בלאט 1 פון 10

נייעס און קרישקעלעך פון אוקריינא און פולין

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:13 pm
דורך שטייט
א העלישע פייער האט געמאכט שווערע שאדן צו די הכנסת אורחים געביידע אין די שטאט בעלז, פייער לעשער האבן געארבעט לאנגע שעות צו פארלעשן די פייער, ב"ה קיינער האט זיך נישט געפונען אין די געביידע בשעת מעשה.
מ'גרייט זיך שוין צו פאררעכטן די געביידע נאכדעם וואס ס'איז ערווארטעט קבוצת אין די קומעדיגע וואכן.

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 5:15 pm
דורך יוראפ
פון וואס איז געשעהן ס'פייער?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 13, 2016 7:59 pm
דורך טריסקער
די פייער איז געשעהן פון א קורצשלוס אינעם עלעקטעריק באקס פון די פאון ליינס און די קעמרעס אויפן צווייטן שטאק.

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:19 pm
דורך איש החסד
טריסקער האט געשריבן:די פייער איז געשעהן פון א קורצשלוס אינעם עלעקטעריק באקס פון די פאון ליינס און די קעמרעס אויפן צווייטן שטאק.

פון א קורצשלוס פאסירט א פייער....?!?! אינטערסאנט, איך האב שוין אפאר מאל געהאט א קורצשלוס & nothing happened..!!!!

געשריבן: מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 7:43 pm
דורך גליטשעדיג
איש החסד האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:די פייער איז געשעהן פון א קורצשלוס אינעם עלעקטעריק באקס פון די פאון ליינס און די קעמרעס אויפן צווייטן שטאק.

פון א קורצשלוס פאסירט א פייער....?!?! אינטערסאנט, איך האב שוין אפאר מאל געהאט א קורצשלוס & nothing happened..!!!!

פרוביר אן אוקראינישן עלקטערישאן!

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:14 pm
דורך שפיץ
איינער קען א באס פירמע אין פולין צו דינגען א באס פאר אפאר טעג?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:16 pm
דורך נחוניא
שפיץ האט געשריבן:איינער קען א באס פירמע אין פולין צו דינגען א באס פאר אפאר טעג?

קענסט פרעגן בארטעק, ער שטעלט צו זייער גוטע סערוויס
Bartek Grabski
48-601-256-943
[email protected]

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:17 pm
דורך שפיץ
נחוניא האט געשריבן:
שפיץ האט געשריבן:איינער קען א באס פירמע אין פולין צו דינגען א באס פאר אפאר טעג?

קענסט פרעגן בארטעק, ער שטעלט צו זייער גוטע סערוויס
Bartek Grabski
48-601-256-943
[email protected]

יישר כח

אומאן עירפארט

געשריבן: זונטאג יאנואר 22, 2017 8:50 pm
דורך שטייט
די אוקריינא רעגירונג האט איינגעשטימט דורכ'צופירן רענאוואציע'ס אין די אלטע מיליטערישע עירפארט אין אומאן צו די פרייד פון די פילע רייזנדע קיין אומאן.
פאר די פילע רייזנדע קיין אומאן א גאנץ יאר און ספעציעל ראש השנה איז די עטליכע שעה מיט טרעפיק פון קיוב קיין אומאן געווען אן אפקימעניש.
יעצט האט די רעגירונג נאך לאנגע השתתלות און מיט די געלט פון אן אננאנימעס אמעריקאנער אינוועסטער מחליט געווען צו רענאווירן די אלטע מיליטערישע עירפארט אין אומאן פאר אינטערנעשאנעל פלייטס.
די פריעקט גייט אפקאסטן 145 מיליאן דאלאר און ס'איז נאכנישט דא קיין צייט ווען ס'גייט פארטיג ווערן.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:06 am
דורך טריסקער
IMG-20170123-WA0000.jpg

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 3:43 am
דורך נא_שכל
די בילד האט נישט קיין שייכות מיט די נייעס.

געשריבן: מאנטאג יאנואר 23, 2017 9:27 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
שטייט האט געשריבן:די אוקריינא רעגירונג האט איינגעשטימט דורכ'צופירן רענאוואציע'ס אין די אלטע מיליטערישע עירפארט אין אומאן צו די פרייד פון די פילע רייזנדע קיין אומאן.
פאר די פילע רייזנדע קיין אומאן א גאנץ יאר און ספעציעל ראש השנה איז די עטליכע שעה מיט טרעפיק פון קיוב קיין אומאן געווען אן אפקימעניש.
יעצט האט די רעגירונג נאך לאנגע השתתלות און מיט די געלט פון אן אננאנימעס אמעריקאנער אינוועסטער מחליט געווען צו רענאווירן די אלטע מיליטערישע עירפארט אין אומאן פאר אינטערנעשאנעל פלייטס.
די פריעקט גייט אפקאסטן 145 מיליאן דאלאר און ס'איז נאכנישט דא קיין צייט ווען ס'גייט פארטיג ווערן.

https://www.google.com/maps/@48.7993505 ... authuser=0
עס איז לכאורה די עירפארט וואס איז ממש אין אומאן, פון דעם גוגל מעפס פיקטשער קוקט אויס ווי דארט איז ממש גארנישט דא חוץ א נאכגעלאזטע ראנוועי, דאס מיינט אז דעם וועט נאך דויערן א שיין שטיקל צייט ביז עס וועט זיין רעדי צום ניצן, חוץ איבערמאכן דעם ראנוועי מיזן זיי בויען כאטש איין בילדינג פאר די מענטשען, אבער ווען עס וועט זייפ פערטיג וועט עס זיין א גרויסע הילף פאר יודן צו פארן קיין אוקיינע בכלל און אומאן בפרט

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 7:22 pm
דורך שטייט
מיט פרייד ווערט אויפגענומען די בשורה איבער די נייע ביהמ״ד אין "אניפאלי-אוקריינא" מקום מנוחת קדשו פון די מגיד און ר' זושא מאניפאלי.
די צוויי שטאקיגע בנין הכנסת אורחים נעבן ביה"ח וואס איז באנייט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק האט נישט געהאט קיין געהעריגע מקום ווי צו דאווענען.
יעצט האבן זיך עטליכע עסקנים אריינגעלייגט בראשם ר' ישראל מאיר גבאי און אפגעקויפט די נעקסטע הויז און עס הערליך איבערגעבויט אז ס'זאל קענען דינען פאר א ביהמ״ד, ס'גייט געעפנט ווערן אויף מוצאי שבת ב' שבט יומא דהילולא של ר' זושא זי"ע.
IMG-20170124-WA0032.jpg

IMG-20170124-WA0030.jpg

IMG-20170124-WA0028.jpg

אויב ווייסט איהר סיי וואסארא נייעס ביטע ארויפלייגן.

געשריבן: דינסטאג יאנואר 24, 2017 7:36 pm
דורך moneyMINDED
ווי איך הער בויט זיך א מקוה אין רעדאמסק הארט לעבן די ציון פון תפארת שלמה ,אינעם ארטיגן הכנסת אורחים ,איינער מיט דעטאלען?אדער בילדער

געשריבן: פרייטאג יאנואר 27, 2017 11:44 am
דורך בערל קראקאווער
לויט ווי איך ווייס, בויעט עס דער פון לאנדאן, כ'דענק נישט וויאזוי ער הייסט, ער מאכט א נסיעה יעדע'ס יאר אויף די יארצייט כ''ט אדר.
ווער עס קען זאל ברענגען נאך אינפא'

געשריבן: מוצ"ש יאנואר 28, 2017 10:10 pm
דורך ווייסע זאקן
ר' ישראל הערש רייך פון קרית יואל האלט טיף אינמיטן פון א מולטי מיליאן דאלארדיגע בילדונג אין פרעמישלאן הארט נעבן ציון פון ר' מאיר'ל מפרימעשלאן , א בנין מפואר א שיין בהמ'ד מיט א הערליכע מקוה און אויסגעשטאטע קאך מיט א דיינונג רום מיט 30 שלאף שטיבער

די אויסערליכע בילדונג סטרוקטשער שטייט שוין

ווי עס הייסט וועט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א קלאפן א קביעות מזוזה און ביינייען די מקוה אויפן נסיעה וואס איז געפלאנט חודש אייר

איך וועל פרובירן צו לייגן בילדער

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2017 12:11 am
דורך שעמעדיגער
מ'קען שוין פארן וואוינען דארט...

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2017 11:07 am
דורך בערל קראקאווער
ווייסע זאקן האט געשריבן:ר' ישראל הערש רייך פון קרית יואל האלט טיף אינמיטן פון א מולטי מיליאן דאלארדיגע בילדונג אין פרעמישלאן הארט נעבן ציון פון ר' מאיר'ל מפרימעשלאן , א בנין מפואר א שיין בהמ'ד מיט א הערליכע מקוה און אויסגעשטאטע קאך מיט א דיינונג רום מיט 30 שלאף שטיבער

די אויסערליכע בילדונג סטרוקטשער שטייט שוין

ווי עס הייסט וועט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א קלאפן א קביעות מזוזה און ביינייען די מקוה אויפן נסיעה וואס איז געפלאנט חודש אייר

איך וועל פרובירן צו לייגן בילדער

איר האט פארגעסן צו שרייבן איבער דעם עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הר''ר איתמר מייזליש הי''ו, פון קרית יואל וואס שטייט אין שפיטץ פון די מאסיוון פראיעקט ועוד ידו נטי' אין נאך פלעצער ווי לאנצהוט מנוחת כבוד פון הייליגן ראפשיצער רב. (ווי כ'מיין ער האט שוין אפגעקויפט א הויז נעבן ציון)

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2017 11:16 am
דורך פנחס בן חיים
טענקס פאר די אפדעיטס.

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2017 12:11 pm
דורך משה מאשקאוויטש
א טומל טוט זיך אין אומאן נאכדעם וואס די שטאט'ס באהערדע האבן אין א פארזוך פון נקמה, צעשטערט און צעווארפן די שביל הכהנים וואס איז געבויעט געווארן היי יאר בעפאר נאך ראש השנה.

די יעצטיגע אנטעסמיטישע אקטיוויטעטן קומען נאכדעם וואס איינער האט פאראורזאכט א שרעקליכע חילול השם צעברעכענדיג א דמות פון אותו האיש וואס איז געשטאנען אויף די אנדערע זייט טייך, דארט ווי מען זאגט אלע יארן תשליך. אין אנטווארט דערצו האבן זיי פאר א וואך צוריק אראפגענומען די טייערע צוים וועלכע צייכנט אן ביז ווי די כיפין גיין, און יעצט, נאכן אראפנעמען דעם צוים, איז אסור דארט צו גיין כנפסק בשו"ע.

יעצט, און א ווייטערדיגע פארזוך אויף נקמה, האבן די שטאטס איינגעשטלטע אינאיינעם מיטן מאיער פון אומאן, געשטימט אז מען זאל צעווארפן דעם גשר הכהנים - וואס פירט אדורוך פון איין זייט גאס צום צווייטן, צו קענען דערגרייכן דעם כהנים שטיבל. תיכף זענען אנגעקומען א מאסן שטאב פון ארבייטערס און צענומען דעם בריק.

דא האט איר א טשיקאווע בילד ווי מען באפרייט א כהן פונעם כהנים שטיבל, נאכן נישט קענען ארויסגיין צוליב דעם איינגעווארפענעם גשר הכהנים:

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2017 3:04 pm
דורך גרינע
בערל קראקאווער האט געשריבן:לויט ווי איך ווייס, בויעט עס דער פון לאנדאן, כ'דענק נישט וויאזוי ער הייסט, ער מאכט א נסיעה יעדע'ס יאר אויף די יארצייט כ''ט אדר.
ווער עס קען זאל ברענגען נאך אינפא'

שמואל כהנא (איש ראדאמסק)

געשריבן: זונטאג יאנואר 29, 2017 7:52 pm
דורך בעלבאטיש
בערל קראקאווער האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:ר' ישראל הערש רייך פון קרית יואל האלט טיף אינמיטן פון א מולטי מיליאן דאלארדיגע בילדונג אין פרעמישלאן הארט נעבן ציון פון ר' מאיר'ל מפרימעשלאן , א בנין מפואר א שיין בהמ'ד מיט א הערליכע מקוה און אויסגעשטאטע קאך מיט א דיינונג רום מיט 30 שלאף שטיבער

די אויסערליכע בילדונג סטרוקטשער שטייט שוין

ווי עס הייסט וועט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א קלאפן א קביעות מזוזה און ביינייען די מקוה אויפן נסיעה וואס איז געפלאנט חודש אייר

איך וועל פרובירן צו לייגן בילדער

איר האט פארגעסן צו שרייבן איבער דעם עסקן נמרץ לכל דבר שבקדושה הר''ר איתמר מייזליש הי''ו, פון קרית יואל וואס שטייט אין שפיטץ פון די מאסיוון פראיעקט ועוד ידו נטי' אין נאך פלעצער ווי לאנצהוט מנוחת כבוד פון הייליגן ראפשיצער רב. (ווי כ'מיין ער האט שוין אפגעקויפט א הויז נעבן ציון)

איך קען די זאך פון די נאנט עס האט גארנישט מיט איתמר ,איך מאך אים נישט אוועק ער איז א כלל עסקן

ער איז א אייניקעל פון ר' מאירל און אנפאנג האט אויסגעזען ווי ער גייט עפעס האבן דערמיט , למעשה טאקע וועגן ער איז א וועלטס עסקן אין אינוואלווד אין ראפשיץ אין און איהעל האט ער זיך נישט געקענט ארויסשטעלען מיטן עסקנען פאר די צוועק אויך

ער האט אביסעל געהאלפען מיטן שאפן דעם זעלבם קאנטראקטער ווער עס האט געבויט איהעל

אבער למעשה די פיזישע ארבעט פון שאפן דאס געלט איז נאר פון ר ישראל הערש און ער שטייט אויף די ארבעט

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 12:59 pm
דורך נחוניא
ווייסע זאקן האט געשריבן:ר' ישראל הערש רייך פון קרית יואל האלט טיף אינמיטן פון א מולטי מיליאן דאלארדיגע בילדונג אין פרעמישלאן הארט נעבן ציון פון ר' מאיר'ל מפרימעשלאן , א בנין מפואר א שיין בהמ'ד מיט א הערליכע מקוה און אויסגעשטאטע קאך מיט א דיינונג רום מיט 30 שלאף שטיבער

די אויסערליכע בילדונג סטרוקטשער שטייט שוין

ווי עס הייסט וועט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א קלאפן א קביעות מזוזה און ביינייען די מקוה אויפן נסיעה וואס איז געפלאנט חודש אייר

איך וועל פרובירן צו לייגן בילדער

די בנין אין פרעמישלאן איז שוין פארטיג?
ביי וועמען דארף מען זיך מעלדן עס צו נוצען?

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 3:14 pm

ניין די בנין פלאנט צו ווערן באנייט פריוואזעריש ביי די נסיעה אין א חודש ארום פון אדמור מהרא

מעדארף זיך ווענדן צו ר ישראל הערש רייך

געשריבן: זונטאג אפריל 23, 2017 3:27 pm
דורך נחוניא
ווייסע זאקן האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:ר' ישראל הערש רייך פון קרית יואל האלט טיף אינמיטן פון א מולטי מיליאן דאלארדיגע בילדונג אין פרעמישלאן הארט נעבן ציון פון ר' מאיר'ל מפרימעשלאן , א בנין מפואר א שיין בהמ'ד מיט א הערליכע מקוה און אויסגעשטאטע קאך מיט א דיינונג רום מיט 30 שלאף שטיבער

די אויסערליכע בילדונג סטרוקטשער שטייט שוין

ווי עס הייסט וועט אדמו"ר מ'סאטמאר מהר"א קלאפן א קביעות מזוזה און ביינייען די מקוה אויפן נסיעה וואס איז געפלאנט חודש אייר

איך וועל פרובירן צו לייגן בילדער

די בנין אין פרעמישלאן איז שוין פארטיג?
ביי וועמען דארף מען זיך מעלדן עס צו נוצען?

ניין די בנין פלאנט צו ווערן באנייט פריוואזעריש ביי די נסיעה אין א חודש ארום פון אדמור מהרא

מעדארף זיך ווענדן צו ר ישראל הערש רייך

די מקוה וועט שוין זיין גרייט פאר די נסיעה?