פרעזידענט אבאמא נאכן ווייסן הויז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » דינסטאג ינואר 24, 2017 2:13 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:דאכצעך אז בלוי דארף צו ווייזן 'טראסט'

(וועגן דעם נוצן עס טשעיס, אמעריקען עקספרעס, און נאך פיינענשעל אינסטיטושנס)

לייג צו - אין וועגן דעים איז אייוועלט בלוי

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » דינסטאג ינואר 24, 2017 9:24 pm

חזרה האט געשריבן: און יא! די "קאודס ליגט יעצט אין פונקט אזעלכע גוטע הענט ווי עס איז געליגען די לעצטע אכט יאר"

דו ווייסט אפילו נישט ווי גוט דו זאגסט...
ס'ליגט טאקע אין גוטע הענט, און נישט אין די הענט פון טראמפ (עכ"פ דערווייל).

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2739
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 24, 2017 9:48 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:וואס אבאמא וועט אריינגיין אין די היסטארי פאר וועל מיר געוואור ווערן אין עטליכע יאר ארום. זיין אפראוועל ביים ארויסגיין מיינט נאכנישט אז ער גייט אריין אין די היסטארי פאר א גיטע פרעזידענט.

וועל, אלעס "קען" זיין אבער היסטארי אינדעקעיט אז די אפראוול ראטע ביים פארלאזן אפיס איז טאקע וויאזוי דער פרעזידענט גייט אריין עווענטועל אין די היסטאריע ביכער.

ווי מ'זעהט דא:
צוגעלייגטע
IMG_0291.JPG
א גראף האט א שטארקע כח...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:01 am

כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
eller האט געשריבן: טראמפ גייט אויסמעקן אין אריין ווארפן אין מיסט רוב צו גאר אלע זיינע אויפטוען אין די לעצטע 8 יאר .

ווי געזאגט, די וויכטיגסטע אויפטוען פון זיין פרעזידענטשאפט ; די 15 מיליאן דזשאבס און בין לאדין אינעם אטלאנטיק קען אים שוין קיינער נישט אוועקנעמען.

פארפאלן, מ'האט געהאט א שאנס אין 08' און אין 12' אים צו אפהאלטן. יעצט איז שוין צו שפעט...



מ'קען אויך נישט אוועקנעמען פון אים די שוואכע אפראוול רעיטינג דורכאויס זיין טוירם... די וואס גלייכן פאולס און עוורידזשעס... אבאמא'ס עוורידזש אפראוול רעיטינג איז ערגער ווי בוש'ס אפראוול...

אגב, זאל מיר אן אבאמא שטיצער מסביר זיין די איבער 200 מיליאון דאללערדיגע נתינה פאר פאלעסטינער, וואס יעדער ווייסט זיי שטיצן אקטיוו טעראר...

יאפ, און ווי יעדער ווייסט טאקע איז בוש אריין אין היסטארי אלס איינע פון די געלונגענסטע פרעזידענטן...

בעצם האט רעיגאן האט אויך געהאט צייטן וואס זיין אפראוול ראטע איז געווען נידריגער ווי אבאמא איז עווער געווען.. נאר וואס אלטימיטלי מעטטערס איז וויאזוי אמעריקאנע בירגער אפראוון דעם פרעזידענט ביים פארלאזן אפיס וואס שפיגעלט אפ די ס"ה פון זיין ארבייט, און אויב גרייכט עס לויט אלע אנקעטעס %60 איז עס א יונענימעס אפראוול אויף א וואונדערבארע ארבייט.

די פאלעסטינע געלטער איז א זאך וואס קאנגרעס האט געשיקט נישט דער פרעזידענט, ער קען נישט טיילן קיין געלט... זיי האבן עס געגעבן פאר א ריעזאן.. הגם צוויי קאנגרעסלייט האבן געלייגט א האלד דערויף איז עס נישט געווען וועגן "טעראר" נאר וועגן זייער גיין צום יו. ען. געריכט.



אויב ווילסטו קוקן דוקא היינט, יאפ! אבאמא איז מער פאפולער ווי בוש! אהער מיט א סטיקער'ל... כאפצעם האט געוואונען!!!

ס'איז דא אויסער היינט נאך טעג... אין צוואנציג און פופציג יאר ארום העט מען צוריקקוקן אויף די אמאליגע פרעזידענט און מעט זעהן ווער סיז מער פאפולער... למעשה איז א פרעזידענט פרעזידענט פאר פיר אדער אכט יאר, דורכאויס די אכט יאר איז מען איין טאג מער און איין טאג ווייניגער פאפולער... סאו איה"נ אז אבאמא איז ארויס מער פאפולער, ריגארדלעסס וואס די סיבה איז, אבער אז דו וועסט נעמען די אכט יאר און עס עוורידזשן, איז אבאמא געווען ווייניגער פאפולער ווי בוש...

דו קענסט זאגן אז דאס איז וואס "אלטעמיטלי" מעטטערס, איך זעה נישט פארוואס, אלטעמיטלי איז צוואנציג דרייסיג יאר ארום, יעצט ווערטער גע'דזשאדזש'ד בעיסד אויף אסאך פאקטארן ארייגערעכענט די שמיציגסטע וואלן אין די היסטארי... בוש איז היינט סאך מער פאפולער ווי ווען ער איז ארויס פון אפיס, ווייל דעמאלטס האט די מידיע געציילט טעגליך די טויטע אין איראק וכד'...

סאו נאכאמאל, ווילסט קוקן נאר אויף איין תקופה, פיל פרי, און קוק נישט אויף די רעסט... אויב קוקסטו אויף די אוועראלל אפראוול רעיטינג איז אבאמא גאר שוואך...

בנוגע די 200 מיליאן דאללער פאר פאלעסטינער... איך האב אויך געליינט אז די געלט איז געווען באשטומט פאר זיי דורך קאנגרעסס, און סיז געווען אויף האלד... למעשה האט אבאמא די לעצטע פאר וואכן געוויזן זיינע עכטע קאללערס, ער האט געלאזט אדורכגיין א אנטי מדנ"י רעזעלוציע, ער האט אראפגענומען סאנקציעס פון סודאן, און געגעבן געלט פאר פאלעסטינער...

ווען טראמפ זאל ווען טוהן ענליך צו דעם וואלטן מיר געהאט דא א טוץ מיט צונעמען, רויט-האריגער טעראר - פינאנצירער וכד'...

דאס רעכענט נישט אריין די איראנע "נישט" רענסאם...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:02 am

אדיר איום האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
eller האט געשריבן: טראמפ גייט אויסמעקן אין אריין ווארפן אין מיסט רוב צו גאר אלע זיינע אויפטוען אין די לעצטע 8 יאר .


אגב, זאל מיר אן אבאמא שטיצער מסביר זיין די איבער 200 מיליאון דאללערדיגע נתינה פאר פאלעסטינער, וואס יעדער ווייסט זיי שטיצן אקטיוו טעראר...


אגב וואס איז מיט די 38 ביליאון מיט א ב׳ וואס אבאמא האט געגעבן פאר די ציונים



וואסי דיין פראגע? זיי גייען דאס נוצן צו בויען נאך א כותל ווייצוטוהן דעם רבין ז"ל...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18658
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:03 am

בוידעם האט געשריבן:צי ווייל רוב אמעריקע האט א אנדערע מיינונג ווי דיר.



אדער ווייל געוויסע האבן געטוישט מיינונג און וועלן נאך צוריקטוישן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4945
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך ינואר 25, 2017 10:10 am

חיימ'ל האט געשריבן:
חזרה האט געשריבן: און יא! די "קאודס ליגט יעצט אין פונקט אזעלכע גוטע הענט ווי עס איז געליגען די לעצטע אכט יאר"

דו ווייסט אפילו נישט ווי גוט דו זאגסט...
ס'ליגט טאקע אין גוטע הענט, און נישט אין די הענט פון טראמפ (עכ"פ דערווייל).

וואס איז דאס, חלומות? קאנספיראציעס? האפענונגען? אפשר ברענגסטו א שטיקל מקור?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:18 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
eller האט געשריבן: טראמפ גייט אויסמעקן אין אריין ווארפן אין מיסט רוב צו גאר אלע זיינע אויפטוען אין די לעצטע 8 יאר .

ווי געזאגט, די וויכטיגסטע אויפטוען פון זיין פרעזידענטשאפט ; די 15 מיליאן דזשאבס און בין לאדין אינעם אטלאנטיק קען אים שוין קיינער נישט אוועקנעמען.

פארפאלן, מ'האט געהאט א שאנס אין 08' און אין 12' אים צו אפהאלטן. יעצט איז שוין צו שפעט...



מ'קען אויך נישט אוועקנעמען פון אים די שוואכע אפראוול רעיטינג דורכאויס זיין טוירם... די וואס גלייכן פאולס און עוורידזשעס... אבאמא'ס עוורידזש אפראוול רעיטינג איז ערגער ווי בוש'ס אפראוול...

אגב, זאל מיר אן אבאמא שטיצער מסביר זיין די איבער 200 מיליאון דאללערדיגע נתינה פאר פאלעסטינער, וואס יעדער ווייסט זיי שטיצן אקטיוו טעראר...

יאפ, און ווי יעדער ווייסט טאקע איז בוש אריין אין היסטארי אלס איינע פון די געלונגענסטע פרעזידענטן...

בעצם האט רעיגאן האט אויך געהאט צייטן וואס זיין אפראוול ראטע איז געווען נידריגער ווי אבאמא איז עווער געווען.. נאר וואס אלטימיטלי מעטטערס איז וויאזוי אמעריקאנע בירגער אפראוון דעם פרעזידענט ביים פארלאזן אפיס וואס שפיגעלט אפ די ס"ה פון זיין ארבייט, און אויב גרייכט עס לויט אלע אנקעטעס %60 איז עס א יונענימעס אפראוול אויף א וואונדערבארע ארבייט.

די פאלעסטינע געלטער איז א זאך וואס קאנגרעס האט געשיקט נישט דער פרעזידענט, ער קען נישט טיילן קיין געלט... זיי האבן עס געגעבן פאר א ריעזאן.. הגם צוויי קאנגרעסלייט האבן געלייגט א האלד דערויף איז עס נישט געווען וועגן "טעראר" נאר וועגן זייער גיין צום יו. ען. געריכט.



אויב ווילסטו קוקן דוקא היינט, יאפ! אבאמא איז מער פאפולער ווי בוש! אהער מיט א סטיקער'ל... כאפצעם האט געוואונען!!!

ס'איז דא אויסער היינט נאך טעג... אין צוואנציג און פופציג יאר ארום העט מען צוריקקוקן אויף די אמאליגע פרעזידענט און מעט זעהן ווער סיז מער פאפולער... למעשה איז א פרעזידענט פרעזידענט פאר פיר אדער אכט יאר, דורכאויס די אכט יאר איז מען איין טאג מער און איין טאג ווייניגער פאפולער... סאו איה"נ אז אבאמא איז ארויס מער פאפולער, ריגארדלעסס וואס די סיבה איז, אבער אז דו וועסט נעמען די אכט יאר און עס עוורידזשן, איז אבאמא געווען ווייניגער פאפולער ווי בוש...

דו קענסט זאגן אז דאס איז וואס "אלטעמיטלי" מעטטערס, איך זעה נישט פארוואס, אלטעמיטלי איז צוואנציג דרייסיג יאר ארום, יעצט ווערטער גע'דזשאדזש'ד בעיסד אויף אסאך פאקטארן ארייגערעכענט די שמיציגסטע וואלן אין די היסטארי... בוש איז היינט סאך מער פאפולער ווי ווען ער איז ארויס פון אפיס, ווייל דעמאלטס האט די מידיע געציילט טעגליך די טויטע אין איראק וכד'...

סאו נאכאמאל, ווילסט קוקן נאר אויף איין תקופה, פיל פרי, און קוק נישט אויף די רעסט... אויב קוקסטו אויף די אוועראלל אפראוול רעיטינג איז אבאמא גאר שוואך...

בנוגע די 200 מיליאן דאללער פאר פאלעסטינער... איך האב אויך געליינט אז די געלט איז געווען באשטומט פאר זיי דורך קאנגרעסס, און סיז געווען אויף האלד... למעשה האט אבאמא די לעצטע פאר וואכן געוויזן זיינע עכטע קאללערס, ער האט געלאזט אדורכגיין א אנטי מדנ"י רעזעלוציע, ער האט אראפגענומען סאנקציעס פון סודאן, און געגעבן געלט פאר פאלעסטינער...

ווען טראמפ זאל ווען טוהן ענליך צו דעם וואלטן מיר געהאט דא א טוץ מיט צונעמען, רויט-האריגער טעראר - פינאנצירער וכד'...

דאס רעכענט נישט אריין די איראנע "נישט" רענסאם...


יאפ דאס איז מיין פאוינט. אויסער דעם האלט איך אז ווי לענגער עס גייט דורך ווערט בוש מער רעספעקטירט, למעשה האט ער געהאט די 911 אטאקע גלייך אנהייב פין זיין קאריער און ער האט געוויזן שטארקייט און פירערשאפט אויף א שטארקע פארנעם, און במציאות האט ער מער ווייניגער אינטערגעברענגט אל קאידא.

די מידיעס נעגעטיווע דעקונג פאר אים און פאזיטיווע פאר אבאמא בלייבט נישט אויף אייביג, באטאם ליין, היסטארי וועט זאגן ווער עס איז געווען א שטערקערע פירער און ווער נישט.

אגב האב איך לעצטענס געזעהן אויפן WHITEHOUSE וועב זייטל ווי זיי באשרייבן די שטורומישע פרעזידענסי בוש האט געהאט.

George W. Bush, America's 43rd President (2001-2009), was transformed into a wartime President in the aftermath of the airborne terrorist attacks on September 11, 2001, facing the "greatest challenge of any President since Abraham Lincoln."
The airborne terrorist attacks on the World Trade Center, the Pentagon, and the thwarted flight against the White House or Capitol on September 11, 2001, in which nearly 3,000 Americans were killed, transformed George W. Bush into a wartime president. The attacks put on hold many of Bush’s hopes and plans, and Bush’s father, George Bush, the 41st president, declared that his son “faced the greatest challenge of any president since Abraham Lincoln.”

In response, Bush formed a new cabinet-level Department of Homeland Security, sent American forces into Afghanistan to break up the Taliban, a movement under Osama bin Laden that trained financed and exported terrorist teams. The Taliban was successfully disrupted but Bin Laden was not captured and was still on the loose as Bush began his second term. Following the attacks, the president also recast the nation’s intelligence gathering and analysis services, and ordered reform of the military forces to meet the new enemy. At the same time he delivered major tax cuts which had been a campaign pledge. His most controversial act was the invasion of Iraq on the belief that Iraqi President Saddam Hussein posed a grave threat to the United States. Saddam was captured, but the disruption of Iraq and the killing of American servicemen and friendly Iraqis by insurgents became the challenge of Bush’s government as he began his second term. President Bush pledged during his 2005 State of the Union Address that the United States would help the Iraqi people establish a fully democratic government because the victory of freedom in Iraq would strengthen a new ally in the war on terror, bring hope to a troubled region, and lift a threat from the lives of future generations.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:27 am

מ'הערט שוין 8 יאר דעם פראז אז מיט די צייט וועט "היסטארי" אים זשאדזשן אלס גוטע פרעזידענט. דערווייל האט עס ליידער נאכנישט פאסירט...

קען זיין אז נאך א טראמפ פרעזידענסי וועט בוש אויסזעהן גוט? מעגליך. אבער ס'איז עכ"פ נאך אלץ שווער צו זעהן א פרעזידענט וואס מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום סוקסעס אין זיין פרעזידענסי זאל סאמהאו ווערן געזעהן אלץ געלונגענע פרעזידענט.
פיין טונד מאשין

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1774
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:31 am

קיין נפקמ האט געשריבן:די מידיעס נעגעטיווע דעקונג פאר אים און פאזיטיווע פאר אבאמא בלייבט נישט אויף אייביג, באטאם ליין, היסטארי וועט זאגן ווער עס איז געווען א שטערקערע פירער און ווער נישט.

100% פערצענט עס וועט קומען א צייט וואס ווען מען וועט ארויסרעכענען יענעמס מעלות אין איינע פון די זאכען וואס מען וועט אויסרעכענען איז כאפען בין לאדען
און מענטשען וועלען זיך אנפאנגען צו כאפען איין מינוט פאר בין לאדען נעמט ער קרעדיט וואס ס"ה ער האט נישט געשטערט און עס געלאזט טוהון און עס איז געווען א מער א היסטארישע זאך ווי א וויכטיגע זאך עט דעט פוינט. איז וואס איז מיט אזא ערענסטע זאך ווי אייסיס וואס איז אסאך א ערענסטערע זאך און עס איז אסאך מער זיין שולד ער האט דאך קריעטעד די ספעיס און מצב אז זיי זאלען זיך קענען ארגענייזען און ווען ער האט באקומען אסאך שטערקערע און מער ספיסיפיק ווארנגען ווי בוש האט באקומען אויף 9/11 האט ער עס אינארירט און אוועקגעמאכט (אזוי ווי אסאך אפענע זאכען וואס ער האט אפגעלאכט און אוועק געמאכט ווען ער האט געוויסט די אמת (אבער זיינע ליגענטס זענען געווען אויף וויכיטיגע אישוס סאו די מידיע האט נישט געמאכט א עסק נאר פרעזידענט טראמפס נארישע ליגענטס אויף נישט וויכטיגע זאכען וואס זיין פוינט איז אבער יא אמת דאס מאכט די מידיע צימעס פון) ווען דעמאלטס האט ער געהאט א גרינגע געלעגנהייט פטור צו ווערען פון זיי אבער ער האט געהאט אייגענע ענגע אינטערעסען (לעגעסי בלע"ז ועוד)

און דאס איז נאר איין דוגמה
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:38 am

כאפצעם האט געשריבן:מ'הערט שוין 8 יאר דעם פראז אז מיט די צייט וועט "היסטארי" אים זשאדזשן אלס גוטע פרעזידענט. דערווייל האט עס ליידער נאכנישט פאסירט...

קען זיין אז נאך א טראמפ פרעזידענסי וועט בוש אויסזעהן גוט? מעגליך. אבער ס'איז עכ"פ נאך אלץ שווער צו זעהן א פרעזידענט וואס מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום סוקסעס אין זיין פרעזידענסי זאל סאמהאו ווערן געזעהן אלץ געלונגענע פרעזידענט.


קיין שום סוקסעס ? פארמיטן פיל מיט אטאקעס (אוודאי בע"ה) איז נישט קיין סוקסעס ? אינטעגעברענגט אל קאידא איז נישט קיין סוקסעס ?
דאס אז די מידיע האט געציילט די געשטארבענע סאלדאטן (וואס אינטער אבאמא ביי די נישט מלחמה איז געווען א שיינע צאל געשטארבענע סאלדאטן באט סאם האו האט די מידיע נישט גערעדט דערפין בכלל) דאס מאכט אים נאכנישט שלעכט

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך ינואר 25, 2017 11:51 am

אז מוסלומענער שחיטות מיט א Gun ווערט באצייכנט אין די מעינסטרים מידיא אלס א Shooting דעמאלס איז טאקע כמעט נישט געווען קיין טעראר אטאקעס אין די פאראייניגטע שטאטן אונטער אבאמא׳ס זייגער...
ישראל אשר בך אתפאר

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:00 pm

כאפצעם האט געשריבן:מ'הערט שוין 8 יאר דעם פראז אז מיט די צייט וועט "היסטארי" אים זשאדזשן אלס גוטע פרעזידענט. דערווייל האט עס ליידער נאכנישט פאסירט...

קען זיין אז נאך א טראמפ פרעזידענסי וועט בוש אויסזעהן גוט? מעגליך. אבער ס'איז עכ"פ נאך אלץ שווער צו זעהן א פרעזידענט וואס מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום סוקסעס אין זיין פרעזידענסי זאל סאמהאו ווערן געזעהן אלץ געלונגענע פרעזידענט.


איך וויל גארנישט טראכטן וויאזוי אבאמא וואלט געהענדעלד די סעפט 11 אטאקעס, ערשט וואלט ער געזיצן אויף א מיטונג צי באשליסן פינקטלעך וויאזוי צי ריפען די היידזשעקערס נישט חלילה טערער און אוודאי נישט מוסלעמענער חלילה.
דערנאך וואלט מען געקיקט צי אפשר קען מען דאס בלעימען אויף עפעס א ווידיעו וכדו'
איך לאז פאר יעדעם ווייטער זיך פארשטעלן בעיסט אויף וויאזוי דער ליבעראלער אקס האט געהאנדעלד יעדע אטאקע אינטער זיין זייגער

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:06 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מ'הערט שוין 8 יאר דעם פראז אז מיט די צייט וועט "היסטארי" אים זשאדזשן אלס גוטע פרעזידענט. דערווייל האט עס ליידער נאכנישט פאסירט...

קען זיין אז נאך א טראמפ פרעזידענסי וועט בוש אויסזעהן גוט? מעגליך. אבער ס'איז עכ"פ נאך אלץ שווער צו זעהן א פרעזידענט וואס מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום סוקסעס אין זיין פרעזידענסי זאל סאמהאו ווערן געזעהן אלץ געלונגענע פרעזידענט.


קיין שום סוקסעס ? פארמיטן פיל מיט אטאקעס (אוודאי בע"ה) איז נישט קיין סוקסעס ? אינטעגעברענגט אל קאידא איז נישט קיין סוקסעס ?


נעם אין באטראכט אז איך רעד פון "סוקסעסן" (אן אפילו אריינגיין אין זיינע דורכפעלער.. ) .

מיטן האבן איבערגעזעהן די 9/11 גרעסטע טעראר אטאקע אין אמעריקאנע היסטאריע הייסט בע"כ נישט א "פארמיטן אטאקעס" סוקסעס.

אונטערגעברענגט על קאידע האט ער נישט ווייל זיי זענען נאך אלץ דא, נאר מיט אנדערע נעמען, און אין געוויסע פלעצער נאך מיטן זעלבן נאמען.

און דאס איז אלעס אן רעכענען די ס"ה פון זיין פרעזידענסי מיטן דיזעסטער עקאנאמיע און דיזעסטער אויסערן פאליסי מיט אומאויסגעפעלטע בליטיגע מלחמות און צוויי געבליבענע אמעריקאנע פריינט גלאבאל... ווייל איך פראביר צו זעהן נאר אויב מ'קען טרעפן סייוואספארא "סוקסעס".

יעצט דו האסט די פולסטע רעכט צו האלטן אז ער איז יא געווען געלונגען, אבער כאפסט אז די וואס האלטן מיט דיר האבן אזוי געהאלטן אכט יאר צוריק אויך, סאו אז "היסטארי" זאל טוישן איר בליק אויף אים ווען עס איז נישטא אויף וואס צו זיך פרייען איז שווער צו זעהן.
פיין טונד מאשין

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:25 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מ

און דאס איז אלעס אן רעכענען די ס"ה פון זיין פרעזידענסי מיטן דיזעסטער עקאנאמיע און דיזעסטער אויסערן פאליסי מיט אומאויסגעפעלטע בליטיגע מלחמות און צוויי געבליבענע אמעריקאנע פריינט גלאבאל... ווייל איך פראביר צו זעהן נאר אויב מ'קען טרעפן סייוואספארא "סוקסעס".

ן.


לול.... בוש מיט א דיזעסטער אויסערן פאליסי און אבאמא מיט א מעכטיגע פאליסי. נישטא ווער סזאל לאכן.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:35 pm

קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מ

און דאס איז אלעס אן רעכענען די ס"ה פון זיין פרעזידענסי מיטן דיזעסטער עקאנאמיע און דיזעסטער אויסערן פאליסי מיט אומאויסגעפעלטע בליטיגע מלחמות און צוויי געבליבענע אמעריקאנע פריינט גלאבאל... ווייל איך פראביר צו זעהן נאר אויב מ'קען טרעפן סייוואספארא "סוקסעס".

ן.


לול.... בוש מיט א דיזעסטער אויסערן פאליסי און אבאמא מיט א מעכטיגע פאליסי. נישטא ווער סזאל לאכן.

און אבאמא'ס אויסערן פאליסי אוועראלל וועט גאנץ זיכער אויך נישט געדענקט ווערן אין היסטארי אלס סוקסעס.

האט ער אבער א מיליאן אנדערע סוקסעסן אזוי ארום אז ס'בכלל נישט שווער אים צו זעהן אין היסטארי אלס געלונגענע פרעזידענט, משא"כ ביי בוש וואס ס'נישטא גארנישט צו פארקויפן.
פיין טונד מאשין

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6749
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:49 pm

כאפצעם האט געשריבן:מ'הערט שוין 8 יאר דעם פראז אז מיט די צייט וועט "היסטארי" אים זשאדזשן אלס גוטע פרעזידענט. דערווייל האט עס ליידער נאכנישט פאסירט...

קען זיין אז נאך א טראמפ פרעזידענסי וועט בוש אויסזעהן גוט? מעגליך. אבער ס'איז עכ"פ נאך אלץ שווער צו זעהן א פרעזידענט וואס מ'קען נישט אנצייגן אויף קיין שום סוקסעס אין זיין פרעזידענסי זאל סאמהאו ווערן געזעהן אלץ געלונגענע פרעזידענט.

היסטערי מיינט נישט א טאג נאך פארלאזן אפיס, היסטערי מיינט 20 יאר שפעטער ווען מען זעט די ריזאלטאטן.

און אז דו ווילסט רעדן פון יעצט איז אויך נישט שלעכט, זיין עפראוועל רעיטינגס איז שוין ארויף מיט מער ווי 20%.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:56 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מיטן האבן איבערגעזעהן די 9/11 גרעסטע טעראר אטאקע אין אמעריקאנע היסטאריע הייסט בע"כ נישט א "פארמיטן אטאקעס" סוקסעס.
ן.


פין אבאמא ווייס איך אז אפילו נאך 8 יאר קען מנאך בלעימען די פארגייער אויף אלע דורך פעלער, פארוואס דא פארשטייסטו אז אויף עפעס א מאסיווע פארויס פלאנירטע אטאקע קנאפע 9 חדשים נאכן אריינקימען קען מען נישט בלעימען קלינטאן ?

און למעשה האט עס בוש אייזען גיט געהענדעלט און דערזייט איז נישט געווען מער קיין אטאקעס. אל קאידא איז געווארן אינטערגעברענגט.

אייסיס האט זיך שוין געגרינדעט אויף אבאמאס זייגער, אויסגעפירט פלענטי אטאקעס אויף אבאמאס זייגער, און אבאמא האט זיי נישט געקענט אינטער ברענגן.

דאס איז וואס גייט אריין אין היסטארי

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:13 pm

דורכאויס זיינע אכט יאר האט אמעריקע פארלוירן בערך פיר מיליאן מאנופעקטשורינג דזשאבס.
די פרייוועט סעקטאר האט פארלוירן עטליכע הונדערט טויזנט דזשאבס אונטער אים.
רעגירונג דזשאבס איז געוואקסן מיט בערך צוויי מיליאן 2001-2009.
אונטער זיין זייגער איז די ציפער פון אומלעגאלע אימיגראנטן אין אמעריקע געשטיגן יעדן איינציגסטן יאר.
די דאו דזשאנס האט פארלוירן 2,300 פונקטן (10,600 אין 2001, 8,300 2009).
די פעדעראלע דעפיציט איז געשטיגן פינף פון זיינע אכט יאר.
די טיעפסטע עקאנאמישע רעסעסיע זינט די גרעיט דיפרעשן.
אריינגעפירט אמעריקע אין אן אומוויכטיגע (מילד גערעדט) צוויי טריליאן דאלערדיגע קריג וואס האט געמאכט אמעריקע אומפאפולער אין רוב לענדער פון די וועלט, געקאסט טויזנטער אמעריקאנער לעבנס, הונדערטער טויזנטער פארוואונדעטע לעבנסלענגליך, דעסטאביליזירט דעם ראיאן וואס האט ענטגילטיג אויסגעטרעטן דעם וועג פאר די יעצטיגע מצב אין איראק/סיריע.

אבאמא אדער בוש השני?
לעצט פאראכטן דורך שלמה הילדעסהיימער אום מיטוואך ינואר 25, 2017 2:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11067
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:14 pm

כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
קיין נפקמ האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:מ

און דאס איז אלעס אן רעכענען די ס"ה פון זיין פרעזידענסי מיטן דיזעסטער עקאנאמיע און דיזעסטער אויסערן פאליסי מיט אומאויסגעפעלטע בליטיגע מלחמות און צוויי געבליבענע אמעריקאנע פריינט גלאבאל... ווייל איך פראביר צו זעהן נאר אויב מ'קען טרעפן סייוואספארא "סוקסעס".

ן.


לול.... בוש מיט א דיזעסטער אויסערן פאליסי און אבאמא מיט א מעכטיגע פאליסי. נישטא ווער סזאל לאכן.

און אבאמא'ס אויסערן פאליסי אוועראלל וועט גאנץ זיכער אויך נישט געדענקט ווערן אין היסטארי אלס סוקסעס.

האט ער אבער א מיליאן אנדערע סוקסעסן אזוי ארום אז ס'בכלל נישט שווער אים צו זעהן אין היסטארי אלס געלונגענע פרעזידענט, משא"כ ביי בוש וואס ס'נישטא גארנישט צו פארקויפן.

האט ער אבער א מיליאן אנדערע סוקסעסן!

כ'ווייס ביזט אזוי פארכישוף'ט פאר אים אזש ביז גרייט צו גיין אין פייער פאר אים.

כ'פארשטיי אויך אז עס איז נישט דא די טינט ארויס צו ברענגען די לויב און די גרויסקייט פון אבאמא מלפנים פרעזידענט אוו דע יונייטעד סטעיטס; דע גרעיטעסט פרעזידענט עווער! סעקענד אנלי (להבדיל אלף אלפי הבדלות) צו שלמה המלך.

איז אבער פאר אונז דעפלארעבעלס, נארישע איגנאראמעסען, וואס קענען עס נישט באגרייפען; ביטע עדיוקעיט אונז און ליסט כאטש א 100 פון זיינע געוואלדיגע אויפטוהען.

אויב 100 איז א ביסעל צו שווער; דעמאלט ביטע גיבט אונז כאטש די 10 קרוין עטשיוומענטס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קיין נפקמ
שר חמש מאות
תגובות: 569
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 10:51 am

תגובהדורך קיין נפקמ » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:25 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:דורכאויס זיינע אכט יאר האט אמעריקע פארלוירן בערך פיר מיליאן מאנופעקטשורינג דזשאבס.
די פרייוועט סעקטאר האט פארלוירן עטליכע הונדערט טויזנט דזשאבס אונטער אים.
רעגירונג דזשאבס איז געוואקסן מיט בערך צוויי מיליאן 2001-2009.
דאכט זיך אז די אנעפלאוינמענט נומ' אין עווערידזש איז געווען בעסער אין אלע בוש יארן קאמפערד צי אבאמאס יארן (מיט א כלומרשט פאראכטענע עקאנעמי)
און אפגערעדט אויב רעכענט מען אויך די נומ פין די וואס האבן אויפגעהערט זיכן ארבייט איז די נומ אינטער אבאמא סאך ערגער ווי ביי בוש.
אונטער זיין זייגער איז די ציפער פון אומלעגאלע אימיגראנטן אין אמעריקע געשטיגן יעדן איינציגסטן יאר.
1. דאס איז דאך א מעלה, נישט אזוי?
2. ער האט אינטערגעשריבן א ביל צי בויען א וואנט, מהאט עס נאר נישט אויסגעפירט צוליב די דעמס
די פעדעראלע דעפיציט איז געשטיגן פינף פון זיינע אכט יאר.
די טיעפסטע עקאנאמישע רעסעסיע זינט די גרעיט דיפרעשן.
דאס איז אין גרויס חלק געווען אין רעזולטאט פינעם עקאנאמי באבעל אינטער זיין פארגייער אזאך וואס איז נישט געווען פארדעם פאר יארן.
אריינגעפירט אמעריקע אין אן אומוויכטיגע (מילד גערעדט) צוויי טריליאן דאלערדיגע קריג וואס האט געמאכט אמעריקע אומפאפולער אין רוב לענדער פון די וועלט, געקאסט טויזנטער אמעריקאנער לעבנס, הונדערטער טויזנטער פארוואונדעטע לעבנסלענגליך, דעסטאביליזירט דעם ראיאן וואס האט ענטגילטיג אויסגעטרעטן דעם וועג פאר די יעצטיגע מצב אין איראק/סיריע.
לויט די CIA האט איראק געהאט מעסס דעסטראקשען, אין לו לדיין (להבדיל) אלא מה שעיניו רואות
אבאמא אדער בוש השני?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:41 pm

SPUSMN האט געשריבן:[quote=]
ביטע גיבט אונז כאטש די 10 קרוין עטשיוומענטס.


אט איז די סאמע שפיצן, פון אנדערען אשכול:
כאפצעם האט געשריבן:למעשה האט ער היבש צו צייגן פון זיין 8 יאר פרעזידענסי, מ'וועט אים געדענקן אלס

1 ) דער וואס האט דורכגעפירט די נאציאנאלע העלט קעיר סיסטעם וואס אזויפיל בעפאר אים האבן ביטערליך שווער פראבירט עס צו מאכן אבער אן ערפאלג.

פונקטליך "וויאזוי" עס וועט ווערן באשריבן אין היסטאריע ווענדט זיך וויאזוי עס גייט ווייטער, אויב טראמפ איז עס מבטל דאן וועט מען רעדן דערפון אלס "א העלטקעיר פלען וואס האט געהאלפן פרישע צענדליגער מיליאן אבער האט געברענגט אסאך אנדערע פראבלעמען און דער נאכפאלגענדער פרעזידענט טראמפ האט עס מבטל געווען". אויב וועט טראמפ עס בלויז מאדיפייען (וואס עס קוקט אזוי אויס פון זיינע סטעיטמענטס ) און פיקסן די פראבלעמען דאן וועט עס בלייבן אויסגעקריצט מיט גאלדענע אותיות אין היסטארי ביכער אלס די סענטערפיעס פון די אבאמא לעגעסי.


2 )אלס דער וואס האט צואמגעברענגט די וועלטסמאכטן צו א דיעל מיט איראן אפצושטעלן זייער נוקלעארער פראגראם.

ווענדט זיך ווידער, אויב טראמפ וועט דאס מבטל מאכן קען דאס נאך זיין בעסער פאר אבאמא אין א וועג, איראנס זיך נעמען בויען נוקליער וועט זיין אויף טראמפס פיקל און מוועט קענען טענהן אז סהאט "געארבעט".. דאס איז אבער אויך אנלייקלי ווייל טראמפ האט שוין אויך אנגעגעבן ער וועט עס בלויז שטארקער אינפארסירן. אויב בלייבט די עגריעמענט און דער פרעזידענט אין 15 יאר ארום פאלט דורך עס צו באנייען וועט עס בלייבן אין היסטארי "אלס די בלויז 15 יעריגער 'אפשטיפן' איראנס נוקליארער פראגראם דיעל". אויב אבער וועט אבער דער יעניגער פרעזידענט מצליח זיין עס צו באנייען (שטארקע מעגליכקייט) דאן וועט עס ווערן אויסגעקריצט מיט גאלדענע אותיות אין היסטארי ביכער אלס די סענטערפיעס פון די אבאמא "אויסערן פאליסי" לעגעסי.

3 ) אלס דער וואס האט ארויסגעשלעפט די אמעריקאנע עקאנאמיע פון די "גרויסע רעסעסיע".

דאס וועט לכאורה בלייבן אין די היסטאריע ביכער אלס זיין גרעסטע און וויכטיגסטע עקאמפלישמענט ווען נאכן ירשנען א לאנד אין א גענצליך חרובע עקאנאמיע האט ער עס ריקאווערט, 20 מיליאן דזשאבס צוריקגעברענגט/צוגעלייגט, גענידערט די אנאימפלוימענט ראטע מיט %13 אראפברענגענדיג די ארבייטסלאזיגקייט צו אן אלל טיים לאו. ראטעווענדיג די אמעריקאנער קאר אינדוסטרי מיט אירע הינדערטער טויזענטער זשאבס און ארויפברענגענדיג די סטאק מארקעט וועכנטליך צו רעקארד ברעכענדע נומערן.

ס'איז דא א טשאנס אז זיין נאכפאלגער טראמפ וועט צוריקברענגען פעקטארי זשאבס קיין אמעריקא וואס אויב וועט דאס פאסירן אין גרויסע נומערן דאן וועט עס רעזולטן אין א לאך אין די אבאמא עקאנאמיע לעגעסי וואס וועט צייגן אז הינדעטער טויזענטער מענטשן -ספעציעל אין די מיטל מערב שטאטן- זענען געבליבן "דיסאינפרענטשייזט" אונטער זיין זייגער אין די צייט וואס סאיז יא מעגליך געווען צו טוהן פאר זיי. דאס איז אבער אנלייקלי וויבאלד אנאליסטן צייגן אן אז %80 פעקטארי זשאבס פארלוסטן ווערט פארלוירן צו די היינטיגע מאדערענע "אטאמאציע" און דאס איז נאר ערווארטעט צו שטייגן אין די קומענדיגע יארן.

סאו אפילו עס וועט אים געלונגען צו ראטעווען א גרויסע חלק פון די %20 אוטסארסינג זשאבס איז עס אבער בלויז א קליינע נומבער פון די אלע פעקטארי זשאבס וואס ווערן פארלוירן.

4 ) דאס צוזאמברענגען די וועלט, אינקלודעט די גרעסטע פעלושען באשטייערער צו א געמיינזאמע לאנג טערמיניגע "קליימעט טשעינדזש" אגריעמענט.

דאס איז א זאך וואס וועט ווארשיינליך היבש צעפאלן מיט די נייע פאליסיס פונעם אריינקומענדיגן טראמפ אדמיניסטראציע און וועט דעריבער נישט בלייבן אזא שטארק אנזעהנדע אקאמפלישמענט, אבער וויבאלד אסאך זאכן זענען ווארשיינליך פערמענאנט ווי דאס אונטערברענגען קוילן פארבריקן און דאס אויפבויען די ריזיגע "קלינע ענערגיע" פראגראם איבערן לאנד וועט ער געדענקט ווערן אלס דער ערשטער פרעזידענט וואס האט זיך גענומען צו קליימעט טדעינדזש און איינגעפירט גרויסע שינוים.

5 ) כאפן בין לאדין.

דאס דורכפירן דעם סוקסעספולע מיליטערישע אקציע וואס האט געענדיגט א 10 יאריגע מען-האנט פאר דעם מערסט געזיכטן מענטש אין די וועלט און האט געברענגט א מוראדיגע שטאלץ פאר אמעריקא איז אן עקאמפלישמענט וואס אסאך פרעזידענטן וואלטן געחלישט עס צו האבן אויף זייער רעסומע.

וויבאלד דאס איז א "דראמאטישע" סוקסעספולע אפאראציע טרייבענדיג פולע ספעציעלע "דאקאמענטעריס" איבער דעם וועט דאס ווארשיינליך די מערסטע געדענקט ווערן און דאס שטארקסטע ארויסשטארן פון זיין לעגעסי. די שפאנענדע רעדע צום פאלק יענעם 11 אזייגער אויף דערנאכט ווי ער האט דערקלערט "אויף מיין דירעקציע האבן אונזערע קאמאנדאס דורכגעפירט אן אפאראציע און אומגעברענגט אסאמא בין לאדין דער פירער פון אל קאידע", און "זאל דאס זיין קלאר פאר אלע וואס טראכטן פון דורכפירן אטאקעס אז צום ענדע וועלן מיר אייך גרייכן".. דאס וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון אמעריקאנער.

עס וועט זיין א קלארע מיינוס דאס אז ער איז נישט געווען א געלונגענע "קומיונעקירער" מיט קעגנערישע גרופעס און פארטייען אין וואשינגטאן און נישט זייענדיג דער "שטייפע פירער" ווי רעיגען אדער קענעדי, אבער אזא רייכע לעגעסי וואס לכאורה גאר ווייניג פאר אים האבן באוויזן צו האבן וועט זיין שווער פאר זיינע נאכפאלגער צו ביעטן.

און דאס איז עטליכע ברייטערע גרעפס וואס אנדערע ברענגן.

די בילדער איז סתם פאר די ספייס..
צוגעלייגטע
this-is-what-a-successful-presidency-looks-like.png
7ba1423c7776b12f7052ca5cc0d2dfaf.jpg
170110210949-01-obama-0110-large-169.jpg
פיין טונד מאשין

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:43 pm

די נומערן זענען הערליך ווען די אינטרעסט ראטע איז זעראו פאר אכט יאר! און אויך נישט פארגעסן פונעם נעשינעל חוב וואס איז ארויפגעשפרינגען אונטער זיין זייגער.
ישראל אשר בך אתפאר

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך ינואר 25, 2017 2:01 pm

סראלי האט געשריבן:די נומערן זענען הערליך ווען די אינטרעסט ראטע איז זעראו פאר אכט יאר! און אויך נישט פארגעסן פונעם נעשינעל חוב וואס איז ארויפגעשפרינגען אונטער זיין זייגער.


איך פרעג נאר א שאלת תם (כ'פארשטיי גאנץ קנאפ צו די עקאנאמי)

אויב אויפבלאזן אזוי שטארק די נעשענעל חוב איז צו פארדאנקען די עקאנאמישע וואוקס די לעצטע יארן איז מה כל הרעש? פארוועם האט עס געשאדט? וועם פונקטלעך גייט אן אז אמעריקע איז שילדיג טריליאנען פאר די פעדערעל רעזערוו, אדער אז טשיינע און יאפאן האבן א טריליאן דאלער באונדס פון אמעריקע?

אין וועלכע עספעקט האט עס געשאדט פאר אמעריקע די ריזיגע חובות וואס מ'פארפירט אזוי?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7435
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 25, 2017 2:07 pm

כדאי צו זיין פעיר האביך פראבירט זיכן אויך אזוינע בוש אקאמפלישמענט טשארטס.

כ'ברענג וואס כ'האב געטראפן:
צוגעלייגטע
download (2).jpg
download (2).jpg (12.04 KiB) געזעהן 2003 מאל
President_0e48b2_503535.jpg
פיין טונד מאשין


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מומחה יוחס, משה צימערינג, פסיקתא, שנלר און 43 געסט