישקייט. ביי די צייט וואס מען האט אים באוויזן צוריקצולייגן אין זיין ארט, האט ער שוין געהארגעט 4 אלפעקאס (א באשעפעניש ענליך צו א לעמע) 1 עמו (א סארט שטרויס פייגל) און איין פוקס.


וואלעריע, ווי די דשעגוואר ווערט אנגערופן, איז א דריי יעריגע טינעידשער… און ער ווערט באצייכנט צו זיין אויסנאם קליג. אום 7:20 אינדערפרי האט א ארבעטער באמערקט אז די באשעפעניש איז אויפדערפריי, און נאכן זיך פארשליסן אין א בנין פאר זיין אייגענע זיכערהייט, האט ער גערופן זיינע קאלעגן צו פארציילן די נייעס. 8:15 האבן די עקספערטן באוויזן זיך צו דערנענטערן צו דעם דשעגוואר און אים איינגעשלעפט דורך שיסן מיט ספעציעלע פיילן.

א ווארטזאגער פאר די זו זאגט אז זיי פלאנען נישט צו הארגענען דעם דשעגוואר, צוליב וואס ער האט ס"ה געטון "וואס דשעגווארס טוען"… און נישט עפעס ארויס פון זיין נאטירלעכע סדר.

עס איז נישט קלאר וויאזוי ער האט זיך ארויסבאקומען פון זיין שטייג אבער די זו גיבט איבער אז די דאך פון זיין האלטונגס ארט איז געווארן "קאמפרימייזד". די אינצידענט האט פאסירט עטליכע שעה איידער זיי עפענען טעגליך פארן פאבליק און מיט דעם ווארשיינליך פארמיטן א ערענסטע טראגעדיע.
צוגעלייגטע
jaguar.jpg
jaguar.jpg (195.74 KiB) געזעהן 2769 מאל

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג יולי 15, 2018 11:23 am

שיין שיין.

א דאנק
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג יולי 15, 2018 11:33 am

יישר כוח פאר די באריכט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » זונטאג יולי 15, 2018 4:02 pm

שיין בשריבן
באמת א דאנק אייך יש ברירה !
מיר ווארטן אויף נאך.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג יולי 15, 2018 4:55 pm

טענקס ברירה, עס דערמאנט דיינע אלטע צייטן.

#שרעקעדיג.
ביידן האט געווארפן שאקין ווייל שאקין איז געווען קארופטירט, און יעדער האט אים דעמאלטס געוואלט ווארפן, אריינגערעכנט 3 רעפאבליקאנער סענעטארן, און גראדע האט ער דעמאלט "נישט" געפארשט בארימטע.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג יולי 15, 2018 4:58 pm

eller האט געשריבן:שיין בשריבן
באמת א דאנק אייך יש ברירה !
מיר ווארטן אויף נאך.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

נארוועל ווערט אדאפטירט דורך גרופע בעלוגע וואל-פיש

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:16 am

די געווענליכע וואוינארט פונעם גרויסע נארוועל איז אינעם ארקטיק ראיאן וואו ער שווימט ארום צווישן די אייז. אבער פארשער האבן אין יאר 2016 באמערקט א איינצעלענע נארוועל ארומשווימען אין די סט. לורענס טייך, וועלכע לויפט נעבן קוועבעק סיטי נישט ווייט פון מאנטריאל. דאס איז בערך 600 מייל ווייט פון זײער געווענליכע גרעניצן.

דאס פאר זיך איז א זעלטענע געשעהניש; ווערט צו מאכן העדליינס. אבער וואס האט געמאכט די ערשיינונג נאך מער וואונדערליך, איז געווען די פאקט אז האט ער זיך געדרייט מיט א גרופע פון בעלוגע וואל-פיש וועלכע האבן אים אריינגענומען ווי א פולשטענדיגע מעמבער אין זייער סאציאלע גרופע! ער האט זיך אפילו אויפגעפירט ווי א בעלוגע, בלאזענדיג באבעלס אין די וואסער פון צייט צו צייט, און די באנעמונג צווישן אים און זיין גרופע איז געווען העכסט נאטירלעך.

narwhal-belugas.jpg
די נארוועל מיט זיינע נייע פריינט אין 2016
narwhal-belugas.jpg (17.76 KiB) געזעהן 2268 מאל


די זעלבע נארוועל (וועלכע מען קען דערקענען צוליב זיינע אייגענארטיגע קערפערליכע פלעקן) איז ווידער געזען געווארן אין יאר 2017, אויך מיט די בעלוגעס; ווארשיינליך די זעלבע גרופע ווי א יאר פריער, און היי יאר איז ער שוין געזען געווארן דריי מאל אינעם ארטיגן טייך שווימענדיג מיט זיין נייע פאמיליע שוין צום דריטן יאר נאכאנאנד.

נארוועלס און בעלוגע וועילס זענען בעצם פון די זעלבע פאמיליע דאך זענען פארהאן שטארקע חילוקים אין זײער לעבנס שטייגער. ווי צ.ב.ש. טוען נארוועלס אראפגיין גאר טיף אין וואסער צו טרעפן זייער שפייז אין די צייט וואס בעלוגעס שפייזן זיך אויף פיש וועלכע לעבן נענטער צום וואסער אויבערפלאך. עס זענען שוין רעקארדירט געווארן פעלער ווען די צוויי באשעפענישן האבן רעאגירט איינער מיטן צווייטן, אבער צו ווערן פולשטענדיג אריינגענומען און אדאפטירט אין א גרופע איז א גאר אינטערעסאנטע ערשיינונג.

https://www.dropbox.com/s/ki91g7ag39u9a ... 3.mp4?dl=0

narwhal-among-belugas.jpg
פירן זיך איינער מיטן צווייטן ווי אלטע גוטע פריינט
narwhal-among-belugas.jpg (16.29 KiB) געזעהן 2268 מאל


narwhal.jpeg
ווי א פיש אין וואסער
narwhal.jpeg (19.83 KiB) געזעהן 2268 מאל

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:35 pm

מ׳גיימיר דאך אט אט שוין זאגן; על דעת... אנו מתירים להתפלל עם ה...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

eller
שר חמשת אלפים
תגובות: 5108
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 6:03 pm

אה ער איז צוריק מיט א פרישקייט!
KEEP ON
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:30 am

אויטאריטעטן אין ארעגאן זענען אויף א זוך אקציע נאך א מאנטין לייען וועלכע איז געגלויבט צו האבן גע'הרג'עט א הייקער אין א ארטיגע וואלד.

די 55 יעריגע פרוי איז געפינען געווארן טויט נאכן פעלן א שטיק צייט און א פאלמעסונג האט געוויזן אז זי איז געשטארבן נאכן ווערן אטאקירט דורך א באשעפעניש וועלכע עקספערטן האלטן איז געווען א מאנטין לייען.

די זוך אקציע - וועלכע ווערט געפירט מיט די הילף פון טרענירטע שמעק הינט - איז געצילט צו כאפן און הארגענען דעם פארצוקער צו קענען טעסטן די די. ען. עי. צו זען אויב ער איז טאקע דער שולדיגער. אויב שטעלט זיך די פארדאכטן ארויס אלץ ריכטיג וועט דאס זיין די ערשטע פאטאלע מאנטין לייען אטאקע אויף א מענטש אין די ארטיגע באקאנטע היסטאריע. די לעצטע אטאקע, הגם נישט פאטאל, האט פאסירט אין יאר 2013.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:32 am

נעם אראפ דיין חתומה. ז׳וועלן נאך איין טאג אריינקלאפן ביי דיר אינדערהיים..

אייגענטליך שקויעך @יש פאר דיינע כסדר׳דיגע אינטערסאנטע אפטעידס איבער וויילדלייף
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7976
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:39 am

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נעם אראפ דיין חתומה. ז׳וועלן נאך איין טאג אריינקלאפן ביי דיר אינדערהיים..

אייגענטליך שקויעך @יש פאר דיינע כסדר׳דיגע אינטערסאנטע אפטעידס איבער וויילדלייף

:grin:

אין קעיס פון א אטאקע, זאג אים אז דו קענסט מיך.

"יו קנאו. ברירה, פראם אייוועלט, יעס דעט ברירה."

זיין טאן וועט זיך גענצליך טוישן.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג סעפטעמבער 14, 2018 10:48 am

יש ברירה האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:נעם אראפ דיין חתומה. ז׳וועלן נאך איין טאג אריינקלאפן ביי דיר אינדערהיים..

אייגענטליך שקויעך @יש פאר דיינע כסדר׳דיגע אינטערסאנטע אפטעידס איבער וויילדלייף

:grin:

אין קעיס פון א אטאקע, זאג אים אז דו קענסט מיך.

"יו קנאו. ברירה, פראם אייוועלט, יעס דעט ברירה."

זיין טאן וועט זיך גענצליך טוישן.

די רעדן נאר ענגליש?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:22 pm

אין א זעלטן שאקירענדע אטאקע האט א מאמע לייב (לייאניס) פון א טיער גארטן אונעם סטעיט אינדיאפעלעס, געהרגעט איר מאן - די טאקע פון זייערע 3 קינדער.

ווי די שאקירטע זו באאמטע דערציילן וואוינט שוין די לייביכע מיטן נאמען שרה (Zuri) מיט איר מאן נח (Nyack) גאנצע 8 יאר, און דרוכאויס די צייט האבן זיי קיינמאל נישט ארויס געוויזן קיין שום אגרעסיע איינער קעגן דעם אנדערן.

נאטורליך, אין די דזשאנגלען בעלי באטעווען די טאטע לייבן אויפן גאנצן ארום, דאס אז א טאטע לייב זאל אטאקירן, און אפילו ביזן טויט א מאמע לייב איז בכלל נישט קיין אומדערהערטע זאך. און פאקט, טאטע לייבן זענען מכתחילה א גרויסע געפאר אפילו צו די ניי געבוירענע קינדער, אויב זענען זיי אין יענע גיסטע קענען זיי פשוט אויסהרגענען די קאבס פון איין מינוט אויף די צווייטע!.. ס׳איז א גאנצע פראסעס וויזוי ס׳גייט צו דאס ווען די מאמע ״אינטערדוסד״ די קינדער פאר די גרויסע בחורים. ס׳איז א גאר איינגעשטעלטער עסק.. מה רבו מעשיך ה׳.

בכל אופן, דאס אז א נקבה זאל הרגנען א זכר, און שוין נאכן זיין צוזאמען 8 יאר איז א חידוש נפלא, א חיות מבין וואס איז אראפגערופן געווארן צום זו העלפן מיט ״די אויספארשונג״ האט זיך אויסגעדריקט ״כ׳האב אזאנס נאך קיינמאל נישט געהערט״.

ס׳איז אינטערסאנט אנצומערקן אז דער געהרגעטער נח איז מתחילה געווען זייער א ווילדער לייב, די זו באאמטע האבן אים כסדר איינגעשפריצט אים צו האלטן רואיג, און פון די צווייטע זייט איז שרה געווען מער ווילד ווי א געווענדליכע נקבה.

F0E9F592-B4ED-404F-84C3-5C7E1F319674.jpeg
א בילד פונעם געהרגעטן מאן נח (Nyack)
F0E9F592-B4ED-404F-84C3-5C7E1F319674.jpeg (26.27 KiB) געזעהן 1594 מאל


DE6C0F00-5429-469A-90AB-3A70B70542D7.jpeg
א בילד פונעם אלמנה / מערדערטע שרה (Zuri)
DE6C0F00-5429-469A-90AB-3A70B70542D7.jpeg (22.15 KiB) געזעהן 1594 מאל
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1091
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:44 pm

די ביסט פיין, אזוי זיס אראפגעלייגט!

געהערט שוין אז די טאטעס קענען הרג'ענען די קינדער אויב מאכן זיי צו נערוועז...
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9777
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:45 pm

נו נשים...
אינטרעסאנטע מעשה.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1952
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 10:48 pm

א מעשה גאר שיין
שפראך מלא חן
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג אוקטובער 23, 2018 11:24 pm

זייער אינטערסאנט @יש
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

אוועטאר
צוקער וואסער
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 10:23 pm

תגובהדורך צוקער וואסער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:25 am

Wow

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 12:17 pm

זייער גוט.. זיסע שפראך!

אוועטאר
נשמה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 1:54 pm

איך ספק'ע צו א שפיר פון נקמה איז ריכטיג. אויב האט דער ספעציפישער 'נח' א היסטאריע פון הרג'נען ס'אייגענע קינדער, דאן ווי מ'זאגט 'על דאטפת אטפוך'. אויב אבער מ'האט עס קאנטראלירט מיט 'מעדיקעשאן' דאן טראכט איך איז אפשר אפילו א טרער גאר ס'ריכטיגע. אבער דער שרה, 'נו נו ווארט נאר...'
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

פימפערנוטער
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 3:17 pm

תגובהדורך פימפערנוטער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 2:06 pm

נייגעריג ווי אזוי די פרישע יתומים נעמען עס אויף.

דער נח לייב קומצעכעס ערליך, האט נישט דער נח לייב געביסן נח אין די תיבה ווען מהאט אים אמאל געשפעטיגט ס'נאכטמאל ?

יש ברירה געוואלדיג.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Kollel, MCITP, שיעלע בהמה און 67 געסט