אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

גוט פאריקט
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך גוט פאריקט » פרייטאג מאי 22, 2020 6:40 pm

צוויי נקודות וועגן די ביידן געפס האף איך אז די טראמפ חברה וועלן נישט צופיל בויען דערויף עס קען נאך מיעס בעקפייערן לאמיר זאגן ביי א דעבאטע ווען ער קען אנקומען פריש אויסגעקעמט און טראמפ גרינגערהייט און מידערהייט און ביידען וועט ווייזען אז ער איז פולי דא און וועט זיך נעמען האקן שטיקער וועלן זיך אסאך אויפוועקן און זעהן אז ער איז א ערענסטע קאנדיטאט לדעתי טאקע צוליעב די געדאנק האט ער נאר א מעגליכקייט צו געווינען ביי די דעבאטע פארלירען קען ער שוין נישט ווייל מען וועט זיך פארענטפערן אז דאס איז ער

rutledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

Re:

תגובהדורך rutledge » פרייטאג מאי 22, 2020 6:43 pm

Waukesha האט געשריבן:אביסל אויסקלארען מיין פריערדיג׳ע תגובה, ס׳איז נישט קיין שום שאלה אז ביידען פאררעדט זיך, איך האב שוין אין דעם אשכול געזאגט אז ביידען פאררעדט זיך, נישט נאר יעצט, נאר עכ״פ די לעצטע 12 יאר פאררעדט ער זיך שוין, נאר ס׳האט נישט מיט קאלעכען, ס׳האט מיט דעם וואס זיין מויל לויפט שנעלער פון זיין מח, איך האב געזאגט אז מען רעדט זיך איין אז ער פאררעדט זיך, ווייל אין די קליפ וואס מען האט געהאט געברענגט האט ער זיך נישט פאררעדט.

די ביסט מסביר וויאזוי דימינשע און אלטזהיימערס ארבעט ? לאז דאס פאר דאקטוירים

אביסל טיפער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג מאי 22, 2020 6:43 pm

גוט פאריקט האט געשריבן:צוויי נקודות וועגן די ביידן געפס האף איך אז די טראמפ חברה וועלן נישט צופיל בויען דערויף עס קען נאך מיעס בעקפייערן לאמיר זאגן ביי א דעבאטע ווען ער קען אנקומען פריש אויסגעקעמט און טראמפ גרינגערהייט און מידערהייט און ביידען וועט ווייזען אז ער איז פולי דא און וועט זיך נעמען האקן שטיקער וועלן זיך אסאך אויפוועקן און זעהן אז ער איז א ערענסטע קאנדיטאט לדעתי טאקע צוליעב די געדאנק האט ער נאר א מעגליכקייט צו געווינען ביי די דעבאטע פארלירען קען ער שוין נישט ווייל מען וועט זיך פארענטפערן אז דאס איז ער

האסט א פוינט, און איז דאכצעך מיר געשען ווען גאור האט געטענהט אז בוש האט מורה צו דעבאטירן!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא
האט איהר פראגעס וועגן קרעדיט קארדס פארבינד אייך אין אישי
און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה

Waukesha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Waukesha City, Waukesha County WI

Re: Re:

תגובהדורך Waukesha » פרייטאג מאי 22, 2020 7:03 pm

rutledge האט געשריבן:
Waukesha האט געשריבן:אביסל אויסקלארען מיין פריערדיג׳ע תגובה, ס׳איז נישט קיין שום שאלה אז ביידען פאררעדט זיך, איך האב שוין אין דעם אשכול געזאגט אז ביידען פאררעדט זיך, נישט נאר יעצט, נאר עכ״פ די לעצטע 12 יאר פאררעדט ער זיך שוין, נאר ס׳האט נישט מיט קאלעכען, ס׳האט מיט דעם וואס זיין מויל לויפט שנעלער פון זיין מח, איך האב געזאגט אז מען רעדט זיך איין אז ער פאררעדט זיך, ווייל אין די קליפ וואס מען האט געהאט געברענגט האט ער זיך נישט פאררעדט.

די ביסט מסביר וויאזוי דימינשע און אלטזהיימערס ארבעט ? לאז דאס פאר דאקטוירים


ער קאלעכט נישט, נאר עס זענען דא מענטשן וואס מישן זייערע ווערטער, ער ווייסט וואס ער וויל זאגן, די ווייסט וואס ער וויל זאגן און יעדער פארשטייט אבער די ווערטער זענען אויסגעמישט, באמת געשעט דאס צו יעדער איינער( למשל ווען אבאמא האט געזאגט אלע 57 סטעיטס), נאר ביי ביידען געשענט עס אפטער.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 24, 2020 10:36 am

די ליבערטעריען פארטיי האט נאמינירט פראפעסארין דזשארגענסען אלץ די פארטיי'ס קאנדידאט אין די קומענדיגע פרעזידענטליכע וואלן

זי איז געווען די פארטיי'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט צוריק אין 1996 למספרם
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום זונטאג מאי 24, 2020 10:55 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 24, 2020 10:52 am

די טראמפ ווידערוויילונג קאמפיין האט אונטערגענומען א מיליאן דאלערדיגע דידזשיטאל מידיא רעקלאמע בליץ צו קאפיטאליזירן אויף די קאמענטארן פון דזשאו ביידען וועלכע האט געזאגט אז אויב עימיצער איז נישט זיכער פאר וועם צו שטימען צווישן אים און טראמפ דאן איז יענער זיכער נישט קיין אפריקאנער אמעריקאנער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » זונטאג מאי 24, 2020 4:39 pm

מעיסאן דיקסאן אין מינעסאטע

ביידען 49
טראמפ 44
אומבאשלאסן 7

באקסער בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 12:41 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך באקסער בוים » זונטאג מאי 24, 2020 4:45 pm

הכל הבל האט געשריבן:די טראמפ ווידערוויילונג קאמפיין האט אונטערגענומען א מיליאן דאלערדיגע דידזשיטאל מידיא רעקלאמע בליץ צו קאפיטאליזירן אויף די קאמענטארן פון דזשאו ביידען וועלכע האט געזאגט אז אויב עימיצער איז נישט זיכער פאר וועם צו שטימען צווישן אים און טראמפ דאן איז יענער זיכער נישט קיין אפריקאנער אמעריקאנער

וואס איז די סקאנדאל אין די סטעיטמענט?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » זונטאג מאי 24, 2020 4:52 pm

הכל הבל האט געשריבן:מעיסאן דיקסאן אין מינעסאטע

ביידען 49
טראמפ 44
אומבאשלאסן 7

א 7% שיפט לטובת טראמפ זינט זייער לעצטע אנקעטע.

אין אקטאבער
ביידען 50
טראמפ 38

אוועטאר
פעיק נוז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7281
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מאי 24, 2020 4:58 pm

באקסער בוים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די טראמפ ווידערוויילונג קאמפיין האט אונטערגענומען א מיליאן דאלערדיגע דידזשיטאל מידיא רעקלאמע בליץ צו קאפיטאליזירן אויף די קאמענטארן פון דזשאו ביידען וועלכע האט געזאגט אז אויב עימיצער איז נישט זיכער פאר וועם צו שטימען צווישן אים און טראמפ דאן איז יענער זיכער נישט קיין אפריקאנער אמעריקאנער

וואס איז די סקאנדאל אין די סטעיטמענט?

די זעלבע ווי די פון טראמפ בנוגע אידן וואס שטימען נישט פאר אים.
א 'קאנספיראציע טעאריקער' ווערט אין לשה"ק אנגערופן: מבין דבר מתוך דבר - און דארט איז עס גאר א מעלה.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2735
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג מאי 24, 2020 5:58 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:די טראמפ ווידערוויילונג קאמפיין האט אונטערגענומען א מיליאן דאלערדיגע דידזשיטאל מידיא רעקלאמע בליץ צו קאפיטאליזירן אויף די קאמענטארן פון דזשאו ביידען וועלכע האט געזאגט אז אויב עימיצער איז נישט זיכער פאר וועם צו שטימען צווישן אים און טראמפ דאן איז יענער זיכער נישט קיין אפריקאנער אמעריקאנער

וואס איז די סקאנדאל אין די סטעיטמענט?

די זעלבע ווי די פון טראמפ בנוגע אידן וואס שטימען נישט פאר אים.

די געדענקסט די גאנצע דרשה פון טראמפ דעמאלטס?

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג מאי 24, 2020 11:03 pm

פלארידא ריכטער אורטיילט אז דאס פארלאנגן געוועזענע ארעסטאנטן זאלן באצאלן זייערע פינאנציעלע אבליגאציעס צו די קאורט איידער זיי קענען שטימען, איז קעגן די קאנסטיטוציע. סטעיט ערווארטעט צו אפיעלן.

mosha g
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך mosha g » מאנטאג מאי 25, 2020 12:02 am

טראמפ האט אראפגעטוויט א שטארקע עד פון די ביידן קאמפיין וואס רייסט גאר שטארק אראפ טראמפ פארן גיין פארברענגן אין זיין גאלף קלאב בשעת אמעריקע דערגרייכט הונדערט טויזענט טויטע.
טראמפ פארענטפערט זיך אז ער איז שוין דריי חדשים נישט געגאנגען און ער האט זייער שווער געארבעט בשעת ביידן האט זיך פיין רילעקסט.

קוקט אויס אז טראמפ לאזט שנעל וויסן ווען א קאמפיין עד איז אפעקטיוו, און קומט שנעל ארויס פון די גלייזן ווי געזען ביי די עד. די זעלבע איז געווען מיט א שארפע עד פון די לינקלען פראדזשעקט וואס איז געווען זייער שטארק און שארף און טראמפ האט נישט געקענט סטאפן טוויטן איבער דעם.

ווי געמאלדן שפעיטער דורך איינער פון די פראדשעקט האבן זיי געצאלט פאר פאקס ניוז בלויז פינעף טויזענט דאללער עס זאל לויפן אין וואשינגטאן און זיי האבן געצילט איין מענטש זאל עס זען.... און די אויסברוך האט טאקע נישט געשפעיטיגט און די אינטערנעט און די מידיא זענען געווען ביזי דערמיט און לינקלען פראדשעקט האט אויפגעטריבן מיליונען דאללער און וויאוערס אויף די עד, און זענען געווען זייער צופרידן פון די ביליגע אינוועסטמענט.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 12657
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 25, 2020 2:14 pm

מענטשן מאכן צוויי קאמען טעותים. איינס אז קלינטאן איז אויך געווען אזוי שטארק אין די אנקעטעס, צוויי, אז טראמפ איז געווען אן טרעק צו געווינען פאר קאראנע איז באפאלן.

בנוגע די ערשטע שרייבט הערי ענטען...
Biden's clearly outpacing Clinton's pace. 4 years ago this week, Clinton & Trump were tied. Clinton was at 39% in polls including Gary Johnson. Today, Biden's up 7. He's at 48%, which Clinton never hit in final 6 months. Much less room for Trump to move up https://t.co/O0eGgYUWVC

פיר יאר צוריק: קלינטאן מיט טראמפ טייד, און בײ די אנקעטעס וואס האבן געפרעגט אויך וועגן דזשאנסאן איז קלינטאן געווען אזוי נידעריג ווי 39%.
היינט: ביידן איז העכער מיט 7%, און ער איז בײ 48%, א פלאץ וואס קלינטאן האט קיינמאל געגרייכט אין די לעצטע האלבע יאר.

ער האט אויך אויף דעם א ארטיקל וואס מען קען זעהן אין די לינק.

מען קען דאס זעהן אויף א פשוט'ע אר סי פי עוורידזש גרעף פון דעמאלסט.
20200525_141238.jpg
אר סי פי עוורידזש טראמפ ווס קלינטאן
20200525_141238.jpg (227.99 KiB) געזעהן 358 מאל


בנוגע די צווייטע, אז טראמפ איז געווען היפש אונטער ביידן, פאר קאראנע, אנהויב קאראנע ווען ער האט זיך אביסל געשטארקט, ביי קאראנע, און דערווייל נאך די פיעק פון קאראנע אויך, קען מען פשוט קוקן אויף די אר סי פי עוורידזש גרעף פון די יאר.
20200525_141250.jpg
אר סי פי עוורידזש טראמפ ווס ביידן
20200525_141250.jpg (186 KiB) געזעהן 358 מאל
כל מה דעביד רחמנא, לטב עביד.
אלעס וואס דער דערבארומדיגער טוט, טוט ער צום גוטן.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9972
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 26, 2020 10:25 am

אן אנקעטע פון יוטא

טראמפ 44
ביידען 41

אוועטאר
ביידען2020
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ביידען2020 » דינסטאג מאי 26, 2020 10:37 am

הכל הבל האט געשריבן:אן אנקעטע פון יוטא

טראמפ 44
ביידען 41

אזא אנעקעטע דארף צוטרייסלען דער טראמפ קאמפיין... בפרט אויב עס קומט נאך אנקעטעס אין דער ריכטונג ארויס פון יוטא

יוטא איז פון די רויטסטע סטעיטס אין לאנד, ווער ווייסט אפשר איז יוטא מיט אירע 6 עלעקטארלס די נעקסטע צו גיין אין די טריט פון איר שכן אריזאנע...
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

ביידען, נאוועמבער 2019


קענטאקי
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2020 4:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך קענטאקי » דינסטאג מאי 26, 2020 11:04 am

יוטא גייט נישט אין ערגעץ.
אזא אנקעטע טראגט נישט קיין שום געוויכט, ס'געבט נאר א בעסערע בליק אויף אלע אנדערע אנקעטעס ווי באגלייבט זיי זענען.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מאי 26, 2020 11:27 am

גראדע האט זיך טראמפ אביסל געמוטשעט אין יוטא אין 16' צוליב מוקמולען (ווער געדענקט נאך...), די יוטא חברה האבן אים קיינמאל נישט ליב געהאט. אויב קען ביידען באקומען רוב פון די מוקמולען שטימען און אויך אראפציפען פון טראמפ (טייל דערפון פון וויילער וואס וועלן זיך אננעמען פאר זייער סענעטאר) + די עטליכע פונקטן פון דזשאנסאן, איז ער שוין אין סטרייקינג דיסטענס.

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1632
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 26, 2020 11:32 am

צל עובר האט געשריבן:מענטשן מאכן צוויי קאמען טעותים. איינס אז קלינטאן איז אויך געווען אזוי שטארק אין די אנקעטעס, צוויי, אז טראמפ איז געווען אן טרעק צו געווינען פאר קאראנע איז באפאלן.

בנוגע די ערשטע שרייבט הערי ענטען...
Biden's clearly outpacing Clinton's pace. 4 years ago this week, Clinton & Trump were tied. Clinton was at 39% in polls including Gary Johnson. Today, Biden's up 7. He's at 48%, which Clinton never hit in final 6 months. Much less room for Trump to move up https://t.co/O0eGgYUWVC

פיר יאר צוריק: קלינטאן מיט טראמפ טייד, און בײ די אנקעטעס וואס האבן געפרעגט אויך וועגן דזשאנסאן איז קלינטאן געווען אזוי נידעריג ווי 39%.
היינט: ביידן איז העכער מיט 7%, און ער איז בײ 48%, א פלאץ וואס קלינטאן האט קיינמאל געגרייכט אין די לעצטע האלבע יאר.

ער האט אויך אויף דעם א ארטיקל וואס מען קען זעהן אין די לינק.

מען קען דאס זעהן אויף א פשוט'ע אר סי פי עוורידזש גרעף פון דעמאלסט.
20200525_141238.jpg


בנוגע די צווייטע, אז טראמפ איז געווען היפש אונטער ביידן, פאר קאראנע, אנהויב קאראנע ווען ער האט זיך אביסל געשטארקט, ביי קאראנע, און דערווייל נאך די פיעק פון קאראנע אויך, קען מען פשוט קוקן אויף די אר סי פי עוורידזש גרעף פון די יאר.
20200525_141250.jpg

געבוקמארקט.

טענקס צל

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 26, 2020 11:36 am

יש ברירה האט געשריבן:גראדע האט זיך טראמפ אביסל געמוטשעט אין יוטא אין 16' צוליב מוקמולען (ווער געדענקט נאך...), די יוטא חברה האבן אים קיינמאל נישט ליב געהאט. אויב קען ביידען באקומען רוב פון די מוקמולען שטימען און אויך אראפציפען פון טראמפ (טייל דערפון פון וויילער וואס וועלן זיך אננעמען פאר זייער סענעטאר) + די עטליכע פונקטן פון דזשאנסאן, איז ער שוין אין סטרייקינג דיסטענס.


ער האט זיך פאקטיש געמוטשעט, אדער בלויז האט די מידיע געזאגט אז ער גייט האבן דארט א הארד טיים?
רצונינו לעשות רצוניך.

אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מאי 26, 2020 11:39 am

יוטא און 2016

טראמפ 45.5%
קלינטאן 27.5%
מוקמולען 21.5%

אוועטאר
ביידען2020
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 29, 2019 5:13 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ביידען2020 » דינסטאג מאי 26, 2020 11:42 am

ווען מען שטעלט טראמפ אין 2016 אין יוטא אין קאנטראסט צו עני אנדערע רעפאבליקאנער במשך אלע יאר'ן, האט זיך טראמפ העווי געמיטשעט

ווער ווייסט? אפשר וועלן די יוטא וויילער זיך אנעמען פאר זייער באליבטער ראמני...

@קענטאקי, נאך די 2016 רעזולטאן קען עס מיינען עפעס...
א טעות אין א רעדע איז נאר א טעות, א טעות אין פאליסי איז א חורבן


טראמפ טיילט פאר יעדן צונעמען, לאמיר אים געבן א צינאמען "געוועזענע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן"

ביידען, נאוועמבער 2019


אוועטאר
ר' זעקל
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 7:17 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך ר' זעקל » דינסטאג מאי 26, 2020 11:43 am

אויב ביידען קען נעמען רוב פון מוקמולען'ס שטימען (וואס גייט נישט פאסירען) האט ער שאנסען.

אוועטאר
יש ברירה
שר שמונת אלפים
תגובות: 8760
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מאי 26, 2020 11:44 am

בוידעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:גראדע האט זיך טראמפ אביסל געמוטשעט אין יוטא אין 16' צוליב מוקמולען (ווער געדענקט נאך...), די יוטא חברה האבן אים קיינמאל נישט ליב געהאט. אויב קען ביידען באקומען רוב פון די מוקמולען שטימען און אויך אראפציפען פון טראמפ (טייל דערפון פון וויילער וואס וועלן זיך אננעמען פאר זייער סענעטאר) + די עטליכע פונקטן פון דזשאנסאן, איז ער שוין אין סטרייקינג דיסטענס.


ער האט זיך פאקטיש געמוטשעט, אדער בלויז האט די מידיע געזאגט אז ער גייט האבן דארט א הארד טיים?

ער האט באקוועם געווינען... געמוטשעט מיינעך אז ער איז אריינגעקומען ביי בערך 45% אין פארגלייך צו ראמני'ס 72% און מעקעין'ס 63% אין 08'... מעגליך אז ווען נישט מוקמולען וואלט די אויסגאנג געווען אסאך נענטער.

האקט

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך בוידעם » דינסטאג מאי 26, 2020 11:50 am

יש ברירה האט געשריבן:
בוידעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:גראדע האט זיך טראמפ אביסל געמוטשעט אין יוטא אין 16' צוליב מוקמולען (ווער געדענקט נאך...), די יוטא חברה האבן אים קיינמאל נישט ליב געהאט. אויב קען ביידען באקומען רוב פון די מוקמולען שטימען און אויך אראפציפען פון טראמפ (טייל דערפון פון וויילער וואס וועלן זיך אננעמען פאר זייער סענעטאר) + די עטליכע פונקטן פון דזשאנסאן, איז ער שוין אין סטרייקינג דיסטענס.


ער האט זיך פאקטיש געמוטשעט, אדער בלויז האט די מידיע געזאגט אז ער גייט האבן דארט א הארד טיים?

ער האט באקוועם געווינען... געמוטשעט מיינעך אז ער איז אריינגעקומען ביי בערך 45% אין פארגלייך צו ראמני'ס 72% און מעקעין'ס 63% אין 08'...

האקט


געמוטשעט איז נישט די ריכטיגע אויסדרוק. ראמני האט ברייט געווינען דארט זייענדיג א יוטא'ער. בלייבט איבער עס צו קאמפערן צו מעקעין. נעמענדיג אין באטראכט אז עס איז געלאפן גאנץ א שטארקע דריטע פארטיי קאנדידאט וואס האט אראפגעציפט פון טראמפ א שיינע ביסל פון די שטומען, האט טראמפ שיין געווינען יענע סטעיט.
רצונינו לעשות רצוניך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”