אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נקדימון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:04 pm

א פרישע עמערסאן אנקעטע שטעלט טראמפ 1+ מיט ווארשיינליכע וויילער אין דזשארדשיע

טראמפ 48
ביידען 47

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:08 pm

יש ברירה שכוח פאר דיינע טשארטס, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי קלאר ווי די רעיס האלט, מישיגען איז צוויי בלעטער נאך פענסילוועניע, יעצט גיי רעכן די אלעקטארלס, אויף דיין טשארט זע איך פינקטלעך ווי יעדע סטעיט האלט, און מ׳קען עס צוגלייכן צו 2016, שכוח.

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1443
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:12 pm

די טראמפ קאמפיין פארלאנגט אז מ'זאל טוישן טאפיקס פון די דעבאטע דעם דאנערשטאג

דער פרעזידענט האט ווידעראמאל שארף אראפגעריסן די מאדערעיטאר

לויט באריכטן פלאנט טראמפ אז אויב די מאדערעיטאר ברענגט נישט אויף די האנטער ביידען אישו גייט ער עס אליינס ארויפברענגען און ער גייט שניידן מיט א שוחט מעסער

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קליינטשיגער » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:13 pm

טראמפ איז אין א ספאט, ער האט צוויי זאכן ביים דיבעיט וואס שמעקט אים נישט, ער קען סטראשענען אז ער קומט נישט, אבער ער קען זיך נישט ערלויבן צו טאקע נישט קומען, און אז ער ברעכט זיך איזער אויס טראמפ, וואס טוט מען?? העמער מוזן צו ווארטן.

נקודהלע
שר האלפיים
תגובות: 2437
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 07, 2019 10:58 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקודהלע » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:21 pm

קליינטשיגער האט געשריבן:טראמפ איז אין א ספאט, ער האט צוויי זאכן ביים דיבעיט וואס שמעקט אים נישט, ער קען סטראשענען אז ער קומט נישט, אבער ער קען זיך נישט ערלויבן צו טאקע נישט קומען, און אז ער ברעכט זיך איזער אויס טראמפ, וואס טוט מען?? העמער מוזן צו ווארטן.

הייבט אן אויסזען ווי האב עפשטיין רעדט ווערטער... העמיר זען לויט אים דארף נישט צו זיין נאך א דיבעיט...
אז דו מיינסט אז דיין זייט אין אמעריקאנער פאליטיק איז די גערעכטע, נעמסטו עס אביסל ערענסטער ווי די פירער פון דיין פארטיי...

Kollel
שר האלף
תגובות: 1654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Kollel » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:25 pm

154157.jpeg
154157.jpeg (347.01 KiB) געזעהן 833 מאל

דער איד מיט 4יאר צוריק..
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!

אוועטאר
נעכטן
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נעכטן » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 8:53 pm

מייקס גייען זיין Muted
געשריבן דורך: נעכטן

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:03 pm

קליינטשיגער האט געשריבן:יש ברירה שכוח פאר דיינע טשארטס, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען אזוי קלאר ווי די רעיס האלט, מישיגען איז צוויי בלעטער נאך פענסילוועניע, יעצט גיי רעכן די אלעקטארלס, אויף דיין טשארט זע איך פינקטלעך ווי יעדע סטעיט האלט, און מ׳קען עס צוגלייכן צו 2016, שכוח.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 9:12 pm

נקודהלע האט געשריבן:
קליינטשיגער האט געשריבן:טראמפ איז אין א ספאט, ער האט צוויי זאכן ביים דיבעיט וואס שמעקט אים נישט, ער קען סטראשענען אז ער קומט נישט, אבער ער קען זיך נישט ערלויבן צו טאקע נישט קומען, און אז ער ברעכט זיך איזער אויס טראמפ, וואס טוט מען?? העמער מוזן צו ווארטן.

הייבט אן אויסזען ווי האב עפשטיין רעדט ווערטער... העמיר זען לויט אים דארף נישט צו זיין נאך א דיבעיט...



0dc45520b5ff4694a213fba282317d4c.jpg
0dc45520b5ff4694a213fba282317d4c.jpg (54.49 KiB) געזעהן 681 מאל
זה נהנה וזה לא חסר קומט אריין און טרעפט מציאות

האט איר אמאל געטראכט אז איר קענט אריין ווארפן אפאר וויכטיגע דאלאר פאר א צווייטען און אייך קאסט עס גארנישט?
קליקט דא ווען איר קויפט ממילא אויף אמעזאן

קומט אריין קלאר
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 05, 2020 5:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קומט אריין קלאר » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:38 pm

נעכטן האט געשריבן:מייקס גייען זיין Muted

כ'הייב אן מורא האבן עס גייט אויסזען ווי די דעמיקראטישע פריימעריס ווי די גאנצע חן פון א דיבעיט וועט אוועקפאלן.

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1768
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שאשא » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:39 pm

קומט אריין קלאר האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:מייקס גייען זיין Muted

כ'הייב אן מורא האבן עס גייט אויסזען ווי די דעמיקראטישע פריימעריס ווי די גאנצע חן פון א דיבעיט וועט אוועקפאלן.

מיט טראמפ קען מען זוך נישט אויסרעכענען, ער קען נאך אינדערמיט אוועקשפאצירן
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10466
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:40 pm

איך גלויב אז אין די צייט פון 'אפען דיסקאשן' וועט עס נישט זיין מיוטעד.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:49 pm

דער פראבלעם איז אז טראמפ נוצט נישט אויס זיין צוויי מינוט ווען מען פרעגט אים א פראגע, ער זאגט אפ זיינס און ווייניגער פון א מינוט

ביידן איז א סקריפטעד פאליטישען און ער נוצט אויס די גאנצע צייט

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 10:54 pm

מצב כללי האט געשריבן:דער פראבלעם איז אז טראמפ נוצט נישט אויס זיין צוויי מינוט ווען מען פרעגט אים א פראגע, ער זאגט אפ זיינס און ווייניגער פון א מינוט

ביידן איז א סקריפטעד פאליטישען און ער נוצט אויס די גאנצע צייט

זייער אינטערעסאנט,
ביי אינטערוויוס שטיפט ער אגאנצען צייט אריין זיינע הענט און ער קען נישט סטאפען רעדען,
ביי א דיבעיט פארלירט ער דאס לשון,
אויסער אריינהאקען דאס קען ער
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלפיים
תגובות: 2048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:43 pm

דרכצעך אז טראמפ האט שוין געהאט קאוויד ביים ערשטע דיבעיט וואס שוואכט אפ אסאך
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פער בריסטאו » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:46 pm

סאו טראמפ גייט נישט קענען זאגן דעי מאל ‘ביקאס יו גאננע בי אין זשעיל’
דיד יו סעי סמאַרט?

אוועטאר
Rak Tov
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך Rak Tov » מאנטאג אוקטובער 19, 2020 11:58 pm

האט דעיס עפעס האפט?
צוגעלייגטע
DFCC499A-6508-4EA0-9042-E8300F841AA3.jpeg
DFCC499A-6508-4EA0-9042-E8300F841AA3.jpeg (191.61 KiB) געזעהן 297 מאל

פארטראכטער
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פארטראכטער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:07 am

Rak Tov האט געשריבן:האט דעיס עפעס האפט?

דאס איז שוין פארגעקומען פארגאנגענעם זונטאג.

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11035
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:16 am

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
נקדימון האט געשריבן:פריש: באשטעטיגט אז מייקס גייען זיין פארלאשן ביי די דעבאטע נאך 2 מינוט ענדיגט זיך

WASHINGTON (AP) — Debate commission adopts new rules to mute microphones to allow Trump, Biden 2 minutes of uninterrupted time per segment.

זייער א גוטע זאך
(טראמפ זאל דאנקבאר זיין פאר דעיס ס׳וועט עם נאר העלפן)

:grin:
Saved from himself...
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט
מלכות הרשעה במהרה תעקר,אבער נצח ישראל לא ישקר!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:22 am

Who's going to save us from him?
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:23 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:Who's going to save us from him?

נישט ביידען :lol:

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:26 am

איך האף אזוי.
מיין וואונדער איז אויף טראמפערס וואס אנערקענען אז ער איז אן אומסטאבילער פארשוין וואס קען נישט טון וואס איז ריכטיג און נויטיג פאר זיין אייגן גוטס.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4419
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אמביציע » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:32 am

האלצשטיין האט געשריבן:די טראמפ קאמפיין פארלאנגט אז מ'זאל טוישן טאפיקס פון די דעבאטע דעם דאנערשטאג

דער פרעזידענט האט ווידעראמאל שארף אראפגעריסן די מאדערעיטאר

לויט באריכטן פלאנט טראמפ אז אויב די מאדערעיטאר ברענגט נישט אויף די האנטער ביידען אישו גייט ער עס אליינס ארויפברענגען און ער גייט שניידן מיט א שוחט מעסער

איר קענט זעכער זיין אז ביידען שארפט זיך אויך דעם שוחט מעסער. ער האט אסאך אויף וואס צו שעכטן איבער טראמפ'ס קינדערליך וואס זענען פארמישט אונעם טאטן'ס פאזיציע און ניצן עס אויס אויף צו מאכן א פאר טולער אא''וו.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:34 am

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:איך האף אזוי.
מיין וואונדער איז אויף טראמפערס וואס אנערקענען אז ער איז אן אומסטאבילער פארשוין וואס קען נישט טון וואס איז ריכטיג און נויטיג פאר זיין אייגן גוטס.

די האפסט אז וואס? אז ביידען זאל פארלירן? :?: :?:

פאר זיין אייגן גוטס ווייס איך טאקע נישט אבער פאר די גוטס פארן אמעריקאנער בירגער ווייס איך יא און זיכער אלס א איד

איך וויל נישט פארדרייען דעם אשכול אבער למעשה האט דער אומסטאבילער פארשוין דעליווערט מער ווי אלע פריערדיגער סטאבילער פארשוינען און מער ווי דער סטאבילער אלטער האט דעליווערט אין זיינע 47 יאר

דאס איז אלס פאליטיק אויס אלס אידישקייט אויס האט אונז דער אומסטאבילער רויטער אהיימגעברענגט א שיינע פאר אידן פון תפיסה און ער שטיצט שטארק פרייע רעליגיע

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דינסטאג אוקטובער 20, 2020 12:47 am

@שלמה בכלל איז דאס א אלטע טעות פון די אנטי ניקים ווען מהויבט אן דיבעיטן מיט די טראמפערס צו ער איז סטאביל צו נישט צו ער איז א ליגנער צו נישט צו ער איז א צודרייטער און אזוי ווייטער

מקען דיבעיטן טראמפס פאליסיס און אויפטיען מקען דיבעיטן ווי משוגע און וואסערע חרבון די לינקע מיט זייערע פאליסיס גייען זיין פארן לאנד
נישט טראמפס סטאבילקייט און ערוואקסענקייט איז זיי מכריע צו זיין פאר טראמפ צו נישט

ביי מיר איז יעדער גוי טמא און א ליגנער און א גנב און אזוי ווייטער איך בין א איד און א פרעזידענט איז נישט איינער אויף וועם איך קוק ארויף ווי אזוי זיך אויפצופירן און זיך אפלערנען פון אים איך שטיץ נישט א פרעזידענט מעסטענדיג זיין יראת שמים און צו ער איז 100% גייסטיג סטאביל דאס גייט מיך בכלל נישט אן

זאל ער זיין גייסטיג אומסטאביל און דער גרעסטער ליגנער פינעם יאר הינדערט און א טאטאלער פארריקטער טויטער משוגענער איך פערזענליך האלט אז טראמפ איז א גרויסע נארסעסיסט אבער פארוואס אין די וועלט זאך מיך דאס אנגיין?
עז לאנג ער טוט וואס איך האלט איז גוט פאר מיך און פאר אידישקייט און דאס לאנד

זעט אויס און וואשינגטאן קענען נאר אומסטאבילע אויפטיען

למעשה האט ער דעליווערט וואס ער האט דעליווערט און אהיימגעברענגט אפאר אידן פון תפיסה ארייגעשטעלט אפאר שטארק קאננסעטוואטיווע ריכטער איבעראל אין בפרט אינעם סופרים קאורט וואס קענען שטארק באהילפיג זיין פאר רעליגיע און פריוואטע מוסדות

און נניח אז טראמפ האט גארנישט דעליווערט וואלט איך אים יעצט נאך אלס געשטיצט פשוט ווייל ביי מיר זענען די לינקע דעמאקראטן מיט זייער אגענדעס (נישט ביידען אליינס טאקע אבער יא די וואס גייען דיקדעיטן ביידען) נאך מער אומסטאביל און גייסטיג פאריקט
לעצט פאראכטן דורך שׁעמעדיגער אום דינסטאג אוקטובער 20, 2020 1:06 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בלי לחץ, ברעחדך קאפ, ווי מיינסטו גייסטו, להודיע, סטיטשינער, פארטראכטער, צדיק בן צדיק, שטיין און 17 געסט