בינגא: ריזיגע האלסעיל געשעפטן

עסן און טרינקען, גראסעריס און רעסטוראנטן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 03, 2012 10:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש העיר »

אזויווי אויבן האבן מאנכע אויסגעדריקט פארשידענע השערות בנוגע די סעלצער פון בינגא, דעריבער וויל איך דא מיטטיילן מיין ערפארונג, איך האב געקויפט א קעסטל "בינגא" סעלצער און א קעסטל "וואן סטאפ" סעלצער, ביידע זענען געווען זייער גוט, אבער די וואן סטאפ סעלצער איז געווען אביסל שארפער, אייגנטליך איז בינגא סעלצער א געהעריגע סעלצער פונקט ווי די וואס מ'קויפט אין די אלגעמיינע געשעפטן איבער'ן לאנד, וואן סטאפ איז פשוט "באר מים" סעלצער, וואס זיי לייגן אריין אביסל מער גאז ווי די אלגעמיינע פאלק. ביידע זענען געווען גוט און געשאפן אן עונג יו"ט..

צו דער זעלבער צייט האמיר גענוצט די געשמאקע וועלטש גרעיפ דזשוס פאר די הויז געזינדל דורכאויס דעם יו"ט, זיי זענען זיך מחי' דערמיט און בעטן נאר נאך, גיי מיר זיך איינהאנדלען נאך אויף שבת קודש, געלע מצות מיט וועלטש גרעיפ דזשוס..

העפי אסרו חג!
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..
אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

דער שיבער האט געשריבן:אלעס רעדט אזוי איבער די וועלטש גרעיפ דזשואס, האב איך מחליט געווען דעם חוה"מ ס'אויספרובירן,
וואס זאל איך זאגן, דאס איז געווען בל"נ די לעצטע מאל.
אלע ביי מיר אין שטוב - קליין ביז גרויס - האבן זיך אפגערעדט אז ס'לאזט איבער א מאַטט נאך-טעם אין מויל

א חבר מיינע האט מיר געזאגט די זעלבע ווערטער
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

שכל'דיג האט געשריבן:
דער שיבער האט געשריבן:אלעס רעדט אזוי איבער די וועלטש גרעיפ דזשואס, האב איך מחליט געווען דעם חוה"מ ס'אויספרובירן,
וואס זאל איך זאגן, דאס איז געווען בל"נ די לעצטע מאל.
אלע ביי מיר אין שטוב - קליין ביז גרויס - האבן זיך אפגערעדט אז ס'לאזט איבער א מאַטט נאך-טעם אין מויל

א חבר מיינע האט מיר געזאגט די זעלבע ווערטער

גילוי... דיין חבר האט א ניק דער שיבער...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
להוסיף
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2015 1:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להוסיף »

סראלי האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:בעפאר יו״ט איז געווען אזוי די פרייזן וויאזוי דו שרייבסט, איבער דעם טויש אינמיטן חול המועד ווייס איך נישט.

אויב שפילן זיי מיט מיט קדם וואלטן זיי דאך נישט געדארפט אריינעמען וואלטש בכלל?


זעענדיג די פיקשערס בין איך אין שאק. פשוטו כמשמעו!! כ'האב גיהאפט אז ס'עז נישט אמת.

אויף די שאלה פארוואס ער מיז אריינעמען וועלטש? דאס מיז ער טון בעל כרחו. ווייל ער שטעלט זיך אהער אלס באשיצער פינעם אנדערדאג. אבער אזוי ביליג מיטשפילן מיט קדם איז א שאק!!
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

הרה"ג ר' יצחק שטיין גייט און קומעדיגע וואך רעדן וועגן די נושא פון גרויסע געשעפטן פארקויפן פאר ביליג
קומעדיגע וואך און בית המדרש קארלין סטאלין

עס קען זיין אינטערסאנט
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

חוקר האט געשריבן:הרה"ג ר' יצחק שטיין גייט און קומעדיגע וואך רעדן וועגן די נושא פון גרויסע געשעפטן פארקויפן פאר ביליג
קומעדיגע וואך און בית המדרש קארלין סטאלין

עס קען זיין אינטערסאנט


ער האט שוין געשריבען א תשובה אין גינת ורדים.
לעצט פארראכטן דורך אוהב ספרים אום דאנערשטאג אפריל 20, 2017 2:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

אבי מען האלט אין איין מעקן....
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

געטרינקן דעם יום טוב פון וועלטש גרעיפ דזוס איך זעה נישט פון וואס קדם האט אזוי מורא..
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אוהב ספרים האט געשריבן:אבי מען האלט אין איין מעקן....



דאס איז שוין נאכן מוחק?!
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אבי מען האלט אין איין מעקן....



דאס איז שוין נאכן מוחק?!


אין גרויסען
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

די לעצטע פאר תגובות באלאנגען אין די אשכול המיוחד לכך. ניין?
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3003
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בסד »

אוהב ספרים האט געשריבן:ער האט שוין געשריבען א תשובע אין גנות ורדים.

וואס שטייט דארט?
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

חוקר האט געשריבן:הרה"ג ר' יצחק שטיין גייט און קומעדיגע וואך רעדן וועגן די נושא פון גרויסע געשעפטן פארקויפן פאר ביליג
קומעדיגע וואך און בית המדרש קארלין סטאלין

עס קען זיין אינטערסאנט

וועלעכע טאג? וויפיל אזייגער?
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

נ.ב. פאר די הלכה'דיגע שמיעס האבן די אחראים אוועק געשטעלט א באזונדערע אשכול דא. אנדערש ברענגט עס א צומישעניש.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

שיק יונגל האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:הרה"ג ר' יצחק שטיין גייט און קומעדיגע וואך רעדן וועגן די נושא פון גרויסע געשעפטן פארקויפן פאר ביליג
קומעדיגע וואך און בית המדרש קארלין סטאלין

עס קען זיין אינטערסאנט

וועלעכע טאג? וויפיל אזייגער?


מיטוואך טהרה בשעה 1:00 בצהרים
פתיחת חנות גדולה בהשכונה עם מחירים זולים מאד והעלאת מכירים על מוצרים שונים
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
שםטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שםטוב »

מ'קען ווערן דיזי פין די אשכול
אנגעהויבן אז ס'גייט זיין צוגעשפארט מיט א קורצע צייט,
זיי גייען הייבן די פרייזן ביז עטליכע וואכען,
זיי גייען זיך צוקריגען מיט אלע דיסטריביוטערס,
אא''וו
ביז זיי באקומען גארנישט ביליגער,
זיי צאלען נישט קיין סופלייערס,
די האט פלעיט איז אויסגעוועפט,
די סעלצער איז קאלט,
די פלייש איז נאס אין די טשאקלאד לעבען איז פישיג (כ'בין דיזי),
אזש אז מ'קען מיינען אז וואן סטאפ אדער באנדא'ס גראסערי זענען א קאמפעטישאן פאר בינגוי,
כ'וואלט געזאגט אז ס'דא עפעס וואס גיבט ארויס יעדער פאר מיניט 'קראנטע' רומערס קעגן בינגוי אין שיקט עס ארום,

דרך אגב, האב איך מיך איבערצייגט אז מער ווייניגער אלע אייטעם'ס וואס זענען פין זייער אייגענע ברענד זענען טאפ קוואליטי,
אנגעהויבען ביי פאפיר גודס, טונא פיש, טישטיכער, וכו'
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

By now

דאכט זיך אז די אנטי בינגאו קרייז איז שוין מודה אז בינגאו איז דא צו בלייבן.

און כ׳מיין אז מ׳איז שוין איינשטמונג אז זיי קענען עפענען פרישע געשעפטן אין אנדערע געגנטער.

איבער די פרייזן: יש אומרים אז ס׳איז בכלל נישט אזוי ביליג. ויש דורשין אז ס׳איז ביליג אבער זיי דערלייגן און ווי נאר אנדערע געשעפטן וועלן זיך פארמאכן וועלן זיי הייבן די פרייז. און געוויסע צייגן אן אז אסאך פון די ביליגע פראדוקטן זענען גענוי ווערד וויפיל מ׳באצאלט.
ישראל אשר בך אתפאר
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

דער עיקר פראבלעם וואס גייט זיין, אויב זיי זענען טאקע דא אויף צום בלייבן און נאך מיט ביליגע פרייזן גייט זיין ווען אלע קאקורענטן גיין דארפן ארויסקומען מיט ביליגע פרייזן קעגן זיי. די גאנצע עסן אידעסטרי און מארקעט גייט קראכן. געשעפטן גיין זוכן בלויז דאס ביליגסטע, מענטשן גיין ווי שיכורים קויפן ביליג ווייל בינגאו האט עפעס אויפגעטון.... (איי, און וואס איז? ווער דערלייגט דערפון אויב נישט דו אליינס?...).
די קאמפעניס גיין אריינגיין אין א דילעמע און אנהויבן צושטעלן ביליגסטע פראדוקטן פאר שטוינענד ביליג, און אלעס גייט זיין ביליג ביליג, אלעס גייט זיך שפירן ווי ארץ ישראל, אזא טעם גיין די עסן האבן... מיר וועלן פשוט נישט האבן עפעס גוט אריינצונעמען אין מויל.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

איסר האטלקי האט געשריבן:דער עיקר פראבלעם וואס גייט זיין, אויב זיי זענען טאקע דא אויף צום בלייבן און נאך מיט ביליגע פרייזן גייט זיין ווען אלע קאקורענטן גיין דארפן ארויסקומען מיט ביליגע פרייזן קעגן זיי. די גאנצע עסן אידעסטרי און מארקעט גייט קראכן. געשעפטן גיין זוכן בלויז דאס ביליגסטע, מענטשן גיין ווי שיכורים קויפן ביליג ווייל בינגאו האט עפעס אויפגעטון.... (איי, און וואס איז? ווער דערלייגט דערפון אויב נישט דו אליינס?...).
די קאמפעניס גיין אריינגיין אין א דילעמע און אנהויבן צושטעלן ביליגסטע פראדוקטן פאר שטוינענד ביליג, און אלעס גייט זיין ביליג ביליג, אלעס גייט זיך שפירן ווי ארץ ישראל, אזא טעם גיין די עסן האבן... מיר וועלן פשוט נישט האבן עפעס גוט אריינצונעמען אין מויל.


ביסט אן אייניקל אפשר פונעם פלאצקער גאון ז״ל?
ישראל אשר בך אתפאר
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אין פאקט איז דאס וואס האט פאסירט מיט די עסן אינדאסטרי אין ארץ ישראל, און עס שפילט זיך שוין אפ דא. אסאך גראסעריס הייבן זיך אן משוגע מאכן מיט סעילס, זיי מוזן צושטעלן ביליגע פראדוקטן ווייל בינגאו איז ביליג.

הנגיד רש"י רעכניץ דערציילט ביי זיינע דרשות וויאזוי ער האט אראפגעברענגט א געוויסע מארקעט - נאורסינג האום סופלייז אין קאלאפארניע אין זיינע ערשטע שריט אין ביזנעס דורך אראפשיסן פרייזן און כאפן די גאנצע מארקעט, צום סוף? די גאנצע מארקעט איז גארנישט ווערד געווען און קיינער האט נישט געקענט ארויפגיין נאכדעם - אריינגערעכנט ער זעלבסט.

און ממ"נ, אויב גייט בינגאו ארויפגיין גיין די געשפעטן זיך צוריק עפענען, זיי זענען דא פאר ביזנעס און אויב וועט זיין פאר וועמען גיין צוריקקומען די אלטע אדער אנקומען פרישע, און ער וועט זיך ווייטער מוזן שפילן ארויף און אראפ.
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

דער עולם האט ערענסט ליב צו חלומען בהקיץ
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

גראדע א מילתא בטעמא
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

יעצט אז מענטשן האבן ערנסט געפלאפט מיט׳ן פאראויסזאגן אז בינגאו וועט נישט מצליח זיין פאר 101 סיבות, הייבט מען שפינען פרישע געדאנקן אז דער בינגאו איז אזא שייגעץ אז ער וועט אזוי אויפשאקלן די כשר׳ע עסן אינדוסטירע אז אנדערע פירמעס וועלן מוזן פארקויפן שוואכע סחורה צו קענען ציען קינדן. און אונז קליענטן וועלן האבן בלויז צוטריט צו שוואכערע קוואליטעט פראדוקטן...

ס׳יו״ט אינדערוואכן#
ישראל אשר בך אתפאר
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8739
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

בינגאו הרג״ט נישט. בינגאו פאר׳סמ״ט נישט.

ס׳נאך דא שווערע טויזנטער קליענטן וואס גלייכן איינצוקויפן ביי געשעפט אין זייער געגנט. פארהאן וואס דארפן דעליווערי סערוויס. געוויסע האבן נישט ליב צו שאפן רעגלמעסיג אין אזא גרויסע געשעפט. געשעפטן וועלן מסתם בלייבן אין ביזנעס ע״פ רוב.

אבער יא, בינגאו שטעכט. בינגאו טיילט קלעפ.

ס׳קומט ווארשיינליך א גוטן עדזשאסטמענט אין די כשר׳ע עסן אינדוסטריע. מענער זענען געווארן מער בקי געווארן אין פרייזן. מ׳הייבט אן קויפן פון קלענערע פירמעס אויך אויב איז דא א גוטן סעיל. בינגאו קען נעמען א קאמפעני און עס מאכן פאפולער און זיי קענען נעמען א פירמע און עס מאכן אומפאפולער פאר זיינע קונדן. און ווי מער געשעפטן זיי וועלן פארמאגן אלס מער וועט זייער כח וואקסן און זייער כח איבער די דיסטריוטערס וועט פילפאכיג פארשטערקערט ווערן.

אז די פירמעס גייען זיך שלאגן צווישן זיך וועלן פרייזן פאלן און די גרויסע דיסטריביוטערס וועלן זיך מוזן צוגעוואוינען צו קלענערע פארדינסטן אויף די פראדוקטן.
ישראל אשר בך אתפאר
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

סראלי האט געשריבן:ס׳קומט ווארשיינליך א גוטן עדזשאסטמענט אין די כשר׳ע עסן אינדוסטריע. מענער זענען געווארן מער בקי געווארן אין פרייזן. מ׳הייבט אן קויפן פון קלענערע פירמעס אויך אויב איז דא א גוטן סעיל. בינגאו קען נעמען א קאמפעני און עס מאכן פאפולער און זיי קענען נעמען א פירמע און עס מאכן אומפאפולער פאר זיינע קונדן. און ווי מער געשעפטן זיי וועלן פארמאגן אלס מער וועט זייער כח וואקסן און זייער כח איבער די דיסטריוטערס וועט פילפאכיג פארשטערקערט ווערן.

אז די פירמעס גייען זיך שלאגן צווישן זיך וועלן פרייזן פאלן און די גרויסע דיסטריביוטערס וועלן זיך מוזן צוגעוואוינען צו קלענערע פארדינסטן אויף די פראדוקטן.

יא יא, דאס איז גענוי וואס איך האב געזאגט עטליכע תגובות צוריק! איך האב נאר צוגעלייגט א שטיקל אויספיר וואס גייט נאכפאלגן דערנאך.
שרייב תגובה

צוריק צו “מאכלים”