אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:36 am

צל עובר האט געשריבן:
קענטאקי האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:א שווארצער וואס שטימט פאר טראמפ, איז א פאררעטער פאר די שווארצע קאמיוניטי, דאס איז לפענ"ד דער מציאות.


א היימישער איד וואס וואוט פאר ביידען איז לפענ"ד א פאררעטער צו זיין קאמיוניטי...


הייסט דו וועסט דיקטירן די שווארצע פאר וועמען צו שטימען

און אויב גלייכט ער ענדערש טראמפ'ס פאליסיס ווי ביידען'ס רחמנות, איז ער א פאררעטער צו די שווארצע געזעלשאפט..
און דעמאקראטן זענען די וועלכע קעמפן פאר יומען רייטס

די ראסיסטן זענען רעפאליקאנער, דאס איז דער פאקט.

די דעמאקראטן פרובירן צו געווינען מיט די מינאריטעט שטימע, און די רעפאבליקאנער פרובירן צו געווינען מיט די ווייסע קוואסי ראסיסטישע שטימע. דאס איז דער פאקט.

ווי געשריבן וועל איך שטימען פאר טראמפ אויב ווערט ער אינדארסט.

----------

און ניטאמאל איז טראמפס פוינט בנוגע בלויע שטאטן אמת.
Trump is wrong:

More than 90,000 deaths have occurred in red states. If that were the U.S. total, we would have seen the second-most number of deaths globally, trailing only Brazil.

The U.S. would still be responsible for 11% of global deaths. https://t.co/0qjZKCea4y

הרב צל, פאקטן??? אלטערניטיוו פעקטס עט בעסט!!
די גרעסטע ראסיסטן אין די אמעריקאנע היסטאריע זענען געוועהן דעמס, זוך אביסל די זשים קראו היסטערי און קוק נאך פארטי אפיליעשאן. די רעפאבליקענס זענען גאר געוועהן די אנטי ראסיסטן אנגהויבן מיט לינקאלן.

יעצט, פ״וו טאקע איז געלונגן פאר די דעמס אזאנס צו באשמירן די ריפאבס מיט די ראסיסם לעיבל?
איינס, אז מזאגט א ליגנט גענוג לאנג גלייבט מען עס, אז זיי לויפן ארום יעדע פיר יאר זאגען פאר די שווארצע אז עטס זענטס פון אונזערע, מ׳דארף ענק געבען רעפערעישאנס וכו וכו מיט נאך שטותים (הנקרא בשם הכולל פענדארינג), אפילו די דעמס האבן דערווייל ״גארנישט״ דעליווערט פאר זיי, נאך מער, רוב מיינאריטי סיטיס זענען געפירט ביי דעמס און ס׳איז א דיזעסטער.
צוויי, דעיס איז א לאנגע שמועס, בקיצור, ס׳איז דא עקסטרעמיסטן כמו ווייט סופרעמעסיסטס וכדו וואס שטיצן די רעפאבס ווייל די עקסטרעמיסטן אין אלע דורות האבען זיך פארשטעלט אונטער די בייבעל וכדו, ע״כ, וויבאלד די רעפאבס זענען גאנץ גלויביג אדער עכ״פ זייער וועלקאמינג פאר ריליגיע, פילן זיך דיע עקסטרעמע חברה באקוועם, אבער די רעגולער ריפאבליקען האט בכלל גארנישט מיט דיע עקסטרעמיסטן, נאר אדרבה זיי זענען אסאך מער פארגונערס ווען ס׳קומט צו די איידיע פון לאזן מענטשן טוהן ווי ער אליין פארשטייט. נישט נאר דעיס, נאר ווען סטיוו קינג האט געזאגט עפעס וואס גרעיני צו זיך נאר מיט ראסיזם האט מען איהם געטראסקעט פון אלע קאמיטיס.

ווען מ׳קומט צו די לינקע איז אנדענייעבלי דא א שטארקע עלעמענט פון אנטי-סעמאטיזם אין די מעין סטריעם, איך רעד שוין נישט ווען אומאר האט גערעדט גראבע אנטיסעמיטיזם ואין פוצה פה ומצפצף, איך רעד פון דעי טו דעי פאליסיס ביי די דעמס צו ס׳איז אנטי ציונים/פרא אראבער, צו ס׳איז געוועהן ביי קאוויד ווען אפילו די ״חסידי א״ע״ פון די לינקע האבן געטארגעט די אידן בעת וואס די אלגעמיינע באפעלקערונג האט אסאך מער פארלעצט, די פאקט איז אז אונז ציטירען פון די לינקע בזמננו זייער שטארק.

אדרבה ווייז מיר קאנקריט עווידענס אז די דעמס זענען פרא מינאריטיס אום אז די ריבאבליקענס זוכן נאר געוואונען מיט די ווייסע.

————

די ריעל פאקט איז אז די ריפאבליקענס לייגן אריין ריזיגע כוחות צו געוואונען מיט מינאריטי וואוטס.

————

ווייטער צו מיין פריערדיגע פוינט, ווען די טוסט קאמפעירען די גרויסע ריפאבליקען שטאטען וואס לאמיר זאגען זיי האבן געהאט 90k טויטע (מסתם א באוגעס נאמבער ווי יעדער ווייסט אז אסאך אינטערעסן האבן מאניפילירט די טויט נאמבערס פאר עטליכע סיבות) צו בראזיל וכו, איז עס א דזשאוק, כמעט גאנץ יוראפ קאמביינד האט נישט די פאפולאציע פון די רויטע שטאטן. אז די זוכט א סאונד בייט, גאו אהעד, אבער פאקטן?!? פליז!!
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

ס׳וועט זיין בעסער
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 11:58 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ס׳וועט זיין בעסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:43 am

יש ברירה האט געשריבן:
ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:נאו ריספאנס נידעד.
אבער דאך.

יעדער וואס האלט מיט אביסל זעהט א ריזיגע חילוק.
טראמפ מאכט קנאקעדיגע פוינטס למשל אז מיליאנען מענטשן זענען געשטארבן וועגן נערישע קאנפליקטן אין די מידל איסט, האט ער בטעות געזאגט אז מיליאנען אמעריקאנער אנשטאט מיליאנען מענטשן אינקלאדינג אמעריקאנע, ווא ווי, האסט אים געכאפט.

משא״כ ביידען וואס אויסער זיינע דעילי העריס-ביידען געפס, קען ער זיך נעמען רעדען אזאנע הוילע שטותים ווי למשל ...(זאכן וואס איז נישט אפראופריעט)....
אדער זאגן אז שווארצע וואס וואוטען נישט פאר אים זענען נישט שווארץ,
זיך נעמען רעדן וועגן ספאגעטי סאוס וואס א פרוי פושט מיט פורקליפט,
ווען ער האט געזאגט עפעס אז וועטעראנען קענען אפילו ארבייטען אין די צווייטע שטאק פון א דיפארטעמענט סטור,
ווען ער סטאפט אין מיטן א סענטענס ווען ער האט נאך נישט געמאכט קיין שום פוינט,
אז ער דארף ליינען אלע תירוצים פון א פראמטער,
ווען ער געט א דרשה דארף מען מאכן די ווערטער אין די פראמטער גרויס קליין רויט וכו אז ער זאלן וויסן ווען צו שרייען ווייסען לאכען וכו,

דער איז שוין נישט דא, זיינע לייטס זענען שוין אויסגעלאשן.

די פאקט אליינס אז מ׳מאכט א #מיליאןביליאן פון יעדע נערישע ווארט וואס טראמפ זאגט ווייזט ווי דעספערעט די דעמס זענען ווייל זיי ווייסען אז זייער פיק איז נישט ביינונז.

יעצט נעם דאס אלעס צוזאם (עטליכע דערפון וועלכע זענען נארמאלע סטעיטמענטס, גראדע. המממ.... זאל איך ברענגען די קאנטעקסט פון די קוואטס וואס דו ברענגסט? נעה, עס וועט נישט אויסמאכן) און לייג עס אויף איין זייט וואגשאל.

אויף די אנדערע זייט לייג דאס
“And then I see the disinfectant, that knocks it out in a minute, one minute,” he said at Thursday night’s televised news briefing. “Is there a way we can do something like that, by injection, inside, or almost a cleaning.” Because the coronavirus “does a tremendous number on the lungs,” he went on to say, “it would be interesting to check that.” He added his usual disclaimer, “I’m not a doctor,” but assured viewers that “I’m, like, a person that has a good you-know-what.”


אויב דו ווילסט פארמעסטן די שטותים צווישן די ביידע וועט די פארמעסט זיין פיל גרינגער... כ'האב געמיינט אז די רולס פון די געים איז צו איבערצייגן אז יענער קאלעכט...

עקסעקטלי, איך דיספיוט נישט אז טראמפ רעדט שטותים, קען אפילו זיין אז ער רעדט מער שטותים. די פוינט איז אז ביידען רעדט נישט צו די זאך, איין זאץ קלעבט נישט מיטן צווייטן, ער ווייסט ניטאמאל פון וואס צו וואס פאר וואס ער רעדט, ער איז נישט דאהי.
ס׳שוין געוועהן גוט, ס׳שוין געוועהן בעסער, ס׳וועט זיין נאך בעסער.

פוילער
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:46 am

צל עובר האט געשריבן:א שווארצער וואס שטימט פאר טראמפ, איז א פאררעטער פאר די שווארצע קאמיוניטי, דאס איז לפענ"ד דער מציאות.

וואס????? איך ליין גוט? א שווארצער האט נישט קיין רעכט צו האבן זיין אייגענע מיינונג???? א מין פאדרייטע קאפ דאס.

פאר אט די סטעיטמענט האס איך די דעמאקראטן שכח פארן עס אזוי קלאר ארויסברענגען.
לעצט פאראכטן דורך פוילער אום דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:50 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נעה
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2020 2:23 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נעה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:49 am

געב א קוק טראמפס פרענד קעניא וועסט גייט אפילו נישט שטימען פאר עם טאקע צוליב דעם
ער לויפט דאך פאר א סיבה

#האקט
נעה, די מיינסט טאקע אז איך האלט אזוי?!?!

פוילער
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פוילער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 12:54 am

צל עובר האט געשריבן:וועגן דעם טאקע איז עס א געף, אזוי ווי עס מאכט נישט קיין סענס אזוי צו רעדן.

א אינהאלטסרייכע ארטיקל אין 538 איבער די רעפאבליקאנער סטראטעגיע פון געווינען דורך די אנטי שווארצע וואויט.

The Republican choice: https://t.co/XvTqlygNzm

אז עס מאכט נישט קיין סענס, פארוואס איז ער א פארעטער?
די זאגסט דאך אליין אז עס מאכט נישט קיין סענס!

איי דאונט קער און וועלעכע פארטיי סדא מער ראסיסטן, דיע מין אויסדריק אז א מענטש קען נישט האבן זיין אייגענע אפיניען און מאכן דעסיזענש פאר זיך און אים גאר רופן ״פארעטער״ דעס איז נישט צום פארשטיין.
ממש איך קען מיר נישט אריינלייגן און דיין קאפ און דיין וועג פון טראכטן.

קום מיר נישט יעצט מיט קיין תורות געף שמעף זיי מיר מסביר פארוואס ער איז א פארעטער?
בד״וו א שווארצער קען אויך זיין א ראסיסט.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:33 am

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:עקסעקטלי, איך דיספיוט נישט אז טראמפ רעדט שטותים, קען אפילו זיין אז ער רעדט מער שטותים. די פוינט איז אז ביידען רעדט נישט צו די זאך, איין זאץ קלעבט נישט מיטן צווייטן, ער ווייסט ניטאמאל פון וואס צו וואס פאר וואס ער רעדט, ער איז נישט דאהי.

דאס איז פארשטייט זיך דיין מיינונג און אבזערוואציע. וואס טוט זיך אבער ווען טראמפ רעדט פשוט נישט צו די זאך? ווען ער זאגט [בלויז זאכן פון נעכטן נאכט] מיליאנען געהרגעט אין איראק, ווען ער זאגט הערד מענטעליטי, אדער ווען איינער שטעלט זיך פאר אלץ די טאכטער פון איינעם וואס איז געשטארבן פון יענע מעשה ענטפערט ער וועגן קאוויד, ווען ער באשולדיגט ביידען און נישט דורכפירן א נאציאנאלע מאנדאט. דאס איז אלעס אטאמאטיש אין די שטותים קאטאגאריע... נישט אז ער ווייסט נישט וואס פליט, נאר ער רעדט שטותים....

אגב, וואס איז טאקע פשט אז ער גיסט אזויפיל שטותים? איז שייך צו שפעקולירן אז ער איז גאר א טיפיש?...

נפשי חמדה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2020 4:50 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נפשי חמדה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:38 am

פוילער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:א שווארצער וואס שטימט פאר טראמפ, איז א פאררעטער פאר די שווארצע קאמיוניטי, דאס איז לפענ"ד דער מציאות.

:roll: :roll:

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 1:43 am

ס׳וועט זיין בעסער האט געשריבן:ווייטער צו מיין פריערדיגע פוינט, ווען די טוסט קאמפעירען די גרויסע ריפאבליקען שטאטען וואס לאמיר זאגען זיי האבן געהאט 90k טויטע (מסתם א באוגעס נאמבער ווי יעדער ווייסט אז אסאך אינטערעסן האבן מאניפילירט די טויט נאמבערס פאר עטליכע סיבות) צו בראזיל וכו, איז עס א דזשאוק, כמעט גאנץ יוראפ קאמביינד האט נישט די פאפולאציע פון די רויטע שטאטן. אז די זוכט א סאונד בייט, גאו אהעד, אבער פאקטן?!? פליז!!

איך האב אראפגעשלינגען דיין ערשטע טענה אז די דעמעקראטן זענען שטענדיג געווען די ראסיסטן מיט א ראי' פון דזשים קראו ווייל איך ווייס אז דו ווייסט בעסער...

אבער אז דו שרייסט פאקטן,
אין אייראפע וואוינען אסאך מער מענטשן ווי אין גאנץ אמעריקע. אסאך מער. אויסענווייניג (נישט נאכגעקוקט) וואלט איך אויך געזאגט אז עס וואוינען מער מענטשן אין בראזיל ווי אין אלע רויטע שטאטן אינאיינעם.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:14 am

קוק פאליטיקעל טוישט אריזאנע פון טאס-אפ צו גענויגט דעמעקראט.

אויב ביידען געווינט אריזאנע קען ער זיך ערלויבן צו פארלירן מישיגען אדער וויסקאנסין (און בדוחק אפילו פענסילוועניע)...

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:29 am

יש ברירה האט געשריבן:קוק פאליטיקעל טוישט אריזאנע פון טאס-אפ צו גענויגט דעמעקראט.

אויב ביידען געווינט אריזאנע קען ער זיך ערלויבן צו פארלירן מישיגען אדער וויסקאנסין (און בדוחק אפילו פענסילוועניע)...

בדוחק? דעמאלטס איז טראמפ פרעזידענט בדוחק

אויב אלעס אנדערש איז ווי 2016 קען אפילו ביידן געווינען מישיגען וויסקאנסין און אריזאונע אבער אויב טראמפ האט פענסעלוועניע איז ער פרעזידענט

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:32 am

יש ברירה האט געשריבן:קוק פאליטיקעל טוישט אריזאנע פון טאס-אפ צו גענויגט דעמעקראט.

אויב ביידען געווינט אריזאנע קען ער זיך ערלויבן צו פארלירן מישיגען אדער וויסקאנסין (און בדוחק אפילו פענסילוועניע)...


אויב טראמפ פארלירט אריזאנע אבער האלט אהן פענסעלוועניע דארף ער נישט וויסקאנסין און מישיגען. עס איז 269-269 און טראמפ מאכט עס
דאס איז אויב ער האלט אהן מעין 2 און נעברעסקע 2

אויב נעמנט ער צו אדער ניו העמפשיר אדער נעוועדע אדער מינעסאוטע איז ער גוט
צוגעלייגטע
A1DA8BA9-DD14-4522-86E5-45951483F4C6.jpeg
A1DA8BA9-DD14-4522-86E5-45951483F4C6.jpeg (449.3 KiB) געזעהן 309 מאל
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:33 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קוק פאליטיקעל טוישט אריזאנע פון טאס-אפ צו גענויגט דעמעקראט.

אויב ביידען געווינט אריזאנע קען ער זיך ערלויבן צו פארלירן מישיגען אדער וויסקאנסין (און בדוחק אפילו פענסילוועניע)...

בדוחק? דעמאלטס איז טראמפ פרעזידענט בדוחק

אויב אלעס אנדערש איז ווי 2016 קען אפילו ביידן געווינען מישיגען וויסקאנסין און אריזאונע אבער אויב טראמפ האט פענסעלוועניע איז ער פרעזידענט

די בדוחק איז געווען אז ער געווינט נעבראסקא 2

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:34 am

מעין 2 גייט ער אנהאלטן

נעבראסקע 2 איז טאקע בדוחק

די קאץ ארויס פון זאק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2011 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך די קאץ ארויס פון זאק » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:43 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:מעין 2 גייט ער אנהאלטן

נעבראסקע 2 איז טאקע בדוחק


די האסט געענומען א אנקעטע און מעין 2 אז די ווייסט? געבעיסט אויף וואס זאגסטו
keep your words tasteful, you may have to eat them later

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:44 am

שׁעמעדיגער האט געשריבן:מעין 2 גייט ער אנהאלטן

נעבראסקע 2 איז טאקע בדוחק

מעין 2 האט CNN געהאט די וואך ביידען +9, א 16 פונקט שיפט פון 2016

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:49 am

אין די נעכטיגע ראש השנה טעלעפאון קאל מיט אידישע (דזשואיש) פירער האט זיך טראמפ זייער באקלאגט אז ער באקומט צו ווייניג שטיצע פון די אידישע וויילער און די דזשואיש לידערס מוזן שטימען פאר אים אין נאוועמבער און זיכער מאכן אז מער אידן שטימען אר אים.

ער האט געזאדט אז איזראעיל גייט זייער שטארק ליידן אויב ביידען געווינט און ער האט שוין געטון דאר אסאך פאר איזראעיל, ער האט געזאגט ער פארשטייט נישט פארוואס רוב אידן וואוטן אייביג דעקמאקראטיש, איך האב א אידישע איידעם א אידישע טאכטער און הערליכע אידישע אייניקלעך און איך האב זייער אסאך געטון פאר איזראעיל.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:52 am

טראמפ האט אויך געזאגט

We love your country....

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:53 am

קוק פאליטיקעל אנקעטעס

אריזאנע
ביידען 45 (+5)
טראמפ 40

פלארידא
ביידען 43 (+1)
טראמפ 42

נארט קערליינע
ביידען 45 (+2)
טראמפ 42

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:53 am

USA Today

נארט קעראליינע
ביידען 47 (+4)
טראמפ 43

האלצשטיין
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך האלצשטיין » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:54 am

יוטא אנקעטע

טראמפ 53 (+18)
ביידען 35

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 12707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 9:54 am

יעך'בין שוין גרויס האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:קוק פאליטיקעל טוישט אריזאנע פון טאס-אפ צו גענויגט דעמעקראט.

אויב ביידען געווינט אריזאנע קען ער זיך ערלויבן צו פארלירן מישיגען אדער וויסקאנסין (און בדוחק אפילו פענסילוועניע)...


אויב טראמפ פארלירט אריזאנע אבער האלט אהן פענסעלוועניע דארף ער נישט וויסקאנסין און מישיגען. עס איז 269-269 און טראמפ מאכט עס
דאס איז אויב ער האלט אהן מעין 2 און נעברעסקע 2

נעברעסקע 2 גייט צוזאמען מיט אריזאונע, ס'איז א שטיקל כש"כ. אזוי איז אנגענימען.

סאו איינמאל ער האט וויסקאנסין, מישיגען, און אריזאונע פאלט האט ער מיט נעברעסקא 2 270.

נאר וואס דען, לדעתי געווינט ער נישט אריזאונע אן פענסילוועניע, עס איז נאך אלץ בלויער ווי אריזאונע, שוין מיט אלע דעמאגראפישע טוישונגען.

שׁעמעדיגער
שר האלף
תגובות: 1254
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שׁעמעדיגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:00 am

די קאץ ארויס פון זאק האט געשריבן:
שׁעמעדיגער האט געשריבן:מעין 2 גייט ער אנהאלטן

נעבראסקע 2 איז טאקע בדוחק


די האסט געענומען א אנקעטע און מעין 2 אז די ווייסט? געבעיסט אויף וואס זאגסטו

אויף נעברעסקא ווילסטו אויך וויסן אויף וואס סאיז געבעיסט?

געבעיסט אז אפילו 538 געבט דארט א %58 טשענס פאר טראמפ דאס איז שטערקער ווי זיי געבן אים און כמעט אלע סווינג סטעיטס

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9736
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:06 am

כאפצעם האט געשריבן:נעברעסקע 2 גייט צוזאמען מיט אריזאונע, ס'איז א שטיקל כש"כ. אזוי איז אנגענימען.

סאו איינמאל ער האט וויסקאנסין, מישיגען, און אריזאונע פאלט האט ער מיט נעברעסקא 2 270.

נאר וואס דען, לדעתי געווינט ער נישט אריזאונע אן פענסילוועניע, עס איז נאך אלץ בלויער ווי אריזאונע, שוין מיט אלע דעמאגראפישע טוישונגען.

עס איז דא א סברה צו זאגן אז אריזאנע האט אנדערע ספעציפישע וועריבעלס וואס שפילן גוט פאר ביידען. אויך די סענאט פארמעסט קען אים העלפן.

אלפים ועשרים
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 9:36 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אלפים ועשרים » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:24 am

איך וואלט געזאגט אז די וואס ווילן חלומ'ן פון עפעס שטארק פאר טראמפ זאלן חלומ'ן פון דאס:

Screenshot 2020-09-17 101127.png
Screenshot 2020-09-17 101127.png (90.16 KiB) געזעהן 135 מאל

ווייל אין מיין בוק זענען די אלע סטעיטס וואס זענען דא געפארבט בלוי מער ווייניגער פארזיכערט פאר ביידענ'ען.
אוועקמאכן איינעם וואס האט געלייגט די שאנסן פון א קלינטאן געווינס ביי 85-90% נאר ווייל זי האט פארלוירן.

=

אוועקמאכן א קאלקולעיטאר וואס געבט אן 85-90% שאנס אז כאטש איינס פון איינעמ'ס דריי קינדער זאל זיין א בן זכר ווייל מענטשן האבן דריי מיידלעך אין א רייע.

אוועטאר
יעך'בין שוין גרויס
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2011 10:01 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יעך'בין שוין גרויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 17, 2020 10:24 am

האלצשטיין האט געשריבן:USA Today

נארט קעראליינע
ביידען 47 (+4)
טראמפ 43

NORTH CAROLINA
Biden 46% (+3)
Trump 43%
Jorgensen 5%
Hawkins 0%
Blankenship 0%
.
Head-2-Head
Biden 47% +4)
Trump 43%

@Suffolk_U/@USATODAY, LV, 9/11-14
אם אין אני לי מי לי, וכשאני לעצמי מה אני, ואם לא עכשיו אימתי


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: PetalBot, Porfavor, Tevye, הויעך, שכל טוב און 38 געסט