בינגא: נייע געשעפט אין בארא פארק

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

להוסיף
שר מאה
תגובות: 123
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:04 pm

שוין. קום איך יעצט פון 'בינגא'. די רעוואלאציע האלט אן!! כן ירבה.

אפאר אבזערוואציעס: אתרוגים און סוכה ברעטער פאר ביליג איז זייער שיין. אבער. 'נישט דא ליגט די הונט באגראבן'. [מאמר העולם]

די 'בינגא' קאסטומערס זוכן 'ברעד ענד באטער' פאר ביליג. דאס הייסט די טעגליכע געברויכענישן. וואס מען מוז האבן בכל עת ובכל שעה.
[איך ווייס נישט וויפיל מענטשן עס וואלט געשטערט צו צאלן נאך אפאר דאלער פאר א אתרוג - אדער סוכה ברעטער וואס האלטן אפאר יאר]
נאכאמאל. מענטשן ווילן ביליגע מילעכיגס. פלייש. פיש. [ווער געדענקט די געלונגענע 'קאטעדזש טשיז רעוואלאציע' אין ארץ ישראל??]

כ'האב הנאה גיהאט צו זען אז קאטעדזש טשיז קאסט יעצט 2.99 [איך האב קיין ספק אז 'מהדרין' און 'בינגא' פארדינען דערויף..] און '108 סלייס טשיז' איז 10.99 [עפעס א נייע קאמפעני. מסתם א שטיף-קינד פון 'מהדרין']

פלייש און פיש איז זייער ביליג. בעקעריי איז אביסל ארויף. עס איז יעצט רעגולער פרייז. [דוגמא: די פשוטע בעיגעלס איז 40 סענט א שטיק. און דאס איז ווען דו קויפסט 6!]

מחזור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 28, 2008 8:14 pm

תגובהדורך מחזור » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:15 pm

קען איינער ברענגן א בילד פון די צוזאמלייג בעטן?

אוועטאר
חמרא טבא
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:20 pm

שוואכע מעשיות

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:22 pm

להוסיף האט געשריבן:בעקעריי איז אביסל ארויף. עס איז יעצט רעגולער פרייז. [דוגמא: די פשוטע בעיגעלס איז 40 סענט א שטיק. און דאס איז ווען דו קויפסט 6!]

קעיק איז נאכאלס זייער ביליג
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 10:13 pm

בענקעל האט געשריבן:
20171002_124719.jpg
fill up on gas in jersey
spend your money wisely bingo...



אייזענע מארקעטינג איידיע

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1621
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:05 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
20171002_124719.jpg
fill up on gas in jersey
spend your money wisely bingo...



אייזענע מארקעטינג איידיע


מיך אויך שטארק געכאפט די איידיע!!

וועלכע מארקעטינג קאמפאני נוצן זיי?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:14 pm

וועלכע וויין האבן זיי און וואס זענען די פרייזן?

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:16 pm

די וויין האט נישט מיט בינגאו, אזוי אויך די אתרוגים האט נישט מיט בינגאו, כ'גלייב זיי צאלן געלט פאר בינגאו צו דינגען א פלאץ און זיי שטעלן זיך צו צו בינגאוס פרייזן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
וועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 848
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:39 pm

דיין כ'גלייב גייט ארויף אויף דיין גאנצן תגובה אדער דער ערשטער חלק איז קראנט?

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:48 pm

איך האב געהאט א פראבלעם מיט א אתרוג, ווען איך בין געגאנגען צו בינגאו קאסטאומער סערוויס האבען זיי מיר געזאגט אז די אתרוגים האט נישט מיט זיי גיי רעד מיט די חב"ד'צקער וואס שטייט דארט.

די איבעריגע שטעל איך זיך פאר...
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

משגיח תמידי
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » מיטוואך אוקטובער 11, 2017 4:14 pm

ביי די גרויסע בעגס קענדיס/לאליס שטייט אויך א פרייז, און זייער קליין שטייט per lbs וואס קומט בכלל נישט אויסגאבע ביליג, דעס איז חוץ וואס איך האב געדארפט שטיין און די ליין פאר ארום צוואנציג מינוט צו צאלן, און נאכדעם אליינס פאקן מיינע בעגס


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, גראסערי מאן, טשיינע רב, יש ברירה, כאפצעם, פימפערנוטער, ראפאט קראמפלי, תן חיוך און 23 געסט