פרעזידענט אבאמא נאכן ווייסן הויז

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

פרעזידענט אבאמא נאכן ווייסן הויז

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש דעצמבער 03, 2016 7:22 pm

אין אפאר וואכן פון יעצט גייט דער יעצטיגער אמעריקאנער פרעזידענט אויפגעבן זיין דזשאב, און דאנעלד טראמפ גייט איבערנעמען די מאכט.

ווען א פרעזידענט גייט ארויס פון אפיס איז דאס א שווערע טויש פאר אים, פון זיין די מערסט פארנומענע מענטש, ווערט ער די גרעסטע ליידיגייער, די דזשאוק גייט אז געוועזענע פרעזידענטן קענען זייער גוט קאכן און שטריקן, ווייל דאס איז די איינציגסטע זאך וואס קען זיי האלטן פארנומען.

אבער באמת גייען זיי נישט אזוי שטארק ליידיג, אמאל וועט דער נייע פרעזידענט זיי שיקן אויף א וויכטיגע שליחות, און אמאל וועלן זיי אנעמען צו האלטן רעדעס, אבעא געווענדליך וועלן זיי נישט נעמען קיין פאבליק דזשאב, זיי זענען שוין פארטיג מיט כבוד, וויפיל מען זאל זיי נאר געבן וועט דאס נישט צוקומען צו וויפיל זיי האבן געהאט, איז פארוואס זיך גיין יעצט איבער ארבעטן.

פרעגט זיך יעצט וואס גייט אבאמא טון ווען ער גייט ארויס פון ווייסן הויז, ער איז נאך היפש אינג קוים 53 און ער האט נאך א לאנג לעבן צו גיין.
אבאמא האט טאקע געזאגט אז אנדערש ווי פרעזידענט בוש 43 וואס איז אוועקגעשטאנען פון די פאבליק און קיינמאל נישט געוואלט קאמענטירן אויפן פעזידענט, וועט ער יא קריטיקירען דעם נייע פרעזידענט און ווייטער שטיפן זיין ליבערל אגענדע.
קריטיקרען דעם פרעזידענט קען אים נישט האלטן פארנומען א גאנצן טאג (מיט טראמפ גראדע יא), מען דארף האבן עפעס נארמאל אויך צו טון איבערן טאג.

שפעקולאציע גייען ארום אז אבאמא וויל עפענען א אייגענע מידיע קאמפעני, ווי מען קען זיך פארשטעלן גייט דאס זיין שטארק ליבערל, און אויב זאל דאס זיין אמת איז דאס די ערשטע פרעזידענט גייט וועט האבן אזא ערענסטע ארבעט נאכן זיין פרעזידענט, און נאך זיין פארנומען מיט פאליטיק יעדען טאג.

די אינטערסאנטע חלק פון די נייעס איז אז די דעמאקראטן זענען געווען פארנומען אז טראמפ גייט עפענען א מידיע קאמפעני נאכן דערלייגן די וואלן, און יעצט וויל אבאמא די זעלבע זאך, קען זיין אז אבאמא האט גענומען די געדאנק פון דארט.

און שטעלט ענק פאר אז טראמפ פארלירט ווען, און ער עפענט א מידיע קאמפעני, און אבאמא וויל אויך עפענען א מידיע קאמפעני, אפשר וואלט געווען א גוטע געדאנק אז זיי זאלן צוזאמען אריינגיין אין די ליין, און איך זאל נאך אויך באקומען באצאלט פארן צוזאמשטעלן די שותפות צווישן די צוויי.
און ווען איינע פון די צוויי וואלן נישט געוואלט וואלט מסתם טראמפ געשריגן אז אבאמאס קאמפעני איז לאו ענערדזשי...

למעשה האט טראמפ יא געווינען סאו נאר אבאמא וועט עפענען א מידיע קאמפעני, שטייצעך אויב די אלע זאכן זענען אמת, סאו העמער מוזן אויסווארטן צו זען וואס אבאמא וועט טון פון יאנואר דעם 20סטן.


נ.ב. פליז אויב מעגליך אז די אשכול זאל נישט ווערן פארדרייט צו טראמפ האט יא ספעשעל אינטרעסט און צו רוסלאנד איז געשטאנען אינטער וויקיליעקס.
און אויך זאל דאס נישט זיין א פלאטפארמע צו אטעקירן אבאמא ווייל ער איז געווען דער פרעזידענט פון 2008 ביז 2016, די אשכול זאל זיין נאר פאר נייעס איבער אים נאכן ווייסן הויז.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3607
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מוצ"ש דעצמבער 03, 2016 7:24 pm

האלבע זאכן געהערט אז די דעמעקראטן ווילן אז ער זאל ווערן די טשערמאן פון די פארטיי.

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מוצ"ש דעצמבער 03, 2016 7:33 pm

אויך געהערט אמאל אז אבאמא האט חשק צו ווערן די פארזיצער פון די יו. ען.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6754
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מוצ"ש דעצמבער 03, 2016 7:35 pm

בילדער האט געשריבן:אויך געהערט אמאל אז אבאמא האט חשק צו ווערן די פארזיצער פון די יו. ען.

געווען אמאל אין די נייעס אבער עס זעט נישט ווי עס גייט ווערן.

באמת ווילן די דעמאקראטן אז אבאמא זאל פירן די פארטיי, אבער איך מיין אז נאר אינטערן טיש און נישט אז ער זאל אפיציעל זיין טשערמאן.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש דעצמבער 03, 2016 8:16 pm

ווי אלט איז ביל קלינטאן געווען ביים פארלאזן דעם אמט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג דעצמבער 04, 2016 1:24 am

55
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג דעצמבער 04, 2016 11:20 am

ער גייט לכאורה אויך זיין היבש ביזי מיט זיין פרעזידענטליכע לייבערי,

א דרשה פון עים העט לכאורה אויך נישט זיין צו ביליג,

אויך געווען רעפארטערט אז די אבאמאס האבן ארויסגעדינגען א הויז אין וואשינגטאן ווי זיי פלאנען צו פארבלייבן בי זייער טאכטער גראדואירט היי סקול,

בוש איז געווארן א שטיקל מעלער/פעינטער נאכדעם וואס ער האט געענדיגט זיין פרעזידענטשאפט.
1 + 1 = חלה דעקל...

שואלכענין
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

תגובהדורך שואלכענין » זונטאג דעצמבער 04, 2016 11:31 am

איך וואלט געזאגט, אז ער האט נישט קיין שום פלאן יעצט.

לאמיר זען, וואס איר אליין שרייבט פריער: "די ביזיסטע דזשאב אויף דער וועלט" - "נאכדעם ווערט מען משוגע פון ליידיגיין" (נישט ממש דעם לשון...).

נו, אויב האט ער יעצט אזויפיל צו טאן, און דעמאלט גארנישט צו טאן, פארוואס זאל ער יעצט זיין ביזי טראכטן פון דעמאלט? האט ער נישט דעמאלט גענוג צייט דערפאר?

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:26 am

אבאמא האט קלאר געזאגט אז זיין ווייב וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט. זי איז צו ׳נארמאל׳ פאר דעם, האט ער זיך געוויצלט.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:27 am

:grin:
בילדער האט געשריבן:אויך געהערט אמאל אז אבאמא האט חשק צו ווערן די פארזיצער פון די יו. ען.

גראדע א גוטע דשאב פאר אים
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:28 am

אמביציע האט געשריבן:האלבע זאכן געהערט אז די דעמעקראטן ווילן אז ער זאל ווערן די טשערמאן פון די פארטיי.

נישט די בעסטע אויסוואל, אין מיין אפיניאן. ער איז א שווערע קאמפרעמייזער
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

פייער וואסער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:53 pm

תגובהדורך פייער וואסער » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:31 am

בן נון האט געשריבן:אבאמא האט קלאר געזאגט אז זיין ווייב וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט. זי איז צו ׳נארמאל׳ פאר דעם, האט ער זיך געוויצלט.

דערווייל האט זי נישט קיין שים פאליטישע כח

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 18671
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:33 am

חלהדעקל האט געשריבן:א דרשה פון עים העט לכאורה אויך נישט זיין צו ביליג,



אבער נישט אזויפיהל וויפיל קלינטאן האט געקענט בעטן... אבאמא לאזט נישט איבער קיין פאוער בראוקער אין גאווערמענט אזויווי קלינטאן...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג דעצמבער 05, 2016 10:45 am

פייער וואסער האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:אבאמא האט קלאר געזאגט אז זיין ווייב וועט נישט לויפן פאר פרעזידענט. זי איז צו ׳נארמאל׳ פאר דעם, האט ער זיך געוויצלט.

דערווייל האט זי נישט קיין שים פאליטישע כח

די גאנצע גערעדאכץ אויב זי גייט לויפן האט זיך אנגעהויבן ווען זי האט קאמפיינט פאר קלינטאן. זי האט זייער גוט קאמפיינט, נאך בעסער פון איר מאן.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 11:50 am

האבן די ארויס גייענדיגע פרעזדענטן סיקריט סערוויס ביז זיי שטארבן??
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 12:42 pm

ער גייט ווערן א מעמבער אין די נאר-וואס-געגרונדעטע חברת 'אהבת קדומים'.... [ער'יז שוין א בן שישים?]

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 1:03 pm

וואס הייסט?
ער וועט דאך האבן גענוג און איבעריג צייט פאר זיין באליבטע גאלף און ספארט!
צוגעלייגטע
images.jpg
images.jpg (5.68 KiB) געזעהן 3898 מאל

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 1:16 pm

די אשכול איז אין די נייעס פארום, נישט אין פארברענגן, ביטע זיך האלטען דערצו.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2856
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 1:19 pm

וואס האט ער געטון פאר ער איז געלאפן אין פאליטיק?

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 1:48 pm

פארן סענאט איז ער איז געוועהן א עסקן...

פייער וואסער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:53 pm

תגובהדורך פייער וואסער » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 6:11 pm

ער האט א ביזנעס?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4064
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 6:20 pm

ער גייט דאך האבן אסאך חבירים וואס ער האט ארויסגעלאזט פון חד גדיא !
ער וועט זיך שוין קיפן ביזי מיט זיי!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 6:26 pm

וועט זיכער האלטן רעדעס, און ווערן באקרוינט אין שפיץ פון א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע צו קענען ארום פארן די וועלט מאכן געלט און כבוד.
און אריינרעדן אין פאליטיקס איז אויך נישט אויסגעשלאסן, און דאס רביצין זיינע האט טשאנסן צו לויפן און געווינען.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2740
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 6:46 pm

לייפציק האט געשריבן:וועט זיכער האלטן רעדעס, און ווערן באקרוינט אין שפיץ פון א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע צו קענען ארום פארן די וועלט מאכן געלט און כבוד.
און אריינרעדן אין פאליטיקס איז אויך נישט אויסגעשלאסן, און דאס רביצין זיינע האט טשאנסן צו לויפן און געווינען.

ווילאנג זי האט נישט קיין סקאנדאלן גייט זי נישט און ערגעץ
If humans could fly, we would consider it as exercise and never do it

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4466
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג דעצמבער 13, 2016 8:16 pm

איך מיין אז היסטאריע גייט אים אריינלייגען אין פלאץ פון די גוטע פרעזידענטן.

ווען ער איז אריין געקומען איז געוועהן כאאס אין לאנד וועגן די פינאנציעלע קראך - ווען ער איז ארויס איז געוועהן די עקאנאמיע סך בעסער.
א גאר קליינע צאל פון אמעריקאנע סאלדאטען זענען געשטארבען אינטער זיין זייגער.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: alpinest, police, yoy, איש האשכולות, דארפסמאן, דממה דקה, זזה, משהלע, משמש און 55 געסט