שוידערליכע עקסידענט: האברך ר' משה יודא וויינער ע"ה

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:00 pm

מונאוויטש האט געשריבן:מיט א פאר יאר צוריק האט ער (אדער זיין ברודער) געהאט א שווערע עקסידענט פארנט פון עטרת חי'.

now that ur saying im reminding me it was he alone

אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:02 pm

בארד אין פיאות האט געשריבן:א צדיק געווען אייביג געהאט א שמייכעל. איך האלט עס נישט אויס
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

בארד אין פיאות
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:53 pm

תגובהדורך בארד אין פיאות » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:11 pm

זיין מעשה צדקה איז 'געווען' נישט מאשיג צו זיין איינער זאגט מיך יעצט אז אין ישבה האט מער ממש געלעט אןויף משי'ס חשבון.......... אוי א שאד מושי בעט פאר אינז
אז ס'גוט איז דאך דו, אין פארקערט ווייטער דו.דו.דו.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:16 pm

משה, עס לאזט זיך נישט גלייבן!

טרערן פארפולן מיר די אויגן, איך קען נישט גלייבן, עס ציפט און פראסקעט, משה אונזער פריינט עלה למרום!

עטליכע שורות אין א צייט וואס מען טוט קלאגן אויף א זעלטענע טראגישע פאסירונג, די פטירה פון האברך משה יהודא וויינער ע"ה.


פון ארי ווייזער, צו אידישער ווינקל


יעדע פטירה איז צער, יעדער מענטש וואס גייט אוועק טוט וויי.

משה וויינער איז עפעס אנדערש.

היינט אינדערפרי האבן הונדערטער פריינט, ידידים, און פאמיליע, און גאנץ כלל ישראל, אויפגענומען מיט גרויס שאק די שוידערליכע געשיכטע עפעס וואס האט אויפגערודערט די אידישע וועלט, און צעשטורעמט הערצער.

משה האט שפאצירט אין גאס, ווי יעדן טאג, און א טרעילער האט אים מיטגעשלעפט אינמיטן פליען, ער האט זיך פארהאנקערט און געליטן שווערע יסירים. מען האט אים אריינגעפירט אין שפיטאל, און מען האט פרובירט איינרייסן אבער גארנישט האט געהאלפן.

מען האט מיטאמאל אנגעהויבן הערן די שוידערליכע בשורה אז דער מוישי, וואס איז נעכטן געגאנגען שלאפן פונקט ווי אונז אלע, מוישי וואס איז היינט אויפגעשטאנען פונקט ווי אונז אלע, איז שוין נישט בין החיים אין שפיטאל, און וועט ארויסקומען אין א קאסטן. יויש, עס טוט ציפן און באדערן.

משה איז געווען א קוואל פון אינספיראציע, כאטש זיין פאמיליע זענען באשטאנען פון פארמעגליכע סוקסעספולע ביזנעסלייט, פלעגט משה קלעבן צו אלע בעלי רחמנות, ער פלעגט שלעפן צו זיך אינדערהיים אויף שבתים די בחורים פון אויסלאנד און ארץ ישראל וואס פלעגן נישט טרעפן ווי צו זיין. עס פלעגן זיך וואונדערן זיינע פריינט וויאזוי ער מאכט זיך אזויפיל געדולד פאר די אלע צו וועם קיינער האט נישט געהאט קיין נערוון. און וויפיל חיזוק ער פלעגט זיי געבן, נאר זיי וועלן דאס גענוג קענען באוויינען.

משה האט געהאט א הארץ פון פוטער, ער האט פארמאגט גאלדענע מידות, מען שרייבט דאס אויף יעדן. אבער אויף אים איז עס אפילו אונטערגעשאצט. ער פלעגט יעדן מאכן גוט שפירן, ער איז געווען איין שטיק יענעם, ער פלעגט אלעמאל געבן עסן און געלט פאר אנדערע, ער האט געטון וואס ער האט געקענט צו מאכן אנדערע שפירן אז ער איז זייער עכטע חבר און בעסטע חבר.

עס איז א טאג פון קלאג, משה האט געלערנט אין קרית יואל, ער איז א מיטגליד אין איחוד ע"ד, וואס אויסער די פאקט אז די יארגאנג איז זייער באחדות און העפליך איינער צום אנדערן, איז משה בכלל געווען א חבר צו יעדן, און דערפאר זעט זיך אן א אויסערגעווענליכע טרויער ביי די גאנצע יארגאנג, ווען יעדער איז טראמאטיזירט און צושאסן אויף שטיקער.

צווישן די רעאקציעס ביי זיינע ידידים האבן זיך געהערט ביטערע קרעכצן, מען האט דאס נישט און מען וויל דאס ווייטער נישט גלייבן, "פונקט דאס בעסטע" האט מען פון אונז צוגענומען האט געזאגט איינער, ...משה האסט מיר געגעבן לעבן יעדן טאג, איך ווייס נישט ווי זיך אהינצוטון"! זאגט א צווייטער דערשטיקט פון געפיל, טרויער, און טרערן שנירלעך.

עס וועט פארצייכנט ווערן ביי כלל ישראל, און דארונטער ביי זיינע פולע פריינט אלס א טונקעלער פאסירונג, מען וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן, און אין זכרון וועט משה אלעמאל פארבלייבן אלס א שטיק פון יעדנס פערזענליכן לעבן. עס איז גארנישט איבערגעטריבן, פרעגט סיי ווער עס קען נאר אונזער העלד.

מוישי מיר געדענקען דיר שטענדיג, די טרערן וואס פליסן פון מיינע אויגן בשעת'ן שרייבן מיט דרוק און צובראכנקייט זענען עדות ווי שווער עס איז מיר צו אויפנעמען אזא טראגעדיע, משה! מיר וועלן דיר קיינמאל נישט פארגעסן!
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:22 pm

פייערמאן האט געשריבן:
מונאוויטש האט געשריבן:מיט א פאר יאר צוריק האט ער (אדער זיין ברודער) געהאט א שווערע עקסידענט פארנט פון עטרת חי'.

now that ur saying im reminding me it was he alone

איך בין פונקט דעמאלטס דורכגעגאנגען דארט; עס איז געווען א מיאוסע עקסידענט.
יא, מען האט אים דאמאלטס צוגעגעבן נאך א פאר יאר אויף דעם עולם. נסתרים דרכי ה'!

יה״ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו ושנשמע ונבשר בשורות טובות.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:37 pm

שיק יונגל האט געשריבן:לוי"של האברך משה יודא ע"ה בן אהרן יוסף צבי וויינער נ"י 8:00 אין ביהמ"ד סאטמאר וומס"ב hoper
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

פרא איי וועלט
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 2:25 pm

תגובהדורך פרא איי וועלט » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:52 pm

יהודי זייענדיג א נאנטע חבר מיט משי טי איך agreen אויף יעדע ווארט וואס די זאגסט אינז האבן פארלוירן א אינגערמאן א שטיק הארץ קיינמאל נישט אפגעזאגט פין א טובה טין פאר א נשמה אל אלה אני בוכיה


יה״ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו ושנשמע ונבשר בשורות טובות.

קארעקט
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 5:40 pm

תגובהדורך קארעקט » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 5:15 pm


אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 8:56 pm

ברוך דיין האמת. שוין די צווייטע טראגעדיע ליידער אין די לעצטע חדשים אין די זעלבע משפחה, קודם זיין פעטער הר"ר ארי' לייב ז"ל און יעצט ר' משה יהודה לייב ז"ל, עליהם השלום. א פחד און א שרעק, גור אריה יהודה.

ביידע אינגע צווייגן נעבעך. איינער איבערגעלאזנדיג אין שטוב קינדער חתונה צו מאכן בעז"ה, און דער צווייטער בלויז עטליכע יאר נאך די אייגענע חתונה איבערלאזנדיג א אינגע אלמנה רח"ל, ודמעתה על לחיה. ירחם המרחם ויאמר לצרותינו די, והפכתי אבלם לששון ונחמתים ושמחתים מיגונם. פון וויינער זאל ווערן פרייליך.

דאס הארץ רייסט שטיקער, ונסתרים דרכי ה'. ידוע וואס הרה"ק ר' מאירל מפרימישלאן זי"ע האט געזאגט אז די ווינטער סדרות זענען איינגעהילט אין א פעלץ, והדברים עתיקים. ליכא מידי דלא רמיזי באורייתא, וועלמיר אדורכגיין די בראשית חומש ביז ויחי. מתחיל ברמז - ביז וישלח בנוטריקון, ומסיים בפשט. (א סדרה און דערנאך א קאמע).

בן ר' אהרן יוסף שנשא בת ר' אברהם תחי', נעשה חתן, לקח כלה, וכל ידידיו רקדו אתו, חבריו יברכו יחד שמחו רעים האהובים, תצליחו ותזכו להעמיד דורות ונחת תראו, ישמחו צאצאי אברהם ומחותנו - אהרן יוסף צבי וויינער, ומשה יודא שבק לן חיים, און מען זעצט זיך שבעה, דעם קץ הגאולה, זאל השי"ת דערנענטערן, און דאן וועט ער אויפשטיין לתחי'.

ולא ישמע עוד, בגבולינו שבר ושוד, ונשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות. ובמהרה ישמע בערי יהודה קול ששון וקול שמחה, ובא לציון גואל.

(אויב האב איך נישט געטאן ריכטיג מיטן דערמאנען דא זיין חתונה זאל די גאנצע תגובה מיינע שוין געמעקט ווערן, וייש"כ להמנהלים החשובים שיחיו. ואתכם הסליחה אז כ'האב זיך נישט געקענט צוריקהאלטן, על אלה אני בוכי' עיני עיני יורדה מים כי רחק ממני מנחם משיב נפשי).

טייטל
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:03 pm

ד"א זאל העלפן זאלסט קענען מאכן אזעלכע שיינע ר"ת נאר אויף גוטע זאכן, אמן.

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2852
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:40 pm

לויה
צוגעלייגטע
image.jpg
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:09 pm

איז ער נישט עפיס א קאזין מיט דער בעסערמניער רב? ווייל דיא וואך איז אוועק א אינגערמאן ר' משה יהודה ליב ליברמן דער זוהן/ברודער פון בעסערמינער רב. אינטרעסאנט אז סיז ביידע מיט דיא זעלבע נאמען.....

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 972
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:14 pm

זיין מאמע איז א טאכטער פון ר'אהרן פישביין?
אויב יא זענען זיי קרובים מיט די בעסערמינע ליבערמאן'ס
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:17 pm


וויל וועלן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תגובהדורך וויל וועלן » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:20 pm

א וועכענטליכער גליון נארוואס געדרוקט, נתנדב געווארן לעילוי נשמתו הטהורה.

משה יודא וויינער עליו השלום.PNG
משה יודא וויינער ע"ה

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:44 pm

פון די ווייטאגליכע זאכן, ווען א יונגער בלום ווערט טראגיש פארשניטן, ה"י.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1537
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 12:18 am

פאקטען האט געשריבן:זיין מאמע איז א טאכטער פון ר'אהרן פישביין?
אויב יא זענען זיי קרובים מיט די בעסערמינע ליבערמאן'ס

יא.

א חסיד
שר האלף
תגובות: 1403
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:45 pm

תגובהדורך א חסיד » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 8:25 am

מוראדיג אינטרעסאנט אז ביידע אינגער ביימעלעך האבען געהייסען משה יהודה!!!!!!!!!!! און נעבעך אוועק אין איין וואך

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 8:30 am

דאס הארץ רייסט! אוי באשעפער!

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:50 am

ביים אויספארשן די אינצידענט
צוגעלייגטע
photo_2016-12-02_09-52-37.jpg
photo_2016-12-02_09-48-40.jpg
לעצט פאראכטן דורך קאץ און מויז אום פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:52 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר חמש מאות
תגובות: 805
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:50 am

די פרישע קבר
צוגעלייגטע
photo_2016-12-02_09-48-44.jpg

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 10:41 am

ווי האט מען אים געלייגט?
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

לחיים לחיים לחיים
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

תגובהדורך לחיים לחיים לחיים » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 10:46 am

אינעם אלטן ביה"ח איו ק"י

ארעלע
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2015 5:02 pm

תגובהדורך ארעלע » זונטאג דעצמבער 04, 2016 8:50 am

מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

חכם הרזים
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 7:10 pm

תגובהדורך חכם הרזים » זונטאג דעצמבער 04, 2016 9:47 am

ארעלע האט געשריבן:מי שאמר לעולמו די יאמר לצרותינו די

https://www.jumbomail.me/he/Downloads.a ... 3838673D3D

Dropbox please


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: rogers, א גולם, אהבת השם, אמביציע, זזה, מים שלנו, שאץ מאץ און 32 געסט