טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4532
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » מאנטאג ינואר 28, 2019 4:33 pm

יואל שרייבער האט געשריבן:אייראָפּע ציטערט נישט אין די הויזן פאר צוויי סיבות.

איינס, ווייל עס איז נישטא פון וועם , ענגלאנד אדער פראנקרייך אליינס קען זיך רואיג פארמעסטן מיטן רוסישן בער.

צווייטנס, זיי ווייסן אליינס אז טראמפ וועט מוזן דעפענדן א נאטא לאנד צו ער וויל יא צו נישט.

דריטענס, נאַטאָ האט מער נישט קיין הויזן, ווייל טראמפ האטעס אראפגעצויגן! זיי צאלן! Win#


אין דיין צווייטע נקודה מיז מען בעסער אויסרעדן. עני מלחמה אין א נאטאו עלירטע לאנד גייט אמעריקא זיין דער עומד בראש סיי ווי, איאר צוריק ווען טראמפ האט געהאקט שטיקער אין די ״עעעעעעעעלללללליייססססס״.... האט אפילו כאפצעם אזוי געשריבן מסתמא הונדערט מאל. ס׳איז נישט קיין חילוק וואס פאפמעאו האט יא אדער נישט ״קאנפירמד״.. ווייל אויב ווילסטע קענסטע גיין נאך שארפער, טראמפ האטעך געסטראשעט אז ער איז גרייט צו קוויטן נאטאו...
!!!...Jobs, Jobs, Jobs

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 28, 2019 5:22 pm

@פאראינטרעסירט, בלויז פאר א הערה, די לאנד אין נאט"א וואס ציטערט די מערסטע פון רוסלאנד איז טאקע עסטאניע וואס צאלט זייער צוויי פראצענט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
מצב כללי
שר שלשת אלפים
תגובות: 3125
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג ינואר 28, 2019 9:19 pm

כאפצעם האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:אין א שטארקע דערגרייכונג פאר פרעזידענט טראמפ האט די NATO סעקרעטערי דזשענעראל "דזשענס סטאלטענבורג" היינט אינדערפרי אין אן אינטערוויו אויף פאקס ניוז סונדעי, געזאגט אז אין ליכט פון טראמפ'ס שטארקע און שטרענגע קריטיק האבן די נעטא לענדער צוגעלייגט אסאך מער געלט און ביז ענדע נעקסטע יאר וועלן די לענדער האבן צוגעלייגט אלעס אינאיינעם ארום "100 ביליאן!!!" דאלאר צו זייערע דעפענס ספענדינג!

ער זאגט אז טראמפ האט עטליכע מאל געזאגט "הויך און קלאר" אז ער איז קאמיטעט צו בלייבן אין די נעטא פאקט, אבער ער האט אויך קלאר אויפגעפאדערט די אנדערע לענדער צו צאלן זייער חלק!

די גאנצע נאטא אליאנץ אויפטוה איז גארנישט ווערד אויב וויל ער זיך נישט קאמיטן צו קומען צום דעפענס צו די מעמבערס בעת אגרעסיע.

פאמפעיא האט ביי אן אינטערוויו הערשט לעצטע וואך עטליכע מאל זיך אנטזאגט צו קאנפערמען אז די אדמיניסטראציע וועט קומען צום באשיצונג פון נאטא לענדער.

וואס איז די אויפטוה אז מ'האט צוגעלייגט 100 ביליאן דאלאר? אמעריקא גייט יעצט שניידן? ניין. אייראפע איז יעצט מער פארזיכערט ווי 3 יאר צוריק? אבסעלוטלי נישט. זיי ציטערן אין די הויזן פונעם רוסישן בער מצד אחד, און פון די אנדערע זייט האבן זיי מער נישט די אמאליגע גאראנטי פון אמעריקא.


איך פארשטיי אז דאס זאגן אז אמעריקע וועט נישט דיפענדן נאטא איז א טריק אנצוציען די נאטא לענדער אז זיי זאלן באצאלן זייער פעיר שעיר

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג ינואר 29, 2019 1:35 pm

איך זעה נישט די גאנצע שמועס דא, טראמפ האט איין זאך עס איז דא אן אפמאך איז עס אן אפמאך, צי רוסלאנד גייט זיך יא דערשרעקן אדער נישט, אדער צי אמעריקע גייט קאטן פון זייער פראצענט צי נישט,די דארפסט באצאלן צוויי פראצענט.

#טויט אדער רויט.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג ינואר 29, 2019 4:49 pm

אמעריקאנער שפיאנאזש הויפט דערקלערט עפנטליכע קעגנערשאפט צו טראמפ פאליסיס
דער נאציאנאלער שפיאנאזש הויפט דען קאוטס האט עפנטליך אפגעווארפן די שטעלונגען פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער צפון קארעא און סיריע ביי א פארהערט אינעם סענאט אויסערן אנלעגנהייטן קאמיטע. ער האט געזאגט אז ער גלייבט נישט אז די פארהאנדלונגען צווישן טראמפ און קים יאנג-אָן וועלן פירן צו דע-נולקעאריזאציע פון צפון קארעא, און אזוי אויך אפגעווארפן די באהויפטונג פון פרעזידענט טראמפ אז אייסיס איז באזיגט געווארן אין סיריע און די מיסיע פון אמעריקע איז פארענדיגט. ״דער שטעלונג פון די שפיאנאזש אגענטורן איז אז צפון קארעא וועט נישט אויפגעבן זייערע נוקלעארע מעגליכקייט מיט דיפלאמאטישע פארזוכן״ האט ער געזאגט, און איבער סיריע האט ער געזאגט אז ״אייסיס האלט ווייטער אן א שטארקע אנוועזנהייט אין סיריע און זי האט נאך שטארקע טעראר מעגליכקייטן״.
JP
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » דינסטאג ינואר 29, 2019 4:50 pm

משה11 האט געשריבן:אמעריקאנער שפיאנאזש הויפט דערקלערט עפנטליכע קעגנערשאפט צו טראמפ פאליסיס
דער נאציאנאלער שפיאנאזש הויפט דען קאוטס האט עפנטליך אפגעווארפן די שטעלונגען פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער צפון קארעא און סיריע ביי א פארהערט אינעם סענאט אויסערן אנלעגנהייטן קאמיטע. ער האט געזאגט אז ער גלייבט נישט אז די פארהאנדלונגען צווישן טראמפ און קים יאנג-אָן וועלן פירן צו דע-נולקעאריזאציע פון צפון קארעא, און אזוי אויך אפגעווארפן די באהויפטונג פון פרעזידענט טראמפ אז אייסיס איז באזיגט געווארן אין סיריע און די מיסיע פון אמעריקע איז פארענדיגט. ״דער שטעלונג פון די שפיאנאזש אגענטורן איז אז צפון קארעא וועט נישט אויפגעבן זייערע נוקלעארע מעגליכקייט מיט דיפלאמאטישע פארזוכן״ האט ער געזאגט, און איבער סיריע האט ער געזאגט אז ״אייסיס האלט ווייטער אן א שטארקע אנוועזנהייט אין סיריע און זי האט נאך שטארקע טעראר מעגליכקייטן״.
JP

איז ער א געשטעלטער דורך טראמפ אדער פון פארדעם?
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג ינואר 29, 2019 6:58 pm

אודאי דורך טראמפ.

אויך זענען געווען ביי די הירונג דזשינע האספעל די CIA דירעקטאר, מיט קריסטאפער רעי דער FBI דירעקטאר.

זיי האבן אויך געזאגט אז די סחורה קומט אריין ביי פארטס אף ענטרי. אויך האבן זיי געזאגט אז איראן פאלגט די דיעל און פראדוצירט נישט קיין אטאמישע געווער.

חוץ מזה, מיטש מעקאנעל - דער וויכטיגסטער מענטש מיט וועם טראמפ מוז זיך רעכענען - האט היינט געזאגט אויף די סענאט פלאר אז ער וועט פארשלאגן א עמענדמענט וואס פארלאנגט בעסיקלי אז אמעריקע זאל בלייבן אין סיריע און אפגאניסטאן, און אנערקענט די פאקט אז אייסיס מיט אל-קיידא זענען נאך אלץ א טרעד פאר אמעריקע.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

rutledge
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:24 pm

תגובהדורך rutledge » דינסטאג ינואר 29, 2019 11:15 pm

משה11 האט געשריבן:אמעריקאנער שפיאנאזש הויפט דערקלערט עפנטליכע קעגנערשאפט צו טראמפ פאליסיס
דער נאציאנאלער שפיאנאזש הויפט דען קאוטס האט עפנטליך אפגעווארפן די שטעלונגען פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער צפון קארעא און סיריע ביי א פארהערט אינעם סענאט אויסערן אנלעגנהייטן קאמיטע. ער האט געזאגט אז ער גלייבט נישט אז די פארהאנדלונגען צווישן טראמפ און קים יאנג-אָן וועלן פירן צו דע-נולקעאריזאציע פון צפון קארעא, און אזוי אויך אפגעווארפן די באהויפטונג פון פרעזידענט טראמפ אז אייסיס איז באזיגט געווארן אין סיריע און די מיסיע פון אמעריקע איז פארענדיגט. ״דער שטעלונג פון די שפיאנאזש אגענטורן איז אז צפון קארעא וועט נישט אויפגעבן זייערע נוקלעארע מעגליכקייט מיט דיפלאמאטישע פארזוכן״ האט ער געזאגט, און איבער סיריע האט ער געזאגט אז ״אייסיס האלט ווייטער אן א שטארקע אנוועזנהייט אין סיריע און זי האט נאך שטארקע טעראר מעגליכקייטן״.
JP

שוין מ'וועט מוזן צוריק גיין און די נוקלערייזן נאורט קארעא אדער 1. מיט די מהלך פון די פארגאנגענע אדמיניסטראציע אדער 2. נישט מיט דיפלאמאטיע ווי טראמפ אדער אדער 3. מיט די צווייטע מהלך פון די פארגאנגענע אדמיניסטראציע. נישטא ווער ס'זאל לאכן כ'מיין אז דען קאוטס זיצט שוין אין די סי איי עי גענוג לאנג און גארנישט צו ווייזן קומט איינער וואס האט ענליך געברענגט צו דיעלאג אוודאי טראכט קיין בר דעת אז צפון וועט אויפגעבן נוקלערייזן רייד אוועי אזוי ווי...... פאקיסטאן האט אויפגעגעבן צו אבאמא אבער מ'האלט א טריט ווייטער ווי דער האט אפי' געקענט פארזעהן

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מיטוואך ינואר 30, 2019 12:52 am

איינער האט מיר געזאגט יעצט א גוט ווארט בנוגע סיריע
אויב אייסיס איז נאכנישט דיפיטעט ווייל זיי האבן נאך מענטשן און קענען נאך אויספירן אטאקעס, דעמאלס איז נאצי דייטשלאנד נאכנישט דיפיטעט ווייל עס זענען נאך דא נעא נאציס איבעראל.

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 30, 2019 5:37 pm

@ר' יואלשרייבער, אייסיס האט נאך שטחים אין סיריע.

@ראטלעדזש, דען קאוטס איז נישט אין די CIA, טראמפ האט אים געשטעלט פאר DNI, דאס מיינט דירעקטאר אף נעשענעל אינטעלעדזשענס.

-------------------------

דער פרעזידענט האט רעספאנדעט מיט טוויטס ווי ער רייסט שטארק אראפ די אינטעל חברה, וואס ווי איינער זאגט, אז דאס אז ווען ער זעהט זיי זאגן זייער מיינונג אין סענאט ווערט ער אויפגערעגט, ווייזט אז ער הערט פשוט קיי נמאל נישט אויס קיין אינטעל בריפינגס.

ואלו טוויטערותיו,
When I became President, ISIS was out of control in Syria & running rampant. Since then tremendous progress made, especially over last 5 weeks. Caliphate will soon be destroyed, unthinkable two years ago. Negotiating are proceeding well in Afghanistan after 18 years of fighting

.Fighting continues but the people of Afghanistan want peace in this never ending war. We will soon see if talks will be successful? North Korea relationship is best it has ever been with U.S. No testing, getting remains, hostages returned. Decent chance of Denuclearization

Time will tell what will happen with North Korea, but at the end of the previous administration, relationship was horrendous and very bad things were about to happen. Now a whole different story. I look forward to seeing Kim Jong Un shortly. Progress being made-big difference


ןןאס ער שרייבט וועגן קאריע הער איך, לגבי אייסיס איזעס פשוט שקר, סך הכל ווייטערדיגע פראגרעס וואס מען האט נאך נישט גענדיגט אנגעפאנגען אונטער אבאמע, אייסיס איז שוין געווען אונטער קאנטראל ווען טראמפ איז געווארן פרעזידענט.

The Intelligence people seem to be extremely passive and naive when it comes to the dangers of Iran. They are wrong! When I became President Iran was making trouble all over the Middle East, and beyond. Since ending the terrible Iran Nuclear Deal, they are MUCH different, but....

a source of potential danger and conflict. They are testing Rockets (last week) and more, and are coming very close to the edge. There economy is now crashing, which is the only thing holding them back. Be careful of Iran. Perhaps Intelligence should go back to school!


שרעקעדיגע ווערטער צו ליינען פון אן אמעריקאנער פרעזידענט איבער זיינע אייגענע מענטשן, "גאו בעק טו סקול!", איבער איראן איז עס פשוט שקר, איראן ביהעיווט בכלל נישט בעסער ווי פארדעם, און פאקטן וואס ער האלט וואס זיי ווייסן נישט דערפון איז אדער גע'חלום'ט אדער געהערט פון פאקס ענד פרענדס. כזה,
“Three separate caravans marching to our Border. The numbers are tremendous.”


משוגע'נער ענד טשיעף#

ווי האט ער געזאגט, "איי נאו אבאוט אייסיס מאר ... דען דע דזשענערעלס".
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך ינואר 30, 2019 6:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 30, 2019 6:21 pm

אנבעליוועבל
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:11 pm

עס זעהט אויס ווי דער פרעזידענט איז פארנומען אנצוווייזען די כאאס וואס אמעריקע איז געשטאנען אין 2016 ווען ער איז אריינגעקומען משא״כ די אינטעליזשענס הויפטען רעדן פון די צושטאנד וואס די מצב איז היינט.

נאריש צו פאוקעסן די גאנצע איראן איבערקערעניש איבער נוקלעאר ווען די עיקר סכנה איז די געווער און געלט וואס זיי פארשפרייטען אין די גאנצע מיטעל מזרח, נוקלעאר האט א איין פראצענט שאנס זיי זאלען אמאל ניצען - אפילו אנקעגן די ישראלים - משא״כ געווער איז א זאך וואס זיי פארשפרייטען אויף א טעגליכע באזיס אין גאנץ מיטעל מזרח.

סאו צו הרגענען די איראן דיעל אזוי אז די איראנע קענען מער נישט טוהן ביזנעס געהעריג מיט די רוב פון די ווילט, אזוי ווערט קלענער די מעגליכקייט פאר זיי צו פארשפרייטען געווער איז ווערט געוועהן איין טויזענט פראצענט.

נארט קאריע האט דער פרעזיזדענט רעכט אז ווען ער איז אריינגעקומען האט מען געהאלטען ביי כמעט-מלחמה און יעצט רעדט מען איינער צום צווייטען ווי באזעסענע מענטשען סאו ווילאנג ער איז א נארמאלע מענטש צום טיש האט טראמפ דעליווערט א מער סעקיורד אמעריקע אן אים נאכגעבן עניטינג און צייט וועט איבער צייגען צו מען קען אים קאנווינסען אוועק צו שטיין פון נוקלעאר.

אייסיס איז די איינציגסטע פלאץ וואס עס קומט פון דארט געמישטע רעפארטס, טראמפ שרייט אז מען האט געווינען און די אינטעליזשענס הויפטען זאגען אז נישט, איך וואלט גע׳עצהט די אינטעליזשענס הויפטען צו זאגען פאר די פרעזידענט ווי די אייסיס קעמפער זענען אזוי אז די פרעזידענט זאל שיקען די מיליטער זיי צו עלימינירען, מען באמבאדירט דארט טעגליך פאר די לעצטע דריי יאר און די אינטעליזשענס האלט אז זיי זענען נאך אלס שטארק, אפשר איז ארויס גיין יא א גוטע עצה.

סך הכל זעה איך אזוי: אינטער טראמפ איז איראן קאמפלייענט ״און״ זייער עקאנאמיע הינקעט אינטער אז זיי קענען נישט גרינג פארשפרייטען טעראר איבעראל וויל זיי מוטשענען זיך מיט געלט.

נארט קאריע איז א מאסיווע סוקסעס וואוסענדיג פון ווי מען קומט.

אייסיס איז נישט קלאר וואס דארט גייט פאר
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 30, 2019 8:43 pm

געמישטע רעפארטס?

מידיע רעפארטס מיט טראמפ טוויטס צוזאמען זענען "גארבידזש" קעגן די אינטעל קאמיוניטי'ס פאקטן.

און גאו בעק טו סקול ווערט נישט קיין ברעקל נארמאלער.
---------------------------

בריוו פון שומער צו דען קאוטס.

פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:04 pm

וואו קומען די אלע זאכן דא אריין? רוסלאנד מיט אסאד גייען קעיר נעמען פון אייסיס און פארטיג.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:53 pm

מטעמים האט געשריבן:נארט קאריע האט דער פרעזיזדענט רעכט אז ווען ער איז אריינגעקומען האט מען געהאלטען ביי כמעט-מלחמה

באבקעס
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יש ברירה
שר ששת אלפים
תגובות: 6154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » מיטוואך ינואר 30, 2019 10:29 pm

A+ טראלינג פון שומער...

עציץ נקוב
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך ינואר 30, 2019 11:10 pm

מיך זעט אויס זייער סוספישעס אז זיי האבן געזאגט אלעס קעגן די פרעזידענט און אלעס וואס די מידיע\דעמאקראטען האבן געוואלט הערן עס האט זיך זייער אנגעזען מיט נאורט קאריעא און איראן

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 12:41 am

צל עובר האט געשריבן:@ר' יואלשרייבער, אייסיס האט נאך שטחים אין סיריע.


איך ווייס, אבער איך זעה קיינער פון די קריטיקירער פון דעם באשלוס רעדט נישט דערפון.

איך האב פארשטאנען אז עס איז נאר אפאר קליינע דערפלעך, און עס גארנישט סטראטעגיש

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:34 am

נישט אזוי לאנג צוריק איז טראמפ געווען אזוי שארף אויף נארט קאריע, אז די דאמאקראטן זענען שוין געווען אין די בונקערס און געשריגן אומפיטשמענט, מ'טאר נישט גיין אזוי שארף.
נאכדעם האט מען אנגעהויבן דיפלאמטישע געשפרעכן, שרייען זיי מ'דארף צוריקגיין צו שארף....

בקיצור, אויך מיר מענטשן צו טיש.

ביי די וועי, קיינער ווייסט נישט צו דיפלאמאטיע וועט העלפן, איין זאך ווייס איך אז טראמפ האט גענומען די זאך אין די הענט אריין, און זאכן האבן זיך געשטעלט אין פלאץ.
יעצט הייב אן.. אויך מיר אין פלאץ, מ'בויעט ווייטער לאנטשעס.. איך ווייס איין זאך, קוק די העדליינס פון נ"ק פאר טראמפ, און יעצט.

איראן, נאך דעם געשמאקן דיעל, האט מען זיי נאך געשיקט פליגערס מיט קעש, געכאפט משכונות, זיי דרייען איבער און מאכן טראבל אין די גאנצע וועלט, דאס האט זיכער נישט געארבעט, סא לאמיר זען ווי יעצט וועט ארבעטן אדער נישט, צוריקגיין צו פריער איז זיכער נישט קיין אפשן.

אייסיס איז צושטאנד געקומען דורך אבאמא'ס נאכלעסיגקייט, טראמפ האט געהאקט פון זיי שטיקער, נישט געמאלדן ווי אמעריקע גייט אריין אדער ארויס, די גרוליגע ווידיאס האבן אויפגעהערט קומען, כ'ווייס נישט ווי שטארק זיי זענען יעצט, כ'ווייס אז טראמפ האט א ווארט דא, ער האט עפעס געברענגט צום טיש וואס לאזט אים האבן א מיינונג מער ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט די פראבלעם.

עס איז דא אן א שיעור אינטעלעדשענס, סטראטעגיע, מילטעריש און דיפלאמאטיש וואס א פרעזידענט דארף נעמען אין מיינד וועגן אייסיס, דערווייל האט דער פרעזידענט קרעדיט סיי לגבי זיין שטארקייט צו די מיליטער, סיי לגבי זיך נישט ברעכן פאר אנדערע לענדער, און סיי לגבי פארטרעטן אמעריקע'ס אינטערסן, אז איך זאל אים טראסטן מיט אייסיס.

ביי די וועי, טראמפ איז דער לעצטער מענטשן וואס וועט זיין גרייט אויפצוגעבן אויף א סוקסעס וואס ער האט געהאט אזוי ווי אייסיס און "סתם" אוועקוואקן, און הארגענען זיין לעגעסי, פארקערט וואלט געמאכט מער סענס, אז מ'דארף ווען נישט בלייבן מער, און טראמפ וויל דאך וועגן עקסטער קאשן נישט צו דעמעדשן זיין נאמען, ער ווייס אויך אז ער דארף נוצן אייסעס בקרוב 2020, אלא מאי? וועל מיר געוואויר ווערן.

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:20 am

לייפציק האט געשריבן:אייסיס איז צושטאנד געקומען דורך אבאמא'ס נאכלעסיגקייט,

אפשר קענסטו מער מסביר זיין וואס אבאמא האט געטוהן נישט ריכטיג לגבי אייסיס

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 7:53 am

לייפציק האט געשריבן:נישט אזוי לאנג צוריק איז טראמפ געווען אזוי שארף אויף נארט קאריע, אז די דאמאקראטן זענען שוין געווען אין די בונקערס און געשריגן אומפיטשמענט, מ'טאר נישט גיין אזוי שארף.
נאכדעם האט מען אנגעהויבן דיפלאמטישע געשפרעכן, שרייען זיי מ'דארף צוריקגיין צו שארף....

בקיצור, אויך מיר מענטשן צו טיש.

ביי די וועי, קיינער ווייסט נישט צו דיפלאמאטיע וועט העלפן, איין זאך ווייס איך אז טראמפ האט גענומען די זאך אין די הענט אריין, און זאכן האבן זיך געשטעלט אין פלאץ.
יעצט הייב אן.. אויך מיר אין פלאץ, מ'בויעט ווייטער לאנטשעס.. איך ווייס איין זאך, קוק די העדליינס פון נ"ק פאר טראמפ, און יעצט.

איראן, נאך דעם געשמאקן דיעל, האט מען זיי נאך געשיקט פליגערס מיט קעש, געכאפט משכונות, זיי דרייען איבער און מאכן טראבל אין די גאנצע וועלט, דאס האט זיכער נישט געארבעט, סא לאמיר זען ווי יעצט וועט ארבעטן אדער נישט, צוריקגיין צו פריער איז זיכער נישט קיין אפשן.

אייסיס איז צושטאנד געקומען דורך אבאמא'ס נאכלעסיגקייט, טראמפ האט געהאקט פון זיי שטיקער, נישט געמאלדן ווי אמעריקע גייט אריין אדער ארויס, די גרוליגע ווידיאס האבן אויפגעהערט קומען, כ'ווייס נישט ווי שטארק זיי זענען יעצט, כ'ווייס אז טראמפ האט א ווארט דא, ער האט עפעס געברענגט צום טיש וואס לאזט אים האבן א מיינונג מער ווי די מענטשן וואס האבן געמאכט די פראבלעם.

עס איז דא אן א שיעור אינטעלעדשענס, סטראטעגיע, מילטעריש און דיפלאמאטיש וואס א פרעזידענט דארף נעמען אין מיינד וועגן אייסיס, דערווייל האט דער פרעזידענט קרעדיט סיי לגבי זיין שטארקייט צו די מיליטער, סיי לגבי זיך נישט ברעכן פאר אנדערע לענדער, און סיי לגבי פארטרעטן אמעריקע'ס אינטערסן, אז איך זאל אים טראסטן מיט אייסיס.

ביי די וועי, טראמפ איז דער לעצטער מענטשן וואס וועט זיין גרייט אויפצוגעבן אויף א סוקסעס וואס ער האט געהאט אזוי ווי אייסיס און "סתם" אוועקוואקן, און הארגענען זיין לעגעסי, פארקערט וואלט געמאכט מער סענס, אז מ'דארף ווען נישט בלייבן מער, און טראמפ וויל דאך וועגן עקסטער קאשן נישט צו דעמעדשן זיין נאמען, ער ווייס אויך אז ער דארף נוצן אייסעס בקרוב 2020, אלא מאי? וועל מיר געוואויר ווערן.



דברים נכונים ;l;p-
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 8:36 am

לייפציק האט געשריבן: איך ווייס איין זאך, קוק די העדליינס פון נ"ק פאר טראמפ, און יעצט.

אינטערסאנט איך ווייס נישט.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:09 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נארט קאריע האט דער פרעזיזדענט רעכט אז ווען ער איז אריינגעקומען האט מען געהאלטען ביי כמעט-מלחמה

באבקעס


גערעכט, יעצט כאפ איך אז די כמעט מלחמה איז געווארן אונטער אים.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:13 pm

עציץ נקוב האט געשריבן:מיך זעט אויס זייער סוספישעס אז זיי האבן געזאגט אלעס קעגן די פרעזידענט און אלעס וואס די מידיע\דעמאקראטען האבן געוואלט הערן עס האט זיך זייער אנגעזען מיט נאורט קאריעא און איראן


זעהט אויס אז וואס דער פרעזידענט זאגט דיר האט ער גע'חלום'ט, און ביידע פארטייען פון ביידע הייזער פון קאנגרעס - מעקאנעל איז דא נאך מער אינוואלווד ווי פעלאוסי - זאגן דיר אלעמאל נאך פאקטן פון זיי.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:18 pm

צל עובר האט געשריבן:@ר' יואלשרייבער, אייסיס האט נאך שטחים אין סיריע.

@ראטלעדזש, דען קאוטס איז נישט אין די CIA, טראמפ האט אים געשטעלט פאר DNI, דאס מיינט דירעקטאר אף נעשענעל אינטעלעדזשענס.

-------------------------

דער פרעזידענט האט רעספאנדעט מיט טוויטס ווי ער רייסט שטארק אראפ די אינטעל חברה, וואס ווי איינער זאגט, אז דאס אז ווען ער זעהט זיי זאגן זייער מיינונג אין סענאט ווערט ער אויפגערעגט, ווייזט אז ער הערט פשוט קיי נמאל נישט אויס קיין אינטעל בריפינגס.

גיב א קוק, מיט א באווייז קען איך מיך נישט דינגען, א באווייז איז א באווייז.

ס'איז קלאר, טראמפ האט קיין מושג נישט אין אינטעלידזשענס אינפארמאציע ...
לעצט פאראכטן דורך פעיק נוז אום דאנארשטאג ינואר 31, 2019 2:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבן יקרה, בארג, יענקל בטלן און 53 געסט