home האט געשריבן:מיינ׳ס איז ארויף מיט 20%
מיינס אויך און די קאווערעדש איז אראפ!
מי חכם האט געשריבן:כאטש ס'איז פארשטייט זיך נישט סייענטיפיקלי אויסגעהאלטן צו מאכן א החלטה באזירט אויף דיינע און דיינע ענגע צאל ארומיגע'ס עקספיריענסעס, איז דאך כדאי אריין צו קוקן דערין טיפער. אויב דו אדער דיינע חברים פלעגן שוין האבן - און אליין צאלן, אדער געדענקען זיי וויפיל אנדערע האבן געצאלט פאר זייערע - אינשורענס פאליסי'ס פאר עטליעסט אפאר יאר בעפאר אבאמא קעיר איז אריין אין קראפט, זאלן זיי - אדער דו - עס ארויפלייגן, און לאמיר זעהן וויפיל עס פלעגט שטייגן בעפאר אבאמא קעיר, און ווי סאך עס איז געשטיגן דערנאך
וויכטיג מאכער האט געשריבן:וואס הייסט, אבאמאקעיר ברענגט אריין רעוועניו פאר די גאווערמענט? מיר ליגט אין קאפ אז ס'איז א נעט לאסס...
אידער וועי, אויב איז העלט קעיר א רייט, העכער רעוועניו אויף אנדערע וועגן, מ'דארף נישט פארדעם אוועקנעמען מיין דאקטער אדער אנדערע טשויסעס, און סתם העכערן דידאקטעבלס...
מי חכם האט געשריבן:און פארוואס האט מען נישט געהאט די זכיה צו הערן פון די רעפובליקאנער פלענער פאר 8 יאר צוריק?
חלהדעקל האט געשריבן:א מחי'! מ'גייט צושטעלן אינשורענ'ס פאר יעדען! אן קיין מאנדאט אז מ'מוז קויפן, נאר פשוט ס'גייט ארבעטן אז יעדע סאושעל סעקיוריטי אין אמעריקע גייט ווערן קאנעקטעד צו עפעס א אינשורענס פלען, נאך אסאך געשמאקער ווי בערני סענדערס חלומות!
איין מינוט, געלט גייט עס יא קאסטן אדער ס'גייט זיין בחינם?
מי חכם האט געשריבן:עס איז אפיציעל: פאר סיי ווער עס איז מסופק געווען צי די אבאמא קעיר האט אראפ געהאלטן די פרימיום'ס פון שטייגן, דא האט איר דעם אפיציעלן אפשאצונג פון די אומפארטייאישע קאנגרעשאנעל בוזשעט אפיס: