טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:25 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דאס הערט מען נאכדעם מ'האט מבטל געוען אבאבמא'ס איראן דיעל ווייל דאס געט צופיל פאר איראן און אמעריקא באקומט נישט צופיל צוריק און ער איז דער גרעיט נעגאשיעיטער.... דאס אלעס וואס ער קען אז "עניטינג טראמפ קוועטשט ארויס פון איראן איז א געוואונס". פאר דעם איז דער רבי געקומען קיין אמעריקא? כ'מיין, קאם אן!

מיט יאפאן איז דערווייל נישט דא קיין עגרימענט, והראיה טאמער האבן זיי ווען אפילו א האלבע עגרימענט וואלטן זיי דאס נישט געפונען פארוויכטיג דאס אפצולייקענען. דאס וואס אמעריקא ווארפט ארויס די דיטעילס פונעם עגרימענט פאר עס איז פערטיג ווייזט ווי דעספרעט אמעריקא איז, טשיינע זעט דאס אויך.


לשיטתך איז אבאמאס דיעל פונקט גיט,!
טראמפ לייגט ארויף סאנקציעס
און מען האלט שוין ביי דעם אז מעקראן איז מודה צו טראמפס פארלאנגען
1 צו פארלעגערן דעם דיעל
2 אז עס זאל ארייננעמען סטאבאליטעט אין די ראיאן
3 טראמפ לייגט צו אז די מיסעלס דארף מען אויך איינצוימען

און אויף דעם ארויף זאגט ער צו פאר איראן א קורצטערמיניגע הלוואה פון מערערע לענדער צוזאמען

דאס איז א דורכפאל?

איך זאג נישט אז דאס גייט געשען, אבער פון דעם רעדט מען

איבער יאפאן האט טראמפ געזאגט
" President Donald Trump said Sunday that a trade deal with Japan “is done "in principle.”
און מען רעדט פון אינטערשרייבן ביים UN פארזאמלונג
דאס איז א דורכפאל?

איך זעה נישט ווי יאפאן זאל עס האבען אפגעלייקנט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:19 pm

פון @הבל קאקאש אשכול:


וואשינגטאן גרייט זיך צו עפענען א ליניע פון דירעקטע געשפרעכן מיט די איראנע געשטיצע האוטי רעבעלן וועלכע קעמפן אין תימן אין א פארזוך צו ברענגן אן ענדע צו די פיר יעריגע פארצויגענע קריג אינעם ראיאן.

די פלאן לויטעט אז מען וועט צוזאמברענגן האוטי פארשטייער מיט די סאודיער אין אמאן און אמעריקא האפט צו קענען פארמיטעלן צווישן די צוויי קריגערישע צדדים פאר א פייער אפשטעל
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:44 pm

האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווער שלאגט זיך דארט מיט וועמען און ווער שטיצט וועמען. די האוטי זענען אנטי איראן אבער נעמען שטיצע פון איראן, גיי פארשטיי.

האף אז אמעריקע וואס "גייט" מאכן שלום פארשטייט יא.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:44 am

די אפגאנער רעגירונג - וואס האט בכלל נישט געשטיצט די אנגייענדיגע שלום געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טאליבאן, וויבאלד די טאליבאן האט נישט געלאזט די אפגאנער אנטיילנעמען - האט אויסגעדרוקט פרייד, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט געקענסלט א געפלאנטע היסטארישע זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און די פירער פון דער טאליבאן טעראר גרופע.

די אפגאנער באאמטע האבן ווידערהאלט אז ס'וועט נאר זיין שלום ווען די טאליבאן וועט אויפהערן מיט זייערע טעראר אטאקעס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:25 pm

די אפגאנער זענען דא גערעכט. אזא מיטינג איז נאך פריצייטיג כאטש אמעריקע קלאפט לעבעדיגע שטיקער פון די טאליבאן זיי צו צווינגן צום טיש. פאמפעאו האט נעכטן געזאגט אז דער חודש אליין האט אמעריקע געהארגעט א טויזענט טאליבאנער און ער רעדט נישט פון פרויען און קינדער.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:17 pm

אין א געמיינזאמע אפעראציע מיט׳ן איראקער מיליטער האט דער אמעריקאנער עירפארס, נעכטן דינסטאג, דורכגעפירט שווערע באמבאדירונגען אויף אן אינזל אינעם טיגריס טייך וואו אייסיס קעמפער האבן זיך גרופירט, און אויפגעשטעלט א צענטראלע באזע, נאכ׳ן ווערן ארויסגעשטויסן פון כמעט אלע זייערע פעסטונגען אין איראק און סיריע.

א ווארטזאגער פאר׳ן מיליטער זאגט אז דער ׳קאנוס׳ אינזל איז באמבאדירט געווארן מיט איבער פערציג טאן פון באמבעס, און גענצליך רואנירט דעם אינזל אומברענגענדיג אלע אייסיס קעמפער, די אפעראציע איז נאכגעפאלגט געווארן מיט אן ערד אינוואזיע דורך איראקער קרעפטן ״צו אויסרייניגן די איבערבלייבענישן״.

JP
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:15 pm

אפגאנער סעקיוריטי קרעפטן, געשטיצט דורך אמעריקאנער לופט באמבארדירונגען, האבן אומגעברענגט צוויי טאליבאנער שאטן-גובערנאטארן, אלס טייל פון די באנייטע אפעראציעס קעגן דעם טאליבאן, זינט די געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טעראר באוועגונג זענען צעפאלן פאריגן זונטאג.

די ספעציפישע אפעראציעס קעגן די צוויי טאליבאנער פיגורן אינעם פאקטיקא פראווינץ, איז אונטערגענומען געווארן מיט'ן ציל צו שטערן א געפלאנטע טאליבאן אטאקע אויף אפגאנער קרעפטן. אפגאנער באאמטע זאגן אז 85 טאליבאן קעמפער זענען אומגעקומען.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

זארג נישט
שר האלף
תגובות: 1141
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:14 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אפגאנער סעקיוריטי קרעפטן, געשטיצט דורך אמעריקאנער לופט באמבארדירונגען, האבן אומגעברענגט צוויי טאליבאנער שאטן-גובערנאטארן, אלס טייל פון די באנייטע אפעראציעס קעגן דעם טאליבאן, זינט די געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טעראר באוועגונג זענען צעפאלן פאריגן זונטאג.

די ספעציפישע אפעראציעס קעגן די צוויי טאליבאנער פיגורן אינעם פאקטיקא פראווינץ, איז אונטערגענומען געווארן מיט'ן ציל צו שטערן א געפלאנטע טאליבאן אטאקע אויף אפגאנער קרעפטן. אפגאנער באאמטע זאגן אז 85 טאליבאן קעמפער זענען אומגעקומען.

איד דעילי

מען האט טענות אויף טראמפ אז זיין באזייטיגן באלטאן האט גורם געווען אז איראן זאל הייבן דער קאפ און וועלן ווייזן אמעריקע אז זיי שרעקן זיך נישט, און דערובער האבן זיי באמבארדירט (דורך זייערע פראקסיס פארשטייט זיך) די אויל פעלדער אין סאודי אראביע. אויך האט מען טענות אויף טראמפ אז זיין וועלן זיצן ביים טיז מיט די טאליבאנער (וואס אנערקענען נישט די אפגאנער רעגירונג) נאכדעם וואס זיי האבן געהארגעט אמעריקאנער האט געוויזען א שוואכלונג. צוליב די צוויי טענות (קען זיין) וועט זיך טראמפ דוקא יעצט נעמען צו די ביינער פון די טאליבאנער און איראן אויך.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7311
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 11:21 am

די האוטיס זאגן אז זיי האבן פארכאפט טויזנטער פיינטליכע קעמפער אין אן אנפאל אויף די סאודיער קאאליציע.

https://mobile.reuters.com/article/amp/ ... ssion=true
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 9:28 am

די יו ען סעקיורעטי קאנסול האט היינט געוויטאוט א רעזעלוציע וואס וואלט פארדאמט טערקיי'ס קורדן אטאקע. רוסלאנד און אמעריקא זענען געווען די איינציגסטע 2 מעמבערס זיך קעגנצושטעלן דעם רעזולוציע.

ס'איז באמת שטוינענד ווען מ'קוקט צוריק 2/3 ווי טראמפ האט גערעדט וועגן אמעריקא פירסט, זיך אויפשטעלן קעגן די וועלט, דאס איז געווען זיין ברענד. און דא פאקט ער איין אין מויזן לאך און ווי א וואיל יונגל טוט אלעס וואס רבי ערדואן און מנהל פוטין הייסן.

דערצו זעהט מען ווי ווערדלאז זיין טוויטער עקאונט איז ווען סקומט צו פאקטישע פאליסי. הערשט די וואך האט ער געשטורעמט אויף טוויטער אז ער וועט "אויסראטן" טערקיי'ס עקאנאמיע אין פאל זיי אטאקירן די קורדן.. פלוצלונג ס'קומט צו טוהן דאס מינדעסטע קליינליכע שריט, א פארדאמונג ביים יו ען, לייגט ער זיך צוזאם ווי א קעצל.

אנריעל.

נאו נעים
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובהדורך נאו נעים » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 9:53 am

לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:@פעיק.
עהההההה, נישט אינגאנצן! ניין, ער האט נישט מצליח געווען [דערווייל - און ווארשיינליך וועט ער נישט] צו אויספירן וואס ער האט געוואלט, קלאר אזוי. אבער ער האט - טאקע דורך זיין וואנזיניגע אויפפירונג - אראפגעברענגט די געפאר וואס צפון האט [אזוי צו זאגן] געברענגט מיט זיך פאר אמעריקא. איך רעד שוין נישט פון דעם וואס מען האט צוריקבאקומען די געביין פון סאלדאטן. איך רעד נאר פון דעם אז א דורכשניטליכע אמעריקאנע גוי - וואס ווייסט נישט פון קיין השגחה צו זאגן - האט זיך געלייגט שלאפן רואיגער א טאג נאכן סאמיט ווי א טאג בעפאר!.
און... :lol: :lol: :lol: הא הא הא- איים סארי פארן לאכן... איך האב הנאה צו הערן פון אלע באזארגטע דעמאקראטן מיט די פארקנייטשטע פנימ'ער און איינגעצויגענע שטערן, ווי זיי לייגן אראפ מיט ציטערדיגע ליפן וואס טראמפ האט אלץ נאכגעגעבן און מוותר געווען פאר קים...
א בילד! דו הערסט? א בילד! א עכטע בילד! און נישט סתם א בילד... א בילד ווי ער געט זיך די הענט מיט טראמפ - דער אמעריקאנער פרעזידענט! מיט אזא בילד איז קים פארזיכערט צו הערשן אויף די גאנצע וועלט מיט אן אייזערנע פויסט באוואפנט מיט נוקלעארע שפיצן וועלכע טוט אפשרעקן די גרעסטע וועלטס-מאכטן!!
דו מאכסט חוזק?! פון וועם?! בואו ונחשוב... וואו גייט אים די בילד בענעפעטירן...
וואס הייסט וואו? יעצט קען ער ווייזן פאר זיינע מענטשן אין צפון אז ער איז...!,
אקעי, און וואס יעצט? וואס איז געווען ביז היינט און וואס טוישט זיך יעצט?...
טשיינע גייט זען אז ער איז גוט מיט אמעריקע... און ....
נו... פיר אויס, און.... איך הער נישט?...
אה, די מערב וועלט גייט זען אז...
אז וואס?! אביסל העכער... עפעס גייט פאר מיט מיינע אויערן?!...
אבער קים האט א בילד! א שרעק! און דערפאר איז די גאנצע נארט קאריע א גרויסע דורכפאל! און פאר אזא חטא גייט מען גראד אין גיהנום און מען בלייבט דארט ביז... אבאמא גיט גארנישט פאר איראן!... אופס- פארגעסן, די איראנע דיעל איז עפעס א געוואלדיגע דיעל! אנטשולדיגט!

למעשה האט ער נאך גארנישט אויפגעטון מיט דעם קליינע ראקעט מען.
איך זעה נישט אויף למעשה קיין שום גרויסע אויפטוען אויף אויסערן פאליסי פון אונזער מלך

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:49 pm

BREAKING: Amid Pres. Trump's decision to remove US troops from northern Syria and his vocal criticisms of US military presence in Middle East, the Pentagon announces the deployment of more US troops and weapons to Saudi Arabia “to assure and enhance the defense of Saudi Arabia.”

די מענטשליכע קורדן ווארפט ער צו די שחיטה פון זיין ידיד ערדוגאן. פאר די איסלאמאסטישע רוצחים פון סאודי אראביע שיקט ער פרישע טרופן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:13 pm

פעךך. פעךך. פעךך.

און נאך איינמאל, פעך.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:27 pm

פארוואס דארף מען טרופן אין סאודי אראביע?
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 2:52 pm

...
צוגעלייגטע
Screenshot_20191011-145156_Twitter.jpg
Screenshot_20191011-145156_Twitter.jpg (246.86 KiB) געזעהן 2031 מאל

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוקטובער 28, 2019 6:17 pm

די אינטערנאציאנאלע "אפענע הימלען" אפמאך וואס איז שוין אין קראפט עטליכע צענדליגער יארן, איז אין געפאר פון ווערן אפגעשאפן, נאכדעם וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט געווארנט אז זי וועט זיך ארויסציען דערפון.

דער אפמאך ערלויבט די אנגעשלאסענע לענדער דורכצופירן סורוועילענס פלי רייזעס העכער איינער דעם צווייטן'ס טעריטאריע, מיט ערלויבעניש פון פריער, און דער ציל פונעם אפמאך איז אוועקצונעמען אנגעצויגנקייט איבער מעגליכע פיינטליכע אפעראציעס איינער קעגן דעם צווייטן.

טראמפ וויל זיך ארויסציען פונעם אפמאך מיט די טענה אז רוסלאנד האלט זיך נישט דערצו און בלאקירט אמעריקאנער דורכפלי רייזעס העכער רוסלאנד.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 12:20 pm

קאנגרעס האט געשטימט צו באשטראפן טערקיי מיט סאנקציע איבער זייער 'אינוואזיע'... אין סיריע....

אין רעאקציע צו דעם איז דער טערקישער פרעזידענט ראסיפ ערדואן איז ארויסגעקומען מיט א שטארקע פארדאמונג און פראטעסט קעגן אמעריקע.

ערדואן האט צווישן אנדערן פארלאנגט, אז דער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין טערקיי זאל קומען פאר אן עמורדזשענסי זיצונג, צו ערקלערן אמעריקע'ס שריט.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג נובעמבער 04, 2019 11:43 am

די אמעריקאנער רעגירונג האט סוספענדירט פארשידענע זיכערהייט הילף פאר לבנון, אריינגערעכנט איבער הונדערט מיליאן דאלער וואס קאנגרעס האט געהאט באשטעטיגט פאר דער לעבאנעזער ארמיי.

קאנגרעס איז איינגעמאלדן געווארן איבער די געלט-שניטן דורכ'ן סטעיט דעפארטמענט אין א קאנפערענץ קאל, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך נישט באראטן מיט די פירער פונעם סענאט און קאנגרעס בעפאר'ן שניידן די געלטער.

דאס קומט אין א צייט וואס לבנון גייט אריבער פאליטישע כאאטישע פראטעסטן, און דאס ווייסע הויז וויל נישט די געלטער זאל אריינפאלן צו כיזבאללא.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:56 pm

די אמעריקאנער רעגירונג איז נעכטן געקומען א טריט נענטער ארויסצוציען דאס לאנד פונעם גלאבאלן פאריז קלימאט אפמאך, ווען די טראמפ אדמיניסטראציע האט געשיקט אן אפיציעלן בריוו צום יו-ען אז זי וויל זיך ארויסציען דערפון.

סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט געמאלדן די נייעס, און געזאגט אז דאס פארפולט טראמפ'ס לאנגער וואונטש.

לויט די פארשריפטן, וועט אמעריקע אפיציעל זיין אינדרויסן פונעם אפמאך אום נאוועמבער 4 יאר 020', איין טאג נאך די פרעזידענט וואלן.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך נובעמבער 06, 2019 2:15 pm

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן באשטעטיגט אן אויסגעברייטערטע מיליטערישע אפעראציע אין סיריע, מיט'ן ציל צו באשיצן די ארטיגע אויל קוועלער און פעלדער.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג נובעמבער 19, 2019 12:06 pm

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן, אז פון היינט און ווייטער וועט אמעריקע אנערקענען אז אלע מתנחלי'שע זידלונגען באלאנגען לעגאל פאר מדינת ישראל, און זענען מער נישט קיין "אקופירטע געביטן".

די דעקלעראציע האט באלד געברענגט א כוואליע פון רעאקציעס, הויפטזעכטליך פונעם פאלעסטינער פרעזידענט מאכמוד אבאס, וועלכער האט געזאגט אז מיט די אנערקענונג האט אמעריקע פארלוירן סיי וועלכע לעגיטימיטעט צו קענען שפילן א ראלע אין פאטענציעלע שלום געשפרעכן.

מען האט באלד געזען אז די טראמפ אדמיניסטראציע אליינס פארשטייט די געפארפולע קאנסעקווענצן פון זייער שריט, ווען די אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים האט ארויסגעגעבן א טרעוול ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער, צוליב זארג אז פאלעסטינער וועלן דורכפירן אטאקעס אלס נקמה.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך נובעמבער 20, 2019 2:11 pm

אונגארן האט נעכטן בלאקירט אן אייראפעאישע יוניאן רעזאלוציע וואס האט געזאלט פארדאמען אמעריקע'ס אנערקענונג פון די איזראעלישע זידלונגען.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5844
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:34 pm

דער אמעריקאנער וויצע פרעזידענט מייק פענס האט דורכגעפירט א סורפרייז באזוך אין איראק, וואו ער האט זיך געטראפן מיט אמעריקאנער זעלנער, און באזונדער מיט קורדישע באאמטע, זיי צו פארזיכערן אז אמעריקע וועט זיי ווייטער שטיצן.

דער באזוך קומט אין א צייט וואס די קורדן זענען שטארק דערשראקן, סיי אין איראק, סיי אין סיריע און סיי אין טערקיי, אז אמעריקע האט אפגעשטעלט די לאנגיעריגע שטיצע פאר זיי, דערמיט וואס טראמפ האט ערלויבט די טערקן צו אינוואדירן קורדישע טעריטאריע אין סיריע.

פענס – וועלכער האט געלאנדעט אין שטאט ערביל און נישט אין הויפטשטאט באגדאד צוליב סעקיוריטי זארגן – האט פארזיכערט פאר'ן איראק-קורדיסטאן פרעזידענט אז אמעריקע'ס שטיצע רירט זיך נישט, און באזונדער האט פענס זיך באדאנקט פאר די אמעריקאנער זעלנער וואס זענען דארט סטאנציאנירט.

איד דעילי
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 11249
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 2:06 pm

Trump on Hong Kong protests: "We have to stand with Hong King, but I'm also standing with President Xi. He's a friend of mine, he's an incredible guy. We have to stand ... if it weren't for me, thousands of people would have been killed in Hong Kong right now." https://t.co/LeQAoAMYQv
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

אלעקסיי דער דריטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm

תגובהדורך אלעקסיי דער דריטער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 10:35 pm

אין גאר א שטארקע שריט, האט פרעזידענט טראמפ היינט -מיטוואך - אונטערגעשריבן א געזעץ "די יומען רייטס ענד דעמאקראסי עקט".

ווי באקאנט, איז האנג-קאנג א סעמי-אוטאנאמישע טעריטאריע וואס געהערט פאר כינע. די טעריטאריע אפערירט אונטער אן אזוי-גערופענע "איין לאנד, צוויי סיסטעמען" פאליסי וואס באדייט אז ה"ק איז טאקע א טייל פון כינע - אבער בלויז אויף פארעין פאליסי און דעפענס, אבער ווען ס'קומט צו עקאנאמישע פאליסי און דאמעסטישע אנגעלעגנהייטן האט ה"ק גאר אסאך אייגענע מאכט, אסאך מער ווי אנדערע שטעט אין כינע. לעצטענס אבער, קומען פאר גאר מאסיווע פראטעסטן אין שטעטל - וואס האבן זיך אנגעהויבן אין רעאקציע צו א געוויסע געזעץ, אבער זענען פארוואנדעלט געווארן אין אן אלגעמיינע פראטעסט רוף אקעגן כינע צוליב וואס די ארטיגע באפעלקערונג שפורט אז די כינעזער רעגירונג זוכט אונטער צוהאקן די ספעציעלע סיסטעם פון "איין לאנד, צוויי סיסטעמען" און זיי אריינברענגן אונטער די פארטוך פון "מאמע כינע".

די אמעריקאנער קאנגרעס, האט אין רעאקציע צו די פראטעסטן און אלס א מאראלישע שטיצע צו די פראטעסטירער, אדוכגעפירט א געזעץ "די יומען רייטס ענד דעמאקראסי עקט" וואס טוט צווינגן די סטעיט דעפארטמענט אדורכצופירן א יערליכע איבערזיכט - ביז יארע 2027 - אויף די צושטאנד פון די אוטאנאמיע אין ה"ק, וואס אויב ה"ק זאל אדורכפאלן קענען זיי פארלירן די ספעציעלע טרעיד סטאטוס פון וואס זי געניסט וואס דאס קען אונטערהאקן די ארטיגע עקאנאמיע. אויך שטעלט די געזעץ פאר א וועג פאר'ן פרעזידענט צו קענען ארויפשטעלן א רייזע פארבאט און סאנקציעס אויף כינעזע און ה"ק באאמטע וואס זענען פארמישט אין מענטשן-רעכט פארלעצונגען אין די טעריטאריע.

אט די געזעץ איז אדורך מיט גאר א גרויסע מערהייט אין ביידע הייזער פון קאנגרעס. עס האבן זיך אבער ארומגעדרייט שמועות אז די פרעזידענט וועט מעגליך נישט זיין וויליג אונטערצושרייבן די דאזיגע געזעץ צוליב וואס עס קען פארפלאנטערן נאכמער די שוין אזוי אויך פארפלאנטעטע האנדלס געשפרעכן מיט כינע. אבער היינט האט די פרעזידענט יא אונטער געשריבן די געזעץ, זאגענדיג אז ער שרייבט עס אונטער "אויס רעספעקט פאר שי זשינפינג און די מענטשן פון האנג קאנג. איך שרייב אונטער די ביילס מיט די האפענונג אז די צוויי זייטן וועלן זיך אדורכקומען אויף א פרידליכע וועג". די ווייסע הויז האט אויך ארויסגעלייגט א סטעיטמענט זאגענדיג "געוויסע פארוויזשאנ'ס פון די עקט טוען שטערן די פרעזידענט פון זיין קאנסטיטוציאנאלע ארבעט צו שטעלן די אויסערן פאליסי פון די פאראייניגטע שטאטן. די אדמיניסטראציע וועט אויספירן די פראוויזשאן'ס אין אייקלאנג מיט די פרעזידענט'ס קאנסטיטוציאנאלע מאכט ווען ס'קומט צו פארעין פאליסי".

אין רעאקציע, האט די כינעזער אויסערן מיניסטעריום ארויסגעשטעלט גאר א שארפע סטעיטמענט פארדאמענדיג די געזעץ, זאגענדי "די געזעץ טוט ערנסט אינטערפיער"ן אין ה"ק אנגעלעגענהייטן און אין די כינעזע דאמעסטישע פאליסי". ווי אויך האבן זיי גאר שארף ארונטערגעריסן דאס "ברעכן די אינטערנאציאנאלע געזעץ און אונטערהקן די די רייכטום און סטאבליטעט פון ה"ק אויף אזא אופן און דאס שטערן די ווידער אויפבוי פון כינע."
"א מענטש טראכט און ג-ט לאכט"

די ציהל איז נישט צו אטאקירן יענעם - בלויז באקומען "נעים-רעקאגנישאן".


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: joegreen, Kollel, maybeeynot, בינוני, חטאת הקהל, מילא, קהל עדתינו, ר' יעקל, שטארקע חסיד, שליו ודגים און 51 געסט