כינע פראוואצירט אמעריקע/פאציפישע לענדער אין די ׳סאוט טשיינע׳ וואסערן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש דעצמבער 17, 2016 7:26 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קוקט אויס ווי זיי קענען קוים ווארטן פאר די די קומענדיגע פיר יאר..

זיי כאפן אריין ווילאנג זיי קענען

דאכט זיך אז פאקס ניוז האט א באשרייבונג איבער די געהיימער האפן פון דער כינעזער מיליטער וואו זיי האלטן אוועקגעלייגט די צענדליגע (צי הונדערטער גאר) פארגעשריטענע אמעריקאנער מיליטערישע שיפן וואס כינע האבן פארכאפט דורכאויס די אבאמא יארן.

דערווייל האט טשיינע צוריקגעגעבן די איין דראון, ווייסעך נישט וואס וועט זיין מיט די איבעריגע הינדערטער שטיק וואס זיי האלטן נאך, קען זיין דאס לאזט אבאמא פאר טראמפ צו הענדלען

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מוצ"ש דעצמבער 17, 2016 7:54 pm

נאכנישט צוריק געגעבן. נאר געזאגט אז זיי וועלן עס צוריקגעבן אין 'די פאסיגע וועג'.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מוצ"ש דעצמבער 17, 2016 7:56 pm

ביז זיי וועלן וויסן אלעס וואס ליגט דארט
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » זונטאג דעצמבער 18, 2016 2:22 am

געהערט פון איינעם אז אין ביל קלינטאנס צייטן האט טשיינאַ אראפגעשאסן אן אמעריקאנער פליגער און עס פארכאפט און אמעריקע האט דאס צוריק געבעטן און טשיינאַ האט עס צוריקגעגעבן אין שטיקער אבער אן די אינהאַלט....
לימוד הוא אותו שבט... העמיר זעהן וואס עס וועט זיין יעצט


נ.ב. די תגובה איז געשריבן געווארן דורך די נייע אפדעיט אין גוגל קיעבארד וואס האט די יודישע שפראך, א ספעציעלע יישר כח פאר עין טובה פאר'ן דאס צושטאנד ברענגען
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג דעצמבער 20, 2016 3:25 am

SPUSMN האט געשריבן:כ'זעה שוין מיין טעות. ער האט געזאגט אז אבאמא האט געסטאפט דער פראגראם (דאס הייסט זיי האבען עס געהאט נאר אויף געהערט עס מאכען) און איך האב געמיינט אז זיי האבען עס נאך קיינמאל נישט געמאכט.

און וועגען דעם האט ער געזאגט אז אויב כינע'ס סאטעליטען וועלען ווערען דיסטרויד, האבען זיי שוין אויך אנטוויקעלט א סיסטעם דאס גלייך צוריק צו שטעלען און בלייבען מיטען אויבערהאנט.

אויב געדענק איך ריכטיג פון דעמאלטס האט מען פשוט (אקעי עס איז נישט פשוט, אבער אויךנ ישט א פרישע אינווענשאן) ריפראגרעמט א אינטערקאנטינענטל באליסטיק מיסיל צו כאפן א טארגעט אין ספעיס אנשטאט צוריק אריינקומען אין די אטמאספערע.
אגב, אבאמא האט אויך פרובירט אפצושטעלן די פראדוקציע פון די טאמאהאק קרוז מיסילס, די מערסט סוקסעספולע קרוז מיסיל אין די היסטאריע און די מיליטער באנוצט זיך כמעט אויסשליסליך מיט דעם, און אזוי אויך די העלפייער מיסילס וואס די CIA דראון'ס נוצן און איז אפגעשטעלט געווארן דורך בייפארטיזען ארבעט אין קאנגרעס.
לידינג פראם ביהיינד.
לעצט פאראכטן דורך משהזוךמיר אום דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 11:34 am

leading
לבאר שחת
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 4:29 am

כאפצעם האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:קוקט אויס ווי זיי קענען קוים ווארטן פאר די די קומענדיגע פיר יאר..

זיי כאפן אריין ווילאנג זיי קענען

דאכט זיך אז פאקס ניוז האט א באשרייבונג איבער די געהיימער האפן פון דער כינעזער מיליטער וואו זיי האלטן אוועקגעלייגט די צענדליגע (צי הונדערטער גאר) פארגעשריטענע אמעריקאנער מיליטערישע שיפן וואס כינע האבן פארכאפט דורכאויס די אבאמא יארן.

אפשר האט איינער א לינק?

ביזט זיכער ס'איז פון פאקס? ס'מאכט עפעס נישט קיין סענס ווייל זיי האבן עפעס צופיל גינסטיגע בייעסד אנקעטעס מיט קנאקעדיגע רעיטינגס פאר אבאמא.

טשעק איבער.

פעיק ניוז אלערט: איך האב פרובירט צו זוכן פאר עטליכע מינוט, אריינגערעכנט עטליכע וועגן אויף גוגל, און ניטאמאל געטראפן ערגעץ וואו איינער זאל חוזק מאכן פון אזא פאקס ארטיקל. אונזערע חבירים דא האבן עס געזען ערגעץ אויף טוויטער אדער פעיסבוק און עס פארשפרייט ווייטער.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 4:34 am

מי חכם האט געשריבן:סארי, כינע איז נישט די פראוואצירער דא. כינע רעאגירט צו נארישע אמעריקאנע פראוואקאציע פאר נאו גוד ריעזאן.

דאס איז אן אריין גיין אין זייער עצם פארכאפונג פון דעם סאוט טשיינע סי. (וואס אין די נייע 'אמעריקע פירסט' עפאכע שטערט דאס אונז נישט בכלל).

אזוי? פאר נאו גוד ריעזאן? דו ווייסט אז האלב(!) פון די וועלטס האנדלס שיפן און א דריטל פון די וועלטס שיפן בכלל פארן דארט דורך? דו ווייסט ווי וויכטיג עס איז פאר די גאנצע וועלט, אריינגערעכנט אמעריקע, צו פארזיכערן פרייע דורכגאנג דארט, אז די כינעזער זאלן זיך נישט צעפירן די הענט?

און "יא" ארייצונגיין בעצם הענין, האט אן אינטערנאציאנאלע אורביטרערי געריכט גע'פסק'נט אז כינע האט נישט קיין שום רעכט דערויף, און אזוי זאגט אויך יעדער וואס האט אביסל דורכגעטון די נושא (וגם אני הקטן בתוכם.), און דאס איז אויך די סיבה פארוואס כינע וויל אפי' נישט הערן פון טראכטן צו דורכשמועסן די נושא, ווייל זיי ווייסן אז זייער גאנצע טענה איז געבויעט אויף לופט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 6:47 am

מי חכם האט געשריבן:סארי, כינע איז נישט די פראוואצירער דא. כינע רעאגירט צו נארישע אמעריקאנע פראוואקאציע פאר נאו גוד ריעזאן.

דאס איז אן אריין גיין אין זייער עצם פארכאפונג פון דעם סאוט טשיינע סי. (וואס אין די נייע 'אמעריקע פירסט' עפאכע שטערט דאס אונז נישט בכלל).

איך האב געהאט א פייט מיט איינעם און איך זאג דיך קלאר אז יענער איז געווען די פראווצירער איך האב אים נאר צירוק געגעבען פעטש
אבער דאס איז אן אריינגיין אין די ערשטע פראסק וואס איך האב אים געגעבען

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 9:09 am

דער אשכול איז שוין אביסל אלט אין טראמפ צייטן... שוין געווען א באנטש אנדערע פאן.

אבער מיין תגובה האט זיך באצויגן צו טראמפ'ס פראוואקאציע פון רעדן צו די טאיוואנעזער. וואס האט לאו דוקא געהאט צו טון מיט כינע'ס ספעציפישע אומרעכט אין די סאוט טשיינע סי
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » פרייטאג דעצמבער 23, 2016 9:47 am

משה כספי האט געשריבן:געהערט פון איינעם אז אין ביל קלינטאנס צייטן האט טשיינאַ אראפגעשאסן אן אמעריקאנער פליגער און עס פארכאפט און אמעריקע האט דאס צוריק געבעטן און טשיינאַ האט עס צוריקגעגעבן אין שטיקער אבער אן די אינהאַלט....
לימוד הוא אותו שבט... העמיר זעהן וואס עס וועט זיין יעצט



Just for the record
עס איז געוועהן ווען בוש 43 איז געוועהן פרעזידענט.

טשיינע האט פארלאנגט אז אמעריקע זאל עס ארויסנעמען פון לאנד צונימען. און וואס די שרייבסט וועגן די אינהאַלט, מען האט דעמאלטס פארקויפט פאר די אמעריקאנער פאלק אז די אמעריקאנער פיילאטן האבן דיסטרויעט די אינהאַלט אז עס זאל נישט אריינפאלן אין זייערע הענט

פון דייינע תגובות זעהט מען אז דו ביזט צו אינג צו געדענקען קלינטאנ'ס פרעזידענסי

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 2:52 am

פומפדותא האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:געהערט פון איינעם אז אין ביל קלינטאנס צייטן האט טשיינאַ אראפגעשאסן אן אמעריקאנער פליגער און עס פארכאפט און אמעריקע האט דאס צוריק געבעטן און טשיינאַ האט עס צוריקגעגעבן אין שטיקער אבער אן די אינהאַלט....
לימוד הוא אותו שבט... העמיר זעהן וואס עס וועט זיין יעצט



Just for the record
עס איז געוועהן ווען בוש 43 איז געוועהן פרעזידענט.

טשיינע האט פארלאנגט אז אמעריקע זאל עס ארויסנעמען פון לאנד צונימען. און וואס די שרייבסט וועגן די אינהאַלט, מען האט דעמאלטס פארקויפט פאר די אמעריקאנער פאלק אז די אמעריקאנער פיילאטן האבן דיסטרויעט די אינהאַלט אז עס זאל נישט אריינפאלן אין זייערע הענט

פון דייינע תגובות זעהט מען אז דו ביזט צו אינג צו געדענקען קלינטאנ'ס פרעזידענסי

און פאר די רעקארד, זיי האבן עס נישט אראפגעשאסן, צווי כינעזער פליגערס וואס זענען געקומען עס צו אינטערסעפטן זענען געפלויגן געפארפול נאנט צום אמערקאנער פליגער (א זאך וואס זיי טוען נאך גאנץ אפט היינט צו טאגס) און איינס האט אריינגעקראכט בטעות (אפי' די אמעריקאנער האבן געזאגט אז עס איז געווען בטעות) הרג'ענענדיג דעם כינעזער פילאט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:11 am

מי חכם האט געשריבן:דער אשכול איז שוין אביסל אלט אין טראמפ צייטן... שוין געווען א באנטש אנדערע פאן.

אבער מיין תגובה האט זיך באצויגן צו טראמפ'ס פראוואקאציע פון רעדן צו די טאיוואנעזער. וואס האט לאו דוקא געהאט צו טון מיט כינע'ס ספעציפישע אומרעכט אין די סאוט טשיינע סי

איך האב איבערגעליינט דעם אשכול אפאר מאל. אפשר קענסטו אנווייזן ווער עס האט גערעדט פון דעם קאל וואס אויף דעם האסטו זיך באצויגן/געענטפערט? אפשר א לינק?
און חוץ מזה, אפשר קענסטו מיר אויפקלערן וויאזוי דאס איז א פראוואקאציע? זייט ווען נעמט אמעריקע ארדערס פון כינע וואס יא צו טון און וואס נישט?

(אפשר זייט אבאמא איז אריינגעקומען אין אוועל אפיס)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
פומפדותא
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

תגובהדורך פומפדותא » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:20 am

טענו לו בחיטים והודו לו בזכר קדשו

זעהט אויס דו כאפסט בכלל נישט די פאונט.
לשיטתכם פון די פאר נארישע טראמפיסטן איז איעדע דורכפאל געשעהן ביי קלינטאן און איעדע געלונגענע זאך ביי בוש.
די פאקט איז אבער געוועהן קאפויער, קלינטאן איז געוועהן א בר מזל און עס איז איהם געגאנגען גוט, די עקאנעמי האט געבליהט, קיין מלחמות א חוץ עפעס א קליינע מלחמה אין באסניע, (ווער געדענקט נאך). אין קורצען אכט גוטע יארן
לאידך גיסא איז דער בוש געוועהן א שלימזל אפאר וואכן נאך ער איז אריינגעקומען אין אמט איז געוועהן די מעשה מיט די פליגער אין טשיינע אזוי וואו ער האט ג'ענדיגט, איז געוועהן 9/11 דערנאך צוויי מלחמות, געוועהן צוויי ריסעשנס אין זיינע צייטן, א קיצור ווייט פון גאלד פאר אלע שונאים געווינטשען

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:26 am

האט איינער אפשר געהערט אז די כינעזער רעגירונג האט פראטעסטירט קעגן אבאמאס אינטערשרייבן א ביל?
מי חכם לאמיר הערן:
ווי האט יאסי געשטעטנער געזאגט? דאס גייט נישט באקומען א פינפטל דעקונג פון וואס טראמפס טייוואן קאל האט באקומען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 1:33 am

פומפדותא האט געשריבן:טענו לו בחיטים והודו לו בזכר קדשו

זעהט אויס דו כאפסט בכלל נישט די פאונט.
לשיטתכם פון די פאר נארישע טראמפיסטן איז איעדע דורכפאל געשעהן ביי קלינטאן און איעדע געלונגענע זאך ביי בוש.
די פאקט איז אבער געוועהן קאפויער, קלינטאן איז געוועהן א בר מזל און עס איז איהם געגאנגען גוט, די עקאנעמי האט געבליהט, קיין מלחמות א חוץ עפעס א קליינע מלחמה אין באסניע, (ווער געדענקט נאך). אין קורצען אכט גוטע יארן
לאידך גיסא איז דער בוש געוועהן א שלימזל אפאר וואכן נאך ער איז אריינגעקומען אין אמט איז געוועהן די מעשה מיט די פליגער אין טשיינע אזוי וואו ער האט ג'ענדיגט, איז געוועהן 9/11 דערנאך צוויי מלחמות, געוועהן צוויי ריסעשנס אין זיינע צייטן, א קיצור ווייט פון גאלד פאר אלע שונאים געווינטשען

ווער האט באשולדיגט קלינטאן? ווער האט אפי' גערעדט וועגן וועמענס שולד עס איז? ער האט בסך הכל געזאגט א מעשה וואס איז געשען און געהאט א טעות מיט'ן דאטום, האסטו שוין געטראכט אז ער מיינט צו זאגן... ער האט גארנישט געמיינט נאר ארויסצוברענגען אז כינע האט שוין אמאל געטון אזאנס. האסטו פארראכטן דעם דאטום, האב איך פארראכטן די מעשה.
לדבריך, האסטו אודאי געשריבן אז עס איז געווען ביי בוש ווייל די האסט געוואלט ארויסברענגען אז קיינער האט נישט מורא געהאט פון בוש, האב איך דיך אפגעפרעגט ווייל עס איז געווען א טעות. (די אמעריקאנער אויפ'ן פליגער האבן דערציילט אז דער כינעזער פילאט האט געכאפט אז ער איז צו נאנט האט ער זיך פרובירט אוועקצודרייען נאר עס איז שוין געווען צו שפעט.)
(און דאס וואס זיי זענען בכלל געפלויגן אזוי נאנט, זיי טוען עס כסדר און האבן עס שוין געטוען א שיינע פאר מאל אין די לעצטע פאר יאר.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 2:03 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:דער אשכול איז שוין אביסל אלט אין טראמפ צייטן... שוין געווען א באנטש אנדערע פאן.

אבער מיין תגובה האט זיך באצויגן צו טראמפ'ס פראוואקאציע פון רעדן צו די טאיוואנעזער. וואס האט לאו דוקא געהאט צו טון מיט כינע'ס ספעציפישע אומרעכט אין די סאוט טשיינע סי

איך האב איבערגעליינט דעם אשכול אפאר מאל. אפשר קענסטו אנווייזן ווער עס האט גערעדט פון דעם קאל וואס אויף דעם האסטו זיך באצויגן/געענטפערט? אפשר א לינק?
און חוץ מזה, אפשר קענסטו מיר אויפקלערן וויאזוי דאס איז א פראוואקאציע? זייט ווען נעמט אמעריקע ארדערס פון כינע וואס יא צו טון און וואס נישט?

(אפשר זייט אבאמא איז אריינגעקומען אין אוועל אפיס)


די מעשה איז געווען ערגעץ יענע תקופה, און איז געזען געווארן אין די וועלט ווי כינע'ס ענטפער צו טראמפ'ס פראוואקאציע.

אמעריקע נעמט נישט קיין ארדערס פון קיינעם. און דאס זעלבע טוט כינע. ווייסעך טאקע נישט פארוואס דער ווארט איז בכלל דערמאנט געווארן אין דעם אשכול
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 2:10 am

מי חכם האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:דער אשכול איז שוין אביסל אלט אין טראמפ צייטן... שוין געווען א באנטש אנדערע פאן.

אבער מיין תגובה האט זיך באצויגן צו טראמפ'ס פראוואקאציע פון רעדן צו די טאיוואנעזער. וואס האט לאו דוקא געהאט צו טון מיט כינע'ס ספעציפישע אומרעכט אין די סאוט טשיינע סי

איך האב איבערגעליינט דעם אשכול אפאר מאל. אפשר קענסטו אנווייזן ווער עס האט גערעדט פון דעם קאל וואס אויף דעם האסטו זיך באצויגן/געענטפערט? אפשר א לינק?
און חוץ מזה, אפשר קענסטו מיר אויפקלערן וויאזוי דאס איז א פראוואקאציע? זייט ווען נעמט אמעריקע ארדערס פון כינע וואס יא צו טון און וואס נישט?

(אפשר זייט אבאמא איז אריינגעקומען אין אוועל אפיס)


די מעשה איז געווען ערגעץ יענע תקופה, און איז געזען געווארן אין די וועלט ווי כינע'ס ענטפער צו טראמפ'ס פראוואקאציע. מקור? (אפי' שלמה הילדעסהיימער איז דאס נישט בייגעפאלן.)

אמעריקע נעמט נישט קיין ארדערס פון קיינעם. און דאס זעלבע טוט כינע. ווייסעך טאקע נישט פארוואס דער ווארט איז בכלל דערמאנט געווארן אין דעם אשכול
ראבעווען יענעם'ס א חפץ איז נישט קיין פראוואקאציע? נעמען א טעלעפאן קאל, וואס דו רופט פראוואקאציע איז נישט, חוץ אויב כינע דיקטירט אמעריקע וואס צו טוען, דעמאלטס איז עס א פראוואקאציע נישט אויסצופאלגן זייער באפעל.(אין אנדערע ווערטער, טראמפס קאל איז נאר א פראוואקאציע אויב אמעריקע האט נישט די רעכט מחליט צו זיין וואס צו טוען אן כינע'ס רשות).
דער אשכול רעדט פון דאס צונעמען א אונטערוואסער דראון, וואס איז אומלעגאל, אן אומדערהערטע חוצפה, און יא, א פראוואקאציע (אפי' אויב כינע דארף נישט נעמען קיין ארדערס ביי אמעריקע).
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 2:37 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:האט איינער אפשר געהערט אז די כינעזער רעגירונג האט פראטעסטירט קעגן אבאמאס אינטערשרייבן א ביל?
מי חכם לאמיר הערן:

עני אפדעיטס?

ווי האט יאסי געשטעטנער געזאגט? דאס גייט נישט באקומען א פינפטל דעקונג פון וואס טראמפס טייוואן קאל האט באקומען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 04, 2017 3:12 pm

ווי האט לכאורה געזאגט? וויפיל מאל דארף מען איבערשרייבן דעם זעלבן אויסגעדראשענעם נודנעם ליניע אינעם זעלבן אשכול?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 3:23 pm

לכאורה האט געשריבן:ווי האט לכאורה געזאגט? וויפיל מאל דארף מען איבערשרייבן דעם זעלבן אויסגעדראשענעם נודנעם ליניע אינעם זעלבן אשכול?

לכאורה כאפט לכאורה נישט אז איינער פרובירט לכאורה ארויסצוברענגען א פוינט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11095
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך ינואר 04, 2017 4:13 pm

וואס איז די פוינט? אז יוסי געשטעטנער זאגט אז וכו' וכו' ?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:32 pm

ניין, די פוינט איז אז שלמה, יש, כאפצעם, מי חכם און אלע אנדערע חכמים ונבונים וואס האבן זיך געווארפן ווי פיש אום אלול פאר שרעק אז אט אט ברעכט אויס די דריטע וועלט קריג נאכדעם וואס טראמפ האט זיך דערוואגט אנצונעמען א טעלעפאן קאל פון די טייוואנעזע פרעזידענטקע אן בעטן רשות פון כינע, זענען עפעס נישט אזוי דערשראקן פון דעם אז אבאמא האט אויטאריזירט צו פארקויפן הונדערטער מיליאנען דאלארן ווערט פון געווער, א זאך וואס איז פיל שטערקער גערייצט מיט כינע - און זיי האבן טאקע אפיציעל פראטעסטירט, א זאך וואס זיי האבן נישט געטוען נאכ'ן קאל. און זיי זעען אפי' נישט פאר וויכטיג עס צו באריכטן (ווייל א פאקט וואס שטימט נישט מיט זייער בייעס איז קיין פאקט נישט.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11023
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:39 pm

וואס דו כאפסט נישט איז אז דאס איז איין קייט, אלעס א דירעקטע רעזולטאט פון טראמפ.

איך בעצם האב גראדע הנאה געהאט פון טראמפ'ס פאון קאל צו טייוואן, ווי געשריבן דעמאלטס. אבער צום פוינט, וואס איז געשעהן איז אז אלס רעזולטאט פון טראמפ'ס שריט האט טשיינע אנגעהויבן צו פראוואקירן טייוואן, און טייוואן האט זיך געשפירט ערענסט באדראעט, דאן האט אמעריקא געמוזט זיי קומען צו הילף.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4991
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 04, 2017 10:47 pm

כאפצעם האט געשריבן:וואס דו כאפסט נישט איז אז דאס איז איין קייט, אלעס א דירעקטע רעזולטאט פון טראמפ.

איך בעצם האב גראדע הנאה געהאט פון טראמפ'ס פאון קאל צו טייוואן, ווי געשריבן דעמאלטס. אבער צום פוינט, וואס איז געשעהן איז אז אלס רעזולטאט פון טראמפ'ס שריט האט טשיינע אנגעהויבן צו פראוואקירן טייוואן, און טייוואן האט זיך געשפירט ערענסט באדראעט, דאן האט אמעריקא געמוזט זיי קומען צו הילף.

האסט א גרויסער טעות: אמעריקע פארקויפט שוין צענדליגער יארן געווער פאר טייוואן; ווען נישט וואל טייוואן נישט עקזיסטירט קיין איין טאג (ובפרט ווען רוסלאנד איז נאך געווען קאמוניסטיש.) פאקטיש איז עס די 16'טע פארקויף פון די אבאמא אדמיניסטראציע אליין. איך האב נישט געזען אין ערגעץ אז כינע טוט עפעס פאר טייוואן מער ווי ביז יעצט, און אויך אז זיי האבן געבעטן די געווער צוליב דעם. אויב האסטו עפעס מקורות, אדרבה לייג ארויף לינקס.
איך האב אלעמאל געהאלטן אז אמעריקע דארף שטיצן דעם דעמאקראטישן טייוואן, און איך האב נישט קיין פראבלעם מיט אבאמאס פארקויפונגען אויך נישט, אבער איך האב פונקט אזוי נישט קיין פראבלעם מיט טראמפס קאל.
דא איז א ליסטע פון אלע וואפן פארקויפונגען פון אמעריקע פאר טייוואן זינט 1979 ווען אמעריקע האט אנערקענט כינע.
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Baidu [Spider], maybeeynot, Volunteer, בבל, בלייב געזונט, מי יודע, פינחס, צד תמות, רעסטאראנט, שאהן הענניטי, תפלה און 58 געסט