טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

פויליש אמבאסאדאר
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 08, 2019 6:07 pm

תגובהדורך פויליש אמבאסאדאר » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:39 pm

פעיק נוז האט געשריבן:איך האב נישט קיין נערוון, קענסט זאגן תמצית וואס דארט שטייט?
I have a great relationship with the mexican people"- Donald Trump"

אוועטאר
יש ברירה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:41 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:טראמפ זאגט אז ער אפגערופן זיין געפלאנטע רייזע קיין דענמארק נאך וואס די ארטיגע פרעמיר האט קלארגעשטעלט אז גרינלאנד איז נישט צום פארקויפן.

כ'קען נישט גלייבן אז דאס איז ערענסט, כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען...

וויינען.. איי מין.. וואס איז דיין פראבלעם?

אין פשוטע ווערטער, אז אונזער פרעזידענט איז א מענטל קעיס.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:42 pm

פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:אז מען האט א קעגנערישע פרעזידענט און מאדורא פילט זיך שוין נישט זיכער מיט זיין בענקל, און ער איז מסכים צו פירן געשפרעכן מיט די קעגנערישע צד.

אז עס איז דא דארט א קעגנערישע פרעזידענט און מאדורא פילט זיך שוין נישט זיכער מיט זיין בענקל, און ער איז מסכים צו פירן געשפרעכן מיט די קעגנערישע צד.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:44 pm

יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:טראמפ זאגט אז ער אפגערופן זיין געפלאנטע רייזע קיין דענמארק נאך וואס די ארטיגע פרעמיר האט קלארגעשטעלט אז גרינלאנד איז נישט צום פארקויפן.

כ'קען נישט גלייבן אז דאס איז ערענסט, כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען...

וויינען.. איי מין.. וואס איז דיין פראבלעם?

אין פשוטע ווערטער, אז אונזער פרעזידענט איז א מענטל קעיס.

אקעי.

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אויפן לעגאו בארד

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:49 pm

יש ברירה האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:טראמפ זאגט אז ער אפגערופן זיין געפלאנטע רייזע קיין דענמארק נאך וואס די ארטיגע פרעמיר האט קלארגעשטעלט אז גרינלאנד איז נישט צום פארקויפן.

כ'קען נישט גלייבן אז דאס איז ערענסט, כ'ווייס נישט צו כ'זאל לאכן אדער וויינען...

וויינען.. איי מין.. וואס איז דיין פראבלעם?

אין פשוטע ווערטער, אז אונזער פרעזידענט איז א מענטל קעיס.

אויף דעם וויין איך שוין זינט זיין זיג... יעצט לאך איך שוין...
טרעט נישט אויף מיר! ווייל דו וועסט ליידן! און אויב פארשטייסטו דאס נישט, דאן האסטו נאך קיינמאל נישט ארויפגעטרויטן אויף א... לעגאו מענטשעלע!

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:56 pm

סארי, קען זיין אז איך בין פשוט בלינד, אבער איך זעה באמת נישט וואס איז ראנג מיט די טוויט'ס.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 12:57 pm

פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:ער שפילט נארט קאריע די איינציגסטע וועג וואס מען קען זיי שפילן. ער וועט זיך נישט צוקריגן מיט קים פאר קיין שום געלט אפילו ער זאל אים שפייען אין פנים.
דער אמת איז אבער אז נארט קאריע איז טאקע נישט קיין אישו (צ"ל דער אישו), נאר א פראקסי פון כינע מיט איראן און א מאל אויך פון רוסלאנד.
איך וואלט געזאגט אז מיט נארט קאריע שפילט ער ענדערש טשעקערס, און מיט כינע שאך.

פארוואס זאל ער זיך נישט צעקריגן מיט קים?

ווייל סיז א שאד די צייט אין די ענערדזשי... קים איז א פאפעט! ער ארבייט פאר טשיינע, ווען טשיינע הייסט שיסן שיסט מען, סאו ער העט וועיסטן צייט אין נארט קאריע, און נאכדעם וועט טשיינע וועלן צופיקסן אמעריקא העט טשיינע שרייען שיס, און נארט קאריע שיסט ווייטער... ענדערש ציפ צוריק טשיינע, און טאקע דארט ווי ס'טוט וויי, און ווען טשיינע וועט קומען שרייען הער אויף, העסטעם זאגן זאל נארט קאריע אויפהערן...

האסט עס גוט ארויס, דאס איז דער ריינע אמת. עס זענען נאר דא א פאר געציילטע שפילערס אויף דער וועלט, די איביריגע זענען אלע פאפאטס ווואס שטעלן זיך נאר פאר אלץ די זאך.
מיר זענען אלע אויף די זעלבע פעידז.

די אלע הנחות בעיסטו אויף עפעס? עס איז שוין געווען גענוג רעפארטעט פעלער ווי קים האט זיך געאמפערט מיט טשיינע . ער ארבעט מיט זיי ווען עס לוינט אים אבער ער טוט זאכן זיין וועג

נישט געבעיסט נאר איז דער מציאות. יעדעס מאל קים איז אין טשיינע דארף ער בענטשן גומל ווען ער איז צוריק האום סעיף אין נארט קאריע. אויב טשיינע וויל, לאזן זיי אים נישט אהיים. ער קען נישט עפארדן צו זאגן איין הויעך ווארט צו טשיינע, און נאך זיך צו אמעפערן?

ער האט נאך ווייניגער רעכטן צו טון וואס ער וויל פון די בירעגר אין האנג קאנג. אויף אלעס מוז ער קניען צו טשיינע און זיך בעטן רשות.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 1:34 pm

פויליש אמבאסאדאר האט געשריבן:
זארג נישט האט געשריבן:אויב אמעריקע האט שכל זאלן זיי ניצן האנג קאנג פון דער אנדערע זייט צו ציפן טשיינע וויפל עס גייט. א פראטעסט פון א מיליאן און א האלב מענטשן דער וואך (אין א גאס רעגן) איז א ערענסטע אויפשטאנד קעגן טשיינע.

איך האב פאר אייך נייעס האנג קאנג באלאנגט(דערווייל ) פאר טשיינע נישט פאר אמעריקע... אמעריקע האט נישט לע"ע קיין מיליטער פון 1.5 מיליאן דארט. ווידער אויב רעדסטו פון שטיצע סטעיטמענטס פאר די פראטעסטירער ווייסמ"ר וויאזוי דאס האט געהאלפן אין ווענעזועלע...

שטיצע פאר האנג קאנג מוז נישט מיינען מיליטער וואס דענמאלט איז עס ריכטיג מלחמה און סופערמאכטן שלאגן זיך שוין מער נישט היינט מיט מיליטער. שטיצע מיינט אז אויב טשיינע וועט בלאקען אינטערנעט קאמוניקאציע אין האנג קאנג, קען אמעריקע עס ריראוטן דורך אנדערע נעטווארקס. אויך קען אמעריקע זיי געבן מאראלישע שטיצע אז זיי זאלן זיך שלאגן פאר זייערע רעכטן "היומען רייטס רעכטן" עד הסוף. אויב קען טשיינע נישט אפשטעלן האנג קאנג (און עס זעט נישט אויס ווי זיי גייען קענען) קומט עס צו מעינלאנד טשיינע נעקסט.

אמעריקע אויב זיי ווילן קען אפטון טשיינע געבראטענע צרות.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 21, 2019 5:11 pm

??

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 5:58 am

אהבת השם האט געשריבן:דער פענטעגאן האט היינט אנאנסירט אז אמעריקע וועט אנהייבן צו פארקויפן די עף-16 מיליטערישע פליגערס פאר טייוואן.

אנהייבן פארקויפן? די טייוואנעזע עירפארס האט 114 F-16 אין אקטיווע דינסט! די רעדע איז פון פארקויפן 'פרישע' זעקס און זעכציג F-16'ס.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 10:58 am

כינע האט באזונדער אפעלירט צו פרעזידענט טראמפ, צוריקצוציען פונעם פליגער פארקויף. זי האט אויך ארויסגעשטעלט א שארפע סטראשע, אז זי וועט ארויפשטעלן סאנקציעס אויף די גרויסע אמעריקאנער טעכנאלאגיע, אוויאציע און מיליטערישע פירמעס וואס זענען פארמישט אין פראדוצירן די "עף-16" פליגערס.

אוועטאר
שפיגליצקי
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 19, 2018 1:23 pm
לאקאציע: אין ספרים/דזשודעיקא געשעפט

תגובהדורך שפיגליצקי » דאנארשטאג אוגוסט 22, 2019 11:04 pm

אנטשולדיגט פאר מיין עם הארצות, אבער פארוואס באדערט אזוי פאר כינע אז אמעריקע וועט פארקויפן פאר טייוואן מיליטערישע פליגערס?
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות).

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג אוגוסט 23, 2019 1:57 am

ווייל טייוואן איז א טייל פון כינע. די כינעזער רעגירונג האלט אז זיי זענען די עכטע כינעזער רעגירונג וואס הערשט אויף כינע און טייוואן, און די טייוואנעזער רעגירונג איז פשוט א באנדע פארברעכער וועלכער האבן צוגעכאפט א שטיק פון כינע. די זעלבע האלט די טייוואנעזער רעגירונג אז זיי זענען די עכטע כינעזער רעגירונג וועלכע הערשט אויף כינע און טייוואן, און די כינעזער רעגירונג זענען אומלעגאלע באצווינגער.
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:00 pm

ערענסטע בושות געווען היינט אויפן אינטערנאציאנאלן סטעידזש.

נאך וואס סאיז ברייט פובליצירט געווארן די טראמפ ביטע אז ער וויל אז רוסלאנד זאל צוריק אריינגענימען ווערן אין די G8 האט דער פארזיצער פונעם פאראיין היינט ביים G7 געמאלדן דאס פאלגענדע:

"אונטער קיין שום באדינגונגען וועלן מיר מסכים זיין צו פרעזידענט טראמפ'ס אנבאט אריינצונעמען צוריק רוסלאנד אינעם G7, אין פאקט גייען מיר ארבייטן זיכער צו מאכן אז "אוקריינע" ווערט איינגעליידענט צום נעקסט יאריגען פארזאמלונג"!...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר האלף
תגובות: 1179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:14 pm

די בישות איז נאר פאר @כאפצעם וואס מיינט נעבעך א טראמפ דארף דארט וויכטיג האבן פוטין...

דעיס איז א שך ברעטעל וואס נאר דער וואס האלט מיט די געים פארשטייט וואס די שפיל איז דא
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:18 pm

וואס עפעס? האט געשריבן:די בישות איז נאר פאר @כאפצעם וואס מיינט נעבעך א טראמפ דארף דארט וויכטיג האבן פוטין...

דעיס איז א שך ברעטעל וואס נאר דער וואס האלט מיט די געים פארשטייט וואס די שפיל איז דא

די האלסט מיט די געים דעמאץ זיי מסביר איך ווייס נישט צי די האסט וואס מסביר צי זיין ווייל טראמפ ווייסט אויך נישט
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:30 pm

וועלכער געפונט זיך אצינד אין פראנקרייך ביים דזשי-7 סאמיט - האט היינט אפגעהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאנועל מאקראן, און פרעזידענט מאקראן האט געזאגט אז ״די אומשטענדן זענען רייף״ אז פרעזידענט טראמפ און פרעזידענט רוכאני פון איראן אז זיי וועלן ביידע זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און פראנקרייך וועט דינען אלס גאסטגעבער און פארמיטלער.

מאקראן האט געזאגט אז טראמפ האט אויסגעדריקט גרייטקייט פאר געשפרעכן אן קיין שום באדינגונגען, אבער איראן פארלאנגט געוויסע תנאים וואס פרעזידענט טראמפ איז גרייט צו ערפולן, פרעזידענט טראמפ האט אנגעדייטעט אז אמעריקע וועט מעגליך צושטעלן עקאנאמישע קאמפענסאציעס איבער די שאדנס וואס איראן האט געליטן פון די סאנקציעס און זיי צושטעלן א ׳קרעדיט ליין׳ פון געלט וואס וועט ווערן פארזיכערט דורך איראנער אויל.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער איראנער אויסערן מיניסטער האט געמאכט אן איבעראשנדער באזוך צום דזשי-7 סאמיט אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון פרעזידענט מאקראן, און היינט האט פרעזידענט מאקראן אויפגעדעקט אז ער האט אינפארמירט פרעזידענט טראמפ דערוועגן פון פאראויס, און ווי עס שיינט איז עס א טייל פון די אנגייענדע דיפלאמאטישע באמיאונגען צו ראטעווען דעם איראנער אפמאך דורך טוישן געוויסע חלקים אינעם אפמאך צו צופרידנשטעלן אמעריקע.

JP

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 4:32 pm

פרעזידענט טראמפ האט היינט ווידער קלארגעשטעלט זיין מיינונג אז רוסלאנד דארף צוריק אריינגעברענגט ווערן אין די ליגע פון לענדער וועלכע זענען א טייל פונעם דזשי-7 סאמיט פון אלע וועלטס מאכטן, נאכדעם וואס זי איז ארויסגעווארפן פונעם סאמיט אלס שטראף איבער די אנעקסירונג פונעם קריימיער האלב-אינזל.

די קומענדיגע יאר איז די רייע פון אמעריקע צו זיין דער גאסט געבער פון די G 7 סאמיט.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:18 pm

פעיק נוז האט געשריבן:וועלכער געפונט זיך אצינד אין פראנקרייך ביים דזשי-7 סאמיט - האט היינט אפגעהאלטן א געמיינזאמע פרעסע קאנפערענץ מיט׳ן פראנצויזישן פרעזידענט עמאנועל מאקראן, און פרעזידענט מאקראן האט געזאגט אז ״די אומשטענדן זענען רייף״ אז פרעזידענט טראמפ און פרעזידענט רוכאני פון איראן אז זיי וועלן ביידע זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש און פראנקרייך וועט דינען אלס גאסטגעבער און פארמיטלער.

מאקראן האט געזאגט אז טראמפ האט אויסגעדריקט גרייטקייט פאר געשפרעכן אן קיין שום באדינגונגען, אבער איראן פארלאנגט געוויסע תנאים וואס פרעזידענט טראמפ איז גרייט צו ערפולן, פרעזידענט טראמפ האט אנגעדייטעט אז אמעריקע וועט מעגליך צושטעלן עקאנאמישע קאמפענסאציעס איבער די שאדנס וואס איראן האט געליטן פון די סאנקציעס און זיי צושטעלן א ׳קרעדיט ליין׳ פון געלט וואס וועט ווערן פארזיכערט דורך איראנער אויל.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס דער איראנער אויסערן מיניסטער האט געמאכט אן איבעראשנדער באזוך צום דזשי-7 סאמיט אויף די פערזענליכע איינלאדענונג פון פרעזידענט מאקראן, און היינט האט פרעזידענט מאקראן אויפגעדעקט אז ער האט אינפארמירט פרעזידענט טראמפ דערוועגן פון פאראויס, און ווי עס שיינט איז עס א טייל פון די אנגייענדע דיפלאמאטישע באמיאונגען צו ראטעווען דעם איראנער אפמאך דורך טוישן געוויסע חלקים אינעם אפמאך צו צופרידנשטעלן אמעריקע.

JP

עס זעט אויס ווי איראן האלט זיך שוין ביים ברעכן. ווען זיי ווייסן ווען אז טראמפ וועט געווינען די נעקסטע וואלן ברעכן זיי זיך שוין יעצט און קאפיטולירן (פארשטייט זיך מיט א פעיס-סעווינג צוזאג עס זאל אויס זען ווי זיי האבען אויך עפעס באקומען), אבער צוליב זייער שטאלץ נישט ארויס צו ווייזן ווי שוואך זיי זענען (וואס וועט אינווייטען א אויף שטאנד אין לאנד), און אויך צוליב די פאסיבליטי אז טראמפ וועט פארלירן, וועט עס נישט אנקומען אזוי לייכט פאר טראמפ צו נעגאשיעטן מיט איראן. עס וועט נאך א סאך זיין לעבעדיג מיט איראן.
לעצט פאראכטן דורך זארג נישט אום דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:24 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 685
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:20 pm

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט ווידער קלארגעשטעלט זיין מיינונג אז רוסלאנד דארף צוריק אריינגעברענגט ווערן אין די ליגע פון לענדער וועלכע זענען א טייל פונעם דזשי-7 סאמיט פון אלע וועלטס מאכטן, נאכדעם וואס זי איז ארויסגעווארפן פונעם סאמיט אלס שטראף איבער די אנעקסירונג פונעם קריימיער האלב-אינזל.

די קומענדיגע יאר איז די רייע פון אמעריקע צו זיין דער גאסט געבער פון די G 7 סאמיט.

מיטן אריין שטעלן רוסלאנד שוואכט מעו אפ טשיינע, און טשיינע איז פאר אמעריקע א סאך א גרעסערע סכנה ווי רוסלאנד. מיט רוסלאנד קען מען נאך צוזאם ארבעטן, מיט טשיינע נישט.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:34 pm

פעיק נוז האט געשריבן:
מאקראן האט געזאגט אז טראמפ האט אויסגעדריקט גרייטקייט פאר געשפרעכן אן קיין שום באדינגונגען, אבער איראן פארלאנגט געוויסע תנאים וואס פרעזידענט טראמפ איז גרייט צו ערפולן.

קאמאנטארן זענען גענצליך איבעריג..

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 6:37 pm

מאקרון האט אליינס געזאגט

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2027
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 7:51 pm

זארג נישט האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ האט היינט ווידער קלארגעשטעלט זיין מיינונג אז רוסלאנד דארף צוריק אריינגעברענגט ווערן אין די ליגע פון לענדער וועלכע זענען א טייל פונעם דזשי-7 סאמיט פון אלע וועלטס מאכטן, נאכדעם וואס זי איז ארויסגעווארפן פונעם סאמיט אלס שטראף איבער די אנעקסירונג פונעם קריימיער האלב-אינזל.

די קומענדיגע יאר איז די רייע פון אמעריקע צו זיין דער גאסט געבער פון די G 7 סאמיט.

מיטן אריין שטעלן רוסלאנד שוואכט מעו אפ טשיינע, און טשיינע איז פאר אמעריקע א סאך א גרעסערע סכנה ווי רוסלאנד. מיט רוסלאנד קען מען נאך צוזאם ארבעטן, מיט טשיינע נישט.

וואס האט רוסלאנד'ס זיין אין G7 מיט טשיינע? טשיינע איז נישט פון די G7, און רוסלאנד האט באמת קיינמאל נישט באלאנגט דארט, און גיבט גארנישט צו דערצו.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4476
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג אוגוסט 26, 2019 8:26 pm

פארוואס זאל רוסלאנד טאקע נישט דארט זיין און טאקע אויך צוגעבן?

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 11266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 12:14 am

זיי וואלטן נאר געהאלפן טשיינע, אין א געמיינזאמען פראנט קעגן די מערב וועלט.

למשל אזא רעזולוציע ווי היי יאר, אין שטיצע פון די האנקאנג פרייהייט פראטעסטירער וואלט תיכף געוויטאוט געווארן דורך רוסלאנד אויב העטן זיי דארט געווען אינעם פאראיין.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Come and go, Kosher Travel, Tahares hakodesh, אביונה, איצל פיצל, חושב מחשבות..., יש ברירה, להודיע, נו שוין, שרייב-פעדער און 102 געסט