ברעיקינג: ביבי ווערט קרימינאל אויסגעפארשט

נייעס און באריכטן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: ברעיקינג: ביבי ווערט קרימינאל אויסגעפארשט

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג אפריל 05, 2021 5:02 am

היינט זיך אנגעהויבען די משפט בפועל.
בשעת וואס אלע דיונים ביז היינט איז געווען מער ארום און ארום, האט מען היינט אנגעהוביען די ערשטע שלב פון די משפט בפועל וואס דאס ווערט אנגערופען "שלב ההוכחות"
ווי למעשה גייען ארויפקומען אלע "עדי תביעה" (איבער דריי הונדערט) וואס גייען איבער געבען זייערע חלק וואס זיי ווייסען, איבער די קלאגען, און די צד פון נתניהו וועלן דארפען פרובירען אפפרעגען יעדע איינער,
לפי די מומחים די שלב אליין איז ערווארטעט צו זיך צוהען ארום צוויי יאר, און נאכדעם הייבט זיך אהן די צווייטע שלב פון ברענגען "עדי הגנה" וואס דאס פארקערטע עדים מצד די נאשם.

היינט אינדערפרי איז פארגעקומען די פתיחה מיט א דרשת פתיחה פון די תובעת הראשי 'ליאת בן ארי' ווי למשך א האלבע שעה בערך האט זי מסביר געווען וואס די משפט איז און פון וואס מען גייט דן זיין,
ביי דעי שלב איז נתניהו די "נאשם" געזעצן און אויסגעהערט די דרשה און גלייך דערנאך פארלאזט די פלאץ.
די משפט גייט יעצט ווייטער אן, נאר מיט די עורכי דינים.
לעצט פאראכטן דורך ר' איד אום מאנטאג אפריל 05, 2021 5:03 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ר' איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 15, 2015 6:30 pm

Re: ברעיקינג: ביבי ווערט קרימינאל אויסגעפארשט

תגובהדורך ר' איד » מאנטאג אפריל 05, 2021 5:03 am

.

תנא-קמא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 19, 2019 1:52 am

פרעמיער מיניסטער נתניהו ערשיינט אין געריכט

תגובהדורך תנא-קמא » מאנטאג אפריל 05, 2021 9:10 pm

היינט האט זיך אנגעהויבן די פראצעס פון 'ביבי נתניהו', וואו ער ווערט באשולדיגט אין קארופציע. די באשולדיגונגען רעכנט אריין מער פון דריי הונדערט אינצידענטן ווען נתניהו האט גענוצט זיין איינפלוס צו פארלאנגען פון א נייעס סטאנציע וויאזוי אים צו דעקן.

די געריכט איז שוין געווארן אפגעשטופט עטליכע מאל צוליב די קאראנע ווירוס, און היינט האט זיך עס ענדליך אנגעהויבן.

נתניהו האט געגעבן זיין עפענונג צו די פראצעס, און איז גלייך דערנאך ארויס פון געריכט זאל, נאך בעפאר די עדות האבן אויפגעטרעטן.

דער פרעמיער מיניסטער צייגט ארויס א גאר רואיגער געמיט, און ס'זעט אויס ווי ער האט נישט קיין שפור פון פחד איבער דעם פראצעס.
JPFN
בס"ד
שמחים לשמרו ולערב ערובו


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”