בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4474
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אפריל 07, 2019 11:03 pm

קענסט אויפסיינען אין סטאר.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » מאנטאג אפריל 08, 2019 12:04 am

בין איך געווען היינט ביי בינגו און איך מיז זאגן אז איך בין געווען סורפרייזד. די ליינס ביי די רעדזשירסטערס זענן געפארן א מחי, ענדליך האבן זיי שוין אויפגענומען ארבעטערס וואס פאקן אריין אין די באקסעס. איך האב קודם געקלערט נאר צו קויפן אפאר קעיסעס און פארטיג, למעשה אזויווי כהאב געזען אז זיי פאקן האב איך איבערגעלאזט דארטן קרוב צו $500
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 12:58 am

א גוטן האט געשריבן:בין איך געווען היינט ביי בינגו און איך מיז זאגן אז איך בין געווען סורפרייזד. די ליינס ביי די רעדזשירסטערס זענן געפארן א מחי, ענדליך האבן זיי שוין אויפגענומען ארבעטערס וואס פאקן אריין אין די באקסעס. איך האב קודם געקלערט נאר צו קויפן אפאר קעיסעס און פארטיג, למעשה אזויווי כהאב געזען אז זיי פאקן האב איך איבערגעלאזט דארטן קרוב צו $500


כמעט די זעלבע מעשה ביי מיר היינט. געקומען פאר די טעללער מציאות. ארויס מיט דריי מאות. אלעס פאר שפאט ביליג.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:31 am

א גוטן האט געשריבן:ווייסט איינער צו דורך באצאלן ביי בינגאו מיט די Chase freedom קארד באקומט מען די 3% וואס מען באקומט אין א גראסערי

מיט די פרידאם קארד באקומט מען 5% אין גראסערי די קווארטל אבער בינגא איז נישט געקאוד אלץ גראסערי

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:42 am

עפל קוגל האט געשריבן:איננער ווייסט וויפיל עס גאסט די באקסעס טעלערס?

איינער ווייסט?
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:53 am

800 זופ טעלערס פאר $13
800 7" פאר $20
400 9" פאר $13

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3157
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אפריל 08, 2019 10:55 am

בין איך דארט געווען מוצאי שבת. וואס זאל איך אייך זאגן? ס'איז אומגלויבליך וואס מ'זעהט דארט. די בעלי בתים האבן געהאט א וויזשאן וואס קיינער האט זיך נישט געחלומ'ט און איך גלייב אז זיי אליין האבן זיך נישט געראכטן אויף אזא סוקסעס. איך בין געשטאנען פאר צוויי מינוט און באטראכט די ארויסגאנג ווי מענטשן וואקן ארויס מיט איבערגעפילטע ריזיגע וועגנער איינס נאכ'ן צווייטן.
איך האלט זיי קענען פארנעמען נאך א סטאר ערגעץ אין ברוקלין. וויליאמסבורג וואלט געווען א גוטע אפשען צו סערווירן וומ"ס, קראון הייטס, מאנהעטן און קווינס איינוואינער

אוועטאר
שקר
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:48 pm

איך זע און מאנסי ביי tj-max האט מען זיך גענומען בויען מען האט געהאט געשמיסט אז בינגא קומט אהין ווייסט איינער מער אינפא.?

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

באגריס דעי איינפאקערס

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג אפריל 08, 2019 1:57 pm

וואס זאל איך טון מרס. לעבעדיגער איז א נערוועזע און מיר האבן שפאצירט קיין בינגא, אליין געפאקט און גערופן א קאר סערוויס און אהיים געשלעפט די זאכן, וואלטן מיר צוגעווארט וואלט איך נישט געדארפט אליין פאקן די בעגס מיט די באקסעס מיט מיינע צוויי לינקע הענט. חבל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

פארקלערטער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 6:03 pm

תגובהדורך פארקלערטער » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:03 pm

שקר האט געשריבן:איך זע און מאנסי ביי tj-max האט מען זיך גענומען בויען מען האט געהאט געשמיסט אז בינגא קומט אהין ווייסט איינער מער אינפא.?

Yes its Bingo

בלעכענער פנים
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm

תגובהדורך בלעכענער פנים » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:09 pm

פארקלערטער האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:איך זע און מאנסי ביי tj-max האט מען זיך גענומען בויען מען האט געהאט געשמיסט אז בינגא קומט אהין ווייסט איינער מער אינפא.?

Yes its Bingo

עעענדליך. ווען פלאנען זיי צו עפענען?

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2197
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אפריל 08, 2019 2:20 pm

ימים טובים סיזען
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

Growth hacker
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובהדורך Growth hacker » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:51 am

WWho from Williamsburg goes to bingo and want to buy me this matzo
Ready to pay extra for shipping

אוועטאר
רעדנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 23, 2013 6:11 pm

תגובהדורך רעדנער » דינסטאג אפריל 09, 2019 12:48 pm

דארט אפן פלאץ נעבן די קעשיערס פרינט מען דיר אויס א קארטל אפן פלאץ דארפסט נאר אריינלייגן דיין נאמען און א סעלפאן נאמבערס
טאקע א מאדיאר אבער דאך א חסידישער רעדנער

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:40 pm

ביי בינגא אין לעיקוואד, הער איך, אז די געשעפט איז ממש ליידיג פון קונים.

ס'קומט לכאו' צוליב נישט אוועטייזן, זיי פארלאזן זיך מסתמא אויף זייערע בליגע פרודקטען וואס דאס אליין וועט שוין מאכן די פרסמות.

אבער זעהט אויס ווי ס'נישט גענוג....
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2040
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

כינוס טהרת הקודש

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:50 pm

איז דא ספעציעל ביליגע בינגא טיקעטס ?

אהבת השם
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » דינסטאג אפריל 09, 2019 1:51 pm

רצון טוב האט געשריבן:איז דא ספעציעל ביליגע בינגא טיקעטס ?

:grin:

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2940
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:03 pm

ס'שטימט האט געשריבן:ביי בינגא אין לעיקוואד, הער איך, אז די געשעפט איז ממש ליידיג פון קונים.

ס'קומט לכאו' צוליב נישט אוועטייזן, זיי פארלאזן זיך מסתמא אויף זייערע בליגע פרודקטען וואס דאס אליין וועט שוין מאכן די פרסמות.

אבער זעהט אויס ווי ס'נישט גענוג....

זיי האבן דארט ארומגעשיקט בראשורן אויף די פאסט

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:09 pm

נישט געהערט דערפון.

אבער ס'נישט גענוג. ווען מ'עפענט אויף א נייע געשעפט דארף עס קומען מיט א קנאק, און אפי' נאך דעם, דארף מען נאך אלץ עדווירטייזן.

[און די משל וואס יעדער צייגט אן איז 'קאוק' וואס כאטשיג יעדער ווייסט פונקטליך ווער זיי זענען, און וואס זיי פארקויפן,
ספענדען זיי נאך אלץ, צענדיגלער מליאנען א יאר, אויף אדווערטיימינט]

און ביי בינגא, ווען איך האב אויסגעפונען אז זיי האבן אויפגעמאכט (פון א חבר), זענען זיי שוין געווען אפען, א גוטע פאר וואכן.

דאס מיינט אז זיי אדוועטייזן נישט גענוג...
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3407
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג אפריל 09, 2019 2:38 pm

ווייל אין לעיקוואד קענען זיי נישט ציען דעם עולם מיט ביליגע שטריימלעך אדער ביליגע טיקעטס אויף ליזענסק....

אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:01 pm

גראדע האבן זיי אין לעיקוואד אויך געהאט ביליגע שטריימליך, פאר 500 דאלער.

באמת, איז דא נאך א סיבה פארוואס זיי זענען אזוי ליידיג (עכ''פ אויף דערווייל) ווייל זיי זענען זייער ווייט פון רוב איינוואונער.

און אפי' אין לעיקוואד פארט מען אסאך, דאך איז א צוואנציג מינוט פארן (איך רעדט פון ביינאכט, אן קיין טרעפיג) נאך אלץ אסאך...
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:18 pm

זענן זיי אין לעיקוואד אזוי ווין אין ב"פ, די זעלבע אייטעמ'ס און פרייזן, און אזוי אויך די פלייש האבן זיי די זעלבע?

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 555
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:28 pm

צו האבן זיי טלית קטן׳ס דאס יאר?
(אגב, הלואי ווען זיי קלינען טליתים פאר א נארמאלן פרייז)

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3702
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג אפריל 09, 2019 3:29 pm

ס'שטימט האט געשריבן:ביי בינגא אין לעיקוואד, הער איך, אז די געשעפט איז ממש ליידיג פון קונים.

ס'קומט לכאו' צוליב נישט אוועטייזן, זיי פארלאזן זיך מסתמא אויף זייערע בליגע פרודקטען וואס דאס אליין וועט שוין מאכן די פרסמות.

אבער זעהט אויס ווי ס'נישט גענוג....

איך ווייס נישט פון וועם דו הערסט, אבער ווען איך בין געווען דארט איין טאג האט איינער פון די מענעדזשערס געמאכט א ריארדער אויף געוויסע פראדוקטען, און די באשטעלונג איז געגאנגען אויף פאללעטס! 2 פאללעטס דעס 3 פאללעטס יענץ וכו'
סאו זיי ריקען סחורה אין גרויסען...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דינסטאג אפריל 09, 2019 4:09 pm

shalsheles האט געשריבן:צו האבן זיי טלית קטן׳ס דאס יאר?
(אגב, הלואי ווען זיי קלינען טליתים פאר א נארמאלן פרייז)

קלינען א שבת'דיגע טלית. ארפנעמען די 7 רייע עטרה, אויסוואשן די טלית, פאלישן די עטרה, לייגן נייע רינגעלעך ווי ס'פעלט, ארויפנייען די עטרה אויף די לינען א יעדע רינגעלע זיך עקסטער שפילן, ארויפנייען די נייע לינען פון פראנט און פון די בעק פאר א נישטיגע הינדערטער איז טייער ביי דיר?


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ברכי נפשי און 29 געסט