אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

נארט קאראליינע
אהייאו
וויסקאנסין

אין די דריי סטעיטס גייט טראמפ אפהאלטן א ראלי - אלעס אינעם זעלבן טאג!

טראמפ גייט דארט זיין דעם זיבעטן
נאך וואס מארגן פרייטיג האט ער צוויי גרויסע ראליס אין פלארידע

זעט אויס די 5 ראליס א טאג איז נישט געווען קיין וויץ

נעקסטע וואך קומט נאך א מער אנקעפאקטע סקעזשול אנהויבענדיג זינטאג פארמיטאג מיט א ראלי אין ניו העמפשיר קוקט אויס ער לייגט נאך האפענונגען דערויף
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

עס איז אינטערעסאנט אז מ'רעדט נישט פון א מעגליכע פאזיציע פאר בעטא אראורק אין א מעגליכע ביידען אנדמיניסטראציע

ווי עס הייסט יעצט פלאנט ער צו ווערן א פראפעסער איבער פאליטיק אין יוניווערסיטי אין טעקסאס
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די לעצטע סקאראמוטשי
אטעטשמענטס
Screenshot_20201022-233131__01.jpg
Screenshot_20201022-233131__01.jpg (65.32 KiB) געזען 685 מאל
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

די קראך פון די דזשעימס קאומי מעלדונג..
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

פער בריסטאו האט געשריבן:פרענק לונץ זאגט יעצט אויב די פאולס קומען ארויס צו זיין ראנג, זענען אונז אוט אף ביזנעסס

זאג אים ער קען שלאפן רואיג, קיינער גייט נישט ארויס פון ביזנעס. אפילו אויב די פאולסטערס און אנאליסטען וועלן זיין ראנג די נעקסטע 100 יאר וועט מען זיי ווייטער צוהערן.

אויב ביידן געווינט וועט דרעזנער מער נישט רופן זיינע תורה זאגער? מען דארף האבן מידיע קאנטענט און שוין.
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22685
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

רואיג! האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:פרענק לונץ זאגט יעצט אויב די פאולס קומען ארויס צו זיין ראנג, זענען אונז אוט אף ביזנעסס

זאג אים ער קען שלאפן רואיג, קיינער גייט נישט ארויס פון ביזנעס. אפילו אויב די פאולסטערס און אנאליסטען וועלן זיין ראנג די נעקסטע 100 יאר וועט מען זיי ווייטער צוהערן.

אויב ביידן געווינט וועט דרעזנער מער נישט רופן זיינע תורה זאגער? מען דארף האבן מידיע קאנטענט און שוין.

ער'ט סה"כ טוישען צום פלומעניק...
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

סטיטשינער האט געשריבן:
רואיג! האט געשריבן:
פער בריסטאו האט געשריבן:פרענק לונץ זאגט יעצט אויב די פאולס קומען ארויס צו זיין ראנג, זענען אונז אוט אף ביזנעסס

זאג אים ער קען שלאפן רואיג, קיינער גייט נישט ארויס פון ביזנעס. אפילו אויב די פאולסטערס און אנאליסטען וועלן זיין ראנג די נעקסטע 100 יאר וועט מען זיי ווייטער צוהערן.

אויב ביידן געווינט וועט דרעזנער מער נישט רופן זיינע תורה זאגער? מען דארף האבן מידיע קאנטענט און שוין.

ער'ט סה"כ טוישען צום פלומעניק...

ער איז נאכנישט פערטיג מיט'ן פלומעניק.. ער גייט אהין און צוריק מיט אינטערוויוס
https://www.yiddish24.com/interviews/12/27505
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

א מארנינג קאנסאלט אנקעטע צייגט א ברייטע און וואקסענדע אויבערהאנט פאר ביידען צווישן וויילער וואס האבן געשטימט פאר דריטע פארטייען אין 2016.
ביידען, וואס האט געהאט א צוויי-צו-איין אויבערהאנט אין מאי, 42 צו 21, באקומט יעצט 53 פראצענט דריטע-פארטיי וויילער, טראמפ איז אומגעטוישט ביי 21%.

בלויז פערצן פראצענט פלאנען צו שטימען דריטע פארטיי נאכאמאל אין 2020 און נאך צוועלף פראצענט איז אומבאשלאסן.

https://t.co/XxTN3EYL3h
אטעטשמענטס
Screenshot_20201023-075241.jpg
Screenshot_20201023-075241.jpg (144.66 KiB) געזען 341 מאל
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אין מישיגען צייגט אן EPIC-MRA אנקעטע ביידען מיט א ניין פונקטן אויבערהאנט צווישן ווארשיינליכע וויילער.

Biden (D) 48%
Trump (R) 39%

10/15-10/19
(B+)
600 LV

פענסילוועניע, Muhlenberg College, ביידען 7+.

Biden (D) 51%
Trump (R) 44%

10/13-10/20
(A+)
416 LV
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

נאציאנאל, דארנסייף טרעקינג, ביידען 12+, אומגעטוישט פון נעכטן.

Biden (D) 54%
Trump (R) 42%

10/9-10/22
(B/C)
5278 LV

Global Strategy Group/GBAO שטעלט ביידען פאראויס מיט צען נאציאנאל.

Biden (D) 53%
Trump (R) 43%

10/15-10/19
1000 RV
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די פרעקינג אישו אין פענסילוועניע איז היפש קאמפליצירט... אין א לעצטיגע אנקעטע זאגן 52 קעגן 48 *פענסילוועניע* איינוואוינער אז זיי זענען קעגן פרעקינג! די אינדאסטריע מאכט דארט היפשע חרבנות און עס ברענגט ווייט נישט אזויפיל דזשאבס ווי דאס וואס טראמפ טוט כסדר שרייען.

ביידען קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין וואוט אין פענסילוועניע דעריבער איז אים וויכטיג צו קלאר מאכן אז ער איז נישט קעגן פרעקינג, אבער דאס מיינט נישט אז די אישו איז באמת א געים טשעינדזשער, און אז אויב טראמפ שיקט ארום ווידעאוס - פון ביידען'ס פארגאנגענע סטעיטמענטס - איז פענסילוועניע ביי אים אין טאש.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

טראמפ סקעדזשועל פון היינט:

4:00 - ראלי אין דעם קריטישן געגענט 'פענסעקאלע', אינעם קריטישן שטאט פלארידע.

7:00 - ראלי אין דעם קריטישן געגענט 'די ווילעזשעס', אינעם קריטישן פלארידע.

ביידען'ס סקעדזשועל היינט:

באמערקענגון איבער קאוויד/עקאנאמיע אין דעלעוועיר.

אויב ביידען פארלירט איז קיין ספק אז פון די ערשטע זאכן גייט מען צוריקקומען באטראכטן דעם סקעדזשועל. מען גייט שעלטן און בונטעווען, סגייט זיין טו ליטל טו לעיט.
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יש ברירה האט געשריבן:די פרעקינג אישו אין פענסילוועניע איז היפש קאמפליצירט... אין א לעצטיגע אנקעטע זאגן 52 קעגן 48 *פענסילוועניע* איינוואוינער אז זיי זענען קעגן פרעקינג! די אינדאסטריע מאכט דארט היפשע חרבנות און עס ברענגט ווייט נישט אזויפיל דזשאבס ווי דאס וואס טראמפ טוט כסדר שרייען.

דאס קען מען נישט מעסטן לויט וויפיל זענען פאר און וויפיל דערקעגן. די וואס זענען דערקעגן, על כל פנים רוב, איז דאס נישט די וויכטיגסטע אישו. אבער אויב איז מען אנגעוויזן אין די אינדוסטריע פאר פרנסה, בארירט דאס די בערזל און דאס איז נישט קיין קינדערשפיל.
אין אנדערע ווערטער, צווישן וויילער וואס זאגן אז פרעקינג, און אויל, איז פון זייער דריי וויכטיגסטע אישוס, איז פרא פרעקינג מן הסתם סאך א גרעסערע טייל.
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:

מעגליך א נקודה,

די ציפער איז אבער אזוי קליין אז עס זיכער דא כאטש א באדייטענדע צאל מענטשן, וואס וואוינען דערנעבן די ערטער, וואס האבן פערזענליכע ענווייראמענטלע זארגן, אז אין די ענדע בלייבט מען מיט גאר א קליינע צאל וויילער מער אינעם פרעקינג קאלום. עס זענען שוין געװען עקסידענטן, די ארטיגע עטורני דזשענעראל האט ארויסגעגעבן א שטארק קריטיקירנדע באריכט איבער טייכן און ערטער וואס זיי האבן פארפעסטעט. מענטשן זענען נערוועז דערוועגן.

ווי געשריבן, ביידען קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו עטלעכע הונדערט שטימען, ווער רעדט נאך פון עטליכע טויזנט, עס איז אבער דאך נישט די מעכטיגע אישו וואס מענטשן מיינען עס צו זיין.
לעצט פארראכטן דורך יש ברירה אום פרייטאג אקטאבער 23, 2020 9:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

ניו יארק טיימס קומט ארויס מיט אן אנקעטע אויף טעקסאס

(טשילס טשילס)
Screenshot_20201023-095233.png
Screenshot_20201023-095233.png (540.72 KiB) געזען 651 מאל
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

כאפצעם האט געשריבן:טראמפ סקעדזשועל פון היינט:

4:00 - ראלי אין דעם קריטישן געגענט 'פענסעקאלע', אינעם קריטישן שטאט פלארידע.

7:00 - ראלי אין דעם קריטישן געגענט 'די ווילעזשעס', אינעם קריטישן פלארידע.

ביידען'ס סקעדזשועל היינט:

באמערקענגון איבער קאוויד/עקאנאמיע אין דעלעוועיר.

אויב ביידען פארלירט איז קיין ספק אז פון די ערשטע זאכן גייט מען צוריקקומען באטראכטן דעם סקעדזשועל. מען גייט שעלטן און בונטעווען, סגייט זיין טו ליטל טו לעיט.

דארף זיך נאך אויסריען פינעם דיבעיט

סך הכל פון פאריגע וואך דעם זיבעטן ביז מארגן דעם זיבעטן האט ביידען קאמפיינט 1 טאג (זינטאג)

טראמפ אין די זעלבע צייט האט בלויז נישט קאמפיינט 1 טאג (נעכטן טאג פון דיבעיט)

ווי געשריבן נעכטן גייט טראמפ מארגן אפהאלטן 3 ראליס אין 3 באזינדערע סווינג סטעיטס נארט קאראליינע אהייאו און וויסקאנסין
לעצט פארראכטן דורך שׁעמעדיגער אום פרייטאג אקטאבער 23, 2020 10:15 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פארן דיבעיט האביך נישט געהאט קיין טענות אבער סיריעסלי וואס איז יעצט, נישטא קיין גאז אינעם פליגער? די זעלבע ספיעטש קען ער נישט געבן אין אריזאונע?
בלינצע
שר האלף
תגובות: 1221
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 3:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלינצע »

אולי איז דאס צוליב זיין לויפן פאר'ן סענאט זיץ אין דעלווער...
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13509
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

יש ברירה האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די פרעקינג אישו אין פענסילוועניע איז היפש קאמפליצירט... אין א לעצטיגע אנקעטע זאגן 52 קעגן 48 *פענסילוועניע* איינוואוינער אז זיי זענען קעגן פרעקינג! די אינדאסטריע מאכט דארט היפשע חרבנות און עס ברענגט ווייט נישט אזויפיל דזשאבס ווי דאס וואס טראמפ טוט כסדר שרייען.

ביידען קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין וואוט אין פענסילוועניע דעריבער איז אים וויכטיג צו קלאר מאכן אז ער איז נישט קעגן פרעקינג, אבער דאס מיינט נישט אז די אישו איז באמת א געים טשעינדזשער, און אז אויב טראמפ שיקט ארום ווידעאוס - פון ביידען'ס פארגאנגענע סטעיטמענטס - איז פענסילוועניע ביי אים אין טאש.

דאס קען מען נישט מעסטן לויט וויפיל זענען פאר און וויפיל דערקעגן. די וואס זענען דערקעגן, על כל פנים רוב, איז דאס נישט די וויכטיגסטע אישו. אבער אויב איז מען אנגעוויזן אין די אינדוסטריע פאר פרנסה, בארירט דאס די בערזל און דאס איז נישט קיין קינדערשפיל.
אין אנדערע ווערטער, צווישן וויילער וואס זאגן אז פרעקינג, און אויל, איז פון זייער דריי וויכטיגסטע אישוס, איז פרא פרעקינג מן הסתם סאך א גרעסערע טייל.

מעגליך א נקודה,

די ציפער איז אבער אזוי קליין אז עס זיכער דא כאטש א באדייטענדע צאל מענטשן, וואס וואוינען דערנעבן די ערטער, וואס האבן פערזענליכע ענווייראמענטלע זארגן, אז אין די ענדע בלייבט מען מיט גאר א קליינע צאל וויילער מער אינעם פרעקינג קאלום. עס זענען שוין געװען עקסידענטן, די ארטיגע עטורני דזשענעראל האט ארויסגעגעבן א שטארק קריטיקירנדע באריכט איבער טייכן און ערטער וואס זיי האבן פארפעסטעט. מענטשן זענען נערוועז דערוועגן.

ווי געשריבן, ביידען קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו עטלעכע הונדערט שטימען, ווער רעדט נאך פון עטליכע טויזנט, עס איז אבער דאך נישט די מעכטיגע אישו וואס מענטשן מיינען עס צו זיין.

ס'איז נישט נאר פֿרעקינג, וואס איז נישט פאפולער נאציאנאל. ער האט נעכטן אויך גערעדט ווען אויל אין אלגעמיין. ער האט געזאגט אז ער וויל ענדיגן אויל סובסידיעס (זייער פאפולער נאציאנאל) אוועקגיין פון אויל 'phase out the oil industry' (זייער דראסטיש און נישט פאפולער). נאכדעם האט ער אויסגעקלארט אז דאס איז איבער די נעקסטע צען ביז דרייסיג יאר, אנגעפאנגען מיט טראנספארטאציע ביז 2030 (טוישן צו עלעקטראנישע קארס) און אזוי ווייטער ביזן גענצליך ענדיגן אויל ביי 2050.
קען זיין אז דאס העלפט נאציאנאל מיט יונגע וויילער, אבער דאס גייט אים נישט העלפן אין טעקסאס און אין פענסילוועניע.
ס'איז אן אומגעצווינגענע נעגאטיוו פארן קאמפיין.
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7223
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

נקדימון האט געשריבן:ניו יארק טיימס קומט ארויס מיט אן אנקעטע אויף טעקסאס

(טשילס טשילס)
Screenshot_20201023-095233.png

זיי גייען עס מארגן ארויסגעבן?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקדימון »

באריכטן פארציילן אז בעטא און קאסטרא זענען ברוגז אויף ביידען פארוואס ער האט/טוט שטארק איגנארירן טעקסאס.

מיט די ריזיגער קעש פלאו וואלט ביידען געמעגט טון א סך מער אין טעקסאס טענה'ט ארורק
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

לעצטיגע בילד פון מעקאנעל'ס הענט...
Ek-dVvDW0AE6Hnx.jpeg
Ek-dVvDW0AE6Hnx.jpeg (23.49 KiB) געזען 435 מאל

מעקאנעל זאגט אז עס איז זיך נישט דא וואס צו זארגן. איך קען מיך נאר פאָרשטעלן וויפיל סעגמענטס הענעטי וואלט אוועקגעגעבן ווען ביידען'ס הענט זאל אזוי אויסקוקן.
שׁעמעדיגער
שר האלפיים
תגובות: 2693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 16, 2017 2:38 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שׁעמעדיגער »

נקדימון האט געשריבן:באריכטן פארציילן אז בעטא און קאסטרא זענען ברוגז אויף ביידען פארוואס ער האט/טוט שטארק איגנארירן טעקסאס.

מיט די ריזיגער קעש פלאו וואלט ביידען געמעגט טון א סך מער אין טעקסאס טענה'ט ארורק

אינטערעסאנט

ווען בעטא איז גאלאפן האט מען געהאט גענוי די זעלבע טענות אויף אים
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
שלמה הילדעסהיימער האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:די פרעקינג אישו אין פענסילוועניע איז היפש קאמפליצירט... אין א לעצטיגע אנקעטע זאגן 52 קעגן 48 *פענסילוועניע* איינוואוינער אז זיי זענען קעגן פרעקינג! די אינדאסטריע מאכט דארט היפשע חרבנות און עס ברענגט ווייט נישט אזויפיל דזשאבס ווי דאס וואס טראמפ טוט כסדר שרייען.

ביידען קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין וואוט אין פענסילוועניע דעריבער איז אים וויכטיג צו קלאר מאכן אז ער איז נישט קעגן פרעקינג, אבער דאס מיינט נישט אז די אישו איז באמת א געים טשעינדזשער, און אז אויב טראמפ שיקט ארום ווידעאוס - פון ביידען'ס פארגאנגענע סטעיטמענטס - איז פענסילוועניע ביי אים אין טאש.

דאס קען מען נישט מעסטן לויט וויפיל זענען פאר און וויפיל דערקעגן. די וואס זענען דערקעגן, על כל פנים רוב, איז דאס נישט די וויכטיגסטע אישו. אבער אויב איז מען אנגעוויזן אין די אינדוסטריע פאר פרנסה, בארירט דאס די בערזל און דאס איז נישט קיין קינדערשפיל.
אין אנדערע ווערטער, צווישן וויילער וואס זאגן אז פרעקינג, און אויל, איז פון זייער דריי וויכטיגסטע אישוס, איז פרא פרעקינג מן הסתם סאך א גרעסערע טייל.

מעגליך א נקודה,

די ציפער איז אבער אזוי קליין אז עס זיכער דא כאטש א באדייטענדע צאל מענטשן, וואס וואוינען דערנעבן די ערטער, וואס האבן פערזענליכע ענווייראמענטלע זארגן, אז אין די ענדע בלייבט מען מיט גאר א קליינע צאל וויילער מער אינעם פרעקינג קאלום. עס זענען שוין געװען עקסידענטן, די ארטיגע עטורני דזשענעראל האט ארויסגעגעבן א שטארק קריטיקירנדע באריכט איבער טייכן און ערטער וואס זיי האבן פארפעסטעט. מענטשן זענען נערוועז דערוועגן.

ווי געשריבן, ביידען קען זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו עטלעכע הונדערט שטימען, ווער רעדט נאך פון עטליכע טויזנט, עס איז אבער דאך נישט די מעכטיגע אישו וואס מענטשן מיינען עס צו זיין.

ס'איז נישט נאר פֿרעקינג, וואס איז נישט פאפולער נאציאנאל. ער האט נעכטן אויך גערעדט ווען אויל אין אלגעמיין. ער האט געזאגט אז ער וויל ענדיגן אויל סובסידיעס (זייער פאפולער נאציאנאל) אוועקגיין פון אויל 'phase out the oil industry' (זייער דראסטיש און נישט פאפולער). נאכדעם האט ער אויסגעקלארט אז דאס איז איבער די נעקסטע צען ביז דרייסיג יאר, אנגעפאנגען מיט טראנספארטאציע ביז 2030 (טוישן צו עלעקטראנישע קארס) און אזוי ווייטער ביזן גענצליך ענדיגן אויל ביי 2050.
קען זיין אז דאס העלפט נאציאנאל מיט יונגע וויילער, אבער דאס גייט אים נישט העלפן אין טעקסאס און אין פענסילוועניע.
ס'איז אן אומגעצווינגענע נעגאטיוו פארן קאמפיין.

הגם איך בין איינשטימינג אז די סטעיטמענט אז ער וויל סטאפן אויל איז געוועהן אביסל נישט איבערגעטראכט אבער דא ליגט צווי נקודות איינס ער דארף געווינען שטארק אויך די ליבעראלן און דא האט ער זיי געווארפן א ביינדל וואס זיי לעקןשטארק אפ און זיי זענען שטארק ארויסגעקומען עס באגריסן נישט פארגעסן אז די אינגווארג איז ליבעראל אפי' אין פענסלאועניע אפי' אין טעקסעס
ער האט אויך זייער שטארק ארימגעאעדט איבער די סכנות פון וואוינען נעבן די רעפיינעריס וואס געבן ארויס די פאלושען טראצפס ענטפער אז זיי מאכן אסאך געלט דערפין איז זייער א טשעפעדיגע תירוץ און ווייזט ארויס אז ער האט קיין טראפ מיטגעפיהל משא''כ ביידען האט פארציילט ווי אלס קינד פלעגט ער קענען זעהן טראפנס אויל אויף זיי מאמעס קאר צופרי דאס איז א שטארקע פאלקסישע סטעיטמענט
איז למעשה מיין איך אויב קוקט מען אויף די גאנצע דעבאטע האט זיך עכט גארנישט געטוישט וואס טראמפ האט קריטיש געדארפט און די וואס האלטן אז טראמפ האט געווינען איז עס פשטות נאר אויף די עקספעקטעישן בעיסט אויף די פאריגע דיבעיט אבער אויפן עצם דיבעיט נישט
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די אויל פראגע איז א באזונדערע שמועס... כ'מיין אז עס איז געװען א אומנויטיגע מאמענט. די מאדארעיטער האט ניטאמאל געפרעגט דערוועגן, ביידען וואלט פלעין געקענט בלייבן שטיל.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”