טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:17 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:טראמפ אדמיניסטראציע ארויף געשטעלט סאנקציעס אויף האנג-קאנג פירערין פרוי לאם און נאך 10 אנדערע כינעזע און האנג-קאנג באאמטע, אין רעאקציע צו די לעצטענס אדורכגעפירטע נאציאנאלע זיכערהייט געזעץ.

אין רעאקציע האט טשיינע היינט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף 11 אמערקיאנער באאמטע - צווישן זיי סענאטארן רוביא, קרוז, טומי, האועלי, און קאנגרעססמאן קריס סמיט - די אנדערע זענען מענטשן רעכט אקטיוויסטן.


ווייסעך נישט, איך האב עס שוין באריכטעט דא שוין א חודש צוריק. קען זיין אז עס איז פשוט היינט אריין אין עפעקט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:31 pm

ווי דו שרייבסט דארט זענען יענע סאנקציעס געווען אין רעאקציע צו אמעריקאנער סאנקציעס בנוגע די מוסלעמענער מינאריטעטן.

די היינטיגע זענען אין רעאקציע צו די סאנקציעס בנוגע האנג-קאנג.

- - - - -
גענוי וואס די פרישע וועלן באדייטן איז נישט קלאר!
פרישע כינעזער סאנקציעס קעגן אמעריקאנער באאמטע.jpg
פרישע כינעזער סאנקציעס קעגן אמעריקאנער באאמטע.jpg (54.64 KiB) געזעהן 1489 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

יאנקעל פעדראטשיק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג אוגוסט 10, 2020 4:34 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:
אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:טראמפ אדמיניסטראציע ארויף געשטעלט סאנקציעס אויף האנג-קאנג פירערין פרוי לאם און נאך 10 אנדערע כינעזע און האנג-קאנג באאמטע, אין רעאקציע צו די לעצטענס אדורכגעפירטע נאציאנאלע זיכערהייט געזעץ.

אין רעאקציע האט טשיינע היינט ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף 11 אמערקיאנער באאמטע - צווישן זיי סענאטארן רוביא, קרוז, טומי, האועלי, און קאנגרעססמאן קריס סמיט - די אנדערע זענען מענטשן רעכט אקטיוויסטן.

סאנקציעס אז וואס?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך אוגוסט 12, 2020 9:36 pm

דורכאויס די לעצטע צוויי יאר זענען מיליטערישער סעילס קיין טערקיי געווארן אפגעהאלטן דורך א גרופע געזעצגעבער.

די שטייגער איז אז ווען אמעריקא פארקויפט וואפן'ס - אדער סיי וועלכע מיליטערישער עקוויפמענט - פאר א צווייטע לאנד, וועט עס דורכגיין א לענגערע פראצעדור צווישן די פארשידענע רעגירונג'ס אגענטורן. איינע פון די שטאפלען איז, א איבערזיכט פון די סטעיט דעפארטמענט אויפ'ן דיעל - דורכאויס די צייט וואס די דעפארטמענט קוקט עס איבער, קענען די "פיר עקן" - ד.ה. די פארזיצער און די רענקינג מעמבער'ס פון די האוז און סענאט "אויסערן אנגעלעגנהייטן" קאמיטע'ען - אריינגעבן א פארלאנג פאר די סטעיט דעפארטמענט אפצושטעלן די פארקויפונג.

יעצט ווערט באקאנט אז דורכאויס די לעצטע צוויי יאר - זינט טערקיי האט אגעהויבן זיך באנוצן מיט די רוסישע מיסיל סיטעם'ס - האבן די "פיר עקן" טאקע אויסגענוצמט אט דעי מאכט אפצוהאלטן פארקויפונגען - אריינגערעכענט, צווישן אנדערע, ווען טערקיי האט געזוכט ערלויבעניש צו עקספארטירן ענזשינ'ס פאר פאקיסטאן - אלס טייל פון א אפמאך צווישדן יענע צוויי לענדער - אזוי אויך איז א פארקויף פון F-16 קאמפ'ס פליגער געווארן אפגעהאלטן.

עס איז מעגליך דא נאך פארקויפונגען וואס זענען געווארן געשטערט - אבער די צוויי איז היינט באריכטעט געווארן.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 9:33 pm

אמעריקע האט פארכאפט פיר איראנע שיפען וואס זענען געווען אויף די וועג קיין ווענעזעלע, אמעריקע האט באשולדיגט אז סהאט געטראגען אומלעגאלע אויל קיין ווענעזועלע וואס פארלעצען אמעריקאנע סאנקציעס, לויט באריכטען האט מען עס פארקיווערט צי יוסטען טעקסעס

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:48 pm

באריכטן גיבן אן אז דאס קומט נאך געשפרעכן צווישן די אייגענטומער פון די שיפן - א גריכיש באזירטע פירמע - און די אמעריקאנער רעגירונג.

צוליב וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט די רעכט צו פארכאפן שיפן ווען זיי געפינען זיך אין אינטערנאציאנאלע וואסער'ן - זענען די שיף אייגענטומער איינגעגאנגען צו פארקירעווען די שיפן אריין אין די אמעריקאנע וואסערן, אזוי ארום וועלן זיי פאלן אונטער אמעריקאנע יוריסדיקציע.

- - - -
די פארכאפונג דעקט נאר די אויל אויף די שיפן - נישט די שיפן זעלבסט!
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:55 pm

פארוואס זענען די אייגנטומער פון די שיפן איינגעגאנגען צו ארבעטן מיט אמעריקע, קעגן איראן וואס מאכט ביזנעס מיט זיי?
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
שאשא
שר האלף
תגובות: 1745
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 05, 2020 12:16 am

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך שאשא » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 10:58 pm

מן הסתם האבן זיי מורא פון ארגערע שריט
נא להתפלל עבור " בלומא טויבא בת טראני " לרפואה שלמה

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:08 pm

פעיק ניוז האט געשריבן:פארוואס זענען די אייגנטומער פון די שיפן איינגעגאנגען צו ארבעטן מיט אמעריקע, קעגן איראן וואס מאכט ביזנעס מיט זיי?

ווארשיינליך האט מען זיי געסטראשעט - אדער בלויז מרמז געווען - מיט סאנקציעס
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:50 pm

אינטערעסאנט איז אז אמעריקע האט באקומען א קאורט ארדער צי פארכאפען די אויל, @אלעקסיי די וועסט אפשר וויסען פארוואס ס'ארבעט אזוי?

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:56 pm

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן:באריכטן גיבן אן אז דאס קומט נאך געשפרעכן צווישן די אייגענטומער פון די שיפן - א גריכיש באזירטע פירמע - און די אמעריקאנער רעגירונג.

צוליב וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט די רעכט צו פארכאפן שיפן ווען זיי געפינען זיך אין אינטערנאציאנאלע וואסער'ן - זענען די שיף אייגענטומער איינגעגאנגען צו פארקירעווען די שיפן אריין אין די אמעריקאנע וואסערן, אזוי ארום וועלן זיי פאלן אונטער אמעריקאנע יוריסדיקציע.

- - - -
די פארכאפונג דעקט נאר די אויל אויף די שיפן - נישט די שיפן זעלבסט!

פאריגעס יאר -אדער אפשר דעס יאר?- האט מען פארכאפט א איראנע שיף אויף די וועג קיין סיריע קיין גיבעראלטער, וואס איז געווען די מעשה דארט איז עס אריינגעפארען אין די דארטיגע האפען אדער געווען פארכאפט פון אינטערנאציאנאלע וואסער?

וואס איז טאקע געבליבען דארט? עפעס האבען זיי געמוזט טוישען די פאן אין ציזאגען אז זיי גייען נישט גיין קיין סיריע
לעצט פאראכטן דורך פאלעסיידס אום פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:00 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דאנארשטאג אוגוסט 13, 2020 11:57 pm

יענס איז געווען די ארטיגע טעריטאריאלע וואסערן!

ואסי געבליבן ווייסעך נישט.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:18 am

נאך קרישקעלעך.

קומט יעצט אריין פרטים אז די שיפען האבען געטראגען איבער א מיליאן פעסער (1.1) וואס אויב טשארזשט מען 25 דאלער א פעסעל איז עס איבער 25 מיליאן אמעריקאנע טאלער, הממ.. נישקשה, ווער האט דא שאדען?

לויט פארשידענע באריכטען איז געשען נאך א אינטערעסאנטע זאך וואס גייט לכאורה אויפשאקלען איראן און די וועג וויאזוי זיי טיען ביזנעס די לעצטע שטיק צייט (שמוגלען בלע"ז).
זיי האבען אויסגעלאשען די טרענספאנדער פון די שיף אויף די מיטעללענדישע ים כדי אמעריקע זאל נישט האלטען אן אויג.. און אמעריקע איז געגאנגען אין פארקיווערט די שיף מיט אויסגעלאשענע טרענספאנדערס ביז אמעריקאנע האפען ווען איראן חלומט אז ספארט קיין ווענעזועלע די מעשה איז געשען מאי און אמעריקע האט נישט געפילט וויכטיג צי זאגען ביז יעצט ווי סאיז,

לויט ווי מהאט שוין אביסעל פריער געשריבען דא אויבען אז אמעריקע האט אנגעקאלט פערזענליך די קאפיטאנען אויף עפעס א וועג , אין געזאגט אז זיי ווייסען יעדע דיטעל פון די שיף אין זאלען עס פארקיווערען קיין אמעריקע אונטער די טינקעלקייט פון די אויסגעלאשענע זשי פי עס ווייל אז נישט באקומען זיי אן ארעסט ווארענט ווען זיי ענדיגען אין מען גייט קאנפעסקירען זייערע נכסים, אין ווי אויך האט מען אנגעקאלט די בעלי בתים אין די אינשורענס קאמפעני אין די זעלבע צייט,
לויט פארשידענע קוועלער איז די אקציע נאר א חלק פון א גרעסערע אפאראציע פון אינפארסירען סאנקציעס, מיט שווערע שאדען פאר איראן, לויט דעם וועט איראן נישט קענען מער אויסלעשען זייערע זשי פי עס

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:21 am

פיין פיין!

שכח @פאלעסיידס פאר'ן באריכט.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 12:32 am

פעיק ניוז האט געשריבן:פיין פיין!

שכח @פאלעסיידס פאר'ן באריכט.

די בעסטע אינאך דעם "כי בדבר אשר זדו" - זיי האבן געוואלט אויסשפילן אמעריקא - און די וועלט - מיט'ן אויסלעשן די טרענספאנדער, האט מען עס אויסגענוצט קעגן זיי
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
להגדיל שמו
שר האלפיים
תגובות: 2801
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך להגדיל שמו » פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:52 am

אז איינער קען וואלט עס געווען אן אינטערעסאנטע נושא, די שיף ביזנעס.
מען טוישט בעה"ב, מען פעינט עס איבער, און מען טוישט פענער.
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מוצ"ש אוגוסט 15, 2020 11:49 pm

מייק פאמפעיאו היינט אונטעגעשריבן אן אפמאך מיט די פולישע פרעזידענט צו ערלויבן אן אויסברייטערונג פון אמעריקאנע זעלנער אין לאנד.

דאס איז טייל פון די אדמיניסטארציעס פראוון צו ארומרוקן - ארויסנעמען - זעלנער פון אייראפע'אישע לענדער.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג אוגוסט 16, 2020 1:38 pm

די רעגירונג אין גריכנלאנד וויל אז אמעריקע זאל זיך אריינמישן אינעם באנייטן געפעכט צווישן זיי און טערקיי.

די טערקישע רעגירונג האט אנגעהויבן אויל גראבונגען אינעם מיטללענדישן ים, אין טעריטאריע וואס גריכנלאנד זאגט אז עס באלאנגט פאר איר און זי ווארנט עס אפּצושטעלן מיליטעריש.

א באריכט צייגט אז גריכנלאנד האט זיך געוואנדן צו מדינת ישראל, אז זיי זאלן רעדן מיט'ן אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פּאמפּעיא, אז אמעריקע זאל נעמען א שטייפערע ראלע קעגן טערקיי און פארלאנגען אז די טערקן זאלן אויפהערן גראבן אינעם מיטללענדישן ים זאפארט.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:12 am

פאלעסיידס האט געשריבן:אמעריקע האט פארכאפט פיר איראנע שיפען וואס זענען געווען אויף די וועג קיין ווענעזעלע, אמעריקע האט באשולדיגט אז סהאט געטראגען אומלעגאלע אויל קיין ווענעזועלע וואס פארלעצען אמעריקאנע סאנקציעס, לויט באריכטען האט מען עס פארקיווערט צי יוסטען טעקסעס

Bella.jpg
Bella.jpg (49.96 KiB) געזעהן 841 מאל

Bering.jpg
Bering.jpg (26.94 KiB) געזעהן 841 מאל
לעצט פאראכטן דורך אלעקסיי דער דריטער אום מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:13 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 12:12 am

Pandi.jpg
Pandi.jpg (30.24 KiB) געזעהן 841 מאל
LUNa.jpg
LUNa.jpg (42.02 KiB) געזעהן 840 מאל
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוגוסט 17, 2020 10:02 pm

פארוואס דארף ווענעזועלע איראנער אויל? ווענעזועלע איז פון די גרעסטע אויל עקספארטערס.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:05 am

פרייטאג איז פארמאל אונטערגעשריבן געווארן א אפמאך צווישן אמעריקא און טאייוואן צו ערלויבן דאס פארקויפן פון F-16 פליגער.

דאס איז די ערשטע מאל אין באלד 30 יאר - זינט 1992 - וואס אמעריקא גייט איין צו פארקויפן פארגעשריטענע מיליטערישע געצייג פאר'ן לענדל - אויך קומט עס אין צייט פון שטארקע אנגעצויגענקייט צווישן וואשינגטאן און בעיזשינג (וואס באטראכט טאייוואן אלס איר אייגענטום).
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:13 am

טייוואן האט ביז יעצט נישט געהאט קיין f-16 זייט 1992? טא וואס האבען זיי יא?

אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:43 am

נאופס!

אין 1992 האבן זיי באשטעלט אזא 150 שטיק דערפון - וואס איז געווארן דעלייוערד ביז 2001.

זינט דאן האבן זיי געקויפט אביסל פון פראנקרייך - ווי אויך האבן זיי אינוועסטירט אין אליינס פראדוצירן מיליטערישער פליגער.
"מיט סענס קען מען נישט לעשן נאן-סענס" קרעדיט: חוחי

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10247
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מאנטאג אוגוסט 24, 2020 10:54 am

אין א פרישן שריט צו ענדיגן אמעריקע'ס אנוועזנהייט אין איראק, האבן זיך עטליכע צענדליגער אמעריקאנער און אליאירטע טרופּן אנגעהויבן ארויסציען פון דער טאזשי באזע, נישט ווייט פונעם איראקער הויפּטשטאט באגדאד.

דער שריט איז טייל פון פּרעזידענט טראמפּ'ס פארשפּרעכונג אהיימצוברענגען אלע פארבליבענע טרופּן פון איראק.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Like news, police, חיימאוויטש, יש ברירה, יש לו מנה, משיח, נעם אין אכט, פוילישער קארגער, שטיל און 25 געסט