רצון טוב האט געשריבן:ניסקראכער רעדט נאר פין די וואס קויפן ק"י פלייש
אז ביי די מארקעט מאכט נישט אויס די בינגא פלייש.
אלעס מאכט אויס, יעדער מעסט זיינע פרייזן קעגן וואס עס איז דא עוועיליבל אין די מארקעט, און כ'האב שוין אויבן געברעגנט אז קר"י פלייש האט אויך אפאר פרייזן, אין מאנסי קענסטו באקומען קר"י טשיקען פאר ביליגער וואו אין קר"י זעלבסט, און צומאל גייט עס דארט אויף סעיל אויף פרייזן וואס אין קר"י שאפינג צענטער קענסט קוים אין חלום זעהן, פארוואס? ווייל אקייגן איבער ליגט פלייש פון מארוויד/עמפייער, און ער דארף 'קאמפיטן', יא ער איז טייערער ווייל ער איז 'פרימיום' אבער ער 'געידזשד' זיינע פרייזן לויט די נידיריגערע ברענדס.
דאס איז 'ריטעיל' ביזנעס אין די היינטיגע עפאכע, און דאס מאכט אויס ווען מ'קען א שפאן אוועק באקומען התאחדות פלייש פאר שטוינענד ביליג, ווערט די פרימיום ברענד צו קאסטבאר.
מ'קען רעדן און רעדן, עס איז נישט 'בינגאו' עס איז 'קאמפעטישאן' וואס עס פעלט אויס אין די היימישע ריטעיל מארקעט, פון וואס 'יעדער' פארדינט, בראש וראשון די קאנסומערס (עי' ערך GG, GB, גלויבערס) וועלכע באקומען סעילס, סערוויס, קויפאנס, לאקאציעס, דעליוועריס, פרייז רעדוקציעס, פראומאשענס = גאלדענע טאץ. און די געשעפטן פארדינען סוכ"ס פון א 'לאיעלטי' ווען זיי באקומען א קאסטומער-באזע וואס גייט פאר זיי אין פייער, ווייל זיי רעדן יענעמס שפראך דורך איינע פון די דערמאנטע וועגן, און בליעה"ר די היימישע מארקעט וואקסט ווי קיינמאל בעפאר, עס איז דא איבער גענוג פאר יעדן, יעדער דארף נאר גוט שטודירן די מארקעט, אינוועסטן צייט און געלט אין מארקעט-ריסערטש, אויפבויען א 'ברענד' צו ציען א קליענטעל, קענען לערנען 'זיינע' קאסטומערס און פארשטיין וואס זיי זוכן, און רעדן 'זייער' שפראך, אז בינגא זאל צו זיי נישט רעדן.
וויינען און מורא האבן איז תש"כ מעטאדן, און ארויסטרייבן מיט געוואלד איז תש"מ מעטאדן, אין די היינטיגע וועלט פארלאנגט זיך אינטעליגענץ, לערן דיך די פאך, פארשטיי וואס ריטיעל איז און וויאזוי עס ארבייט, גענוי ווי בי-זשעיס ציטערט נישט ווען טארגעט עפנט א געשעפט א שפאן אוועק אין הערימאן, און שאפרייט שטייט טיר-ביי-טיר מיט וואל-מארט אין עירמאנט, ווייל יעדער רעדט צו 'זיינע' קליענטן אויף 'זיין' שפראך.