טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג פאברואר 11, 2020 12:21 pm

פרעזידענט טראמפ וועט פארן קיין אינדיע אויף א באזוך אום פעברואר 24, צום ערשטן מאל אלס פרעזידענט, זיך צו טרעפן מיט געשפרעכן מיט'ן פירער ניראנדרא מאדי.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך פאברואר 12, 2020 11:11 am

די פיליפינער רעגירונג האט געלאזט וויסן פאר אמעריקע, אז זיי וועלן זיך ארויסציען פון אן אפמאך וואס איז ביז יעצט באטראכט געווארן אלס די וויכטיגסטע זאך פאר מיליטערישע קאאפעראציע צווישן די צוויי לענדער.

די רעדע איז פונעם "וויזיטינג פארסעס" אפמאך וואס איז אונטערגעשריבן געווארן אין יאר 998', און דאס ברענגט צושטאנד באזוכן פון אמעריקאנער טרופן, שיפן און פליגערס אין די פיליפינען, און האט שוין אין לויף פון די יארן געפירט צו פילע אמעריקאנער טרענירונגען פאר פיליפינער זעלנער.
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1696
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובהדורך לעכטל » מיטוואך פאברואר 12, 2020 10:58 pm

מערהייט אמעריקאנער בירגער זאגן אז זייער צושטאנד איז יעצט בעסער ווי בעפאר טראמפ איז געווארן פרעזידענט.

דאס קומט פון א נייע אנקעטע וואס צייגט אז 61 פראצענט זאגן אז זייער עקאנאמישע צושטאנד איז אסאך בעסער ווי בעפאר טראמפ איז אריינגעקומען,
און נאר 36 פראצענט זאגן אז זייער צושטאנד איז ערגער.

#קאלמע
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

קאנסילמאן
שר האלפיים
תגובות: 2262
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » מוצ"ש פאברואר 15, 2020 11:39 pm

גייט די וויירוס אין כינע העלפן די אמעריקאנער עקאנעמי, אדער גאר אראפברענגן די עקאנעמי איבער די וועלט?!

כינע דערלייגט יעצט מער וויפל זי האט דערלייגט פון די טראמפ, טאריפ'ס, אבער ביי די טראמפ טאריפ איז כאטש געווען א שטיקעל פלאן, יעצט ביי די וויירוס איז עס הרג חרב ואבדון,

אנטלויפן קאמפאניס פון כינע יעצט? גייט עס האבן א פאזעטיווע עפעקט אויף אמעריקע?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 16, 2020 12:19 pm

די ערשטע פאזע פון דעם לאנג-ערווארטעטער און פארצויגענער דיעל צווישן אמעריקע און די טאליבאן איז ענדליך דערגרייכט געווארן.

אונטער די ערשטער פאזע פונעם דיעל, וועט די טאליבאן ארבעטן צו רעדוצירן געוואלדטאטן און אטאקעס אין אפגאניסטאן, און דאס אמעריקאנער מיליטער וועט האלטן א נאענט אויג דערויף.

אויב וועט די טאליבאן זיך האלטן דערצו, וועט עס פירן דערנאך צו דירעקטע געשפרעכן צווישן די טאליבאן און די אפגאנער רעגירונג, א זאך וואס די טאליבאן האט ביז יעצט נישט געוואלט טאן אויף קיין שום פאל.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג פאברואר 16, 2020 12:20 pm

אן ריס איז אנטשטאנען צווישן דעם בריטישן פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן און דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ.

דזשאנסאן האט געזאלט באזוכן דאס ווייסע הויז קורצליך נאך זיין עלעקשאן געווינס אין דעצעמבער, אבער דער באזוך איז אפגעשיבט געווארן עטליכע מאל, און נעכטן איז באריכטעט געווארן אז דזשאנסאן האט אינגאנצן געקענסלט דעם באזוך.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט אראפגעהאקט דעם טעלעפאן אויף דזשאנסאן צוליב א מיינונגס דיפערענץ איבער האנדלען מיט דער כינעזער וואוועי פירמע.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » זונטאג פאברואר 16, 2020 12:24 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:גייט די וויירוס אין כינע העלפן די אמעריקאנער עקאנעמי, אדער גאר אראפברענגן די עקאנעמי איבער די וועלט?!

כינע דערלייגט יעצט מער וויפל זי האט דערלייגט פון די טראמפ, טאריפ'ס, אבער ביי די טראמפ טאריפ איז כאטש געווען א שטיקעל פלאן, יעצט ביי די וויירוס איז עס הרג חרב ואבדון,

אנטלויפן קאמפאניס פון כינע יעצט? גייט עס האבן א פאזעטיווע עפעקט אויף אמעריקע?


China has now a hard time to do manufacturing as employees are afraid to come down work coming back from vacation
Big companies already announced delays

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 2:47 pm

נאענט צו זיבעצן יאר נאכדעם וואס דאס אמעריקאנער מיליטער האט פארלאזט סאודי אראביע, איז אצינד אמעריקע צוריק מיט א מיליטערישע אנוועזנהייט אין די אראבישע קעניגרייך.

א באריכט אינעם וואל סטריט זשורנאל דערציילט איבער די פרינץ סולטאן לופט באזע אין סאודי אראביע, וואו א גרופע פון בערך צוויי און אהאלב טויזנט אמעריקאנער זעלנער זענען לעצטנס סטאנציאנירט געווארן, אינאיינעם מיט עף-15 פליגערס און מיסיל שוץ באטעריען, און דער ציל פון דער נייער מיסיע איז צו זיין גרייט פאר'ן איראנער געפאר.

דעילי איד
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אהבת השם
שר האלף
תגובות: 1566
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 23, 2018 7:25 pm

תגובהדורך אהבת השם » זונטאג מארטש 01, 2020 4:30 pm

פעיק נוז האט געשריבן:די ערשטע פאזע פון דעם לאנג-ערווארטעטער און פארצויגענער דיעל צווישן אמעריקע און די טאליבאן איז ענדליך דערגרייכט געווארן.

אונטער די ערשטער פאזע פונעם דיעל, וועט די טאליבאן ארבעטן צו רעדוצירן געוואלדטאטן און אטאקעס אין אפגאניסטאן, און דאס אמעריקאנער מיליטער וועט האלטן א נאענט אויג דערויף.

אויב וועט די טאליבאן זיך האלטן דערצו, וועט עס פירן דערנאך צו דירעקטע געשפרעכן צווישן די טאליבאן און די אפגאנער רעגירונג, א זאך וואס די טאליבאן האט ביז יעצט נישט געוואלט טאן אויף קיין שום פאל.

דעילי איד

טראמפ: היינט פאנגט זיך אן דאס ארויס נעמען סאלדאטן פון אפגאניסטאן, נאכ'ן אינטערשרייבן אן אפמאך מיט די טאליבאן. די אפמאך, וועלכע איז געווארן אינטערגעשריבן אין דאָהאַ, פאדערט אז אמעריקאנער זעלנער און אנדערע אויסלענדישע סאלדאטן זאלן איבערלאזן דאס לאנד ביז 14 חדשים, אזוי לאנג ווי די טאליבאן האלט זיך צו א צוזאג פון פארהאנדלן מיט די רעגירונג אין קאבול און באקעמפן אינטערנאציאנאלא דזשיהאדי גרופעס.

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 02, 2020 11:09 am

אהבת השם האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:די ערשטע פאזע פון דעם לאנג-ערווארטעטער און פארצויגענער דיעל צווישן אמעריקע און די טאליבאן איז ענדליך דערגרייכט געווארן.

אונטער די ערשטער פאזע פונעם דיעל, וועט די טאליבאן ארבעטן צו רעדוצירן געוואלדטאטן און אטאקעס אין אפגאניסטאן, און דאס אמעריקאנער מיליטער וועט האלטן א נאענט אויג דערויף.

אויב וועט די טאליבאן זיך האלטן דערצו, וועט עס פירן דערנאך צו דירעקטע געשפרעכן צווישן די טאליבאן און די אפגאנער רעגירונג, א זאך וואס די טאליבאן האט ביז יעצט נישט געוואלט טאן אויף קיין שום פאל.

דעילי איד

טראמפ: היינט פאנגט זיך אן דאס ארויס נעמען סאלדאטן פון אפגאניסטאן, נאכ'ן אינטערשרייבן אן אפמאך מיט די טאליבאן. די אפמאך, וועלכע איז געווארן אינטערגעשריבן אין דאָהאַ, פאדערט אז אמעריקאנער זעלנער און אנדערע אויסלענדישע סאלדאטן זאלן איבערלאזן דאס לאנד ביז 14 חדשים, אזוי לאנג ווי די טאליבאן האלט זיך צו א צוזאג פון פארהאנדלן מיט די רעגירונג אין קאבול און באקעמפן אינטערנאציאנאלא דזשיהאדי גרופעס.


און היינט אטאקירן די טאליבאן ווייטער...
https://twitter.com/AFP/status/1234474988880777219?s=20

art of the deal
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » מיטוואך מאי 06, 2020 1:11 pm

נאך א פארשפעטיגונג וואס האט זיך געשאפן אלס רעזולטאט פונעם קאראנא ווירוס, האבן אמעריקאנער און בריטישע דיפלאמאטן אפיציעל אנגעהויבן פירן געשפרעכן איבער א דירעקטן האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע און ענגלאנד, וואס די בריטישע רעגירונג לייגט א סאך האפענונג דערויף, אז עס וועט ברענגען פאר איר אן עקאנאמישע און דיפלאמאטישע פאראויסשטופ, אצינד אז מען האלט נאכ'ן ברעקזיט.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

נעם אין אכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 400
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 05, 2017 1:18 pm

Re:

תגובהדורך נעם אין אכט » מאנטאג מאי 11, 2020 2:16 pm

קאנסילמאן האט געשריבן:גייט די וויירוס אין כינע העלפן די אמעריקאנער עקאנעמי, אדער גאר אראפברענגן די עקאנעמי איבער די וועלט?!

כינע דערלייגט יעצט מער וויפל זי האט דערלייגט פון די טראמפ, טאריפ'ס, אבער ביי די טראמפ טאריפ איז כאטש געווען א שטיקעל פלאן, יעצט ביי די וויירוס איז עס הרג חרב ואבדון,

אנטלויפן קאמפאניס פון כינע יעצט? גייט עס האבן א פאזעטיווע עפעקט אויף אמעריקע?

הא...?

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מאי 22, 2020 10:51 am

אמעריקאנער רעגירונג באאמטע האבן נעכטן אויפגעדעקט אז פרעזידענט טראמפ וויל אהערשטעלן א נייע אמביציעזע וואפנס קאנטראל אפמאך מיט רוסלאנד און כינע, וואס וועט זוכן צו פארקלענערן די צאל נוקלעארע שפיצן וואס די דריי גרויסמאכטן האבן.

דער "סטארט" אפמאך מיט רוסלאנד און אמעריקע עקספייערט קומענדיגן פעברואר, און טראמפ וויל עס ערזעצן מיט א פיל ברייטערן אפמאך, און די געשפרעכן פאר א נייעם דיעל, וואס וועט אויך ארייננעמען כינע, וועט געפירט ווערן דורך טראמפ'ס נייע וואפנס קאנטראל דיפלאמאט מארשא בילינגסלי.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג מאי 22, 2020 10:52 am

דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט באשטעטיגט באריכטן אז ער פלאנירט ארויסצוציען דאס לאנד פון די "אפענע הימלען" אפמאך וועלכע האט פאר די לעצטע צוואנציג יאר געהאלפן רעדוצירן אנגעצויגנקייט מיט רוסלאנד און אנדערע לענדער.

דער אפמאך ערלויבט די אנגעשלאסענע 35 לענדער דורכצופירן פלי-רייזעס העכער איינער דעם אנדערן'ס טעריטאריע מיט מיליטערישע פליגערס פאר פרידליכע צוועקן, און אמעריקע און רוסלאנד האבן אין לויף פון די יארן שוין דורכגעפירט פילע אזעלכע קעגנזייטיגע רייזעס.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » זונטאג מאי 31, 2020 2:49 pm

פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן געזאגט אז ער וויל אפשיבן די יערליכע "דזשי-7" סאמיט וואס ס'איז היי יאר געסקעדזשועלט אז אמעריקע זאל דינען אלס גאסטגעבער, אז עס זאל ערשט פארקומען אין סעפּטעמבער.

אריגינעל האט עס געדארפט זיין אין יוני, אבער צוליב וואס מ'קען עס נאר דורכפירן ווירטואל וויל עס טראמפּ אפשיבן ביז מ'וועט עס שוין קענען דורכפירן געהעריג אנע צוימונגען.

טראמפּ וויל אויך צולייגן רוסלאנד, אויסטראליע, דרום קארעא און אינדיע צום סאמיט.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 02, 2020 1:15 pm

דער קאנאדישער פּרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט נעכטן געזאגט, אז ער וועט נישט ערלויבן רוסלאנד צו ווערן אנגעשלאסן אין די "דזשי-7" לענדער, ארויסשטעלנדיג זיך קעגן פּרעזידענט טראמפּ וועלכער האט געזאגט אז ער פּלאנירט איינצולאדענען רוסלאנד.

טראמפּ האט פּונקט נעכטן טעלעפאנירט פּוטין אים צו לאדענען צום סאמיט, אבער טרודא זאגט אז רוסלאנד איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער גרופּע צוליב איר אומלעגאלע אנעקסירונג פונעם קרים האלב-אינזל, און רוסלאנד טוט ווייטער פארלעצן אינטערנאציאנאלע געזעצן.

*

די דייטשישע רעגירונג האט געלאזט וויסן פאר דער טראמפּ אדמיניסטראציע, אז זיי וועלן וועטאאירן דאס צולייגן רוסלאנד צום יערליכן "דזשי-7" סאמיט גרופּע.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » פרייטאג יוני 12, 2020 4:02 pm

די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן נייע סאנקציעס קעגן דעם אינטערנאציאנאלן קרימינאלן געריכט אין די האג, האלאנד.

די סאנקציעס זענען ארויפגעשטעלט געווארן דורך אן עקזעקוטיוו ארדער וואס פרעזידענט טראמפ האט אונטערגעשריבן, אין וועלכע עס ווערט דעטאליזירט סאנקציעס קעגן די איינגעשטעלטע און פראקורארן אינעם געריכט וועלכע זענען פארמישט אין אויספארשן באשולדיגונגען אז אמעריקאנער זעלנער זענען באגאנגען מלחמה פארברעכנס אין אפגאניסטאן. אמעריקע זאגט אז דאס גאנצע געריכט האט פארלוירן איר לעגיטימיטעט.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

mosha g
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 10:14 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך mosha g » פרייטאג יוני 12, 2020 4:07 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער קאנאדישער פּרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט נעכטן געזאגט, אז ער וועט נישט ערלויבן רוסלאנד צו ווערן אנגעשלאסן אין די "דזשי-7" לענדער, ארויסשטעלנדיג זיך קעגן פּרעזידענט טראמפּ וועלכער האט געזאגט אז ער פּלאנירט איינצולאדענען רוסלאנד.

טראמפּ האט פּונקט נעכטן טעלעפאנירט פּוטין אים צו לאדענען צום סאמיט, אבער טרודא זאגט אז רוסלאנד איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער גרופּע צוליב איר אומלעגאלע אנעקסירונג פונעם קרים האלב-אינזל, און רוסלאנד טוט ווייטער פארלעצן אינטערנאציאנאלע געזעצן.

*

די דייטשישע רעגירונג האט געלאזט וויסן פאר דער טראמפּ אדמיניסטראציע, אז זיי וועלן וועטאאירן דאס צולייגן רוסלאנד צום יערליכן "דזשי-7" סאמיט גרופּע.

איד דעילי

פוטין זאל נאר נישט אנקומען דארטן...
טראמפ האט געזאגט אז אן פוטין איז עס בארד.

אביסל טיפער
שר האלף
תגובות: 1414
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש ינואר 11, 2020 8:09 pm
לאקאציע: לאנדאן 1934

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך אביסל טיפער » פרייטאג יוני 12, 2020 4:45 pm

mosha g האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:דער קאנאדישער פּרעמיער מיניסטער דזשאסטין טרודא האט נעכטן געזאגט, אז ער וועט נישט ערלויבן רוסלאנד צו ווערן אנגעשלאסן אין די "דזשי-7" לענדער, ארויסשטעלנדיג זיך קעגן פּרעזידענט טראמפּ וועלכער האט געזאגט אז ער פּלאנירט איינצולאדענען רוסלאנד.

טראמפּ האט פּונקט נעכטן טעלעפאנירט פּוטין אים צו לאדענען צום סאמיט, אבער טרודא זאגט אז רוסלאנד איז ארויסגעווארפן געווארן פון דער גרופּע צוליב איר אומלעגאלע אנעקסירונג פונעם קרים האלב-אינזל, און רוסלאנד טוט ווייטער פארלעצן אינטערנאציאנאלע געזעצן.

*

די דייטשישע רעגירונג האט געלאזט וויסן פאר דער טראמפּ אדמיניסטראציע, אז זיי וועלן וועטאאירן דאס צולייגן רוסלאנד צום יערליכן "דזשי-7" סאמיט גרופּע.

איד דעילי

פוטין זאל נאר נישט אנקומען דארטן...
טראמפ האט געזאגט אז אן פוטין איז עס בארד.

איך געדענק נאך די לעצטע מאל וואס פוטין איז געווען ביי די דזשי 7. הא איז געווען לעבעדיג!
ספענט 30$ און באקומט 30$ דורך זיך אויפסיינען דא
און אזוי אויך באקומט איהר קעשבעק ווען איהר קויפט איין נאכן זיך אויפסיינען

"און פארגעסט נישט אז תורה איז די בעסטע סחורה"

שיעלע בהמה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 10, 2019 11:59 am

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך שיעלע בהמה » פרייטאג יוני 12, 2020 5:06 pm

פעיק נוז האט געשריבן:דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט באשטעטיגט באריכטן אז ער פלאנירט ארויסצוציען דאס לאנד פון די "אפענע הימלען" אפמאך וועלכע האט פאר די לעצטע צוואנציג יאר געהאלפן רעדוצירן אנגעצויגנקייט מיט רוסלאנד און אנדערע לענדער.

דער אפמאך ערלויבט די אנגעשלאסענע 35 לענדער דורכצופירן פלי-רייזעס העכער איינער דעם אנדערן'ס טעריטאריע מיט מיליטערישע פליגערס פאר פרידליכע צוועקן, און אמעריקע און רוסלאנד האבן אין לויף פון די יארן שוין דורכגעפירט פילע אזעלכע קעגנזייטיגע רייזעס.

איד דעילי

ני איינמאל מאיז ארויסגעצויגן דערפון קען מען מאכן א נוקלעארע רעדוקציע אפמאך און פשוט און פראסט פייפן דערויף... כמיין, ווער וועט דען זעהן??
חמירא סכנתא מסירה

סאיז נישטא קיין פראבלעם וואס די גאווערמענט קען נישט מאכן ערגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 10773
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג יוני 12, 2020 5:27 pm

געדענקט, די אשכול איז אויך אין נייעס. איצט פארמעקט אפאר תגובות.

פאלעסיידס
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פאלעסיידס » מאנטאג יוני 15, 2020 10:37 pm

און א גענצליך אומערווארטע שריט( אוט אף די בלאו) האט די טראמפ אדמיניסטראציע געשיקט מייק פאמפעי קריטיקירען רוסלאנד פארען אנעקסירען קרימיע א זעקס יאר צירוק און דערקלערט מיט פאטאס "קרימיע איז אוקריינע אין רוסלאנד מוז עס צירוק געבען אן קיין מעשיות" און ספעציעל האט די סעקרעטערי קריטיקירט זייער שארף אנטקעגען וואס רוסלאנד האט זיך גענומען אריינצווינגען די קרימיטשיקעס און מיליטער רוסישע מיליטער (גזירת הקאנטעניסטען) ווי משיקט זיי אפ ווער ווייסט ווי פייטען פוטיןס מלחמות,

(קוקט אויס דער רוס נוצט די קאזאקען צי פייניגען די טאטערען!)
בקיצור פאמפעי האט געמאכט אזא מיני פראטעסט קעגען גזירת גיוס

עקספערטען ווינדערען וואס האט געמאכט טריגערען פאמפעי אזאלעכע שארפע פליצלינגע קריטיק,

ס'דא וואס האלטען אז דעס האט ציטון מיט א קארט קעיס ווי פאניע גנב רודפט עפעס אן אמעריקאנע מארין אין ווי סאיז באקאנט האט די טראמפ אדמיניסטראציע זייער א סענסעטיווע ספאט ווען סקומט צי באפרייען אמעריקאנע בירגער פון אנדערע לענדער און טראמפ קען טון משוגענע זאכען ווען איינער וויל זיך נישט צישטעלען דערצו,

ווי סאיז באקאנט ווי טראמפ האט זיך ציאכמעט מיט דעם מאמולעק פון טערקיי ווען ער האט געהאלטען עפעס א אמעריקאנער משכון ביי זיך, אזש טראמפ איז געווען גרייט ארויפצישליידערען סאנקציעס אויף אנקארא אין ארויסגיין און א פולשטענדיגע האנדעלס קריג מיטן טערק,

סאיז דא וואס האלטען אז סהאט עפעס מיטען רוסישע גאז ליניע -פייפליין- וואס דארף זיך עפענען אין דייטשלאנד וועלכע די טראמפ אדמינסטראציע איז אזוי ארויס פון די גלייזען אז זיי זענען גרייט ארויסצינעמען טויזענטע סאלדאטען פון דייטשלאנד אויב פרוי מערקעל וועט נישט סטאפען מיט די "נאנסענס וועלכע וועט האלטען אייראפע פארמשכונט פאר פוטין" לש"ק פון די פרעזידענט, כלומרשט איז אייראפע זייער בייז אויף פוטינן פארען אריינשטעקען זיינע נעגעל אין קרימיע וויל זיי טראמפ דערמאנען ווער פוטין איז און מיט אזא איינעם מאכט מען נישט קיין דיעלס וועלכע גייט זיי האלטען פארמשכונט ווען אימער סוועט אים אנשמעקען.

אנדערע עקספערטס האלטען אז פאמפעי איז זייער בייז פאר די ווילדע ראיאטען אין ראסע אנגעצויגענקייט העצע קעגען די פאליציי און די פלייץ פון די קראנא וויירוס אינפארמעישען (די לעצטע איז מיטען ציל צי שעדיגען די עקאנאמיע מיט פאלשע ענדלאזע פאניק אין פאלשע קלאנגע) וועלכע האבען זיך זייער געשטארקט די לעצטע פאר חדשים אין באפארברייטונג צום וואל יאר (מהאלט מיר יעצט אינמיטען קאאלאזשעין?) די פארדאכטען ווערען מער אין מער באשטעטיגט דורך די צענדליגע שפינאזש אגענטורען אז דא קומט פאר א מעכטיגע קארדענירטע קאמפיין אויף די סאשעל זייטלעך, (פעיסבוק האט באזייטיגט די וויקענד כמעט 4000 רוסישע געפירטע פאלשע אקאנטס ) אין און לויט דעם איז דעס די ענטפער פון די טראמפ אדמינסטראציע,

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דאנארשטאג יוני 18, 2020 12:02 pm

די אמעריקאנער רעגירונג האט נעכטן געמאלדן א סעריע נייע שטייפע סאנקציעס אויף דעם רעזשים פון באשאר אסאד אין סיריע.

די טראמפּ אדמיניסטראציע האט גענוצט נייע אויטאריטעט וואס קאנגרעס האט איר געגעבן אונטער א ביל וואס איז דורכגעפירט געווארן פאראיאר, אז מען זאל קענען ארויפשטעלן ברייטע און ווייטגרייכנדע סאנקציעס אויף דעם רעזשים.

סעקרעטערי אוו סטעיט פאמפעיא האט געמאלדן די נייע סאנקציעס און געזאגט אז עס וועט צילן אסאד'ס פרוי און איר ברודער א גענעראל פאר אסאד, און אויך עטליכע ביזנעסלייט מיט באציאונגען און פארבינדונגען אין דעם רעזשים.

איד דעילי

#אמעריקע פורסט
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 23, 2020 1:06 pm

נוקלעארע געשפּרעכן צווישן אמעריקע און רוסלאנד האבן זיך נעכטן אנגעהויבן אין וויען, עסטרייך, און דיפּלאמאטן פון ביידע לענדער האבן נאר געלאזט פאלן גאר קורצע און געמאסטענע קאמענטארן איידער זיי האבן זיך געטראפן.

דערווייל איז אפילו נישט קלאר גענוי וואספארא טעמעס עס וועלן אויסגעשמועסט ווערן ביי די געשפּרעכן, נאר מען ווייסט אזויפיל אז די טעמע פון נוקלעארע וואפנס גייען זיין אויפן טיש. "מיר וועלן זען", האט דער אמעריקאנער דיפּלאמאט מארשאל בילינגסלי געזאגט ווען מ'האט געפרעגט דעטאלן.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרת אלפים
תגובות: 10423
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

Re: טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

תגובהדורך פעיק ניוז » דינסטאג יוני 23, 2020 1:12 pm

פּרעזידענט טראמפּ האט נעכטן זיך פּרובירט צו דערווייטערן פון זיינע אייגענע קאמענטארן איבער'ן ווענעזועלע דיקטאטור ניקאלעס מאדורא.

טראמפּ האט געהאט געזאגט אין אן אינטערוויו נעכטן אויפדערנאכט אז ער איז נישט אזוי זיכער מיט זיין אדמיניסטראציע'ס באשלוס צו אנערקענען מאדורא'ס אפּאזיציע פירער הואן גאאידא אלס לעגיטימער פּרעזידענט, און אויך אז ער וואלט געווען גרייט זיך צו טרעפן מיט מאדורא.

טראמפּ קאמפּיין באאמטע האבן הונטער די קוליסן פארפירט אז אזעלכע פּרא-מאדורא קאמענטארן קען שאטן ביי וויילער אין פלארידע, און דעריבער האט טראמפּ נעכטן צוריקגעצויגן טיילווייז און געזאגט שארף אז ער איז אויסגעשפּראכן קעגן מאדורא'ס סאציאליזם.

איד דעילי
Typing / Editing / Translating / Layout / Printing

פארבינדט אייך צו: Fakenewsivelt@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט