אלגעמיינע וואלן, נאוועמבער 2020

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג מאי 14, 2019 3:56 pm

סקיני ריפיעל איז דורכגעפאלן אין א וואוט וואס 51 וואלט געווען גענוג.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג מאי 14, 2019 4:22 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:צו נאמינירן גארסיטש און קאוואנאוו האט מען געברויכט נאר 50 שטימען (פלאס די וו.פ.)... די זעלבע איז מיט אלע נאמינאציעס, און ער טוט טאקע וואס ער וויל מיטן נאמינאציעס אריינגערעכנט דאס כמעט איבערדרייען די גאנצע פעדעראלע קאורט סיסטעם צו קאנסערוואטיווע ריכטער.

אבער לעגיסלאציעס קען מען נאכנישט לעת עתה דורכפירן מיט 51 שטימען.

יעצט זאג איבער נאכמאל ער קאנטראלירט די סענאט...

טעקס רעפארם איז נישט קיין לעגעסלאציע?

אבאמאקעיר האט מען געהאט 2 בילס, איינס וואס האט שוין געהאט געפעסד די האוז און איינס וואס מ'האט אנגעהויבן אין סענאט, און ביידע זענען דורכגעפאלן אין סענאט נאכן נישט קריגן די פארלאנגטע 51 שטימען, זאג עס מיט מיר: 51.

יעצט זאג איך נאכאמאל: קאנטראלירט די סענאט.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מאי 15, 2019 6:22 pm

מען הייבט שוין ווידער אן רעדן פון טראמפ'ס אזויגערופענע 'דאך'.

New head-to-head 2020 poll numbers in Pennsylvania via Quinnipiac:

Biden 53%, Trump 42%
Sanders 50%, Trump 43%
Warren 47%, Trump 44%
Buttigieg 45%, Trump 44%
Harris 45%, Trump 45%
Trump 46%, O'Rourke 44%

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מאי 15, 2019 10:04 pm

יש ברירה האט געשריבן:סקיני ריפיעל איז דורכגעפאלן אין א וואוט וואס 51 וואלט געווען גענוג.


און אויב טראמפ וואלט געווינען די פאפולער וואוט וואלט מעקעין געשטימט פאר די רעפיעל. וואס?

:twisted:
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 15, 2019 10:15 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:סקיני ריפיעל איז דורכגעפאלן אין א וואוט וואס 51 וואלט געווען גענוג.


און אויב טראמפ וואלט געווינען די פאפולער וואוט וואלט מעקעין געשטימט פאר די רעפיעל. וואס?

:twisted:

גאנץ ווארשיינליך.
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך מאי 15, 2019 10:23 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:סקיני ריפיעל איז דורכגעפאלן אין א וואוט וואס 51 וואלט געווען גענוג.


און אויב טראמפ וואלט געווינען די פאפולער וואוט וואלט מעקעין געשטימט פאר די רעפיעל. וואס?

:twisted:

מעגליך, אדער איינע פון די אנדערע צוויי ניין שטימען פון וועם קיינער רעדט נישט...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:59 pm

@כאפצעם, נאך א זאך מיט וואס איך בין מחולק מיט דיר..

@יש, געטראכט דערפון
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 22, 2019 12:52 am

עס האט ארויסגעליעקט אינטערנעל פאולינג פון די טראמפ קאמפיין וואס צייגט טראמפ אויף געהאקטע צרות אין די ראסט בעלט.

זיין קאמפיין מענעדזשער האט נארוואס ארויסגעלייגט א סטעיטמענט ווי ער שימפט און שעלט אבער דינייד נישט די סובזשעקט זעלבסט...
צוגעלייגטע
20190522_005003.jpg
20190522_005003.jpg (357.35 KiB) געזעהן 1892 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג מאי 28, 2019 7:55 am

דריי באזונדערע מאדעל'ס טוען פאראויסזאגן אז פרעזידענט טראמפ גייט געווינען ווידערוויילונג מיט א שטארקייט אין יאר 020'.

איין מאדעל איז געמאכט געווארן דורכ'ן יעיל פראפעסאר 'רעי פעיר', וועלכער קוקט אויף דעם וואוקס פון דער אמעריקאנער עקאנאמיע און די גאר נידריגע אינפלאציע,
א צווייטער מאדעל איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך 'מארק זענדי' פון "מודיס אנאליטיקס", וואס ער האט געקוקט אויף 12 באזונדערע רעכענונגען און טראמפ געווינט לויט אלע פון זיי,
און דער דריטער מאדעל איז פון 'דאנעלד לוסקין' פון "טרענד מאקראליטיקס", און ער זאגט אויך פאר א טראמפ געווינס.
For all your "TYPING, PRINTING, TRANSLATING, EDITING" solutions contact us
lkkolfis@gmail.com - Email
Tel Us. - 608-561-8545
Tel Ca. - 514-589-8258

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דינסטאג מאי 28, 2019 10:10 am

פעיק נוז האט געשריבן:דריי באזונדערע מאדעל'ס טוען פאראויסזאגן אז פרעזידענט טראמפ גייט געווינען ווידערוויילונג מיט א שטארקייט אין יאר 020'.

איין מאדעל איז געמאכט געווארן דורכ'ן יעיל פראפעסאר 'רעי פעיר', וועלכער קוקט אויף דעם וואוקס פון דער אמעריקאנער עקאנאמיע און די גאר נידריגע אינפלאציע,
א צווייטער מאדעל איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך 'מארק זענדי' פון "מודיס אנאליטיקס", וואס ער האט געקוקט אויף 12 באזונדערע רעכענונגען און טראמפ געווינט לויט אלע פון זיי,
און דער דריטער מאדעל איז פון 'דאנעלד לוסקין' פון "טרענד מאקראליטיקס", און ער זאגט אויך פאר א טראמפ געווינס.

שלעכטע נייעס.
די זעלבע מאדעלן האבן פאראויס געזאגט קלינטאן 16' און ראמני אין 12'
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דינסטאג מאי 28, 2019 10:35 am

אויש... פארוואס?!...

אקעי עט ליעסט העלעך האבן א געווינס אויב טראמפ פארלירט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 14, 2019 3:25 pm

געווען באריכטעט (כ'מיין ני"ט) אז די טראמפ קאמפיין האט דורכגעפירט זײער ערשטע אינטערנעל אנקעטע וועלכע האט געצייגט טראמפ אונטערן וואסער אין וויכטיגע שטאטן.

היינט זאגט ABC אז זיי האבן דערווישט יענע רעזולטאטן, און זיי צייגן ווי פאלגענד

ביידען פאראויס פון טראמפ מיט 16% אין פענסילוועניע
ביידען פאראויס 10% אין וויסקאנסין
ביידען פאראויס 7% אין פלארידע
טראמפ פאראויס מיט 2% אין טעקסעס

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יוני 14, 2019 5:29 pm

טראמפ קאמפיין מענידזשער טענה'ט אז די נומערן זענען אור אלט...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג יוני 16, 2019 12:38 pm

ברעיקינג: די טראמפ קאמפיין פייערט זייער פאולינג פירמע נאך וואס די אומגיסטיגע אינטערנעל אנקעטע נומערן האט געליעקט און פארשאפט בושות.

(שטייצעך נישט פארגעסן אז די אלע נומערן איז פעיק ניוז..)
צוגעלייגטע
20190616_123820.jpg
20190616_123820.jpg (224.48 KiB) געזעהן 1403 מאל
Trumpism is a mental tragedy

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 17, 2019 11:26 am

אין שווארצע נייעס פאר טראמפ פון די טעקסעס פאלל געברענגט אינעם פריימערי אשכול.

וואלסטו געשטימט צו ריעלעקטען טראמפ אין 2020

זיכער יא 39%
מסתּמא יא 11%
מסתּמא נישט 7%
זיכער נישט 43%

דאס איז 50/50 אין טעקסעס....

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1705
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג יוני 17, 2019 11:35 am

יא, איך האב מורא אז איינער פון די דערגרייכונגען פון דעם מעכטיגסטן, גלונגענסטן פרעזידענט אין די היסטאריע וועט זיין העפטיגע קאמפייינען אין טעקסאס.
#טראמפ_עפעקט
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג יוני 17, 2019 12:44 pm

יש ברירה האט געשריבן:אין שווארצע נייעס פאר טראמפ פון די טעקסעס פאלל געברענגט אינעם פריימערי אשכול.

וואלסטו געשטימט צו ריעלעקטען טראמפ אין 2020

זיכער יא 39%
מסתּמא יא 11%
מסתּמא נישט 7%
זיכער נישט 43%

דאס איז 50/50 אין טעקסעס....


געדענק מיר נאך אין 16' ווען טעקסעס איז געווען אין פלעי.....

די חידוש איז נאר אז די שטרענגע געזיכטן אויף די מידיע נעצן דערלערנען זיך נישט.
חוקי רציחה איז אויך ראסיזם. מען זאגט דעם וולד, גיי צוריק פון וואו דו ביסט געקומען.

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 17, 2019 1:39 pm

איך הער וואס דו זאגסט, אבער...

עס איז נישט ממש די זעלבע, אין די צייט וואס אין 2016 האט יעדע אנקעטע געוויזן טראמפ פאראויס, רוב פון זיי גאנץ באקוועם, איז היינט דא צוויי וועלכע ווייזן ביידן מיט א אויבערהאנט

און הגם עס איז נישט די זעלבע זאך, איז אבער די 2018 רעיס געווען גאנץ שמאל און זיכער אין פלעי.
צוגעלייגטע
Screenshot_2019-06-17-13-35-20~2.png
Screenshot_2019-06-17-13-35-20~2.png (64.23 KiB) געזעהן 1206 מאל
Screenshot_2019-06-17-13-36-15~2.png
Screenshot_2019-06-17-13-36-15~2.png (164.48 KiB) געזעהן 1206 מאל

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 17, 2019 1:48 pm

ווייטער קאמפעירסטו א מידטוירם צו א דזשענעראל... דעמאלטס איז געווען בעטא א גלענצענדע קאנדידאט אין א מידטוירם...

וואטעווער...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

טעאריע וואס לעבט
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 08, 2017 11:41 pm

תגובהדורך טעאריע וואס לעבט » מאנטאג יוני 17, 2019 2:13 pm

ער פארגלייכט 2016 צו 2020.

אין טעקסאס 2016 איז טראמפ אריינגעקומען קעגן קלינטאן מיט 2.7 פונקטן שוואכער ווי די דורכשניט פון די אנקעטעס, און לויט דעם וואלט ביידען היינט באזיגט טראמפ דארט מיט 5.2 פונקטן... (ניין, די מידיא דעלערנט זיך נישט...)
מיר בויען טעאריעס לויט די פאקטן, נישט די פאקטן לויט טעאריעס.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 21906
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג יוני 17, 2019 2:50 pm

האסט נישט געזעהן די לעצטע פאראגראף...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6967
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יוני 17, 2019 2:58 pm

און דו האסט נישט באמערקט ווי איך שרייב 'הגם ס'נישט די זעלבע זאך'...

ס'איז טאקע נישט קיין פעסטע באווייז אבער עס צייגט דאך אויף אונזער שמועס. ווען טעקסעס איז סאליד רויט וואלט בעטא נישט געקענט אנציען אזוי שטארק.

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » מאנטאג יוני 17, 2019 3:06 pm

40 שעה פאר די טראמפ ראלי צו עפענען זיין 2020 קאמפיין

און לאנגע שורות ציען זיך שוין אריינצוגיין...

https://www.foxnews.com/politics/trump- ... fore-event

קהל עדתינו
שר חמש מאות
תגובות: 965
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

תגובהדורך קהל עדתינו » מאנטאג יוני 17, 2019 3:27 pm

עולם האמת האט געשריבן:40 שעה פאר די טראמפ ראלי צו עפענען זיין 2020 קאמפיין

און לאנגע שורות ציען זיך שוין אריינצוגיין...

https://www.foxnews.com/politics/trump- ... fore-event

אוי וויי מיט אזעלכע משוגעים גייט מען צום טיש.. (מילא אונז יודעלעך ווארטן אין מאנטיסעלא פון 12 ביינאכט אין ליין פאר אביסל אכטער, נו רעדט מען דאך פון אפאר טאלער...)
וואס איז די פוינט פון שטיין אין די ליין מהאט דאך פארקויפט סיעטס, ניין?

וואס טוט זיך
שר האלף
תגובות: 1209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג יוני 17, 2019 11:50 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:ווייטער קאמפעירסטו א מידטוירם צו א דזשענעראל... דעמאלטס איז געווען בעטא א גלענצענדע קאנדידאט אין א מידטוירם...

וואטעווער...

לייטס געט איט סטרעיט, פארוואס קען מען נישט ברענגען קיין ראיה פון א מידטורם? 2010-2012 יוכיח? דארף מען פארשטיין עס איז אן אנדערע קעיס.


די סוגיא לגבי אבאמא -לדעתי- איז, אבאמא האט ארויסגעשלעפט א גרויסע צאל וויילער וואס וואטן קיינמאל, סיי צו אלס ערשטע שווארצער, אדער געשליפן כאריזמאטיש צינגל ועוד, און זיין געווינס האט אויך גארנישט מיט מעקעין. פאקטיש איז אבער רוב פאלק נישט געווען צופרידן פון אבאמאקעיר, און דעס אז אזא בלויע סטעיט ווי מעסטשוסעס האט ערוועלט א רעפאבליקאנע סענאטאר, נאר צו אנידער שטימען אבאמאקעיר, וואס טאקע צוליב בראונ'ס געוואונס האט מען געמוזט פארדרייען די אבאמאקעיר געזעץ, איז א ראיה אז די עולם איז נישט געווען צופרידן פון דעם.

און טאקע אין 2010 ווען די אלע נייע וויילער האט נישט געוואט ווייל זיי וואטן *קיינמאל*, און נאר אין 2008 לכבוד אבאמא, האבן די דעמאקראטען טאקע מיאוס פארלוירן אין 2010, אלס רעזולטאט אז די פאלק איז נישט צופרידן צופיל מיט די ווירטשאפט.

און אין 2012, האט טאקע אבאמא באוויזן ארויסצוברענגעןן אסאך פון זיינע 'נייע וויילער', אבער ווייל עס איז געווען די צווייטע מאל אבאמא לויפט, האט ער נישט געקענט ארויסשלעפן אלע, ווייל זיי זענען נישט געווען אזוי ענטוזיאסטיש. און א שטארקע ראיה צו דעם, אבאמא איז פון די איינציגסטע צוויי פרעזידענטן וואס האבן געווינען שוואכער זייערע ריעלעקשאן ווי זייער ערשטער מאל!!!

סא 2010 האט יא רעפרעזענטירט וואס די עולם וואס וואט האלט, נאר אבאמא איז געווען אן אויסנאם. דארפסטו זען צו טראמפ האט אויך די 'נייע' וויילער וואס ער שלעפט ארויס. (עס האט נישט דווקא צוטועהן מיט בעסער, ווייל בעסערע פרעזידענטן ווי אבאמא האבן דאס נישט געהאטעס איז פשוט אפאר lucky פאקטן ארום אבאמא.) סא קענסט נישט אינגאנצן אוועקגעמאכן 2018.
איך פרוביר נישט צו גײַן אויף די נערווען, אבער אויב איר האט א פראבלעם וואס, וויאזוי, וויפיל איך שרייב מעלדט מיר שוין איין
---------
טראמפ באלאנגט אין משוגעים הויז, טורמע און אויף דייעט. נישט אין שפיטאל.
ביידען אויף פענסיע.
קרעדיט @שלמה הילדעסהיימער


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 21 געסט