אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:51 pm

אריזאנע ?+D און טעקסאס R+3.6 איז די פאפעלער האוז וואויט אויך זייער טייט.

אינדיענע [אבאמע שמאל] מיט מיזורי מקעין שמאל] זענען טאקע נישט געווען אזוי רויט, ביידע זענען געווען זייער טייט אין 2008.

מאנטענע און וועסט ווירדזשיניע האבן אלעמאל געשטימט בלוי לאקעל, מענטשין איז פארדעם געווען גאווערנאר, מאנטענע האט יעצט א דעמאקראטישן גאווערנאר, נארט דעקאוטע האבן די דעמאקרעטס געהאט די זיץ צענדיגער יאר כאטש די סטעיט פלעגט שטימען פייער רויט אין פרעזידענטליכע וואלן, משא"כ טעקסאס אריזאנע און דזשארדזשיע וואס זענען פשוט איין פארטיי סטעיטס וואס די רעפאבליקאנער האבן אלעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6039
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:13 am

אנשטאט קוקן אויף די פארלוירענע סענאט זיצן אין טראמפ 10%+, 30%+ און 40%+ סטעיטס צו שאצן 2020, קוק אויף דעם.
The difference-makers that got Dems from +30 to nearly +40 House seats were the districts that voted for Trump between 0-5%, mostly middle-class burbs like #IL14, #IA03 & #VA02.

Dems held 8/20 such seats heading into 2018. They'll likely emerge w/ 18/20. (h/t @PatrickRuffini)
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:11 am

פרעזידענט או'דשעדא?

רידשערד אדשעדא, דעמעקראטישע סטעיט סענאטאר פון וועסט ווירדזשיניע האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט אין 2020.

DrxjPsVW4AAWF7i.png
DrxjPsVW4AAWF7i.png (34.64 KiB) געזעהן 774 מאל


אדשעדא, א רעטייערטע מארין מעידשער, האט נארוואס פארלוירן זיין געלויף צו קאנגרעס אין וועסט ווירדזשיניע'ס 3טע דיסטריקט, אבער הגם ער האט נישט געווינען האט ער באוויזן ארויסברענגן די גרעסטע סווינג שטימען פון סיי וועלכע אנדערע דיסטריקט אין לאנד. טראמפ האט דארט געווינען מיט גאנצע 49% און אדשעדא האט פארלוירן מיט 12%; א סווינג פון גאנצע 37%!

DrxgalXXQAI4F1U.jpeg
DrxgalXXQAI4F1U.jpeg (79.84 KiB) געזעהן 774 מאל


זיין קאנדידאטור איז היפש קאמפליצירט נעמליך צוליב וואס אדשעדא האט גאר געשטיצט פרעזידענט טראמפ אין 2016! נאך וואס בערני סאנדערס האט פארלוירן די פריימערי. אין זיינע ווערטער האט די דעמעקראטישע פארטיי פארלוירן איר וועג ווערענדיג די פארטיי פאר די עליטע און ער זאגט אז ער וועט עס צוריקפירן צו אירע ארגינעלע ווארצלן פון באשיצן די ארבייטער קלאס.

אדשעדא האט פארלאזט די טראמפ לאגער גאר פרי אין טראמפ'ס טערמין נאכדעם וואס, אין זיינע ווערטער, עס איז אים קלאר געווארן אז טראמפ איז נישטא פארן ארבייטער. אין זיין געלויף פאר קאנגרעס האט ער געהאמערט קעגן די פארמעסוטיקעל קאמפאניס וועם ער באשולדיגט פאר די אופיאוד קריזיס ווי אויך איז ער געלאפן אויף א גאר שטארקע פרא לעיבער ליניע.

אלץ סטעיט סענאטאר האט ער אנגעפירט מיט א גרויסע טיטשער סטרייק אין זיין סטעיט עפעס וואס האט עווענטועל געפירט צו זעלטענע אינקריס אין זײערע פעיטשעקס.

עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז איינע פון זיינע זיידעס איז גאר געקומען אויף אמעריקע אומלעגאל פון מעקסיקא...

העי, יו נעווער קנאו...
DcxdpMgXkAQUE06-1.jpg
DcxdpMgXkAQUE06-1.jpg (48.16 KiB) געזעהן 774 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:21 am

צל עובר האט געשריבן:וואסערמאן געט איבער אז בלויז די זעקס סטעיטס וועלן דיסיידן 2020, מישיגען וויסקאונסען פענסילוועניע [ראסט בעלט], נארט קארעליינע פלארידע אריזאנע[סאן בעלט].

אלע איבעריגע זענען אירעלעווענט.

יעך פארשטיי א פשט, ווייל אפילו לאמיר זאגן בעטא-סטעיסי געווינען זייערע ביידע סטעיטס, איז עס אוממעגליך אן געווינען אלל אוו די עבאוו סאן בעלט סטעיטס ברייטער.



מיין פריינט, דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין וועלטל אז דו כאפסט נישט אז אויב געווינען דעמעקראטן טעקסעס און דזשארדזשיע איז מישיגען און וויסקאנסין אירעלעווענט... וואסערמאן טראכט ניטאמאל פון טעקסעס גיין בלוי, דאן זענען די סטעיטס די קי!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 9:42 am

נעכטן האט א לאנגיעריגע קלינטאן עדווייזער און פאולסטער געשריבן אן אפ עד אין די וואל סטריט דזשורנאל ווי ער פרעדיקט א דריטע געלויף פון הילערי פארן ווייסן הויז אין יארע צוואנציג צוואנציג, אבער דאסמאל וועט זי זיך באווייזן אין א פיל לינקערען שאלעכטץ...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:34 am

קאליפארניע קאנגרעספרוי מיאמי וואלטער וועמענס ווידערערוויילונג רעזולטאטן זענען נאך אומקלאר האט אויפגעגעבן איר פארזוך צו ווערן פארזיצער פון די נאציאנאלע רעפובליקאנע פארטיי אריינגייענדיג און די 2020 למספרם קאמפיין סעזאן
זי האט אנשטאט אויסגעדרוקט שטיצע פאר מינעסאטע קאנגרעסמאן טאם עמער וועלכע קאנדידאטירט פאר די פאזיציע

הכל הבל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 10:45 am

ויהי ממחרת

נאך וואס די שטויב פון די פארלאפענע מידטוירמס הויבט זיך אן צו זעצן טוען די פארטיי פירער איבערגיין די רעזולטאטן און אידענטיפיצירן די שוואכקייטן אויף וואס זיך צו פארבעסערן אינעם צוקונפט
א הויפט פונקט אויף וואס רעפובליקאנע פירער קאנצעטרירן זיך איצט איז די מאכטפולע פאנדרעיזינג אויבערהאנט פון וואס די דעמאקראטן האבן גענאסן אין 2018 למספרם
מיטש מעקאנעל האט געווארנט ביישטייערער אז די איצטיגע צושטאנד איז א "5 אלארם פייער" וואס מוז דרינגענד ווערן אדרעסירט
רעפובליקאנער אנערקענען אז די מיליאנען וואס פליסן אריין פון עדעלסאן איז ווייט נישט גענוג אין די צייט וואס דעמאקראטן מאכן גרויס פארשריט אין די ביליאנער שפיל אבער די גרעסערע פראבלעם איז די קלענערע ביישטייערונגען ווי די דעמאקראטן האבן אריינגעשארט 700 מיליאן דאלער דורך "אקט בלוי" אן אנליין פלאטפארמע צו העלפן דעמאקראטן געוואונען
מעקאנעל האט פארארדענט זיין טיעם זאפארט אויפצוקומען מיט א פאסיגע לעזונג איבער קלענערע ביישטייערונגען צו קעענען קאנקורירן מיט וואס ער רופט די דעמאקראטישע אנליין עי טי עם מאשין

טעאריע וואס לעבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 11:51 am

מיין מאפע וואס מאפט אוויס טראמפ.

מיין מאפע וואס מאפט אויף טראמפ.pdf
(109.97 KiB) דאונלאודעד 62 מאל


די מאפע האט די בעסטע שאנסן צו א רעאליטעט מיט א ביידען/ארורק טיקעט.
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:04 pm

טעקסעס האט ארויסגעברענגט די מערסטע דעמעקראטן וואס איז שייך, מיט א סאליד קאנדידאט אין א "מידטוירם" וואס איז אנטי אינקאמבענט! און נישט פארגעסן, אראוקאו האט געהאט אנבעליוועבל אסאך פאנדס, און געדארפט ספענדן אין בלויז 1 סטעיט!

איך גלייב נישט אז סיי ווער זאל היינט פרעדיקטן טעקסעס בלוי אין 2020... אלעס קען געשעהן, ניו יארק קען זיין רויט... אבער צו מאכן אזא מעפ דארף מען ארויסמופן פון רעאלעטי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:09 pm

הכל הבל האט געשריבן:ויהי ממחרת

נאך וואס די שטויב פון די פארלאפענע מידטוירמס הויבט זיך אן צו זעצן טוען די פארטיי פירער איבערגיין די רעזולטאטן און אידענטיפיצירן די שוואכקייטן אויף וואס זיך צו פארבעסערן אינעם צוקונפט
א הויפט פונקט אויף וואס רעפובליקאנע פירער קאנצעטרירן זיך איצט איז די מאכטפולע פאנדרעיזינג אויבערהאנט פון וואס די דעמאקראטן האבן גענאסן אין 2018 למספרם
מיטש מעקאנעל האט געווארנט ביישטייערער אז די איצטיגע צושטאנד איז א "5 אלארם פייער" וואס מוז דרינגענד ווערן אדרעסירט
רעפובליקאנער אנערקענען אז די מיליאנען וואס פליסן אריין פון עדעלסאן איז ווייט נישט גענוג אין די צייט וואס דעמאקראטן מאכן גרויס פארשריט אין די ביליאנער שפיל אבער די גרעסערע פראבלעם איז די קלענערע ביישטייערונגען ווי די דעמאקראטן האבן אריינגעשארט 700 מיליאן דאלער דורך "אקט בלוי" אן אנליין פלאטפארמע צו העלפן דעמאקראטן געוואונען
מעקאנעל האט פארארדענט זיין טיעם זאפארט אויפצוקומען מיט א פאסיגע לעזונג איבער קלענערע ביישטייערונגען צו קעענען קאנקורירן מיט וואס ער רופט די דעמאקראטישע אנליין עי טי עם מאשין


טענקס הכל, דאס איז קריטיש פאר סוקסעס... למעשה פארשטייעך נישט, אזוי גייטעס אייביג, אין 2010 האבן ריפאבליקענס גע'רעיזד מער, דאס איז מידטוירמס!

צל, כאב יעצט אביסל געליינט איבער אהייאו'ס 12'טע דיסטריקט... אין די ספעשל עלעקשן האט אקאונער פארלוירן מיט אונטער א פראצענט, ארום 1500 שטומען (נישט געטראפן די פיינעל) יעצט האטער פארלוירן מיט 4.5 פראצענט! און ליינענדיג אביסל דערוועגן שרייבן זיי אז אין די ספעשל עלעקשן זענען סטודענטן נישט ארויסגעקומען פאר אוקאנער און יעצט האט אקאנער שווער געארבייט אויף זיי און זיי זענען יא ארויסגעקומען... מ'קעניש קאמפעירן די צוויי עלעקשענס, און מ'קעניש נעמען איין שוואכקייט און ווייזן אז יעצט גייטעס זיין בעסער וועגן מ'האט דאס געפיקסט... יעדע עלעקשן איז א סטארי פאר זיך!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר ששת אלפים
תגובות: 6039
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:13 pm

אויב טעקסאס גייט בלוי, גייען אייאווע און אהייאו, און מן הסתם נארט קאראליינע און דזשארדזשיע אויך, בלוי.
נאר, טעקסאס גייט נישט בלוי און דזשארדזשיע גייט נישט בלוי. נישט פאר אפאר סייקלס ארום.

איך וואלט געשטעלט די סווינגסטעיטס און מעגליכע סווינגסטעיטס אין דעם סדר:

ניו העמפשיר
פענסילוועניע
מישיגען
נעוואדע
וויסקאנסין
פלארידע
אייאווע
אריזאנע
אהייאו
נארט קאראליינע
אינדיענע
דזשארדזשיע
טעקסאס
סאוט קאראליינע
אלאסקע
מיזורי
נעברעסקע
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:21 pm

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:אויב טעקסאס גייט בלוי, גייען אייאווע און אהייאו, און מן הסתם נארט קאראליינע און דזשארדזשיע אויך, בלוי.
נאר, טעקסאס גייט נישט בלוי און דזשארדזשיע גייט נישט בלוי. נישט פאר אפאר סייקלס ארום.

איך וואלט געשטעלט די סווינגסטעיטס און מעגליכע סווינגסטעיטס אין דעם סדר:

ניו העמפשיר
פענסילוועניע
מישיגען
נעוואדע
וויסקאנסין
פלארידע
אייאווע
אריזאנע
אהייאו
נארט קאראליינע
אינדיענע
דזשארדזשיע
טעקסאס
סאוט קאראליינע
אלאסקע
מיזורי
נעברעסקע


עגרי, אבער די לעצטע פאר איז אין די וועלט אריין...

אגב, לדעתי איז נעוואדע נישט קיין סווינג סטעיט פאר יעצט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טי בעג
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 23, 2015 7:38 am

תגובהדורך טי בעג » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:22 pm

DEM WINS AZ SENATE RACE
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20780
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 12:50 pm

דראדזש שרייבט אזוי, אבער זיין לינק איז צו פאליטיקא וואס ווייזט עס נאכניש, אין פאקט שרייבן זיי אז די רעיס איז א טאסס אפ! מאדנע...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 1:45 pm

וויכי
שלמה
וכל החברים
איך עגרי בעצם מיט וויכי אויף טעקסעס אבער ענק האבן אלע פארזען וואס איז פארגעגאנגען אין טעקסעס אין 2018
זע מיין תגובה

איך וואלט געזאגט אז טעקסעס וועט זיין פאר רעפובליקאנער בבחינת מינעסאוטע , אדער ניו דזשערסי פאר 2008 פאר דעמאקראטן

און איך מיין אז דאס איז אויך איינס פון די זאכן וואס ווערן פארזען איבער די קאנדידאטור פון ארורק, דעמאקראטן פלעגן זיך אפרעדן אז בעצם וואוינען גענוג ליבעראלן און ספאנישע אין טעקסעס, עס צו פארוואנדלען אין א סווינג סטעיט, נאר ווייל עס איז נישט דא דארט קיין נאנטע פארמעסט, רעגיסטרירן זיי זיך נישט, איז געקומען דער כאריזמאטישער ארורק און האט אנגעפירט א מאסיווע רעגיסטראציע אפערעישאן, און דאס וועט זיין א לאנג טערם דעמעדזש, און פארשטייט זיך ווי מער עס ווערט באטראכט אלס סווינג סטעיט וועלן מער און מער וויילער זיך רעגיסטרירן, איך ווייס נישט צו עס איז דא גענוג עס צו פארוואנדלען אין א סווינג סטעיט
אבער אין נעוועדע פלעגט מען זאגן איז דאס געווען הערי ריעד'ס שפיל, ריעד האט זיך דערזען אין 2006, אז אלס פארטיי פירער קען ער ווערן א גרינגער טארגעט, האט זיין קאמפיין אויסגענוצט די שטארק נאכגעפאלגטע דעמאקראטישע פריימעריס אין 2008, און רעגיסטרירט שווערע טויזענטער דעמאקראטן, און ווי מען האלט היינט, איז אפילו נישט זיכער אז עס איז נאך א סווינג סטעיט, (הגם לויט 538'ס ארטיקל אינעם לינק, זעט מען אז עס איז בכלל נישט געווען בלויער ווי מישיגען/וויסקאנסין)

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 2:21 pm

רעדנדיג פון סווינג סטעיטס, כאפ איך נישט די גאנצע שמועס, לויט וויאזוי מען האלט יעצט, מוז א דעמאקראט האבן פענסילוועניע, מישיגען, וויסקאנסין, אן דעם איז ער טאוסט, און מיט דעם איז ער דער געווינער, נאו מאור אהייא,
וואס יא, אריזאנע און פלארידע נאך די רעפערענדום, קען מען מאכן א קעיס, אז דעמאקראטן קענען עס געווינען, אפילו זיי האבן א 2016 נאכט און פארלירן פענסילוועניע, מישיגן, וויסקאנסין

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:02 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:וואסערמאן געט איבער אז בלויז די זעקס סטעיטס וועלן דיסיידן 2020, מישיגען וויסקאונסען פענסילוועניע [ראסט בעלט], נארט קארעליינע פלארידע אריזאנע[סאן בעלט].

אלע איבעריגע זענען אירעלעווענט.

יעך פארשטיי א פשט, ווייל אפילו לאמיר זאגן בעטא-סטעיסי געווינען זייערע ביידע סטעיטס, איז עס אוממעגליך אן געווינען אלל אוו די עבאוו סאן בעלט סטעיטס ברייטער.



מיין פריינט, דו ביסט אזוי אריינגעטוהן אין דיין וועלטל אז דו כאפסט נישט אז אויב געווינען דעמעקראטן טעקסעס און דזשארדזשיע איז מישיגען און וויסקאנסין אירעלעווענט... וואסערמאן טראכט ניטאמאל פון טעקסעס גיין בלוי, דאן זענען די סטעיטס די קי!

אירעלעווענט מיינט נישט אז מען קען נישט געווינען, נאר אז עס מאכט גארנישט אויס, פונקט ווי אינדיענע 08 איז געווען אירעלעווענט, ווייל עס איז כמעט אוממעגליך פאר א דעמאקרעט נישט צו האבן 270 אן די צוויי שטאטן, אויב מען געווינט עס.

צווייטנס, די ראסט בעלט איז גאנץ אנדערע דעמאגרעפיגס, עס איז דא די נארטערן פעט וואס טראמפ האט געווינען, אין די ראסט בעלט, און עס איז דא די סאדערן פעט, ווי קלינטאן האט פרובירט צו געווינען אבער עס בלויז געמאכט נענטער, ווייל די צייט איז נאכ נישט געווען רייף, דהיינו אריזאנע און פלארידע.

דער דעמאקרעט אין 2020 ברויך אדער דאס אדער יענץ, און עס איז פשוט כמעט אוממעגליך צו געווינען דזשארדזשיע און טעקסאס אן פלארידע און אריזאנע.

נארט קעראליינע איז געמאכט פאר ספער, אויב מען גליטשט זיך אויס איז איין סטעיט פון איין פעט, עס איז א דריטע בחינה, אבער איך געב עס עטליעסט סלייט ליען טראמפ, אביסל מער בלוי ווי דזשארדזשיע און טעקסאס.

איך פארשטיי טאקע נישט געהעריג פארוואס וואסערמאן רעכנט קארעליינע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:05 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:טעקסעס האט ארויסגעברענגט די מערסטע דעמעקראטן וואס איז שייך, מיט א סאליד קאנדידאט אין א "מידטוירם" וואס איז אנטי אינקאמבענט! און נישט פארגעסן, אראוקאו האט געהאט אנבעליוועבל אסאך פאנדס, און געדארפט ספענדן אין בלויז 1 סטעיט!

איך גלייב נישט אז סיי ווער זאל היינט פרעדיקטן טעקסעס בלוי אין 2020... אלעס קען געשעהן, ניו יארק קען זיין רויט... אבער צו מאכן אזא מעפ דארף מען ארויסמופן פון רעאלעטי...

עס איז נישט ממש אזוי, ווען ארורק האט טוירנאוט און מארדזשינס ביי די לאטינאס פון קלינטאן 2016 איז עס ממש 50-50.

קרוז איז א לאטינא און זיי קומען נישט ארויס געהעריג אין קיין מידטערם, און אין זייערע קאונטיס איז יעצט טאקע געווען שוואכע טוירנאוט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:08 pm

טעאריע וואס לעבט האט געשריבן:מיין מאפע וואס מאפט אוויס טראמפ.

מיין מאפע וואס מאפט אויף טראמפ.pdf


די מאפע האט די בעסטע שאנסן צו א רעאליטעט מיט א ביידען/ארורק טיקעט.

יאך האלט אבער אז סיי ביידן און סיי בעטא וואלטן גענומען סטעיסי, ווי די פארטיי'ס דעמאגרעפיגס, א שווארצע היילי עדזשוקעיטעד פרוי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:10 pm

@וויכי יא, ביי די ספעשל איז געווען בין הזמנים, אבער דעמאלטס איז קעסיג'ס אפאראט וואס האט אים געברענגט 65% און אלע קאונטיס חוץ צוויי אין 2014 געווען האלב אויסגעלאשן.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:25 pm

@שלמה, לערן דורך טעקסאס קאונטי ביי קאונטי יעצט ווערסוס 2016, לאטינא, קרוז'ס יוסטאן עדווענטידזש, און קום צוריק נאכדעם.

עניוועי, ביי מיר איז עס אזוי.

נעוועדע 6(אין כל חדש, די מארדזשינס דארט זענען אפשר נישט אזוי גרויס, אבער הארט) ניו העמשיר 2 ווירדזשיניע 13 מעין רעגולער און דיסטריקט 1 3 ניו מעקסיקא 5 קאלעראדא 9 מינעסאטע 10, מער נישט קיין סוינג סטעיטס, זיי זענען בלוי. אינאיינעם 48.

אינאיינעם אלע קלינטאן סטעיטס, 232.

אהייא 18 און אינדיענע 11 מיזורי 11 אויך נישט, זיי זענען רויט. אייאווע 6 אויב מען וועט שוין זיין מסודר מיט טשיינע רויט, אינאיינעם 46, מיט זיי אבער אן אלע אנדערע טראמפ סטעיטס וואס שטייען ווייטער, 150.

מישיגען 16 פענסילוועניע 20 וויסקאונסען 10, אין דעם סדר פון לייקלי צו ליען דעמאקרעט, וואקער איז טאקע געווען טייט, אבער ער איז א פאר פראצענט עטליעסט שטערקער דארט ווי טראמפ, עיין ערך ראן דזשאנסאן, אדער ער אליינס די פאריגע דריי מאל. אינאיינעם 46.

טעקסאס 38 דזשארדזשיע 16 און נארט קארעליינע 15, אין דעם סדר פון לייקלי צו ליען רעפאבליקען, אויב בעטא אדער סטעיסי זענען אויפן טיקעט, אדער בעטא לויפט קעגן קארנין, וואס איז גראדע ווייניגער פאפעלער ווי קרוז, קען זיך די רייע טוישן. אינאיינעם 69. מיט די פריערדיגע 219.

פלארידע 29 ווי עס איז געווען היפש נענטער צו פרעזידענשעל טוירנאט ביי די רעפאבליקאנער ווי ביי די דעמאקרעטס, און נאך מיט די נייע געזעץ, און אריזאנע 11 ווי טראמפ איז זייער שוואך וועגן עס איז זייער סובערבען און מקעין פלעיק, זענען א געהעריגע פעט אנשטאט די ראסט בעלט אויב טראמפ כאפט צוריק די ראסט בעלט.

אויב וועלן די דעמאקרעטס פירן זייער קאמפיין זייער שטארק אין די צוויי סטעיטס, אזוי ווי קלינטאן אין 2016, ברויכן זיי קענען געווינען ביידע.

מעין 2 1 איז סווינג, און קען דיסיידן די עלעקשען אויב גייען מישיגען 16 וויסקאונסען 10 און אריזאנע 11 בלוי, אינאיינעם 37+ 232= 269 פענסילוועניע 20 פלארידע 29 רויט.

טראמפ ברויך בלויז 269 דער דעמאקראט ברויך 270.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:33 pm

צל, וויפיל מאל דארף איך דיר זאגן, קוק נעיט'ס ארטיקל
טעקסעס איז געווען R+3.6 אויפן קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן
דזשארדזשיע איז געווען R+6 אויפן קאנגרעסיאנאלע פארמעסטן

אין כל חדש
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 6:46 pm

תגובהדורך אין כל חדש » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:40 pm

גראדע זע איך אויף זיין אפדעיטעד מאפע איז דזשארדזשיע לייט רויט, זעט אויס עס איז געפאלן אונטער 5% מארדזשין
אבער נאך אלעם, איז ארורק'ס סורדזש געווען פון ארויסשלעפן דעמאקראטישע וויילער פון די נארעס, אויף א פארנעם מער ווי עיברעמס, עיברעמס איז טאקע געקומען נענטער אבער זעט אויס אז זי האט געהאט פערזענליכע שטיצע

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:42 pm

אבער איך לערן אז סטעיסי וועט לכאורה זיין אויפן בעלאט.

דו פארגעסט אז אין טעקסאס זענען געלאפן איבער 20 פאפעלער רעפאבליקען אינקאמבענטס, וואס צוויי פון זיי האבן געווינען אין בעטא דיסטריקטס, און אין דזשארדזשיע האבן די דעמאקרעטס נישט געהעריג קאמפיטעד חוץ אין צוויי דיסטריקטס, עקסטער זעהט אויס אז א אינקאמבענט קאנגערסמאן אין דזשארדזשיע איז מורא'דיג שטארק, עיין ערך טאם פרייס 2016.

עניוועי איך רעכן מיר נישט אויף די צוויי סטעיטס, און אויך נישט אויף נארט קארעליינע אבער יא אויף פלארידע אריזאנע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7276
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג נובעמבער 12, 2018 3:45 pm

אין טעקסאס איז באמת געשען א ערדציטערניש, 6 לאנגיעריגע פאפעלער אינקאמבענטס אן קיין נארמאלע קעגנער האבן קוים געווינען, איך מיין אז די דעמאקרעטס ווען פרובירן אויפפיקן דארט סיעטס פאר 2020, בד"וו, 2020 גייט זיין די ערשטע מאל אין א לאנגע צייט וואס אלע דריי זאכן, פרעזידענט קאנגרעס אאון סענאט וועלן זיין קאמפעטעטיוו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], אהרן הלוי, אין כל חדש, אשר נחום, ווייס פרעזידענט, משמש, ר' יום טוב און 74 געסט