טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג ינואר 01, 2017 2:18 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:ווער נאך ווי הענרי קיסינדזשער ווייסט ווי אזוי צו דרייען מיט די רוסן?


ס'איז נישט צו דיעלן מיט די רוסן, (מיט טראמפ העט מען דארפן אנדערש דרייען ווי מיט אבאמא און מיט אבאמא האט מען אנדערש געדארפט דיעלן ווי מיט בוש) ער האט געדרייעט מיט גארבאטשאוו אדער נאך פריערדיגע, זיי זענען ווייט נישט געווען קיין ספינערס ווי פוטין,

בכלל א. פר"מ פון די צייטונג האט עפעס א אויסטערלישע יראת הכבוד פאר קיסינדשער.
1 + 1 = חלה דעקל...

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2450
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 03, 2017 9:37 pm

ווי אלט איז קיסינזשער? די ניקסאן עפאכע זעהט מיר אויס ווי בעפארן קריג.

אוועטאר
ראשית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:24 am

תגובהדורך ראשית » מיטוואך ינואר 04, 2017 4:44 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:ווי אלט איז קיסינזשער? די ניקסאן עפאכע זעהט מיר אויס ווי בעפארן קריג.

ער איז 93
ניקסאן עפאכע איז געווען בערך 30 יאר נאכן קריג
בשביל התורה שנקרא ראשית, בשביל ישראל שנקרא ראשית

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 16, 2017 7:50 pm

טראמפ רעגירונג אויסערן פאליסי קרישקעלעך:

נאך לענגערע חדשים פון פריינטליכע ווערטער אויסטוישן פון פוטין און טראמפ האט די אריינקומענדע אמעריקאנע גאווערמענט געמאלדן לעצטע וואך אז דער פרעזידענט עלעקט וויל אצינד נעמען די ערשטע פאקטישע שריט אין די באציאונגען און זיך גיין טרעפן מיט פוטין אויסצוארבעטן א דיעל איבער רוסלאנד'ס רעדוצירן זייער נוקליארע וואפן זאפאסן אין אויסטויש פאר אמעריקאנע סאנקציעס ליפטערונג.

היינט האט אבער א הויעכער באאמטער פון די קרעמלין געזאגט פאר די מידיע אז אזא סארט דיעל מאכט בכלל נישט קיין סענס, אז די אמעריקאנע סאנקציעס זענען נישט עפעס וואס ס'לוינט צו איינטוישן מיט רוסלאנד'ס זיכערהייט.

דערווייל האט מען נישט געהערט קיין אנטווארט פונעם טראמפ טראנזישאן אויב די פלענער זענען נאך אין עפעקט.

-----------
דעם זינטאג האט טראמפ אין א אינטערוויו פאר אינטערנאציאנאלע רעפארטער פון דייטשלאנד און ענגלאנד ערקלערט אז ער האלט אז "נאטא" (די 28 לענדער פארבאנד אין שפיץ פון אמעריקא) איז אן אומוויכטיגע זאך אנע שום צוועק.

היינט האט די אפיציעלע ווארטזאגער פאר די דייטשע רעגירונג געזאגט אז דער אמעריקאנער פרעזידענט עלעקט'ס סטעיטמענט איז "ערשטוינענד", צולייגענדיג אז ווי עס זעהט אויס וועלן זיך אסאך לענדער דארפן גיין די אייגענע וועג אן אמעריקא.

דער אריינקומענדיגער פארטיידיגונגס סעקרעטאר 'דזשעימס מעטיס' האט אין זיין סענאט היערינג גערעדט גאנץ אנדערש ווי זיין אויבערהאר זאגענדיג אז נאטא איז די מערסט סוקסעספולע וואונדערליכע אליאנץ אין מאדערן היסטאריע, אויב נישט בכלל אין היסטאריע.

--------

די נייע ענגלישע רעגירונג האט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעקליבן צו גיין מיטן 'שטרענגן' ברעקזיט, דאס הייסט אז עס וועט ווערן אפגעהאקט יעדע סארט פארבינדונג מיטן אייראפעאישן יוניאן אנדערש ווי דער מער מילדערער נוסח ברעקזיט וואס וואלט געלאזט עטוואס באציאונגען.

טראמפ האט רעספאנדעד קענטליך פרייליך צו די מעלדונג זאגענדיג אז ענגלאנד וועט זיין די ערשטע אויף זיין ליסטע מיט וועם ער וועט דורכפירן ספעציעעלע טרעיד דיעלס.
---------

פון טשיינע קומט די נייעס אז די ארטיגע סטעיט ספאנסערד מידיע מעלדן אז די טשיינע רעגירונג גרייט זיך זיך פאר א פולקאמע מיליטערישע קאנפראטאציע מיט די נייע טראמפ אדמיניסטראציע.

דאס קומט נאך עטליכע סטעיטמענטס פון דעם פרעזידענט עלעקט וואס זענען געווען דירעקט געצילט צו אויפרעגן די טשייניזער.
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1956
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מאנטאג ינואר 16, 2017 8:43 pm

וואף! ער איז געווארן א שר חמשת אלפים און הייבט אן גיסן די נייעס שיין און קלאר מיט א סדר! קיעפ אן ;l;p-
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4044
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 16, 2017 11:20 pm

כאפצעם האט געשריבן:צולייגענדיג אז ווי עס זעהט אויס וועלן זיך אסאך לענדער דארפן גיין די אייגענע וועג אן אמעריקא.

#MakeAmericaGreatAgain
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 17, 2017 3:57 am

כאפצעם האט געשריבן:
-----------
דעם זינטאג האט טראמפ אין א אינטערוויו פאר אינטערנאציאנאלע רעפארטער פון דייטשלאנד און ענגלאנד ערקלערט אז ער האלט אז "נאטא" (די 28 לענדער פארבאנד אין שפיץ פון אמעריקא) איז אן אומוויכטיגע זאך אנע שום צוועק.

היינט האט די אפיציעלע ווארטזאגער פאר די דייטשע רעגירונג געזאגט אז דער אמעריקאנער פרעזידענט עלעקט'ס סטעיטמענט איז "ערשטוינענד", צולייגענדיג אז ווי עס זעהט אויס וועלן זיך אסאך לענדער דארפן גיין די אייגענע וועג אן אמעריקא.

דער פראנצויזידשער פרעזידענט פראנסוא האלאנד האט רעאגירט צו טראמפס ווערטער:
"אייראפע דארף נישט קיין עדווייס איר צו זאגן וואס צו טוען, אייראפע וועט אלעמאל זיין גרייט צו זוכן טראנס-אטלאנטיק קאאפעראציע, אבער וועט מאכן באשלוסן אויף 'אירע' אינטערעסן און ווירדן."
זעהט אויס אז כאטש איין אייראפעאישער פירער איז מסכים מיט טראמפ אז נאטא ברענגט גארנישט פאר אמעריקע,ניטאמאל רעכענען זיי זיך מיט וואס אמעריקע האט צו זאגן.

@כאפצעם, ש'כח פאר די הערליכע, מסודר'דיגע באריכטן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 22, 2017 10:40 am

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זיי וועלן נישט גיין צו די פרישע רונדע געשפרעכן אין סיריע, זאגענדיג אז זיי וועלן אנהייבן האנדלען מיט סיריע,רוסלאנד אין עטליכע וואכן ארום נאך וואס די לאקאלע אדמיניסטראציע סעטעלט זיך.

היינט האט סענאט דעמאקראטישע פירער טשאק שומער געמאלדן אז ער גייט די וואך אינטערדוסן א ביי פארטיזן ביל מיט מעקעין און גרעם וואס וועט אוועקנעמען די אטוריטעט פון פרעזידענט טראמפ צו קענען אראפנעמען די רוסישע סאנקציעס.

דערווייל האט מען נאך נישט געהערט קיין קאמאנטאר פונעם ווייסן הויז אבער היינט ביים פרעסע קאנפערענץ וועט ספייסער ווארשיינליך געפרעגט ווערן דערויף, אין פאל ער ערלויבט היינט יא פראגעס פון רעפארטער...
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג ינואר 22, 2017 10:45 am

עס הייסט אז טראמפ גייט מארגן מעלדן אז אמעריקע גייט ריקן די אמבאסאדער פון תל אביב צו ירושלים.
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:14 am

ווי באקאנט האט אמעריקע דורך געפירט א אקציע אין תימן קעגן אל קאידע קעמפער ווי איין נעווי סיעל איז געהארגעט געווארן

די אקציע איז לויט די באריכטן געוועהן גאר קאמפליצירט און איז שוין געוועהן אין פלאן פאר וואכן און טראמפ האט געגעבן די ענטגילטיגע "גרין לייט" דערפאר

אין די אקציע איז געהארגעט געווארן די אכט יעריגע טאכטער פון אל אוולאקי דער באקאנטער פרעדיגער וואס האט גאר אסאך בלוט אויף זיינע טויטע הענט

אבער די פאסירונג האט אויפגעברענגט פראגעס אויב די מיידל איז טאקע געהארגעט געווארן בטעות, אדער איז עס געקומען אויף די דירעקט ארדער פון טראמפ און איינקלאנג מיט זיין קאמפיין פאליסי צו הארגענען די פאמיליעס פון טעראריסטן

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:23 am

איינער האלט טאקע אז טראמפ וועט הייסען טון אזא זאך?
און נאכמער אז מען גייט אים פאלגען?
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:24 am

WOW ער האט געזאגט אז מ'דארף אויסשעכטן די פאמיליעס פון די טעראריסטן פארן בלויזן חטא פון זיין בלוט קרובים פונעם טעראריסט? איך וואונדער מיך אז איך געדענק נישט ס'זאל זיין אן אויפרודער וועגן דעם, (אדער אפשר איז עס פארוואסערט געווארן צווישן אלע אנדערע קאנטראווערסיאלע זאכן וואס ער האט געזאגט?).

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:28 am

דאס האט ער געזאגט

But we're fighting a very politically correct war. And the other thing is with the terrorists, you have to take out their families

"When you get these terrorists, you have to take out their families. They care about their lives, don't kid yourself. But they say they don't care about their lives. You have to take out their families."

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:33 am

יש ברירה האט געשריבן:דאס האט ער געזאגט

But we're fighting a very politically correct war. And the other thing is with the terrorists, you have to take out their families

"When you get these terrorists, you have to take out their families. They care about their lives, don't kid yourself. But they say they don't care about their lives. You have to take out their families."

ספייסער איז געפרעגט געווארן וועגן דעם, און ער האט געזאגט אז דאס מיינט מ'זאל נאכזיכן די גאנצע משפחה אויב זיי זענען אויך טעראריסטן, ווי מ'האט געזען אין סען בענעדינא, א מיין און ווייב, און ביי די באסטאן באמינג, צוויי ברודער, און אסאך אנדערע פעלער, אז די משפחה ארבעט מיט, אבער נישט אז איינער רעדט פון שעדיגן אומשולדיגע מענטשן.

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:49 am

די ביליגע ספינס וואס ספייסער שיסט ארויס רעגט מיך אויף

ניטאמאל טראכט ער צו עס מאכט סענס װאס ער זאגט, סתם געשאסן אין די וועלט אריין, ער אינסאולט יעדענס אינטעלידשענטס

קוק אויף טראמפס סטעיטמענט און די זאג מיר צו ער רעדט פון טעראריסטן

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:56 am

וואס מיינט א ספין כז נישט ביליג? און פארוואס ארויסנעמען אייך פון די כלים? קענסט אפשר פארשטיין אז אנשטאטס צו זאגן אז מיין באסס רעדט מיט אזא סארט ברייטקייט מיט גוזמאות ארויסצוברענגן א פוינט, אנשטאטס גיט ער א ספין אאביסל, ער האט נישט געמיינט דעיס נאר דעיס, שטימט עס יא שטימט עס נישט, פפארוואס זאל עס אבער זיין אזוי אויפרענגנד?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:56 am

זיי מדייק, ער זאגט נישט אז דאס האט ער געזאגט ער זאגט אז דאס האט ער געמיינט צו זאגן (געוואלט זאגן)...
איך האב אויך געלאכט ווען כ'האב געזען דעם ספין, אבער ס'גוט. טעיק מיי עדווייס, געוויין זיך צו צו לאכן פון אזעלכע זאכן, וועסטו האבן אסאך לאכעדיגע מאמענטן אין די נעקסטע פאר יאר, אויב דו וועסט דיך עסן יעדעס מאל וועסטו האבן אסאך הארץ עסעניש.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך פאברואר 01, 2017 12:14 pm

אבער לעניננו עס איז זיכער אז ער האט נישט געמיינט אז מען זאל גיין הארגענען די משפחות און אפילו ווען ער מיינט יא דאס גייט אים קיינער נישט פאלגען
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך פאברואר 01, 2017 12:21 pm

איך וויל נישט דא אריין גיין אין הלכות ספין... אבער עס איז א אַרט...

מען קען ספינען גוט אזש געוויסע וועלן אנהייבן זיין מסופק צו ער האט טאקע דאס געמיינט און אנדערע וועלן זיין איבערצייגט אז עס איז אמת

נאכדעם איז דא אזא ספין וואס יעדער מיטן אויסנאם פון איינער וואס האלט אינמיטן שטורצן זיין מח זעהט גלייך אז נישט דאס האט ער געמיינט

ער זאגט דארט "They care about their lives, don't kid yourself. But they say they don't care about their lives. You have to take out their families."

דאס איז נישט קיין גוזמא אדער סיי וואס, בלויז א קלארע פאליסי צו הארגענען פאמיליע זיי צו מאכן טראכטן נישט אריין צו גיין אין טעראר

אזא ספין וואס ער פארלאזט זיך אז מען וועט נישט טראכטן קיין כי הוא זה איז אין ספייסערס ווערטער "דימארעלייזינג"...

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19264
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מיטוואך פאברואר 01, 2017 3:07 pm

מושך חסד האט געשריבן:זיי מדייק, ער זאגט נישט אז דאס האט ער געזאגט ער זאגט אז דאס האט ער געמיינט צו זאגן (געוואלט זאגן)...
איך האב אויך געלאכט ווען כ'האב געזען דעם ספין, אבער ס'גוט. טעיק מיי עדווייס, געוויין זיך צו צו לאכן פון אזעלכע זאכן, וועסטו האבן אסאך לאכעדיגע מאמענטן אין די נעקסטע פאר יאר, אויב דו וועסט דיך עסן יעדעס מאל וועסטו האבן אסאך הארץ עסעניש.



עקזעקטלי! אבער דאס איז נישט נאר יעצט, דאס איז אייביג אזוי געווען, קוק די קארני פרעסס בריפינגס און קוק וואסערמאן-שולץ... א ספאוקסמאן נעמט מען געווענליך איינער וואס קען גוט די ספין ביזנעס...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך פאברואר 01, 2017 11:54 pm

א פרישע אינטערנאציאנאלע דיפלאמאטישע קריזיס האט אויסגעבראכן דאס מאל מיטן "אוסטראליע" פרעמיער מיניסטער און טראמפ.

די רעדע איז וועגן עטליכע טויזענט רעפיודזשוס ארגינעל פון איראן און סודאן וואס אוסטראליע האט אריינגענימען אויף צייטווייליג און מיט די הילף פונעם יו. ען. געשלאסן אגריעמענטס מיט עטליכע לענדער זיך צו צעטיילן מיט זיי. אמעריקא אונטער די אבאמא אדמיניסטראציע האט געשלאסן אן אפמאך צו ארייננעמען 1,200 פון די רעפיודזשיס נאך א שטארקע וועטינג פראסעס.

די נייע טראמפ בען נעמט אריין סודאן און איראן אבער אינעם עקזעקיוטיוו ארדער איז געווארן אריינגעלייגט א ספעציעלע 'עקזעמפשאן' פאר די אוסטרטליער רעפיודזשיס כדי צו נאכקומען דעם אגריעמענט.

למעשה, איז היינט ערשינען אן עקספלאדירענדע באריכט אינעם וואשינגטאן פאוסט און דורך סי ען ען איבער טראמפ'ס ערשטע טעלעפאון געשפרעך מיטן אוסטראליער פרעמיער מיניסטער דעם פארלאפענעם שבת, א טאג נאכן אונטערשרייבן דעם עקזעקיוטיוו ארדער.

לויט די באריכטן האט דער אוסטראליער פרעמיער מיניסטער פראבירט ארויסצובאקומען א פארזיכערונג פון טראמפ אז ער גייט איינהאלטן דעם אפמאך, טראמפ האט זיך אבער געקשנ'ט אז ער וויל זיי נישט נעמען:

Trump complained that he was "going to get killed" politically by the deal, .

I don't want these people," Trump reportedly said".
Trump also told Turnbull that he had spoken to four world leaders that day and that: "This is the worst call by "far

די טענער אינעם געשפרעך זענען געווארן גאר היציג ביז סאיז געקומען צו א פונקט ווען דער אוסטראליער פריים מיניסטער האט געבעטן צו אריבערגיין רעדן פון אנדערע וויכטיגע ענינים העומדים על הפרק ווי סיריע און איראן אבער טראמפ האט געשלאסן דעם געשפרעך.

די געפלאנטע ארום א שעה טעלעפאון רוף האט זיך געענדיגט נאך 25 מנוט.."

אוסטראליע האט אויפגערידערט מיט די באריכט און געצויגן די העדליינס פון אלע ארטיגע צייטונגען, דער אוסטראליער פרעמיער מיניסטער 'טארבנאול' האט פריער פאררופן א פרעסע קאנפערענץ ווי ער האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט אים פארזיכערט אז די דיעל ווערט איינגעהאלטן. 'טארבנאול' זאגט ער וועט "אויפשטיין פאר אויסטראליער ווירדן אין דער עפענטליקייט און פריוואט" אבער ער האט נישט געוואלט קאמאנטירן אויף די באריכט דירעקט זאגענדיג אז עס איז געווען א פריוואטע שמועס.

דער ווייסע הויז ווארטזאגער 'שאן ספייסער' האט היינט אינמיטן טאג אויך געזאגט אז די אדמיניסטראציע האט מסכים געווען צו אנהאלטן דעם דיעל.

אבער יעצט שפעט ביינאכט מיטן פארעפענטליכן פון דעם באריכט האט טראמפ רעספאנדעט אויף טוויטער:


Do you believe it? The Obama Administration agreed to take thousands of illegal immigrants from Australia. Why? I will study this dumb deal!

וואס מיינט אז די דיפלאמאטישע שפאנונגאיז ווייט פון געלעזט
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4941
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 9:55 am

עס וואלט מיר געוועהן אינטערסאנט צו וויסען ווען דער אגרימענט / דיעל צווישען די צוויי לענדער איז געווארען געמאכט.

אויב איז עס געשעהן אין די לעצטע יאר איז דער אויסטראליע פרעימער זיך אליינס שילדיג ווייל ער האט געמעגט וויסען אז אויב טראמפ געווינט גייט ער זיי נישט אריין לאזען - דאס איז דאך געוועהן א גאנצע צייט זיין סיגניטשער אישו.

טראמפ וואלט אפשר נישט געדארפט שרייען - אבער אפשר האט דער אויסטרעלישער נישט געכאפט די מעסעדזש ביז טראמפ האט אים געגעבן א דייעל טאון.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8313
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג פאברואר 02, 2017 10:32 pm

אוטש:

וועם דייטשע בירגער האלטן אלס באגלייבטע שותף.

נאוועמבער 2016:

אמעריקא %59
רוסלאנד %25

פעבראור 2017:

אמעריקא %22
רוסלאנד %21
צוגעלייגטע
C3tO7urWIAAQWKX.jpg
C3tO7urWIAAQWKX.jpg (9.57 KiB) געזעהן 2330 מאל
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » זונטאג פאברואר 05, 2017 1:22 pm

טראמפ האט זיך היינט פאררעדט איבער פוטין..

די רעפאבלוקאנער ווייסען עס נישט וויאזוי צו שלינגען..

וואס דער עולם גולם האט זיך נאכנישט דערלערנט איז... אז ווען טראמפ איז אין א פעקל (יעצט איז עס די ריכטער'ס פסק) מאכט ער א נייע קאנטערווערסיע אז מען זאל פארגעסן פון די ערשטע...

עלמער זעהן צו עס וועט אים יעצט געלונגען...

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » זונטאג פאברואר 05, 2017 1:25 pm

טאנץ 2 האט געשריבן:טראמפ האט זיך היינט פאררעדט איבער פוטין..

Trump Tells O'Reilly He 'Respects' Putin in Super Bowl Interview


On Sunday, Bill O'Reilly will have a special Super Bowl pre-game interview with President Trump at 4 p.m. ET on your local FOX broadcast station.

In a special preview, Trump revealed his plans for dealing with Russian President Vladimir Putin.

O'Reilly asked Trump whether he "respects" the former KGB agent:

"I do respect him, but I respect a lot of people," Trump said, "That doesn't mean I'm going to get along with him."

Trump said he would appreciate any assistance from Russia in the fight against ISIS terrorists, adding that he would rather get along with the former Cold War-era foe than otherwise.

"But, [Putin] is a killer," O'Reilly said.

"There are a lot of killers," Trump responded, "We've got a lot of killers. What do you think? Our country's so innocent?"

O'Reilly also pressed Trump on whether it is irresponsible for him to make public claims about topics like immigration, without citing facts to back them up.

He pointed to Trump's claim that 3 million illegal aliens allegedly voted in the presidential election, suggesting that large number helped Democratic opponent Hillary Clinton capture the popular vote count.

Trump noted many people agree with his contention that, in states like California, illegal immigrant votes helped Clinton's tally.

"When you see... people who are not citizens and they are the registration rolls... it's a really bad situation," Trump said.
לעצט פאראכטן דורך נגיד אום זונטאג פאברואר 05, 2017 1:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מים שלנו, פארקלאצט, קהלס נאר און 40 געסט