טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:44 pm

ווילאנג עס קאסט נישט קיין געלט איז דאך נישט דא די ענין.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:52 pm

עס קאסט אבער רואיגקייט אין ראיאן, און ווער זאגט אז עס גייט נישט קאסטן קיין געלט? ווען דו גייסט אריין אין א זאך דארפסטו וויסן אז עס קען דיך טראגן אין פלעצער וואו דו ווילסט נישט און דו גייסט נישט קענען ארויסבעקן דעמאלטס אזוי ווי א לוזער.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 6:58 pm

רוביא געט איבער אז ווענעזועלע איז היינט די וויכטיגסטע זאך אין אמעריקע, א ראי' האט ער פון טוויטער.

Even in America, on the issue of #Venezuela, this time is different. #Venezuela is trending #1 on twitter

מייק פאמפעיא האט דערקלערט אז מאדורא האט נישט קיין רעכט ארויסציווארפן די דיפלאמאטן.

------------------

מייק פאמפעיא'ס סטעיטמענט.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך ינואר 23, 2019 8:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:28 pm

לאמיך זיין קלאר א מינוט, וואס שלאגט דער דערקלערטער פרעזידענט כואן גועידא פאר די צוקונפט פון ווענעזועלע?
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:32 pm

מאכן נייע וואלן און ווערן א עכטע דעמאקראטיע, נישט גענוג?

אויך גייט די אויל רייכע ווענעזועלע אריבערגיין פון רוסלאנד טשיינע קובא אנטי אמעריקע חדר, אריין אין אונזער חדר.
לעצט פאראכטן דורך צל עובר אום מיטוואך ינואר 23, 2019 8:49 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך ינואר 23, 2019 8:48 pm

יא גענוג.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1181
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך ינואר 23, 2019 9:01 pm

ווענעזועלע האט נישט אן אייגענע אשכול?
וואס איז די סטארי דארט?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

נעטא לענדער לייגן צו 100 ביליאן דאלאר צוליב טראמפ!

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 27, 2019 3:18 pm

אין א שטארקע דערגרייכונג פאר פרעזידענט טראמפ האט די NATO סעקרעטערי דזשענעראל "דזשענס סטאלטענבורג" היינט אינדערפרי אין אן אינטערוויו אויף פאקס ניוז סונדעי, געזאגט אז אין ליכט פון טראמפ'ס שטארקע און שטרענגע קריטיק האבן די נעטא לענדער צוגעלייגט אסאך מער געלט און ביז ענדע נעקסטע יאר וועלן די לענדער האבן צוגעלייגט אלעס אינאיינעם ארום "100 ביליאן!!!" דאלאר צו זייערע דעפענס ספענדינג!

ער זאגט אז טראמפ האט עטליכע מאל געזאגט "הויך און קלאר" אז ער איז קאמיטעט צו בלייבן אין די נעטא פאקט, אבער ער האט אויך קלאר אויפגעפאדערט די אנדערע לענדער צו צאלן זייער חלק!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

עציץ נקוב
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » זונטאג ינואר 27, 2019 4:03 pm

יאפ נאך א סוקסעס זיין מהלך ארבעט גאנץ גוט מיט פרעמדע לענדער אבער דא אין אמעריקע ארבעט עס נישט דערווייל ווייל ער האט צי טון מיט אזעלכע שטארקע שונאים וואס קענען באשטיין חרוב מאכן אמעריקע ווי איידער אים נאכגעבן א אינטש אין זיי האבן די מידיע אויף זייער זייט

אוועטאר
צל עובר
שר שבעת אלפים
תגובות: 7630
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » זונטאג ינואר 27, 2019 5:08 pm

דממה דקה האט געשריבן:ווענעזועלע האט נישט אן אייגענע אשכול?
וואס איז די סטארי דארט?

איך האב דא באריכטעט פאר מען האט געעפנט יענע אשכול, נאר @לחם לשובע האט געמיינט אז מען רעדט נאכנישט דערפון.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 27, 2019 5:25 pm

פאראינטערסירט האט געשריבן:אין א שטארקע דערגרייכונג פאר פרעזידענט טראמפ האט די NATO סעקרעטערי דזשענעראל "דזשענס סטאלטענבורג" היינט אינדערפרי אין אן אינטערוויו אויף פאקס ניוז סונדעי, געזאגט אז אין ליכט פון טראמפ'ס שטארקע און שטרענגע קריטיק האבן די נעטא לענדער צוגעלייגט אסאך מער געלט און ביז ענדע נעקסטע יאר וועלן די לענדער האבן צוגעלייגט אלעס אינאיינעם ארום "100 ביליאן!!!" דאלאר צו זייערע דעפענס ספענדינג!

ער זאגט אז טראמפ האט עטליכע מאל געזאגט "הויך און קלאר" אז ער איז קאמיטעט צו בלייבן אין די נעטא פאקט, אבער ער האט אויך קלאר אויפגעפאדערט די אנדערע לענדער צו צאלן זייער חלק!

די גאנצע נאטא אליאנץ אויפטוה איז גארנישט ווערד אויב וויל ער זיך נישט קאמיטן צו קומען צום דעפענס צו די מעמבערס בעת אגרעסיע.

פאמפעיא האט ביי אן אינטערוויו הערשט לעצטע וואך עטליכע מאל זיך אנטזאגט צו קאנפערמען אז די אדמיניסטראציע וועט קומען צום באשיצונג פון נאטא לענדער.

וואס איז די אויפטוה אז מ'האט צוגעלייגט 100 ביליאן דאלאר? אמעריקא גייט יעצט שניידן? ניין. אייראפע איז יעצט מער פארזיכערט ווי 3 יאר צוריק? אבסעלוטלי נישט. זיי ציטערן אין די הויזן פונעם רוסישן בער מצד אחד, און פון די אנדערע זייט האבן זיי מער נישט די אמאליגע גאראנטי פון אמעריקא.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 27, 2019 8:17 pm

כאפצעם האט געשריבן:

איהר האט געליינט די סוף פון מיין תגובה?

די סעקרעטער דזשענעראל האט געזאגט אז טראמפ האט פארזיכערט עטליכע מאל אז ער איז קאמיטעט צו נעיטא!

פאראינטערסירט האט געשריבן:ער זאגט אז טראמפ האט עטליכע מאל געזאגט "הויך און קלאר" אז ער איז קאמיטעט צו בלייבן אין די נעטא פאקט, אבער ער האט אויך קלאר אויפגעפאדערט די אנדערע לענדער צו צאלן זייער חלק!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג ינואר 27, 2019 8:23 pm

בלייבן אין נעטא מיינט 0. איז ער גרייט זיי צו דעפענדן? דאס איז די אלטימעט פראגע.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג ינואר 27, 2019 9:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:בלייבן אין נעטא מיינט 0. איז ער גרייט זיי צו דעפענדן? דאס איז די אלטימעט פראגע.

איז דאס צוויי זאכן?
וואס מיינט בלייבן אין נעיטא אויב נישט דאס אז מ'איז גרייט צו דיפענדן די אנדערע שותפים?

למען הפונקטליכקייט ער האט געזאגט בלויז אז טראמפ האט געזאגט אז ער איז קאמיטעט צו נעיטא.

דאס איז זיינע ווערטער:
"President Trump has been very clear," Stoltenberg told fill-in host John Roberts. "He is committed to NATO. He stated that clearly just a few days ago and also at the NATO summit in July. But at the same time, he has clearly stated that NATO allies need to invest more. And therefore at the summit in July last year, we agreed to do more to step up -- and now we see the results."
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20977
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » זונטאג ינואר 27, 2019 10:10 pm

כאפצעם האט געשריבן:בלייבן אין נעטא מיינט 0. איז ער גרייט זיי צו דעפענדן? דאס איז די אלטימעט פראגע.

און די ענטפער איז פשוט... נאך די עלעקשן וועט זיין מער פלעקסעבילעטי...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:26 am

כאפצעם האט געשריבן:בלייבן אין נעטא מיינט 0. איז ער גרייט זיי צו דעפענדן? דאס איז די אלטימעט פראגע.

די פראגע גײט אױך פארקערט איז נעטא גרײט צי דעפענדן אמעריקע?

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:33 am

אייראָפּע ציטערט נישט אין די הויזן פאר צוויי סיבות.

איינס, ווייל עס איז נישטא פון וועם , ענגלאנד אדער פראנקרייך אליינס קען זיך רואיג פארמעסטן מיטן רוסישן בער.

צווייטנס, זיי ווייסן אליינס אז טראמפ וועט מוזן דעפענדן א נאטא לאנד צו ער וויל יא צו נישט.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 28, 2019 10:57 am

כאפצעם האט געשריבן:זיי ציטערן אין די הויזן פונעם רוסישן בער מצד אחד, רוסישע בער?

וועלכע רוסישע בער? וואס מאכסטו משוגע? און חוץ פון דעם, האלטסטו טאקע אז די אייראפעישע לענדער קענען זיך נישט פארמעסטן מיטן "רוסישן בער"?
און פון די אנדערע זייט האבן זיי מער נישט די אמאליגע גאראנטי פון אמעריקא.

דו האלטסט אז טראמפ גיייט זיי נישט דיפענדן? איך האלט נישט אזוי.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:05 pm

עטץ כאפטס אז דאס שרייען אז רוסלאנד איז קיין שום פראבלעם איז א סתירה מיטן פארציילן אז די פרישע 100 ביליאן פון נאטא איז אן "אויפטוה", ריכטיג?
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2448
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:18 pm

אין נאטא לענדער װאס צאלן נישט פאר נאטא איז א סתירה מיט מורה האבן פון רוסלאד
לעצט פאראכטן דורך abeg אום מאנטאג ינואר 28, 2019 12:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:23 pm

כאפצעם האט געשריבן:עטץ כאפטס אז דאס שרייען אז רוסלאנד איז קיין שום פראבלעם איז א סתירה מיטן פארציילן אז די פרישע 100 ביליאן פון נאטא איז אן "אויפטוה", ריכטיג?

עס איז נישט קיין שווארץ-ווייס זאך

יעדער פארשטייט אז רוסלאנד דארף זיין משוגע צו אטאקירן אייראפע אפילו אין די יעצטיגע מצב, אבער נאך א הונדערט ביליאן אין מיליטער קראפט גיבט זיכער צו צי די רואיגקייט.

ביי די וועי, אויב געדענק איך גוט, האט טראמפ נאר אויסגעדריקט ספיקות איבער באשיצן די פיציקל לענדל מאנטאנעגרא, נישט אויף גאנץ אייראפע.

איך האלט גראדע אז דאס איז געווען א טעות, ווייל עס וועט דאך ממילא נישט קומען דערצו, ספעציעל אויב זאגט ער קלאר אז ער וועט זיי יא באשיצן, אויב אזוי פארוואס סתם אריינשפילן אין כאפצעם׳ס מויל?...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 10110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג ינואר 28, 2019 12:34 pm

אה, זאגעך דיר ס'נישט נאר די איין מאל פון טראמפ, סיי ער און סיי זיין אדמיניסטראציע ווען אימער זיי ווערן געפרעגט דערויף ספעציפיש צו "מ'גייט קומען צוהילף" ענטפערן זיי נישט!

סאו עני אויפטוה פון געלט העכערונג ביי נאטא ווערט פארוואסערט מיט די אמעריקאנע אומקלארע שטאנד, וואס אז דו לייגסט צו $100 ביליאן ביי נאטא אבער לייגסט אריין די עיקר $700 ביליאן פון אמעריקא אינטער פראגע צייכן האסטו געמאכט פונעם גאנצן נאטא א וויץ.
"וואס איר זעהט און ליינט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:16 pm

אפשר ברענגסטו ביטע א מקור ווי די אדמין האט זיך אפגעזאגט פון ענפערן איבער באשיצן ״אייראפע״?
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלפיים
תגובות: 2337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג ינואר 28, 2019 1:28 pm

עניוועי, מיט דעם איז כאפצעם יא גערעכט, אז אויב אמעריקע גייט נישט שניידן האט מען גארנישט אויפגעטוהן, סאו לכאורה דארף יעצט אמעריקע שניידן פון איר חלק ווייל די אנדערע שותפים האבן אריינגעלייגט מער.
For all your typing solutions contact us

lkbestwriting@gmail.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » מאנטאג ינואר 28, 2019 2:06 pm

פעיק נוז האט געשריבן:עניוועי, מיט דעם איז כאפצעם יא גערעכט, אז אויב אמעריקע גייט נישט שניידן האט מען גארנישט אויפגעטוהן, סאו לכאורה דארף יעצט אמעריקע שניידן פון איר חלק ווייל די אנדערע שותפים האבן אריינגעלייגט מער.

ס'איז לאו דוקא אז אמעריקע גייט שניידן, מ'רעדט פון דאס וואס די 29 לענדער פון נעטא האבן זיך געהאט פארפליכטעט צו ספענדן 2 פראצענט פון זייער לאנד'ס GDP פאר זייער אייגענע דעפענס.

ביזדערווייל זענען נאר 5 לענדער נאכגעקומען די פארלאנגטע סכום.
מיט אמעריקע וואס האט די גרעסטע עקאנאמיע פון די נעטא לענדער האט געספענד איבער 3.5 פראצענט פון זייער GDP.

די נייעס איז יעצט אז די לענדער האבן זיך געגעבן א שאקל און זיי וועלן ספענדן ארום 100 ביליאן דאלאר מער פאר זייער אייגענע ספענדינג, מיט עטליכע לענדער מער וואס גייען אנקומען צו די 2 פראצענט ציהל.

160415170401-nato-gdp-2-780x439.jpg
160415170401-nato-gdp-2-780x439.jpg (64.79 KiB) געזעהן 258 מאל

IMG_20190128_140129.jpg
IMG_20190128_140129.jpg (119.68 KiB) געזעהן 258 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א מוח, אבן יקרה, בלי לחץ, די נקודה, יסוד ארי, נודניק און 50 געסט