כינע פראוואצירט אמעריקע/פאציפישע לענדער אין די ׳סאוט טשיינע׳ וואסערן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:52 pm

נו, זאגסטוך אליין די תירוץ פארוואס ס'איז נישט קיין נייעס.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 11:05 pm

כאפצעם האט געשריבן:נו, זאגסטוך אליין די תירוץ פארוואס ס'איז נישט קיין נייעס.

עס פארענטפערט נישט פארוואס עסס איז ווייניגער נייעס ווי דאס אז טראמפס אננעמען די קאל האט אויפגערעגט כינע, אדרבה, אויב יענץ איז א נייעס וואלט מען געדארפט באריכטן יעדעס מאל נאכ'ן פארקויפן וואפן אז כינע האט מוחה געווען.
און חוץ מזה איז עס נישט מסביר פארוואס שלמה און די אנדערע וואס האבן ביים קאל יא געציטערט ציטערן עפעס נישט דא. (חוץ אויב מ'וועט זאגן די ווייטע סברה אז זייער גאנצע ציטערן איז נאר געווען ווייל מ'האט זיי געברעינוואשט אז אלעס וואס טראמפ טוט קען אנצינדן א וועלט קריג...)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 04, 2017 11:17 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:

ווייל היינו הך. וויבאלד ס'איז נישט קיין נייע זאך איז עס ווייניגער נייעס ווי א נייע זאך. און וויבאלד ס'איז נישט קיין נייע זאך ציטערט מען שוין נישט אזוי דערפון.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך ינואר 04, 2017 11:30 pm

כאפצעם האט געשריבן:

קומט דיר א גרינע פאר דעם ביאור ;l;p-
אבער למעשה טשיינאַ איז שרעקעדיג אדער נישט? האסט מורא אז זיי פארפירן אדער נישט?
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 11:31 pm

כאפצעם האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נו, זאגסטוך אליין די תירוץ פארוואס ס'איז נישט קיין נייעס.

עס פארענטפערט נישט פארוואס עסס איז ווייניגער נייעס ווי דאס אז טראמפס אננעמען די קאל האט אויפגערעגט כינע, אדרבה, אויב יענץ איז א נייעס וואלט מען געדארפט באריכטן יעדעס מאל נאכ'ן פארקויפן וואפן אז כינע האט מוחה געווען.
און חוץ מזה איז עס נישט מסביר פארוואס שלמה און די אנדערע וואס האבן ביים קאל יא געציטערט ציטערן עפעס נישט דא. (חוץ אויב מ'וועט זאגן די ווייטע סברה אז זייער גאנצע ציטערן איז נאר געווען ווייל מ'האט זיי געברעינוואשט אז אלעס וואס טראמפ טוט קען אנצינדן א וועלט קריג...)

ווייל היינו הך. וויבאלד ס'איז נישט קיין נייע זאך איז עס ווייניגער נייעס ווי א נייע זאך. און וויבאלד ס'איז נישט קיין נייע זאך ציטערט מען שוין נישט אזוי דערפון.

איך בין מסכים מיט דיר 100%, אבער פארוואס ביי די טעלעפאן קאל הייבט מען פלוצלונג אן צו ציטערן? ווייסן דען נישט די אלע חכמים ונבונים אז אמעריקע סופארט "אפיציעל" טייוואן טראץ וואס זי אנערקענט עס נישט אפיציעל? וואו זענען די קארפן קעפ פון די אנבייעסד נאציאנאלע מידיע?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך ינואר 04, 2017 11:40 pm

דאפעלטע ניק אלערט :lol: :lol: :lol:
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:49 am

ווי כאפצעם האט שוין געשריבן אביסל, איך כאפ נישט אייער גאנצע ווינדער איר האט דאך עס אליינס זייער שיין מסביר געוועהן

וואס מען טועט שוין יארן איז סטאביל, זיי ווייסן אז מען טועט עס און מיר ווייסן זייער רעאקציע, אבער טוען א נייע זאך און טרעטן אויף א האקעלע נערוו קען אויפרייצן די כינעזער אז זיי זאלן נאך מער פראוועקירן אינעם ראיאן און איבער די גאנצע וועלט און מיר ווייסן נישט וואס אזא זאך קען ברענגן, נאכדערצו ווען די מצב איז סתם אזוי אנגעצויגן

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:59 am

ווען די נייע זאך איז א פיצעלע נארישקייט קעגן וואס מ'טוט שוין יארן (יא, אז א "צוקונפטיגער פרעזידענט" זאל "אננעמען" "א טעלעפאן קאל" איז א נארישקייט קעגן פארקויפן גאר פארגעשריטענע געווער [אזוי פארגעשריטן אז דאס זאל צוריקהאלטן כינע פון איר אטאקירן און איינשלינגען ווייל זי ווייסט אז טייוואן וועט איר געבן געזונטע קלעפ] אין גרויסן, ובפרט ווען נאר אויף דעם שטייט דאס לענדעלע), דארף מען זיין גאר א גרויסער פחדן צו טראכטן אז דאס וועט דע-סטאביליזירן דעם מצב, און שרעקליך בייעסד צו אטאקירן און שרייען געוואלד, דו ברענגסט די דריטע וועלט מלחמה.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 1:02 am

משהזוךמיר האט געשריבן:ווען די נייע זאך איז א פיצעלע נארישקייט קעגן וואס מ'טוט שוין יארן (יא, אז א "צוקונפטיגער פרעזידענט" זאל "אננעמען" "א טעלעפאן קאל" איז א נארישקייט קעגן פארקויפן גאר פארגעשריטענע געווער [אזוי פארגעשריטן אז דאס זאל צוריקהאלטן כינע פון איר אטאקירן און איינשלינגען ווייל זי ווייסט אז טייוואן וועט איר געבן געזונטע קלעפ] אין גרויסן, ובפרט ווען נאר אויף דעם שטייט דאס לענדעלע), דארף מען זיין גאר א גרויסער פחדן צו טראכטן אז דאס וועט דע-סטאביליזירן דעם מצב, און שרעקליך בייעסד צו אטאקירן און שרייען געוואלד, דו ברענגסט די דריטע וועלט מלחמה.

(איין מינוט, האסטו געשריבן אז דער מצב איז אנגעצויגן? האט נישט דיין מכשף אבאמא אוועקגעוואשן אלע וועלטס פראבלעמען? איז נישט די וועלט אן אנגענעמע שפאציר גארטן?)

איים סארי אבער די אטאקירסט א מענטש אומזינסט יש איז נישט קיין אבאמא ליבהאָבער בכלל כפי ידיעתי סאו לאז ביטע ארויס די קליינע אותיות
עקסטער איז אבאמא נישט קיין כישוף מאכער :twisted: (נאר א פרוי רופט מען מכשיפה א בחינה ווי די מכשיפה קלינטאן אבער א מאן האב איך נאכנישט געהערט דעם טיטל)
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 1:15 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:טענו לו בחיטים והודו לו בזכר קדשו

זעהט אויס דו כאפסט בכלל נישט די פאונט.
לשיטתכם פון די פאר נארישע טראמפיסטן איז איעדע דורכפאל געשעהן ביי קלינטאן און איעדע געלונגענע זאך ביי בוש.
די פאקט איז אבער געוועהן קאפויער, קלינטאן איז געוועהן א בר מזל און עס איז איהם געגאנגען גוט, די עקאנעמי האט געבליהט, קיין מלחמות א חוץ עפעס א קליינע מלחמה אין באסניע, (ווער געדענקט נאך). אין קורצען אכט גוטע יארן
לאידך גיסא איז דער בוש געוועהן א שלימזל אפאר וואכן נאך ער איז אריינגעקומען אין אמט איז געוועהן די מעשה מיט די פליגער אין טשיינע אזוי וואו ער האט ג'ענדיגט, איז געוועהן 9/11 דערנאך צוויי מלחמות, געוועהן צוויי ריסעשנס אין זיינע צייטן, א קיצור ווייט פון גאלד פאר אלע שונאים געווינטשען

ווער האט באשולדיגט קלינטאן? ווער האט אפי' גערעדט וועגן וועמענס שולד עס איז? ער האט בסך הכל געזאגט א מעשה וואס איז געשען און געהאט א טעות מיט'ן דאטום, האסטו שוין געטראכט אז ער מיינט צו זאגן... ער האט גארנישט געמיינט נאר ארויסצוברענגען אז כינע האט שוין אמאל געטון אזאנס. האסטו פארראכטן דעם דאטום, האב איך פארראכטן די מעשה.
לדבריך, האסטו אודאי געשריבן אז עס איז געווען ביי בוש ווייל די האסט געוואלט ארויסברענגען אז קיינער האט נישט מורא געהאט פון בוש, האב איך דיך אפגעפרעגט ווייל עס איז געווען א טעות. (די אמעריקאנער אויפ'ן פליגער האבן דערציילט אז דער כינעזער פילאט האט געכאפט אז ער איז צו נאנט האט ער זיך פרובירט אוועקצודרייען נאר עס איז שוין געווען צו שפעט.)
(און דאס וואס זיי זענען בכלל געפלויגן אזוי נאנט, זיי טוען עס כסדר און האבן עס שוין געטוען א שיינע פאר מאל אין די לעצטע פאר יאר.)

קוק צוריק כספי האט זיך גאר געוויצלט לימוד בוא אותו שבט.. חחח, למעשה איז עס בשבט עברתו.

צריך ביאור פארוואס משה קאווערט פאר משה, באט אז מ'רעד מיר שוין איז אפשר כדאי צו טוישן חתימה, דער שיכור זיצט טאקע ביים רעדל אבער סאיז דאך נישט פורים היינט.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:06 am

משה כספי האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:ווען די נייע זאך איז א פיצעלע נארישקייט קעגן וואס מ'טוט שוין יארן (יא, אז א "צוקונפטיגער פרעזידענט" זאל "אננעמען" "א טעלעפאן קאל" איז א נארישקייט קעגן פארקויפן גאר פארגעשריטענע געווער [אזוי פארגעשריטן אז דאס זאל צוריקהאלטן כינע פון איר אטאקירן און איינשלינגען ווייל זי ווייסט אז טייוואן וועט איר געבן געזונטע קלעפ] אין גרויסן, ובפרט ווען נאר אויף דעם שטייט דאס לענדעלע), דארף מען זיין גאר א גרויסער פחדן צו טראכטן אז דאס וועט דע-סטאביליזירן דעם מצב, און שרעקליך בייעסד צו אטאקירן און שרייען געוואלד, דו ברענגסט די דריטע וועלט מלחמה.

(איין מינוט, האסטו געשריבן אז דער מצב איז אנגעצויגן? האט נישט דיין מכשף אבאמא אוועקגעוואשן אלע וועלטס פראבלעמען? איז נישט די וועלט אן אנגענעמע שפאציר גארטן?)

איים סארי אבער די אטאקירסט א מענטש אומזינסט יש איז נישט קיין אבאמא ליבהאָבער בכלל כפי ידיעתי סאו לאז ביטע ארויס די קליינע אותיות
עקסטער איז אבאמא נישט קיין כישוף מאכער :twisted: (נאר א פרוי רופט מען מכשיפה א בחינה ווי די מכשיפה קלינטאן אבער א מאן האב איך נאכנישט געהערט דעם טיטל)

ביזט גערעכט, שוין פארראכטן.
אין פסוק שטייט ויקרא פרעה לחכמים "ולמכשפים."
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:06 am

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
פומפדותא האט געשריבן:טענו לו בחיטים והודו לו בזכר קדשו

זעהט אויס דו כאפסט בכלל נישט די פאונט.
לשיטתכם פון די פאר נארישע טראמפיסטן איז איעדע דורכפאל געשעהן ביי קלינטאן און איעדע געלונגענע זאך ביי בוש.
די פאקט איז אבער געוועהן קאפויער, קלינטאן איז געוועהן א בר מזל און עס איז איהם געגאנגען גוט, די עקאנעמי האט געבליהט, קיין מלחמות א חוץ עפעס א קליינע מלחמה אין באסניע, (ווער געדענקט נאך). אין קורצען אכט גוטע יארן
לאידך גיסא איז דער בוש געוועהן א שלימזל אפאר וואכן נאך ער איז אריינגעקומען אין אמט איז געוועהן די מעשה מיט די פליגער אין טשיינע אזוי וואו ער האט ג'ענדיגט, איז געוועהן 9/11 דערנאך צוויי מלחמות, געוועהן צוויי ריסעשנס אין זיינע צייטן, א קיצור ווייט פון גאלד פאר אלע שונאים געווינטשען

ווער האט באשולדיגט קלינטאן? ווער האט אפי' גערעדט וועגן וועמענס שולד עס איז? ער האט בסך הכל געזאגט א מעשה וואס איז געשען און געהאט א טעות מיט'ן דאטום, האסטו שוין געטראכט אז ער מיינט צו זאגן... ער האט גארנישט געמיינט נאר ארויסצוברענגען אז כינע האט שוין אמאל געטון אזאנס. האסטו פארראכטן דעם דאטום, האב איך פארראכטן די מעשה.
לדבריך, האסטו אודאי געשריבן אז עס איז געווען ביי בוש ווייל די האסט געוואלט ארויסברענגען אז קיינער האט נישט מורא געהאט פון בוש, האב איך דיך אפגעפרעגט ווייל עס איז געווען א טעות. (די אמעריקאנער אויפ'ן פליגער האבן דערציילט אז דער כינעזער פילאט האט געכאפט אז ער איז צו נאנט האט ער זיך פרובירט אוועקצודרייען נאר עס איז שוין געווען צו שפעט.)
(און דאס וואס זיי זענען בכלל געפלויגן אזוי נאנט, זיי טוען עס כסדר און האבן עס שוין געטוען א שיינע פאר מאל אין די לעצטע פאר יאר.)

קוק צוריק כספי האט זיך גאר געוויצלט לימוד בוא אותו שבט.. חחח, למעשה איז עס בשבט עברתו.

צריך ביאור פארוואס משה קאווערט פאר משה, באט אז מ'רעד מיר שוין איז אפשר כדאי צו טוישן חתימה, דער שיכור זיצט טאקע ביים רעדל אבער סאיז דאך נישט פורים היינט.

איינער פארשטייט וואס דער האט געוואלט?
#פורים אלערט
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 10:52 am

משהזוךמיר האט געשריבן:ווען די נייע זאך איז א פיצעלע נארישקייט קעגן וואס מ'טוט שוין יארן (יא, אז א "צוקונפטיגער פרעזידענט" זאל "אננעמען" "א טעלעפאן קאל" איז א נארישקייט קעגן פארקויפן גאר פארגעשריטענע געווער [אזוי פארגעשריטן אז דאס זאל צוריקהאלטן כינע פון איר אטאקירן און איינשלינגען ווייל זי ווייסט אז טייוואן וועט איר געבן געזונטע קלעפ] אין גרויסן, ובפרט ווען נאר אויף דעם שטייט דאס לענדעלע), דארף מען זיין גאר א גרויסער פחדן צו טראכטן אז דאס וועט דע-סטאביליזירן דעם מצב, און שרעקליך בייעסד צו אטאקירן און שרייען געוואלד, דו ברענגסט די דריטע וועלט מלחמה.

איך ווייס נישט ווער עס האט געשריבן אז עס גייט ברענגן א דריטע וועלט מלחמה... איך גלייב אז עס איז נישט געוועהן מיך

ס"ה וואס "איך" האב געשריבן איז אז עס איז געוועהן א נארישע מאָוו צו גיין א שטאפל ווייטער ווי ביז היינט

און נאכדערצו נאכדעם צו שיקן רייצענדע טוויטס פאר א מאכטפולע לאנד מיט וועמען די באציאונגען ווערן מער און מער אנגעצויגן אין די צייט וואס מען דארף צו זיי צוקומען פאר אסאך זאכן

זאגן אז טשיינע אטאקירט נישט טייוואן צוליב די וואפען וואס זיי האבן איז אביסל אינטערסאנט די מיינסט טאקע אז זיי האבן מורא פון דעם מוריטשקע?

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:47 pm

זי איז גארנישט אזא מורישקע: די טייוואנעזער ארמיי איז פון די שטערקסטע 20 אין דער וועלט, האט צווישן 3 און 4 מיליאן אקטיווע און רעזערוו סאלדאטן, איבער צוויי טויזנט טאנקען, איבער אכט הונדערט פליגערס, און איבער הונדערט שיפן. כינע האט טאקע עטליכע מאל אזויפיל פליגערס,שיפן און טאנקען, אבער זיי האבן אויך היבש ווייניגער סאלדאטן (טאקע מער אין אקטיווע דינסט, אבער זיי האבן נישט קיין רעזערוון), און חוץ מזה האט טייוואן די אלע כלים פון די פארגעשריטנסטע אין די וועלט, מעיד אין די יו עס, (און זי ווייסט אז אמעריקע בעקט זיי), בעת וואס די כינעזער האבן אלעס מעיד אין טשיינע.. (נישט אז איך מאך אוועק די מאכטפולקייט פון כינע'ס מיליטער, אבער עס איז פארט א היבשע מהלך ביז אמעריקאנער כלים.)
חוץ מזה, אין טייוואן גרייט מען זיך כסדר אויף מלחמה, יעדע הייוועי האט גרויסע שטרעקעס וואס פארן גראד, אז אין פאל כינע באמבארדירט די ראנוועיס זאלן די פליגערס נוצן די ראודס אנשטאט, יעדע פאר וואכן מאכן זיי דרילס, לאנדענדיג קאמפס דזשעטס אויף די הייוועיס, בקיצור, זיי האבן גאר א גרויסע, שטארקע, פארגעשריטענע, צוגעגרייטע און אמעריקע-באוואפנטע מיליטער.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 4:38 pm

אבער נאך ווי א מאריטשקע!

אין 2015 האט מען געפרעגט פון די דיפענס מיניסטער אין די ארטיגע לעגיסלאטור ווילאנג זיי וואלטן געקענט אויסהאלטן א פולע אטאקע פון טשיינע

פאר ער האט געקענט ענטפערן האט א מיליטערישע געהילף אריינגערוימט אין זיין אויער "21 צו 28 טעג...!" (די קאמערעס האבן עס אויפגעכאפט...) אבער ער אין זיין אפיציעלע ענטפער האט ער געזאגט "זיכער א חודש..."

אין א פריעדיגע שאצונג האבן זיי געזאגט צוויי וואכן...

און דאס איז שוין זייער אייגענע שאצונג וועלכע איז מן הסתם היפש בייעסט לטובתם. טשיינע וואלט זיי צודריקט!

און איך ווייס נישט פון ווי איר נעמט אייערע ציפערן אבער עס איז נישט מעגליך אז זייער מיליטער איז אזוי גרויס לויט וויפיל מענטשן דארט וואוינען

די ציפערן וואס איך האב געפינען

אקטיווע מילטערלייט:
טשיינע 2,335,000
טייוואן 300,000

רעזערוו:
טשיינע 2,300,000
טייוואן 1,675,000

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 7:39 pm

דו ווייסט וויפיל טעג מד"י, וואס איז לכל הדיעות א שטארקע מיליטער (עכ"פ קעגן אירע וואס אירע שונאים זענען), וואלט אויסגעהאלטן ביי די יו"כ מלחמה ווען נישט וואס אמעריקע שיקט זיי פרישע ריזיגע טראנספארטן געווער?

איינער וואס וואלט געקענט אויסהאלטן אן אטאקע פון די כינעזער ארמיי פאר מער ווי א וואך, איז היבש שטארק. אין 20 טעג, אדער אפי' צוויי וואכן, איז דא גענוג צייט פאר אמעריקע צו שיקן פריש געווער, צו פרובירן אפצוהאלטן כינע'ס אגרעסיעס דורך אנדערע מיטלען (סאנקציעס...). עס מיינט אז זיי האבן נישט די עדווענטעדזש פון א בליץ שנעלע קריג וואס פאר וואס ווען איז אלעס אווער און ס'איז צו שפעט פאר די וועלט עפעס צו טוען זיי אפצוהאלטן (אזוי ווי רוסלאנד האט געטון אין גרוזיע).

אין טייוואן, וואו עס וואוינען 23 מיליאן מענטשן, איז מיליטער דינסט מאנדאטארי; יעדער וואס ווערט אכצן יאר ווערט געדרעפט צום מיליטער. אין כינע, כאטש אויף די בוקס איז דא א דרעפט, האבן זיי אבער אזויפיל מענטשן און אזויפיל פון זיי וואלונטירן זיך אנצושליסן אין די מיליטער אז מ'ענפארסירט עס כמעט נישט.

מיט אקטיווע מיליטערלייט ביזטו גערעכט אז כינע האט בערך 2,335,000 און נישט 2,300,000, אבער וואו האסטו גענומען די רעזערוו נומערן? אמת איך האב געמאכט א טעות זיי האבו יא רעזערוון, אבער דא און דא שטייט אז די רעזערוון באשטייען פון 510,000.
בנוגע טייוואן שטייט דא אז זייערע רעזערוון באשטייען פון 3,870,000, אבער אויף אנדערע פלעצער שטייט יא דיין נאמבער, סאו ווייס איך נישט ווער איז גערעכט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 9:43 pm

איך ווייס נישט ווי שטארק די מ"י ארמיי איז דאן געוועהן און ווי שטארק זייערע שונאים צוזאמען זענען געוועהן טא קען איך נישט זאגן נאכדערצו ווען עס איז נישט געוועהן איין שונא אליינס טא דארף מען עס צוזאם רעכענען

און יא, אויסהאלטן צוויי דריי וואכן איז א דשאק נאכדערצו ווען דאס איז וואס זיי אליינס זאגן קען מען גלייבן אז זיי שאצן "איבער" נישט אונטער (עכ"פ אין פאבליק) און מן הסתם איז עס ערגעץ ביי א וואך אויב נישט ווייניגער... (געוויסע זאגן דריי טאג!)

איך האב נישט קיין טענות צו זיי... כינע פארמאגט א גאר מאכטפולע ארמיי אבער מיר רעדן יעצט די פאקטן, צו האט כינע איין טראפ "מורא" זיי צו אטאקירן? און די ענטפער איז ניין! עכ"פ פון טייוואן אליינס זיכער נישט

סאנקציעס נעמען פיל לענגער צו ווירקן ווי צוויי וואכן און אז אמעריקע וועט זיך פיזיש אריין מישן איז א גאר ווייטע - אויב נישט אויסגעשלאסענע - מעגליכקייט

מיינע נומערן קומען פון דא איך ווייס נישט ווי באגלייבט די זייטל איז (אינטערסאנט איז די קאמפעריסען טול זיכער...)

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

כינע סטראשעט אמעריקע

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג ינואר 09, 2017 6:06 pm

כינע סטראשעט טראמפ אז כינע וועט נעמען נקמה אויב ער זאל טוישען די "איין כינע" פאלעסי.

וואס איז געשעהן? דער פרעזידענט פון טייוואן האט היינט געמאכט א סטאפ-אווער אין אמעריקע. זי האט זיך געטראפען מיט רעפאבליקאנער געזעץ-מאכערס אין יוסטען טעקסעס אויפען וועג קיין צענטראל אמעריקע צו די לענדער האנדורעס, גאטומאלע, און על סעלוועדאר.

אויפען וועג צוריק אהיים יאנואר 13, פלאנט זי נאכאמאל צו מאכען א סטאפ-אווער אין סאן פראנציסקא.

כינע האט זיך געהאט געבעטען צו אמעריקע איר נישט אריין צו לאזען און נישט האבען דא קיין גאווערנמענט מיטינגען. (איז דארף ער דאך האבען דער "היינטיגער" טענות צו אבאמא - א קשיא אויף א מעשה)

דער טעקסעס גאווערנאר האט זיך געטראפען מיט איר. זי האט זיך אויך געטראפען מיט סענאטאר טעד קרוז. אויך האט זי גערעדט טעלעפאניש מיט סענאטאר דזאן מעקעין (א זאך וואס זי קען אויך טוהן פון טייוואן).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11077
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 09, 2017 6:40 pm

זאג זיי זיי זאלן גנבנען נאך א אינטערוואסער דראון אפשר וועט מען זיך דעמאלטס פראבירן דערשרעקן
Trumpism is a mental tragedy

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 11:58 pm

ברעיקינג: טראמפ זאגט צו פאר כינע אז אמעריקע וועט זיך האלטן צו "איין טשיינע" פאליסי.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פעיק נוז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3929
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יולי 09, 2019 5:02 pm

דער אמעריקאנער פארטיידיגונגס מיניסטעריום האט היינט באשטעטיגט א מאסיווע וואפן פארקויף פאר טאיוואן אין די ווערד פון איבער צוויי ביליאן דאלער, טראץ ווארנונגען פון כינע אז דאס וועט ברענגען א שארפע רעאקציע און עס אנגערופן א ״חוצפה׳דיגע אינטערווענץ אין אינערליכע אנלעגנהייטן פון כינע״ וויבאלד כינע באטראכט טאיוואן אלס טייל פון איר טעראטאריע.

דער פארטיידיגונג דעפארטמענט זאגט אז די וואפן וועלן נישט געבן פאר טאיוואן א מיליטערישע אויבערהאנט נאר דינען אלס א פארטיידיגונג אין פאל פון א כינעזער אינוואזיע.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מחי', איד_איד, פ' לך לך, פארקלאצט, פראצעדור און 73 געסט