אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:54 pm

יעצט זעה איך אז די עדווענטידזש אין יוסטאן איז נישט געווען אזוי גרויס ווי איך האב געמיינט עס איז בלויז אזוי, אין דאלאס האט אבאמע געווינען מיט 15 קלינטאן 26 בעטא 33, יוסטאן אבאמע 0.5 קלינטאן 12 בעטא 17.

עכ"פ די טרענד אין סאבורבען טעקסאס איז שרעקעדיג פאר די GOP.

גאנץ טעקסאס איז געגאנגען פון ראמני 16 טראמפ 9 קרוז 2.6.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:58 pm

צל עובר האט געשריבן:אין טעקסאס איז באמת געשען א ערדציטערניש, 6 לאנגיעריגע פאפעלער אינקאמבענטס אן קיין נארמאלע קעגנער האבן קוים געווינען, איך מיין אז די דעמאקרעטס ווען פרובירן אויפפיקן דארט סיעטס פאר 2020, בד"וו, 2020 גייט זיין די ערשטע מאל אין א לאנגע צייט וואס אלע דריי זאכן, פרעזידענט קאנגרעס אאון סענאט וועלן זיין קאמפעטעטיוו.

Finally
דו הייבסט שוין אן כאפן וואס דא איז פארגעקומען!
מענטשן זענען קורצזיכטיג, מען קוקט אויף די העדליין, ארורק האט פארלוירן, = דורכפאל
אפילו דאס אליינס אז טעקסעס איז נאנט אין א וועיוו יאר איז א חידוש, קאליפארניע, ניו יארק, זענען נישט נאנט אין א רעפובליקאנער וועיוו יאר, און נאכאמאל, עס איז נישט די בעטא פארמעסט, דאס קען מען זאגן איז אן אויסנאם, עס איז די דעמאקראטישע שטארקקייט אלל אווער די סטעיט

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:53 pm

דער עולם כאפט נישט עד היכן הדברים מגיעין, טעקסאס 38 און דזשארדזשיע 16 זענען פשוט געווען די צוויי גרעסטע רילייעבל רויטע סטעיטס, זיי ברויכן צו זיין קעגן קאליפארניע 53, די נעקסטע עכט רויטע סטעיט אין די רייע זענען טענעסי מיט 11 עלעקטארעלס, און היינט שוין אויך אינדיענע 11 מיזורי 11.

אין די געוועזענע סווינג היינט לייקלי סטעיטס איז אהייא מיט די אכצן עלעקטארעלס איז ניטאמאל גענוג פאר ווירדזשיניע 13 קאלעראדא 9 נעוועדע 6.

בד"וו, די דריי אינדיענע מיזורי טענעסי, זענען טאקע די סטעיטס וואס עס איז געלונגען פאר טראמפ צו געווינען פאריגע וואך, אבער אין קיין איינס נישט מיט די ריעל פראצענט מארדזשינס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 2:53 pm

סורוועי מאנקי האט ארויסגעגעבן א אנקעטע, אויב איינער קען ביטע ברענגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:40 pm

קודם כל טעקסאס איז נישט אזוי רויט ווי נוי יארק בלוי

און נאכדעים בעטא ארורק איז געווען א אויסעגעווענליכע שטארקע קאנדידאט ובנוסף איז ער געווארן די סטאר פון די דעמאקראטישע פארטיי

אלענפאלס די טענות זענען דאך סיי ווי נאריש

ווייל דא איז ער געווען קאנצעטרירט אין איין סטעיט אבער דער קומענדיגער פרעזידענט קאנדידאט קען נישט זיין קאנצעטרירט נאר אויף טעקסאס און אויב אין א צייט ווען דער פרעזידענט האט עפנטליך קאמפעינט אקייגען די קאראוואן וואס דעס האט געהאלפן די דעמאקראטן אין אריזאנע (אויב) האט מען ניט געקענט ארויסציען די לאטינאס אין טעקסאס (אויב) דאן האט טראמפ געהעריג א גרינגע וועג אין טעקסאס

און אזוי קענסטו צולייגן יעדע סטעיט

עניוועי דאמירן בעלמא

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:54 pm

אין פרעזידענטליכע וואלן, א שטייגער 2016 שטימען די לאטינאס אין טעקסאס אסאך שטערקער.

צווייטנס דאס איז טאקע די פראבלעם אז טעקסאס איז נישט אזוי רויט.

דאס איז געווען קלאר נאך פאר די סייקל אז די דעמאגרעפיגס אין טעקסאס טרענדן בלוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:55 pm

צל עובר האט געשריבן:סורוועי מאנקי האט ארויסגעגעבן א אנקעטע, אויב איינער קען ביטע ברענגן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 3:57 pm

די זאכן וואס זענען קלאר איז געבעיסט אויף סאמטינג אדער בלויז קלאר ?

וועגן די לאטינאס אויב קומען זיי ארויס אין פרעזידענט וואל יאר זענען זיי דאך ארויסגעקומען אין 2016 אויך און טראמפ האט עס געווינען

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:05 pm

ווען איך וועל האבן נערווען וועל איך פרובירן צו שרייבן די טרענד פון טעקסאס.

טראמפ האט טאקע געווינען טעקסאס מיט נישטיגע 9%, קעגן 16 פאר ראמני.

ווי אזוי מיינסטו האט טראמפ געווינען אזוי שטארק די עלעקטארעל קאלידזש ווען ער האט פארלוירן אזוי ברייט די פאפעלער וואויט?

זייער פשוט ער האט אויסגעקוועטש א זיג אין די גרעסטע רעפאבליקאנער סטעיטס, טעקסאס 38 9% דזשארדזשיע 16 6% אריזאנע 11 3.6%.

ענד איף יו וואנט טו קנאו, מען רעכנט אז ווען די לאטינאס שטיצן בעטא [קעגן דעם לאטינא קרוז] מיט די טורנאוט און פראצענט וואס זיי האבן געשטיצט הילערי, [וואס פשטות וועט אזוי זיין פארן דעמאקראט אין 2020] איז די רעיס ממש דאון טו די ווייער, נאך פאר די דעמאגרעפיגס שיפט פון די קומענדיגע צוויי יאר.

למיר שרייבן אין איין שורה וואס די מעשה איז, די לאטינאס ווערן אכצן יעדע יאר מער און מער, און די עיקר וואוקס פון די שנעל וואקסענריגע טעקסאס איז אין סיטי'ס און סאבורב'ס וואס זענען שוין, און ווערן מער און מער בלוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

שליו ודגים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 424
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

תגובהדורך שליו ודגים » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:17 pm

ווייטער מיט זאכן וואס מ'שאצט ס'וואלט

ס'דארף צו הייסן אז פון די 250000000 רעזשיסטערס וואויטערס אין אמעריקא זענען דעמאקראטן אין יעדע שטאט מער ווי די רעפאליקענס האסטו דאך א פשוטע חשבון ווי אזוי די דעמאראטן דארפן נאר געווינען פון היינט און ווייטער

דער מציאות איז אבער דערווייל נישט אזוי

ובנוסף צו יעדע ארגיומענט וואס ווערט אהערגעשטעלט איז דא א מציאותדיגע (נישט חשבונותדיג) הוכחה אנדערש

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:29 pm

נעיט סילווער שרייבט וואס זענען יעצט די וויכטיגסטע סטעיטס פאר 2020 לפי עניית דעתו.

ערשטע טייער, פענסילוועניע 20 מישיגען 16 פלארידע 29 וויסקאונסען 10.

צווייטע טייער, נארט קארעליינע 15 אריזאנע 11 נעוואדע 6 מינעסאוטע 10 ניו העמשיר 4.

צוויי א האלבטע טייער, ער זאגט אז עס ווענד זיך אין אסאך זאכן, קען זיין למעשה סאך העכער אדער נידעריגער, טעקסאס 38.

דריטע טייער, קאלעראדאו 9 ווירדזשיניע 13 אהייא 18 אייאווע 6 מעין2 1 נעברעסקע2 1.

טראמפ האט אן די אלע סטעיטס, 141, דער דעמאקרעט האט אן די אלע סטעיטס, 190.

וויכטיג מיינט נישט סווינג, מעין צוויי האט נאך אזא טשענס צו גיין ביידע וועגן ווי מינעסאטע, אדער אפילו פלארידע, עס איז לכאורה עכט אין מיטן אוו דע ראוד, נאר וואס דען, עס איז בלויז איין עלעקטארעל, די זעלבע למשל מישיגען, עס איז מסתמא לאוו דוקא סווינג, אבער עס גייט האבן א גרויסע חלק אין קרוינען דעם עווענטועלן געווינער.

עס איז מיר יעצט איינגעפאלן א גוטע משל, וויכטיג מאכער איז נישט סווינג, אבער זייער וויכטיג.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג נובעמבער 13, 2018 4:33 pm

אין טעקסאס איז א פאקט אז די דעמאקרעטס נעמען איבער שטאט נאך שטאט, סאבורבען קאוטי נאך סובערבן קאונטי, בלויער און בלויער, נישט קיין חשבונות, א מציאות.

שטעל די פאר מען נעמט NYC און מען לייגט עס אריין אין טעקסאס, דאס האלט אינמיטן געשען.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:44 am

צל עובר האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:טעקסעס האט ארויסגעברענגט די מערסטע דעמעקראטן וואס איז שייך, מיט א סאליד קאנדידאט אין א "מידטוירם" וואס איז אנטי אינקאמבענט! און נישט פארגעסן, אראוקאו האט געהאט אנבעליוועבל אסאך פאנדס, און געדארפט ספענדן אין בלויז 1 סטעיט!

איך גלייב נישט אז סיי ווער זאל היינט פרעדיקטן טעקסעס בלוי אין 2020... אלעס קען געשעהן, ניו יארק קען זיין רויט... אבער צו מאכן אזא מעפ דארף מען ארויסמופן פון רעאלעטי...

עס איז נישט ממש אזוי, ווען ארורק האט טוירנאוט און מארדזשינס ביי די לאטינאס פון קלינטאן 2016 איז עס ממש 50-50.

קרוז איז א לאטינא און זיי קומען נישט ארויס געהעריג אין קיין מידטערם, און אין זייערע קאונטיס איז יעצט טאקע געווען שוואכע טוירנאוט.



ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט?
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:49 am

אין כל חדש האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:אין טעקסאס איז באמת געשען א ערדציטערניש, 6 לאנגיעריגע פאפעלער אינקאמבענטס אן קיין נארמאלע קעגנער האבן קוים געווינען, איך מיין אז די דעמאקרעטס ווען פרובירן אויפפיקן דארט סיעטס פאר 2020, בד"וו, 2020 גייט זיין די ערשטע מאל אין א לאנגע צייט וואס אלע דריי זאכן, פרעזידענט קאנגרעס אאון סענאט וועלן זיין קאמפעטעטיוו.

Finally
דו הייבסט שוין אן כאפן וואס דא איז פארגעקומען!
מענטשן זענען קורצזיכטיג, מען קוקט אויף די העדליין, ארורק האט פארלוירן, = דורכפאל
אפילו דאס אליינס אז טעקסעס איז נאנט אין א וועיוו יאר איז א חידוש, קאליפארניע, ניו יארק, זענען נישט נאנט אין א רעפובליקאנער וועיוו יאר, און נאכאמאל, עס איז נישט די בעטא פארמעסט, דאס קען מען זאגן איז אן אויסנאם, עס איז די דעמאקראטישע שטארקקייט אלל אווער די סטעיט



די דעמעקראטישע שטארקייט איז געווען בעטא! די אלע קאנגרעסס זיצן וואס זענען געגאנגן פאר דעמעקראטן וואלטן נישט געגאנגן ווען נישט בעטא!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:52 am

צל עובר האט געשריבן:אין פרעזידענטליכע וואלן, א שטייגער 2016 שטימען די לאטינאס אין טעקסאס אסאך שטערקער.

צווייטנס דאס איז טאקע די פראבלעם אז טעקסאס איז נישט אזוי רויט.

דאס איז געווען קלאר נאך פאר די סייקל אז די דעמאגרעפיגס אין טעקסאס טרענדן בלוי.



צל, ווייטער קוקסטו איינזייטיג! די לאטינאס קומען ארויס שטערקער... פיין! און די ריפאבליקענס אויך! יעדער קומט ארויס שטערקער! פראצענטואל זענען דעמעקראטן ארויסגעקומען שטערקער יעצט ווי ריפאבליקענס! וואס דארפסטו מער, יעצט איז געווען דעם + 7, אין 2016 איז געווען דעם + 2!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:54 am

צל עובר האט געשריבן:ווען איך וועל האבן נערווען וועל איך פרובירן צו שרייבן די טרענד פון טעקסאס.

טראמפ האט טאקע געווינען טעקסאס מיט נישטיגע 9%, קעגן 16 פאר ראמני.

ווי אזוי מיינסטו האט טראמפ געווינען אזוי שטארק די עלעקטארעל קאלידזש ווען ער האט פארלוירן אזוי ברייט די פאפעלער וואויט?

זייער פשוט ער האט אויסגעקוועטש א זיג אין די גרעסטע רעפאבליקאנער סטעיטס, טעקסאס 38 9% דזשארדזשיע 16 6% אריזאנע 11 3.6%.

ענד איף יו וואנט טו קנאו, מען רעכנט אז ווען די לאטינאס שטיצן בעטא [קעגן דעם לאטינא קרוז] מיט די טורנאוט און פראצענט וואס זיי האבן געשטיצט הילערי, [וואס פשטות וועט אזוי זיין פארן דעמאקראט אין 2020] איז די רעיס ממש דאון טו די ווייער, נאך פאר די דעמאגרעפיגס שיפט פון די קומענדיגע צוויי יאר.

למיר שרייבן אין איין שורה וואס די מעשה איז, די לאטינאס ווערן אכצן יעדע יאר מער און מער, און די עיקר וואוקס פון די שנעל וואקסענריגע טעקסאס איז אין סיטי'ס און סאבורב'ס וואס זענען שוין, און ווערן מער און מער בלוי.



טראמפ 9 קעגן ראמני 16... דו פארגעסט אז טעקסעס איז די היים שטאט פון משפחת בוש וואס טראמפ האט אזוי פארשעהמט? פון קרוז וואס האט נאר רילאקטענטלי אינדארסן טראמפ?

דו בויעסט בנינים אויף נערעטיווס וואס נעמען נישט אריין קיין סימפל פאקטארן!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 10:25 am

דעבאטעס שפילן זיך אויס אינערהאלב ביידע פארטייען איבער די בעסטע סטראטעגיע גייענדיג פאראויס צו די 2020 למספרם וואלן

ביי די דעמאקראטן וועט מען זעהן אויב די מעסיגע פליגל אדער די ליבעראלע וועט ארויסקומען שטארקער אבער אויך ביי די רעפובליקאנער איז דא היבשע מיינונגס פארשידנהייטן אויך וועלכע וויילער גרופעס זיך צו קאנצעטרירן
דער געוועזענער מאיאריטעט פירער פון ווירדזשיניע שרייבט אן אפ עד אין די ניו יארק טיימס ווי ער ברענגט ארויס אז רעפובליקאנער מוזן צוריקגעוואונען די מער געלערנטע סאבורבען קלאס אבער רעיהען סאלאם דער קאנסערוואטיווער עקזעקוטיוו עדיטאר פון די נעשאנעל ריוויו מאכט דעם ארגומענט אז עס איז א שאד די צייט און מען זאל זיך ליבערשט נאך מער קאנצעטרירן אויף די ארבעטער קלאס

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:47 pm

קענטאר איז נישט גערעכט, חוץ אויב ער קען טוישן טראמפס רעטאריק.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:49 pm

דעמאקראטן זענען נישט ארויסגעקומען שטערקער ווי רעפאבליקאנער, בלויז רעלאטיוו קעגן די געווענליכע טוירנאוט, נישט אין די עכטע נאמבערס טוירנאוט.

70% מענטשן וואס האבן נישט געשטימט זענען אונטער 45, און רוב וויילער זענען העכער 45.

בד"וו לויט AP איז די עלעקטאראט געווען D+6.

38%D
32%R
30% אנדערע.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 2:50 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:טעקסעס האט ארויסגעברענגט די מערסטע דעמעקראטן וואס איז שייך, מיט א סאליד קאנדידאט אין א "מידטוירם" וואס איז אנטי אינקאמבענט! און נישט פארגעסן, אראוקאו האט געהאט אנבעליוועבל אסאך פאנדס, און געדארפט ספענדן אין בלויז 1 סטעיט!

איך גלייב נישט אז סיי ווער זאל היינט פרעדיקטן טעקסעס בלוי אין 2020... אלעס קען געשעהן, ניו יארק קען זיין רויט... אבער צו מאכן אזא מעפ דארף מען ארויסמופן פון רעאלעטי...

עס איז נישט ממש אזוי, ווען ארורק האט טוירנאוט און מארדזשינס ביי די לאטינאס פון קלינטאן 2016 איז עס ממש 50-50.

קרוז איז א לאטינא און זיי קומען נישט ארויס געהעריג אין קיין מידטערם, און אין זייערע קאונטיס איז יעצט טאקע געווען שוואכע טוירנאוט.



ווער זאגט אז ער האט נישט געהאט?

די קאונטי נאמבערס זאגן עס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 14, 2018 3:08 pm

צל עובר האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:סורוועי מאנקי האט ארויסגעגעבן א אנקעטע, אויב איינער קען ביטע ברענגן.



איך בעט נאכאמאל.

עניוועי פאר דערווייל, מאונמאט די בעסטע קאמפעני האט ארויסגעגעבן א אנקעטע וואס זאגט אזוי,

זאל מען ריעלעקטן פרעזידענט טראמפ, אדער דו ווילסט ענדערש א צווייטן.

59% א צווייטן

36% טראמפ

שטייצעך אז נישט יעדער וואס וויל א צווייטן וועט וועלן דעם עווענטועלן קאנדידאט ענדערש ווי טראמפ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג נובעמבער 16, 2018 2:55 pm

זשאן קעיסיק האט זיך נעכטן ווידעראמאל געלאזט הערן, זאגנדיג אז אלע אפציעס ליגן אויפ'ן טיש איבער לויפן קעגן טראמפ אין 2020, ער האט אבער צוגעלייגט אז ער גייט בלויז אריינשפרינגן אין די פארמעסט אויב ער האט ערנסטע שאנסן, זאגנדיג אז עס ברענט אים נישט אזוי שטארק צו זיין פרעזידענט.

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג נובעמבער 18, 2018 1:00 pm

ליבלעך האט געשריבן:זשאן קעיסיק האט זיך נעכטן ווידעראמאל געלאזט הערן, זאגנדיג אז אלע אפציעס ליגן אויפ'ן טיש איבער לויפן קעגן טראמפ אין 2020, ער האט אבער צוגעלייגט אז ער גייט בלויז אריינשפרינגן אין די פארמעסט אויב ער האט ערנסטע שאנסן, זאגנדיג אז עס ברענט אים נישט אזוי שטארק צו זיין פרעזידענט.

ער האט דאך נאך נישט אויף געגעבן.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7279
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 18, 2018 7:17 pm

אין 2016 האט טראמפ געווינען קאלעדזש עדזשוקעיטעד ווייסע מיט 3%, האוז "רעפאבליקאנער" האבן זיי געווינען מיט 10%!, אין 2018 האבן האוז "דעמאקרעטס" זיי געוינען מיט 8%.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

קהל עדתינו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג נובעמבער 19, 2018 4:11 pm

KOLHAOLAM:WASHINGTON: Outgoing UN Amb Nikki Haley has been mentioned as a potential VP for Trump in 2020, according to sources who spoke to the NYT.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנפין נהירין, אפשר פארקערט, הרב_שלום, כרם, קהל עדתינו, שטיגליץ און 77 געסט