טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2344
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:52 am

יעדער לאנד דארף צו שטייער געבען צו נאטא, ווייניג לענדער באצאלען נישט נאר לאזט אמעריקע מנדב צו זיין ווען מ'דארף נאר, טראמפ וועלעכע איז א קנאפע חסיד פון דער גאנצע נאטא וויל מאכען א סטאפ דערצו, יעדע לאנד דארף דארף צאלן זייער חוב.

דער מעשה איז אזוי, נאטא הוט אםפ געוויסע לענדער, טראמפ האלט אז יעדע לאנד וואס דארף צו קומען צו נאטא דארף צאלן די קאסטן און זוך נישט פארלאזען אז אמעריקא גייט שוין קעיר נעמען פונעם קאסטן.

אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

תגובהדורך פנחס בן חיים » מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:53 am

כאפצעם האט געשריבן:דעפענס ספענדינג פאר נאטא


זיי דארפן עס צירוק צאלן?

ווי הויך איז די באלאנס? העכער ווי מיין גראסערי באלאנס?

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 15, 2017 10:55 am

פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דעפענס ספענדינג פאר נאטא


זיי דארפן עס צירוק צאלן?

ווי הויך איז די באלאנס? העכער ווי מיין גראסערי באלאנס?

I believe so

ווי כ'פארשטיי רעדן זיי נישט פון אלטע חובות, די נאטא לענדער ראנען א יערליכע דעפיציט אין זייער חלק פונעם קאמיטמענט און פון יעצט און ווייטער מוזן זיי באצאלן יעדע פעני.

טראמפ האט דאס שוין געשריגן ביים קאמפיין און אפישעלס האבן דעמאלטס געזאגט אז אזא זאך איז אומרעאליסטיש (לכאורה וויבאלד אסאך פון די נאטא לענדער האבן נישט די בודזשעט דערפאר ) אבער לעטס סי אויב טראמפ באווייזט עס...
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג פאברואר 27, 2017 9:03 pm

נבס עקסקלוסיוו:

פענטעגאן באאמטע געבן איבער פאר נבס ניוז אז נאכן דורכגיין די זאמלונגען פונעם 'תימן רעיד' האט מען נישט געטראפן קיין שום ווערדפולע אינפארמאציע.

די רעיד וואס איז דורכגעפירט געווארן לעצטע חודש האט געקאסט דאס לעבן פון 25 ציווילע אריינגערעכנט 9 קינדער, 14 מיליטאנטן, איין אמעריקאנער קאמאנדא, א 70 מיליאן דאלערדיגע אמעריקאנער העליקאפטער און 4 אמעריקאנער קאמאנדאס פארוואונדעט.

די ארגינעלע טעראריסט וועם מהאט געזיכט האט מען למעשה נישט געפינען דארט און די אינטעלידזשענטס וואס מהאט צוזאמגעקליבן דארט אויף וואס ספייסער האט דאן געזאגט:
"We gathered an unbelievable amount of intelligence that will prevent the potential deaths or attacks on American soil," שטעלט זיך למעשה ארויס צו זיין ווערטלאז.

וואס מאכט אלטימיטלי די גאנצע אקציע: א טאטאלע דורכפאל.

דער אומגעקומענער קאמאנדא'ס פאטער וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט טראמפ וואס האט גורם געווען זיין זוהן'ס טויט פארלאנגט א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס די גאנצע זאך האט אויסגעפעלט, אנרופנדיג די אקציע "סטופיד".
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג פאברואר 28, 2017 10:57 am

די פרעזידענט האט געזאגט היינט און א אינטערוויו אז עס איז יא געווען א הצלחה און מען האט יא געטראפען דארט
די שאלה איז צו דו ווילסט גלייבען די מידיע אז זיי האבען געהערט אז נישט, און אפילו עס איז אמת אז זיי האבען געהערט פון פענטיגאן באמטע ווייסטו נישט פון וועם זיי האבען עס געהערט און צו יענער זאגט אמת
און דא זאגט די פרעזידענט אליין בשם די העכסטע גענעראלען און דיפענס סעקרעטערי
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג פאברואר 28, 2017 10:58 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:און דא זאגט די פרעזידענט אליין

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2824
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דינסטאג פאברואר 28, 2017 11:27 am

כאפצעם האט געשריבן:נבס עקסקלוסיוו:

פענטעגאן באאמטע געבן איבער פאר נבס ניוז אז נאכן דורכגיין די זאמלונגען פונעם 'תימן רעיד' האט מען נישט געטראפן קיין שום ווערדפולע אינפארמאציע.

די רעיד וואס איז דורכגעפירט געווארן לעצטע חודש האט געקאסט דאס לעבן פון 25 ציווילע אריינגערעכנט 9 קינדער, 14 מיליטאנטן, איין אמעריקאנער קאמאנדא, א 70 מיליאן דאלערדיגע אמעריקאנער העליקאפטער און 4 אמעריקאנער קאמאנדאס פארוואונדעט.

די ארגינעלע טעראריסט וועם מהאט געזיכט האט מען למעשה נישט געפינען דארט און די אינטעלידזשענטס וואס מהאט צוזאמגעקליבן דארט אויף וואס ספייסער האט דאן געזאגט:
"We gathered an unbelievable amount of intelligence that will prevent the potential deaths or attacks on American soil," שטעלט זיך למעשה ארויס צו זיין ווערטלאז.

וואס מאכט אלטימיטלי די גאנצע אקציע: א טאטאלע דורכפאל.

דער אומגעקומענער קאמאנדא'ס פאטער וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט טראמפ וואס האט גורם געווען זיין זוהן'ס טויט פארלאנגט א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס די גאנצע זאך האט אויסגעפעלט, אנרופנדיג די אקציע "סטופיד".

25 ציווילע אריינגערעכנט 14 מיליטאנטען איז נישט 25 ציוויליע
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » דינסטאג פאברואר 28, 2017 11:56 am

די מעשה קען זיין עטוואס טיפער

יתכן אז אין די אינטעלידזשענס קאמיונעטי האט מען אפגעמאכט ארויסצוליעקן 'אז מען האט גארנישט געפינען' בלויז צו פארטושן די על קיידא חברה אז זיי זאלן אזוי מיינען

אבער טראמפ נישט קענענדיג פארנעמען קיין קריטיק האט געמוזט זאגן אז מען האט יא געפינען

יתכן.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג פאברואר 28, 2017 12:12 pm

יהודי האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:נבס עקסקלוסיוו:

פענטעגאן באאמטע געבן איבער פאר נבס ניוז אז נאכן דורכגיין די זאמלונגען פונעם 'תימן רעיד' האט מען נישט געטראפן קיין שום ווערדפולע אינפארמאציע.

די רעיד וואס איז דורכגעפירט געווארן לעצטע חודש האט געקאסט דאס לעבן פון 25 ציווילע אריינגערעכנט 9 קינדער, 14 מיליטאנטן, איין אמעריקאנער קאמאנדא, א 70 מיליאן דאלערדיגע אמעריקאנער העליקאפטער און 4 אמעריקאנער קאמאנדאס פארוואונדעט.

די ארגינעלע טעראריסט וועם מהאט געזיכט האט מען למעשה נישט געפינען דארט און די אינטעלידזשענטס וואס מהאט צוזאמגעקליבן דארט אויף וואס ספייסער האט דאן געזאגט:
"We gathered an unbelievable amount of intelligence that will prevent the potential deaths or attacks on American soil," שטעלט זיך למעשה ארויס צו זיין ווערטלאז.

וואס מאכט אלטימיטלי די גאנצע אקציע: א טאטאלע דורכפאל.

דער אומגעקומענער קאמאנדא'ס פאטער וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט טראמפ וואס האט גורם געווען זיין זוהן'ס טויט פארלאנגט א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס די גאנצע זאך האט אויסגעפעלט, אנרופנדיג די אקציע "סטופיד".

25 ציווילע אריינגערעכנט 14 מיליטאנטען איז נישט 25 ציוויליע

נישט אריינגערעכנט
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:32 pm

כאפצעם האט געשריבן:
דער אומגעקומענער קאמאנדא'ס פאטער וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט טראמפ וואס האט גורם געווען זיין זוהן'ס טויט פארלאנגט א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס די גאנצע זאך האט אויסגעפעלט, אנרופנדיג די אקציע "סטופיד".

ווער איז ער עס אנצורופען סטופיד ווען ער ווייסט נישט וואס איז פארגעגאנגען (בכלל זעהט עס מיר מעהר אויס ווי פאליטיק ווי אז ער האלט אז ער איז שילדוג אין די טויט פון זיין זוהן)
עניוועיס דאס איז ספייסער ענטפער נעכטען
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2163
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג פאברואר 28, 2017 3:38 pm

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
דער אומגעקומענער קאמאנדא'ס פאטער וואס האט זיך נישט געוואלט טרעפן מיט טראמפ וואס האט גורם געווען זיין זוהן'ס טויט פארלאנגט א גרינטליכע אויספארשונג פארוואס די גאנצע זאך האט אויסגעפעלט, אנרופנדיג די אקציע "סטופיד".

ווער איז ער עס אנצורופען סטופיד ווען ער ווייסט נישט וואס איז פארגעגאנגען
עניוועיס דאס איז ספייסער ענטפער נעכטען

כמעט אזוי באהאווענט מיט די פאקטן ווי טראמפ בעפארן פרעזידענסי איז געווען מיט די איראן דיעל, איראק קריג, אייסיס מלחמה און סיריע קאנפליקט ווי זיינע געניאלע מיינונגען און דיעות זענען געלופטערט געווארן מיט א זעלטענע קאנפידענץ..
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 28, 2017 7:55 pm

יש ברירה האט געשריבן:די מעשה קען זיין עטוואס טיפער

יתכן אז אין די אינטעלידזשענס קאמיונעטי האט מען אפגעמאכט ארויסצוליעקן 'אז מען האט גארנישט געפינען' בלויז צו פארטושן די על קיידא חברה אז זיי זאלן אזוי מיינען

אבער טראמפ נישט קענענדיג פארנעמען קיין קריטיק האט געמוזט זאגן אז מען האט יא געפינען

יתכן.

די מעשה קען זיין עטוואס טיפער פלאכער.

יתכן אז NBC האט אפגעמאכט צו 'באקומען פענטעגאן ליעקס' אז מען האט גארנישט געטראפן, ווייל עס איז שוין אריבער עטליכע טעג וואס זיי האבן נישט גארנישט ערנסט נעגאטיוו צו באריכטן קעגן טראמפ, און מיט'ן אמת האט עס ווי איך מיט'ן כינעזער פרעזידענט.

אבער יש, נישט קענענדיג... שוין, לאמיר זיך דא אפשטעלן.

יתכן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 28, 2017 8:08 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פנחס בן חיים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:דעפענס ספענדינג פאר נאטא


זיי דארפן עס צירוק צאלן?

ווי הויך איז די באלאנס? העכער ווי מיין גראסערי באלאנס?

I believe so

ווי כ'פארשטיי רעדן זיי נישט פון אלטע חובות, די נאטא לענדער ראנען א יערליכע דעפיציט אין זייער חלק פונעם קאמיטמענט און פון יעצט און ווייטער מוזן זיי באצאלן יעדע פעני.

טראמפ האט דאס שוין געשריגן ביים קאמפיין און אפישעלס האבן דעמאלטס געזאגט אז אזא זאך איז אומרעאליסטיש
קיינמאל געהערט דערוועגן. מקורות ביטע?
(לכאורה וויבאלד אסאך פון די נאטא לענדער האבן נישט די בודזשעט דערפאר )
דער קאמיטמענט איז 2 פראצענט פון די GDP. דאס מיינט אז יעדע לאנד דארף ספענדן לפי גדלו (און וויפיף עס וועט קאסטן עס צו באשיצן).
אבער לעטס סי אויב טראמפ באווייזט עס...
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג פאברואר 28, 2017 8:20 pm

מטעמים האט געשריבן:עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו וויסען ווען דער אגרימענט / דיעל צווישען די צוויי לענדער איז געווארען געמאכט.

אויב איז עס געשעהן אין די לעצטע יאר איז דער אויסטראליע פרעימער זיך אליינס שילדיג ווייל ער האט געמעגט וויסען אז אויב טראמפ געווינט גייט ער זיי נישט אריין לאזען - דאס איז דאך געוועהן א גאנצע צייט זיין סיגניטשער אישו.

טראמפ וואלט אפשר נישט געדארפט שרייען - אבער אפשר האט דער אויסטרעלישער נישט געכאפט די מעסעדזש ביז טראמפ האט אים געגעבן א דייעל טאון.

דער דיעל איז געמאכט געווארן געציילטע וואכן פאר אבאמא איז ארויס פון ווייסן הויז, און דער איינציגער שכל'דיגער ציל דערפון איז געווען אונטערצולייגן נאך פיסלעך פאר טראמפ. (אויב וואלט ער טאקע אזוי שטארק געשוינט די פליטים וואלט ער עס געטון א לאנגע צייט צוריק ווען ער האט נאך געקענט אויספירן דעם זאך עד הסוף, און חוץ מזה וואס האסטו דערפון אז דו ווייסט אז עס קומט אריין א נייער פרעזידענט מיט א 180 דעגרי פארקערטע שיטה אויף אימיגראציע און פליטים און ער גייט פרובירן עס צו אפהאלטן? נאר וואס דען, טאקע דאס וויל איך, וועל איך קענען שרייען אז ער איז א קאלטבלוטיגער רחמנות'לאזער פארשוין.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 05, 2017 8:14 pm

ברעיקינג:

יעצט קומט אריין די נייעס אז נארט קאריע האט דורכגעפירט א פרישע רונדע מיסיל טעסטס אריינשיסענדיג 4 באליסטיק מיסילס א שטרעקע פון 600 מייל גרייכנדיג די יאפאנעזער וואסער גרעניצן.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג מארטש 05, 2017 10:20 pm

כאפצעם האט געשריבן:ברעיקינג:

יעצט קומט אריין די נייעס אז נארט קאריע האט דורכגעפירט א פרישע רונדע מיסיל טעסטס אריינשיסענדיג 4 באליסטיק מיסילס א שטרעקע פון 600 מייל גרייכנדיג די יאפאנעזער וואסער גרעניצן.

סאוט קאריער פרעסע באריכטן געבן אן אז איינס פון די מיסילס איז געווען אן "אינטערקאנטינענטל באליסטיק מיסיל". אויב ווערט עס באשטעטיגט אלס וואר וועט דאס זיין א געים טשעינדזשער.

עס איז געפלויגן דאפעלט די שטרעקע פון די באליסטיק מיסיל טעסט לעצטן חודש.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג מארטש 06, 2017 4:26 am

כאפצעם האט געשריבן:
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:און דא זאגט די פרעזידענט אליין

:lol: :lol: :lol: ;l;p- ;l;p- ;l;p-

און ווי עס שטעלט זיך ארויס איז ''דער פרעזידענט אליין'' מער פארלעסליך ווי אלע 'קרעדיבל סארסעס' פון די מידיע צוזאמען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

ברעיקינג: אמעריקע שיקט מיסיל פארטיידיגונגס סיסטעם קיין דרום קארעא

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 08, 2017 3:32 pm

אין שארפן קאנטראסט צו די פאליסיס פון די אבאמא אדמיניסטראציע, וואס האט פרובירט אפצושלאגן צפון קארעא'ס מיליטערישע אגרעסיעס מיט פארדאמונגען און סאנקציעס, האט דער נייער אמעריקאנער פרעזידענט געטון צו דער זאך, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן נעכטן דינסטאג, בלויז צוויי טעג נאך די לעצטע רונדע פון צפון'ס מיסיל טעסטס, אז אמעריקע האט שוין אנגעהויבן דעם דעפלוימענט פון די אמעריקאנער 'טאאד' אנטי-מיסיל מיסיל סיסטעם קיין דרום קארעא, זיי צו באשיצן פון א מעגליכע אטאקע פון צפון.

דאס אהינשיקן דעם מיסיל סיסטעם האט געדינט ווי א מעסעדזש צו צפון אז די צייטן ווען פראוואקאציעס האבן געקאסט גאר א קנאפע פרייז - אדער בכלל נישט - איז פאריבער. אזוי אויך האט עס געדינט אלס מעסעדזש פאר איר הויפט אליאירטע כינע, וואס וויל זייער שטארק נישט קיין אויסגעברייטערטע אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזנהייט אינ'ם ראיאן, אז עס האט זיך אנגעהויבן א נייע עפאכע, און אויב כינע וויל נישט אמעריקע זאל פארשטערקערן איר אנוועזנהייט און דילן מיט צפון קארעא לויט איר אייגענע פארשטאנד, אן כינע'ס הילף, זאל זי בעסער האלטן צפון אין די ראמען. און כינע האט טאקע אויסגעדרוקט זייער זארג אז ''דאס קען פירן צו א ראיאנאלע וואפן געיעג.'' (זאלן זיי מסביר זיין פארוואס צפון קארעא'ס טעסטס טראגן נישט דעם געפאר...). אבער פון די אנדערע זייט האט כינע אויך שארף אראפגעריסן צפון קארעא צוליב זייער נוקלעארע און מיסיל פראגראמען און טעסטס.

זעהט אויס אז מעשים פארשטייט יעדער.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מיטוואך מארטש 08, 2017 3:40 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:אין שארפן קאנטראסט צו די פאליסיס פון די אבאמא אדמיניסטראציע,


נישט ריכטיג.

די אמעריקאנער רעגירונג האט נאך אונטער באראק אבאמא, געשלאסן אן אפמאך מיט דרום קארעא זיי צו סופלייען א מיסיל שוץ סיסטעם,
אז זיי זאלן זיין גרייט צום געפאר פון די קאמוניסטישע צפון קארעא.

טראמפ פירט עס פשוט אויס.
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 08, 2017 3:48 pm

קען זיין אז דו ביזט גערעכט. איך האב פשוט פרובירט צו ווייזן פאר עטליכע ניקס וויאזוי עס קוקט אויס ווען ביים באריכטן פשוט'ע נייעס מישט מען אריין רעטאריק, געפילן, מיינונגען און טאלקינג פוינטס...

לענינו מאכט עס נישט קיין סאך אויס, ווייל אין אזא האקעלע פלאץ איז א היבשע מהלך פון שליסן אן אפמאך ביז'ן פאקטישן אויספירן (ע''ע רוסישע S300 פאר איראן), איבערהויפט ווען עס קען אנשטרענגען באציאונגען מיט כינע.
דאס ארויסשיקן תיכף נאך די טעסטס ברענגט אז כינע זאל זיין אין א שווערערע פאזיציע צו פארפירן דערקעגן (ווי מ'זעהט אז זיי האבן נישט געקענט שרייען - ווי רוסלאנד האט געטון בנוגע מיסילס אין פוילן - אז מ'מיינט זיי, און זיי האבן געמוזט פראדוצירן דעם לעכערליכן טענה פון וואפן געיעג), און עס שיקט א קלארער, דירעקטער מעסעדזש אז אויב ביזטו נישט גרייט מיטצוארבעטן וועל איך ארבעטן אן דיר - און זיך נישט רעכענען מיט וואס ס'שמעקט דיר יא אדער נישט.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מיטוואך מארטש 08, 2017 3:55 pm

איך האב נישט קיין אהונג פארוואס צפון קארעא זאל זיך דערשרעקן פון כינה, אבער למעשה זעהט עס אויס ווי דער טאקטיג ארבעט,
און פארגאנגענע מאל וואס כינה האט ארויס גערעדט אנקעגן צפון קארעא, איז גלייך דערנאך געווען אין די נייעס איבער א געפלאנטע באזוך פון הויכראנגיגע
צפון מניסטארען וואס ווילן באזוכען דעם ווייסען הויז...

זעהט אויס דער פרעזידענט ווייסט וואס ער טוט.
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 08, 2017 4:02 pm

הער צו האט געשריבן:איך האב נישט קיין אהונג פארוואס צפון קארעא זאל זיך דערשרעקן פון כינה, אבער למעשה זעהט עס אויס ווי דער טאקטיג ארבעט,
און פארגאנגענע מאל וואס כינה האט ארויס גערעדט אנקעגן צפון קארעא, איז גלייך דערנאך געווען אין די נייעס איבער א געפלאנטע באזוך פון הויכראנגיגע
צפון מניסטארען וואס ווילן באזוכען דעם ווייסען הויז...

זעהט אויס דער פרעזידענט ווייסט וואס ער טוט.

עס איז זייער פשוט פארוואס: צפון קארעא איז פון די ארימסטע לענדער אין די וועלט. די איינציגסטע סיבה פארוואס נאכנישט אלע בירגער זענען שטארבן פאר הונגער (עטליכע צענדליג יאר צוריק זענען בערך צען מיליאן מענטשן - א דריטל פונ'ם לאנדס באפעלקערונג - געשטארבן פאר הונגער פשוט כפשוטו) איז צוליב די הילף וואס זי באקומט פון כינע. דאס מיינט אז זי איז גאר גאר שטארק אנגעוואנדן אין כינע, און אויב כינע הייסט איר צו בארואיגן דעם טאן און אויפהערן מיט די שטיקעס וועלן זיי בלית ברירה פאלגן.

די שאלה איז נאר אויב כינע האט זיך שוין טאקע דעשראקן און פארלאנגט פון צפון נאכצולאזן, אדער נאר אין פובליק שפילן זיי אזוי, אבער פריוואט זאגן זיי פאר צפון זיי זאלן זיך אויסלאכן, און עס וועט קאסטן נאך עטליכע אזעלכע 'באלד מאווס' מצד אמעריקע אז זיי זאלן איינזען אז דאסמאל איז עס ערנסט.

ימים ידברו.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
הער צו
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:23 am
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך הער צו » מיטוואך מארטש 08, 2017 4:51 pm

צפון קארעא לעבט נישט אויף כינה'ס חשבן, ס''ה געט כינה א גוטן שטופ, אבער זיי האט אויך אנדערע פריינד ווי למשל איראן און סיריע,
און אפי' כינה וועט אויף הערן מיט איהר'ע שטיצע, קענען זיי נאך אלץ איבער לעבן,

און מיט אזא פירער ווי 'קים יאנג אן' וועט ער לכאו' ענדערש דורך שטופען א שווערע עקנאמיש עפאכע,
ווי איידער זיך צו בייגן צי איינעמ'ס פארלאנג.
דו הערסט מיך?? יא יא, איך 'הער צו'.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7579
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מיטוואך מארטש 08, 2017 5:13 pm

חחחח, איראן און סיריע וואס האבן קוים צו לייגן ברויט אויפן טיש גייען שפייזן אן אנדערע לאנד?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מיטוואך מארטש 08, 2017 5:18 pm

זיי זענען טאקע זייער נאנטע פריינט, אבער קיין געלט באקומט זי נישט פון זיי. לעבן לעבט צפון אויף כינע. אויב כינע זאל איר דראפן איז זי קאפוט גאר שנעל.
Get your facts first, then you can distort them as you please.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אפשר פארקערט, הערשקא, מה ידידות, מזי רעב און 47 געסט