אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

האו עבאוט וויסקאנסין
האב שכל און גיב א שמייכעל!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אויב אזוי וואלט אייער בעסטע אויסוואל פון די וואס זענען געבליבן אויפן טיש די דריטע וועלכע איך האב פארזען אינעם פריערדיגן תגובה, נעמליך מילוואקי וויסקאנסין

דענווער קאלאראדא איז ארויסגעפאלן נאך וואס די דאטום באשטימט פארן קאנווענשאן האט נישט געקלאפט מיט די שטאטישע סקעדזשועל

אטלאנטא האט גראדע שטארק געארבעט צו באקומען די ביד אבער איז אין ענדע דורכגעפאלן
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מטעמים האט געשריבן:האו עבאוט וויסקאנסין

דאס איז דאך אין די מידוועסט.

@הבל די דעמאקרעטס ארבעטן צוריק צו באקומען די ווייט ווארקינג קלאס-מידוועסט מענטשן, פארדעם פארלייגן זיי זיך ענדערש דארט, איך האלט אבער אז עס וואלט געווען קלוגער צו ארבעטן אויף דזשארדזשיע, וואס איז די צווייטע גרעסטע רעפאבליקאנער סטעיט, טראמפ האט דארט געווינען מיט בלויז זעקס פוינטס, עס האט ענליכע דעמאגרעפיגס צו ווירדזשיניע וואס די דעמאקרעטס האבן קאמפליט איבערגענומען, אריזאנע איז ענליך, אבער יענע סטעיט פארטרעט נישט קיין רידזשען נאר זיך, משא"כ נאך דזשארדזשיע קומט קארעליינע, און ווייטער נאך סאוט איסט רעפאבליקאנער פעסטונגען סטעיטס ווי אסאך מענטשן פון גאנץ אמעריקע מופן אהין טוישט זיך די דעמאגרעפיגס, אויך ווערן זיי מער עדזשוקעיטעט, אויך איז דא דארט רוב שווארצע, און אויך קוקט אויס אז די דעמאקרעטס נעמען עניוועי איבער אריזאנע.

ווען קלינטאן געווינט דזשארדזשיע מישיגען מיט אריזאנע געווינט זי, אפילו אויב טראמפ געווינט ניו העמשיר.

איך מיין נישט קלינטאן, איך מיין 2020 אויב אלע סטעיטס בלייבט ביי טראמפ, און די דעמאקרעטס פיקן בלויז אויף, מישיגען, וואס איך האלט אז זיי גייען זיכער געווינען חוץ אויב עס איז רעפאבליקען וועיוו, און דזשארדזשיע, מיט אריזאנע, ברויכן זיי שוין נישט קיין איין אנדערע טראמפ סטעיט, און קענען אפילו פארלירן ניו העמשיר וואס קלינטאן האט געווינען זייער שמאל, הגם אפשר א גרויס חלק וועגן בערני.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

How Trump Won Re-election in 2020

A sneak peek at the Times’s news analysis from Nov. 4, 2020.

https://www.nytimes.com/2018/07/26/opin ... e=Homepage
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

גיט.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

לויט די נייע אנקעטעס איז די אפער מידוועסט סאליד בלוי, מישיגען וויסקאונסען מינעסאטע.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

גאטע סעי... סאיז דאך נענטער ווי געראכטן.

2020 National GE:
POLITICO/Morning Consult poll.

Joe Biden 44%
Donald Trump 37%

אן קייו נאמען

Generic Dem 48%
Donald Trump 35%
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

טראמפ גייט טענהן אזוי ווי ביי קלינטאן, איך האב אים נאכנישט אראפגעריסען.

הגם איך קען נישט זעהן א ערגערע קאנדידאט ווי קלינטאן און זי האט כמעט געוואונען וואס מאכט טראמפ זאל זייער שווער געווינען ריעלעקשאן
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביידען האט געטראסקעט, זעהט אויס אז עס איז דא א שיעור ווי שטארק די רעזיסטענס קען גיין קעגן א בומינג עקאנעמי.

לגבי זיין פארזיכערט מיט די עלעקטארעל קאלידזש האלט איך אז בערני איז א בעסערע קאנדידאט ווי ביידען, אבער צו געווינען מיט א לענדסלייד אזוי ווי עס באדארף צו זיין איז ביידען בעסער.

בד"וו טראמפ האט שוין יא באוואשן ביידן.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

עריק ברענסטעד -דער זוהן פון געוועזענע אייאווע גאווערנאר און איצטיגע אמעריקאנע אמבאסאדאר צו כינע טערי ברענסטעד- וועט אנפירן די טראמפ ווידערערוויילונג קאמפיין אין אייאווע אום 2020 למספרם
עריקס פאטער האט לאנגע יארן סערווירט אלץ גאווערנאר און איז שטארק באקאנט און פאפולער אין די סטעיט
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

מארנינג קאנסאולט פאליטיקא אלגעמיינע וואלן 2020 פון אוגוסט 16-18

ביידען 43 +12
טראמפ 31

סענדערס 44 +12
טראמפ 32

ווארען 34 +4
טראמפ 30
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ביז אהער די וואס זענען העכער ווי טראמפ.

פון דא די וואס טראמפ איז העכער אבער דער אינקאמבענט ציט נישט אן קיין דריטל פון די וויילער קעגן קיינעם.

טראמפ 29 +2
בוקער 27

טראמפ 29 +3
העריס 26

טראמפ 30 +5
קואמא 25

טראמפ 29 +5
דזשיליברענד 24

טראמפ 30 +6
האלדער 24

טראמפ 28 +8
אוואנאטי 20

טראמפ 28 +10
דעלעני 18

טראמפ 28 +10
בולאק 18

א אינקאמבענט וואס האט נישט קיין פופציג פראצענט האט אונז געשטעטנער אלעמאל אויסגעלערנט איז אויף צרות, וואס איז מיט א אינקאמבענט וואס האט נישט קיין דריטל?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

ווייזט אז די פאולסטערס זענען אויף צרות!

ווייל כ"ע מודה אז נישט קיין חילוק קעגן וועם טראמפ זאל לויפן וועטער האבן מער ווי א דריטל...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18244
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

גאנץ שטארק פאר דעמס. אין אן אנקעטע וואס האט דעמאקראטן בלויז +2 אינעם זשענעריק בעלאט און טראמפ ביי %46 אפראוול.

נעקסטע קומט א תגובה פון וויכי: העי, פארוואס הער איך נישט פון אזא אנקעטע...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

וואו קומט מיין תגובה, דא?
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווייזט אז די פאולסטערס זענען אויף צרות!

ווייל כ"ע מודה אז נישט קיין חילוק קעגן וועם טראמפ זאל לויפן וועטער האבן מער ווי א דריטל...

אודאי וועט ער אויך באקומען א חלק פון די אנדיסיידעט, געשטעטנער פלעגט זאגן אז געווענליך גייען צוויי דריטל פון די אנדיסיידעט פארן אוטסיידער און א דריטל פארן אינקאמבענט.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סאו דו זאגסט אז פון די 40+ פראצענט וואס אפראווד טראמפ'ס ארבייט זענען אויך נישט אלע זיכער אז זיי גייען וואוטן פאר אים... כער... כאף אז פאר דיר מאכט עס סענס...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29333
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

א פאקס ניוז אנקעטע, פון די בעסטע אנקעטעס לויט יעדעם האט געגעבן פאר טראמפ א 45% עפראוועל בו בזמן ווען עס האט געזאגט אז ווען מען פרעגט מענטשן פאר וועם זיי וואלטן געשטימט פאר טראמפ אדער א צווייטן אן א נאמען, איז עס געווען אזוי

טראמפ 35%
א צווייטער 56%
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מאכט דיר סענס?

סברא זאגט פונקט פארקערט. [מקען שטימען מיט א פארשטאפטע נאז אבער ווען מ'גליכט א פרעזידענט שטימט מען פאר אים]
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

צל עובר האט געשריבן:א פאקס ניוז אנקעטע, פון די בעסטע אנקעטעס לויט יעדעם האט געגעבן פאר טראמפ א 45% עפראוועל בו בזמן ווען עס האט געזאגט אז ווען מען פרעגט מענטשן פאר וועם זיי וואלטן געשטימט פאר טראמפ אדער א צווייטן אן א נאמען, איז עס געווען אזוי

טראמפ 35%
א צווייטער 56%

דאס קען מיינען אז זיי זענען נישט צופרידן פון עפעס א קלייניקייט ווי זיין כאראקטער אדער איינס פון זיינע פאליסיס ממילא קענען זיי באשטיין אז איינער וואס האט אלע מעלות פון טראמפ + נאך עפעס זאל איבערנעמען.
אבער די מינוט וואס מען האט א נאמען וועלכע איז פארשטייט זיך נישט עפעס א משה רבינו (מאכט זיך נישט קיין קלינטאנס יעדעס יאר...) און אוודאי אז עס איז א דעמאקראט וועלכע איז מער ווייניגער די אפאזיט פון טראמפ, קען ער רואיג רעכענען אויף זייער שטיצע.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40536
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

דזשעי פי מארגען טשעיס עקזעקוטיוו דזשעימי דיימאן:
איך גלויב אז איך וואלט באזיגט טראמפ
איך בין נאך אזוי שטאנדהאפטיג ווי אים און קלוגער ווי אים
און איך האב אליין פארדינט מיין פארמעגן און עס נישט באקומען פון מיין טאטן
לעצט פארראכטן דורך הכל הבל אום דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

הכל הבל האט געשריבן:דזשעי פי מארגען טשעיס עקזעקוטיוו דזשעימי דיימאנד:
איך גלויב אז איך וואלט באזיגט טראמפ
איך בין נאך אזוי שטאנדהאפטיג ווי אים און קלוגער ווי אים
און איך האב אליין פארדינט מיין פארמעגן און עס נישט באקומען פון מיין טאטן

אוודאי....
ער קען טראמפ שפראך.
איך איך איך איך
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

"טשעיס" הויפט עקזעקוטיוו דזשעימי דיימאן האט נעכטן בארעדט פרעזידענט טראמפ, אבער האט קורצליך נאכדעם צוריקגעצויגן און ארויסגעגעבן אן עפנטליכע אנטשולדיגונג.

איד דעילי
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

מייקל אוואנאטי, די ערשטע אפיציעלע קאנדידאט פאר די דעמאקראטישע פרעזידענטליכע נאמינאציע אין 2020, איז היינט געווען אויף פאקס צום ערשטן מאל מיט טאקער קארלסאן, און ווי עס שיינט פון זיינע האט אים די מערסטע געבאדערט די באליידיגונגס טיטלען מיט וואס טאקער באזינגט אים כסדר.
און ער לויפט קעגן טראמפ...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
אוועטאר
נאך פונדערהיים
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאך פונדערהיים »

מייקל אוואנאטי, די ערשטע אפיציעלע קאנדידאט פאר די דעמאקראטישע פרעזידענטליכע נאמינאציע אין 2020, איז היינט געווען אויף פאקס צום ערשטן מאל מיט טאקער קארלסאן, און ווי עס שיינט פון זיינע האט אים די מערסטע געבאדערט די באליידיגונגס טיטלען מיט וואס טאקער באזינגט אים כסדר.
און ער לויפט קעגן טראמפ...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”