אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:28 am

די דעמאקראטישע פעק פריאריטי יו עס עי זאגט אז זיי פלאנען צו שפענדן 100 מיליאן דאלער דעם יאר און אנהויב קומענדיגע יאר אין די שטאטן פלארידא, וויסקאנסין, פענסילוועניע און אין מישיגען

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:24 pm

פארוואס אין די שטעט און נישט אין קאליפארניע? די עיקר איז נישט די פאפולערע וואוטס?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:30 pm

ווייל דארט האבן זיי שוין געמעקסט סאפורט, די דעמאקראטן האבן דארט בדרך כלל נישט געמיעט אין 2018 קלינטאן'ס נאמבערס.

משא"כ די פאפעלער וואויט רייכע גרויסע שטאטן וואס ער שרייבט.

ניו יארק איז יא א קשיא, לויט די פאפאלער וואויט סברה, ווייל דא איז טראמפ געווען רעלאטיוו שטארק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:32 pm

און אהייאו?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21707
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:33 pm

איי געסס אז די עיקר פארמעסט איז אויף אילעקטארל וואוטס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 12:37 pm

דארט קען זיין האלטן זיי אז עס איז א שאד יעדע פעני, ווייל עס איז גוט פארטראמפט.

דאס איז שטייצעך בלויז פאר די דזשאוק פון דעם, אודאי איז זייער ציל צו געווינען די עלעקטארעל קאלידזש.

אבער בעצם איז זייער שווער פאר א רעפאבליקאנער צו געווינען די פאפעלער וואויט אוב ער געווינט נישט טעקסאס מיט די מיטעלע צענער נומערן. און קוועטש בלויז אויס א זיג אין דזשארדזשיע און אריזאנע.

----------

@וויכטיג מאכער האקט......
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6843
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 9:16 am

קווינעפיעק - טעקסעס!

Trump 47, Biden 46
Trump 47, Sanders 45 :shock:
Trump 47, O’Rourke 46
Trump 46, Castro 41
Trump 48, Harris 41
Trump 48, Warren 41

אגב,
Cornyn 46, O’Rourke 46

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 9:23 am

אראורק האט שוין געמאלדן ער לויפט נישט פאר סענאט (וועט מעלדן זיין פרעזידענט קאנדידאטור בקרוב)

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:19 pm

ער קען נאך קומען צום שכל ווי רוביא.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 236
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:15 pm

אויף פאקס נאוז האבעך פריער געהערט עימעצן שפעקעלירן ביידען וועט נעמען בעטא אויף זיין טיקעט, יענער לייגט עס אראפ אז דאס וועט זיין גאר שלעכט פאר טראמפ, ווייל ביידען אפאלירט סיי צו די מער מעסיגע און די עסטעבלעשמענט דעמעקרעטס, און בעטא פיקט אויף די פראגרעסיוו׳ס.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:19 pm

אבער עס וועט זיין זייער שווער צו נעמען צוויי ווייסע מענער.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:37 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:איי געסס אז די עיקר פארמעסט איז אויף אילעקטארל וואוטס...


אלא מאי, האט דער עולם געוואלט טראמפ ווייל ער האט דאך געוואנען די עלאקטארעל וואוטס...
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:40 pm

יש ברירה האט געשריבן:קווינעפיעק - טעקסעס!

Trump 47, Biden 46
Trump 47, Sanders 45 :shock: די רויטע קאמוניסטישע טעקסאס...
Trump 47, O’Rourke 46
Trump 46, Castro 41
Trump 48, Harris 41
Trump 48, Warren 41

אגב,
Cornyn 46, O’Rourke 46
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:28 am

די אמעריקא ערשט סופערפעק איז ווי די פארבינדונגס קערפערשאפט צווישן די טראמפ 2020 למס' ווידערערוויילונג קאמפיין און די רעפובליקאנע נאציאנאלע קאמיטע
רעפובליקאנער ווערן מער באזארגט איבער די אפעקטיווע ראלע וואס די פעק האט געזאלט פירן אינעם אונטערנעמונג ווידער צו ערוועלן טראמפ
די פעק איז שוין פון לאנג אויף א זוך מיסיע צו געפונען א פאסיגע קאנדידאט וועלכע זאל שטייצן אין שפיץ פון אירע אונטערנעמונגען בעיקר אויפן פאנדרעזינג געביט ווי זייי זוכן איינעם וועלכע האט פ]ארבינדונגען מיט שיפע טאשן ביישטייערער וועלכע זאל קענען אויפטרייבן פון 3 ביז 4 הונדערט אלפים אבער ביזדערווייל איז די פאזיציע ליידיג
איינע פון די נעמען איז געווען ראבערט קרעפט וועלכע איז אן אפטע מאר-א-לאגא באזוכער און טראמפ פריינט אבער איז געווארן פארוויקלט אין סקאנדאלן
א צווייטן אויף וועם מען האט געהאלטן אן אויג איז קעלי קרעפט אבער זי איז נארוואס נאמינירט געווארן צו סערווירן אלץ יו ען אמבאסאדארין
אנדערע פאטענציאלע קאנדידאטן זענען געווען ניק עיערס און ראבערט דזשאנסאן וועלכע איז אבער דערווייל אין ענדלאנד אלץ אמעריקאס ארטיגע אמבאסאדאר

אוועטאר
אימפעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:51 am

בענען זאגט דאך פאראויס א מאסיווע טראמפ זיג.
בוידעם: אלזא, איך האב אים אינטערגעשאצט, ער האט מיר זייער איבעראשט.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11025
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג מארטש 01, 2019 2:34 pm

אימפעט האט געשריבן:בענען זאגט דאך פאראויס א מאסיווע טראמפ זיג.

אזוי ווי ער'ט פארגעזאגט אין 2018.

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש מארטש 02, 2019 9:58 pm

די קאטש נעטווארק מעלדט אז זייער גרופע וועט נישט אויסגעבן קיין רויטן צענט אין די פריימעריס אדער אין די אלגעמיינע וואלן און נישט זיין פארמישט דערין

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6161
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג מארטש 03, 2019 1:23 pm

צוליב די טאריפס?
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מארטש 03, 2019 10:10 pm

טראמפ איז שוואכער קעגן די דעמאקראטן, סיי קעגן די וואס האבן נעים רעקאגנישן, סיי קעגן א דזשענעריק דעמאקראט, אין אפאר אנקעטעס, ווי זיין עפראוועל רעיט אין יענע אנקעטעס.

זאת אומרת, אז טראמפ וועט בלויז געווינען אויב זיין עפראוועל וועט היפש ארויפגיין, אדער דער דעמאקראט וועט זיין טאקסיק, אדער טראמפ וועט באווייזן יענעם צו פארבן אלס אזא איינעם, און עס וועט זיין א רעפערענדום ווער עס איז ערגער. דוגמת 2016.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

מאניש בנבנשתי
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » זונטאג מארטש 03, 2019 10:21 pm

צל עובר האט געשריבן:אבער עס וועט זיין זייער שווער צו נעמען צוויי ווייסע מענער.


אלץ די מענער חלק וועט מען צו ווארטן ביז זיי וועלן מחליט זיין אויב זיי ווילן זיך אידענטיפיצירן אלץ מענער, עס אומפאראנטווארטליך פון דיין זייט ארויסצושטעלן אז זיי זענען מענער בעפאר זיי האבן דאס נישט אפיציעל באשטעטיגט, אונזער דעמאקראטישע פארטיי וועט נישט טאלערירן קיין דיסקרימינאציע און שנאה קעגן די וואס ווילן זיך אליין אינדענטיפיצירן.

אלץ די ווייסע חלק, עס איז אין פלאן אריינצוגעבן די די ענד אי פון ביידע, ווילאנג עס קומט צוריק מיט 1/1024 פראצענט פון אפריקע, דארף נישט זיין קיין פראבלעם.
המגיד מקיטוב

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 06, 2019 9:30 am

לויט א פרישע אנקעטע ווילן בלויז 40% פלארידאנער זעהן טראמפ ווידערערוועלט צו 53% וואס ווילן נישט

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:08 am

עס האט זייער ווייניג מענטשן. דעסאנטיס עפראועל איז טאקע הויעך, אבער נידעריגער ווי אנדערע אנקעטעס ווי עס איז נאך העכער. איי פארווס מאכט קאפאטע אזא מצב דערפון? ווייסעך נישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הכל הבל
שר ששת אלפים
תגובות: 6669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מארטש 06, 2019 11:18 am

צל עובר האט געשריבן:עס האט זייער ווייניג מענטשן. דעסאנטיס עפראועל איז טאקע הויעך, אבער נידעריגער ווי אנדערע אנקעטעס ווי עס איז נאך העכער. איי פארווס מאכט קאפאטע אזא מצב דערפון? ווייסעך נישט.

די חידוש איז מיט דסאנטיס וועלכע האט שטארקע רעיטינגס אין אלע אנקעטעס נאך אזא היציגע פארמעסט

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מארטש 06, 2019 1:01 pm

יא, בעלאנגט נישט אין דעם אשכול, אבער אפילו זיינע שטיצער האבן אים געשטיצט אלס געטרייער טראמפיסט, קיינער האט נישט גע'חלום'ט אז ער טויגט באמת אזוי גוט. פארפאלן, דעסאנטיס איז א גוטער גאווערנאר.

איך מיין אז וועגן דעם האט רוביא בעסערע ראטעס פון סקאט, די ערשטע מאל אין יארן, ווייל אין שאטן פון דעסאנטיס צייגט סקאט שוואך.

קאן זיין אז עס בעלאנגט יא דא, ווייל ער וועט קענען פעסט קאמפיינען און זיין א פעסטע עסעט פאר טראמפ דארט אין 2020.

בד"וו, די אנקעטע וואס ווייזט אז טראמפ איז שוואך אין פלארידע איז בעצם אויך א אוטלייער קעגן די פריערדיגע אנקעטעס דארט, חוץ די אנדערע חסרונות פון די אנקעטע וואס איך שרייב פריער, סוי ווילאנג אנדערע אנקעטעס ווייזן נישט אויך אזוי, איז עס ממש גארנישט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מיטוואך מארטש 06, 2019 1:11 pm

זייער אינטערעסאנט ער האט קוים ארויסגעקוועטשט א זיג און שוין האט ער אזא הויכע רעיטינג, אויב האלט דאס אן וועט ער טאקע זיין א עססעט פאר טראמפ אין 20


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Volunteer, בשבילי נברא, טשיינע רב, רעסטאראנט, שרייזשע און 40 געסט