אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » זונטאג מאי 03, 2020 11:43 pm

אביסל טיפער האט געשריבן:איז ווער איז די לינקע ריפארטער וועם די דערמאנסט!

זי הייסט סאשא פעזנעק

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג מאי 03, 2020 11:46 pm

הייסט דאס. נאך א פאלשע מעשה!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » זונטאג מאי 03, 2020 11:51 pm

יויש, אז אור בעלאווד @ותיק וחסיד רעדט שוין אזוי....

איך קלער אבער אז עס איז נאר מחמת צערו, זעהט אויס אז דערווייל דארף ער צוקומען צו אנעפלויעמענט, אבער דער אייבערשטער וועט בקרוב העלפן און ער וועט צוריקבאקומען זיין פרנסה, וועט מען ווייטער זוכה זיין צו זיינע געשמאקע פאזיטיווע תגובות.

חוץ אויב די טויש קומט משום ווייל עס איז נישט דא קיין ראליס, אין אזא פאל איז א פראבלעם, ווייל עס זעהט נישט אויס אז עס וועט אזוי שנעל זיין ראליס.

עס איז באמת א נחת צו ליינען אזאנע פאזיטיווע ראזע תגובות אז אלעס וועט זיין גוט, טראץ גוט אין מיין בוק איז עפעס אנדערש.

א שטייגער די תגובה ווי ער לייגט גאר געשמאק אראפ די קאנסערוואטיווע רעדנער. און די תגובה ווי טראמפ האט 384 עלעקטארעל שטימען וואס איז מקוים געווארן כאטש מיט דעם אז טראמפ האט געווינען. (בדוו, אין יענעם אשכול קען מען דארט קלאר זעהן אז קלינטאן איז נישט געווען עפעס מי יודע ווי שטארק, און געהאט סך הכל 273 עלעקטארס לויט ער סי פי נאו טאסאפ.) די מידטערם תגובות פון א רויטע כוואליע זעה איך נישט פאר וויכטיג צו ברענגען, אבער מען געדענקט נאך די געשמאקע זאפטיגע תגובות.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג מאי 04, 2020 12:09 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » זונטאג מאי 03, 2020 11:53 pm

וואס מיינט גוט אין דיין בוק? אפשר קען איך עפעס קאפיען!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 04, 2020 12:06 am

זייער פשוט, ביי ידידי און ידיד כל בית ישראל @ותיק וחסיד איז גוט ווען טראמפ געווינט, און ביי מיר הייסט גוט ווען טראמפ פארלירט.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:15 am

צו טיף מען דארף ווארטן אז משיח זאל פארענטפערן די שאלה!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 04, 2020 12:36 am

וואס איז אומפארשטענדליך?

ותיק איז א שטארקער רעפאבליקאנער טראמפיסט.

ער פלעגט אלס שרייבן כאילו טראמפ קען נאר געווינען וכדו'.

איך גלייך גאר שטארק זיינע טראמפישע תגובות.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מאי 04, 2020 12:44 am

פארשטייסט נישט אידן האבן אייביג איין אינטערעסן. אין אויב זעהט אויס ווי עס איז דא צוויי קעגן זייטיגע.
וועט משיח עס פארענטפערן!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג מאי 04, 2020 10:34 am

אויב ביידען גייט נישט קענען זיין צוריק געהעריג אויפן קאמפיין טרעיל, דאן האט ער שוואכערע טשאנסן ווי פארקערט.

ווען ער רעדט ביי ראליס רעדט ער לעבעדיג און פריש, שטארק און מעכטיג, און זיינע טעותים ווערן כמעט נישט באמערקט, און 'די פארקאלעכטע זיידע' ספין גיבט זיך נישט איין ווען מען זעט אים לייוו אויפן סטעידזש ביי ראליס.

אבער אויב גייט ער ממשיך זיין נאר פון זיין האלב טונקעלער בעיסמענט וועט זיך דער ספין בעסער איינגעבן, ער זעט אויס עלטער דארט מיט דער שטילער טאן, און האלב פינסטערע בעק ראונד.
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך mosheyahoo » מאנטאג מאי 04, 2020 1:27 pm

[code][/code]
נקדימון האט געשריבן:זי איז גראדע א לינקער ריפארטער פאר אב"ס.

---
דיין תגובה עקלט מיר. קומט איינער און נעמט צוזאם א פארצווייגטער געשעעניש און איז עס שיין מסדר אין א לענגערע תגובה.

האסט עפעס צו צולייגן/ אפצופרעגן מיט א משהו סובסטענץ? I'm here


סתם פאטשקענען אין ענדלאזע צירקלען? לאז מיך ארויס.

די לינקע וואשינגטאן פאוסט ריפט אויף ביידען זיך ארויסציציען פינעם פארמעסט צוליב סקאנדאל

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 04, 2020 1:42 pm

מקור אויף די וואפ"א רופעריי?

@עכטַַ היימיש, פון די אנדערע זייט איז א גרויסע חלק פון טראמפס קאמפיין און טראמפיזם בכלל דאך געבויעט אויף זיינע מאג"א ראליס.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך mosheyahoo » מאנטאג מאי 04, 2020 2:00 pm

צל עובר האט געשריבן:מקור אויף די וואפ"א רופעריי?

@עכטַַ היימיש, פון די אנדערע זייט איז א גרויסע חלק פון טראמפס קאמפיין און טראמפיזם בכלל דאך געבויעט אויף זיינע מאג"א ראליס.

כוויל נישט לייגן א לינק צוליב וואס די סקאנדל איז נישט עפעס וואס באלאנגט דא. לייג אריין אין גוגל Joe Biden וועט עס ארויפקימען

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג מאי 04, 2020 2:29 pm

mosheyahoo האט געשריבן:[code][/code]
נקדימון האט געשריבן:זי איז גראדע א לינקער ריפארטער פאר אב"ס.

---
דיין תגובה עקלט מיר. קומט איינער און נעמט צוזאם א פארצווייגטער געשעעניש און איז עס שיין מסדר אין א לענגערע תגובה.

האסט עפעס צו צולייגן/ אפצופרעגן מיט א משהו סובסטענץ? I'm here


סתם פאטשקענען אין ענדלאזע צירקלען? לאז מיך ארויס.

די לינקע וואשינגטאן פאוסט ריפט אויף ביידען זיך ארויסציציען פינעם פארמעסט צוליב סקאנדאל


מאכט נישט קיין סענס.

קענסט מיר שוקן א לינק אין אישי?

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג מאי 04, 2020 2:33 pm

בעטן א מקור איז א איידעלערע וועג פון זאגן אז עפעס איז נישט אמת.

איך טרעף אז איינע שרייבט סך הכל אזא מיינונג אין די וואפ"א, מיט דעםַ קעפל "ביידן שאלד סטעפ עסייד", ליינען דעם אפיניאן קען איך נישט.

עס איז נישט אז די וואשינגטאן פאוסט רופט פאר אזא דראמאטישע זאך, זיי האבן אפי' נישט ארויסגעטוויט דעם ארטיקל.

כמובן ווען די וואשינגטאן פאוסט רופט אז ביידן זאל ארויסגיין וואלט געווען ותרעד הארץ, דאס וואלט געווען די מעין נייעס.

עס קומט גראדע נישט ארויף בײ מיר ווען איך לייג אריין אין גוגל דזשאו ביידן, קען זיין אז עס ווענדט זיך אין די סערטש היסטאריע. איך האב אבער געטראפן די פארשטופטע ארטיקל דורך אריינלייגן "וואשינגטאן פאוסט ביידן".
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » מאנטאג מאי 04, 2020 2:55 pm

וואלט די וואשינגטאן פאוסט גערופן וואלט עס איבערגעדרייט א וועלט.

סך הכל א שרייבער וואס (שרייבט אינעם ארטיקל איר באליידיגונג מיט ביידען) זאגט אז ביידען זאל אויפגעבן.

דער שרייבער מאכט נישט קיין שום ערענסטער קעיס. דער הויפט ארגומענט "מען טאר נישט סעקרעפייסן א פרוי אז ביידען זאל זיין נאמעני". שרייבט זי אלץ א מיינונג נישט אלץ קיין פאקט.

עניוועי, דער טעמע גייט מסתמא ווערן געמעקט באלד.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מאי 04, 2020 3:05 pm

די וואשינגטאן פאוסט וואלט קיינמאל גערופען ביידן ארויסצוטרעטן פון דעם פארמעסט אפילו ביידן
למשל.... ווארפט א אטאם באמבע אויף אמעריקע!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

mosheyahoo
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 11, 2015 12:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך mosheyahoo » מאנטאג מאי 04, 2020 3:51 pm

צל עובר האט געשריבן:בעטן א מקור איז א איידעלערע וועג פון זאגן אז עפעס איז נישט אמת.

איך טרעף אז איינע שרייבט סך הכל אזא מיינונג אין די וואפ"א, מיט דעםַ קעפל "ביידן שאלד סטעפ עסייד", ליינען דעם אפיניאן קען איך נישט.

עס איז נישט אז די וואשינגטאן פאוסט רופט פאר אזא דראמאטישע זאך, זיי האבן אפי' נישט ארויסגעטוויט דעם ארטיקל.

כמובן ווען די וואשינגטאן פאוסט רופט אז ביידן זאל ארויסגיין וואלט געווען ותרעד הארץ, דאס וואלט געווען די מעין נייעס.

עס קומט גראדע נישט ארויף בײ מיר ווען איך לייג אריין אין גוגל דזשאו ביידן, קען זיין אז עס ווענדט זיך אין די סערטש היסטאריע. איך האב אבער געטראפן די פארשטופטע ארטיקל דורך אריינלייגן "וואשינגטאן פאוסט ביידן".

"ביידן שאלד סטעפ עסייד" מיינט נישט א ריף ער זאל זיך ארויסציען? עניוועי סאיז אקעי

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מאי 04, 2020 3:58 pm

צל עובר האט געשריבן:זייער פשוט, ביי ידידי און ידיד כל בית ישראל @ותיק וחסיד איז גוט ווען טראמפ געווינט, און ביי מיר הייסט גוט ווען טראמפ פארלירט.


האלא האלא האלד איט דארפסט נאך ווארטן אויף פאליק......

ערנסט גערעדט ווער האלט דען אז טראמפ האט יעצט א גרינגע צייט ער פלאגט זיך מיט היסטאריש שווערע צייטן און דורכגאנג

די איינציגסטע גוטע נייעס פאר אים איז אז זיין עפאונטענט איז ביידן

אבער דעס איז אויך א שוואכע נחמה און דאס איז נאך די גרעסטע ווייטאג.......

הר גריזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:34 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הר גריזים » מאנטאג מאי 04, 2020 5:55 pm

שליו ודגים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:זייער פשוט, ביי ידידי און ידיד כל בית ישראל @ותיק וחסיד איז גוט ווען טראמפ געווינט, און ביי מיר הייסט גוט ווען טראמפ פארלירט.


האלא האלא האלד איט דארפסט נאך ווארטן אויף פאליק......

ערנסט גערעדט ווער האלט דען אז טראמפ האט יעצט א גרינגע צייט ער פלאגט זיך מיט היסטאריש שווערע צייטן און דורכגאנג

די איינציגסטע גוטע נייעס פאר אים איז אז זיין עפאונטענט איז ביידן

אבער דעס איז אויך א שוואכע נחמה און דאס איז נאך די גרעסטע ווייטאג.......

די פראבלעם איז אז ער וואלט טאקע אדאנק די קריזיס געקענט זיין א העלד ביי די מאסן, א שטייגער ווי גאווערנער קאומא, און ער האט עס בידים פארפאטשקעט.

שליו ודגים
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 11:00 am

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך שליו ודגים » מאנטאג מאי 04, 2020 6:01 pm

ווען ער האט ווען די מידיע מיט זיך וואלט ער געווען א העלד

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1933

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך אביסל טיפער » מאנטאג מאי 04, 2020 6:56 pm

אויב די דורכגעפאלענע קאומא איז א דאנק די מידיע א העלד. וואלט טראמפ געווען 100 מאל מער!
ווילט איהר פארדינען קעשבעק ווען איהר קויפט אנליין דריקט דא

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 13176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג מאי 05, 2020 11:11 am

איינס פון די חורבנות פון קאראנעוויירוס איז אז אויב ביידן וועט טאקע באזיגן טראמפ, וועט מען זיך אייביג איינרעדן, אז בעצם איז די איינרעדעניש אז טראמפ וועט זיכער געווינען ריעלעקשן יא געווען אמת, נאר וואס דען? קאראנעוויירוס!

ווען בעצם האט עס גארנישט געהאלפן ביידן אין די אנקעטעס דערווייל, אויב עפעס פארקערט.

סך הכל איז טראמפ קודם אביסל ארויף אין די עפראוועל רעיט (אבער קעגן ביידן איז ער אפילו דעמאלטס נישט ארויף), נאכדעם אביסל אראפ, און יעצט אביסל צוריק ארויף שוין אפשר, און עס האלט בערך די זעלבע אדער אביסל העכער ווי פאר קאראנעוויירוס.

ביידן'ס נאציאנאלע ליעד איז געווען די זעלבע אין עוורידזש די לעצטע חודש, ווי די לעצטע יאר!

קען זיין אז טראמפ'ס עפראוועל און וואויט טשויס ציפערן וועלן נאך טראסקענען וועגן זיין נישט ווערן ערוואקסן בעת כזאת, קען זיין אז ער וועט פארלירן אין גאר א ברייטע לענדסלייד וועגן קאראנע, און עס קען נאך זיין פארקערט, אז מען וועט אזוי שיין ארויסקריכן פון די בלאטע, און ער וועט ווערן אן עדאלט, אז דאס וועט אים גאר מאכן אויסקוועטשן א זיג ווי פאריגע מאל.

אבער דערווייל, האט עס איז אים נאך נישט אויסגעמאכט קעגן ביידן.
Goodmorning האט געשריבן:ער ווייסט נישט וואס עס באדייט א העכערע ציל ווי איך. מיך. זיך. מיין געפיל. מיין כבוד. און מיין וואולזיין.

רעגיסטרירט אייך יעצט צו שטימען!

נקדימון
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך נקדימון » דינסטאג מאי 05, 2020 1:19 pm

טראמפ גייט היינט צום ערשטן מאל ארויס פונעם ווייסן הויז נאכן זיין איינגעשפארט פאר א לענגערע וויילע.

טראמפ פארט היינט קיין אריזאנע צו באזוכן א מאסקע פראדוקציע פעקטארי.


דער ערשטער מענטש צו פראטעסטירן איז שוין גרייט.

אן איין מאן פראטעסט...
IMG_20200505_125210.jpg
IMG_20200505_125210.jpg (422.43 KiB) געזעהן 370 מאל


גייט קיין רגע ליידיג ב"ה..
IMG_20200505_125228.jpg
IMG_20200505_125228.jpg (557.79 KiB) געזעהן 370 מאל



ביידען פארט אויך היינט צום ערשטן מאל. ביידען פליעט היינט אויף פלארידע ...ווירטואל.

ביידען גייט אפהאלטן א ווירטואלער איווענט מיט אפריקען-אמעריקען פירער פון פלארידע.

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 06, 2020 10:44 am

רויטערס איפסאס

ביידען 43% (אראפ מיט 2% אין פינף טעג)
טראמפ 41% (ארויף מיט 2%)

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 10606
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך מאי 06, 2020 10:45 am

קאלאראדא אנקעטע

ביידען 53%
טראמפ 35%

היקענלופער 48%
גארדנער (אמטירנדער ר) 31%


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: YandexBot, יישר כח, שכל טוב און 28 געסט