טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

סטיווען מילער טענה'ט זיך מיט בליצער, ער זאגט קלאר וואס איך האב נעכטן געשריבן, זיי האלטן אז די מהלך פון קענעדי ניקסאן פארד רעיגן בוש41 קלינטאן בוש43 קיסינדזשער וכו', איז געווען א דיזעסטער, און טראמפ האט קאמפיינט קעגן די אלע זאכן.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

פרעזידענט טראמפ'ס דעפענס סעקראטאר מעטיס האט געמאלדן אז ער רעזיגנירט.
אין בריוו אדרעסירט צום פרעזידענט שרייבט מעטיס אז ער גלייבט אז די שטארקייט פון אונזער לאנד ווענדט זיך אסאך און אונזער צוזאמארבעט מיט פריינדליכע לענדער, און אים זיך אויפשטעלן צו די לענדער -ווי רוסלאנד און כינע- וואס ווילן אונטערברענגן דעם דעמאקראטישן וועלט ארדענונג. און היות דאס שטימט נישט מיט'ן פרעזידענט'ס בליק, וועט ער אפטרעטן.

דאס זענען שארפע ווערטער, ספעציעל אז זיי קומען פון דזשעימס מעטיס וואס טראמפ און זיינע שטיצער האבן לאנג געטענהט אז ער איז דער וואס וועט אוועקשטעלן די טראמפ מהלך אויף דעפענס.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיכל הירש »

דער בריוו פון דזשעימס מעטיס

IMG_20181220_195345.jpg
IMG_20181220_195345.jpg (456.23 KiB) געזען 2048 מאל
IMG_20181220_195347.jpg
IMG_20181220_195347.jpg (280.49 KiB) געזען 2048 מאל
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אז איך האב שוין יא געטראפן א מעפ פון סיריע, לייג איך עס דא אויך.

אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני האט נעכטן אריינגעגעבן דעם בודזשעט פאר'ן קומענדיגן יאר צום פארלאמענט, זייענדיג דער ערשטער בודזשעט זינט די פאראייניגטע שטאטן האט צוריקגעשטעלט די הארבע עקאנאמישע סאנקציעס אויף איראן.

דער בודזשעט באשטייט פון בלויז 47.5 ביליאן דאלאר, און איז ווייניגער ווי העלפט פון איראן'ס פאריעריגן בודזשעט. דאס איז א דירעקטער רעזולטאט פון די געפאלענע ווערד פון איראן'ס וואלוטע, וואס האט געטראסקעט זינט די צוריקגעשטעלטע סאנקציעס.

אין זיין רעדע צום פארלאמענט, האט רוכאני אטאקירט אמעריקע, זאגנדיג אז די סאנקציעס צעקלאפן און שעדיגן איראן און אירע בירגער. עס איז דאס ערשטע מאל וואס עס פאסט פאר איראן מודה צו זיין, אז זי שפירט די נעגאטיווע אפעקטס פון די אמעריקאנער סאנקציעס.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40154
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

רוסלאנד ארעסטירט אמעריקאנער אים באשולדיגנדיג מיט שפיאנאזש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די פאראייניגטע שטאטן און מדינת ישראל האבן געמאלדן א פאראייניגטע באשלוס צו זיך אפטיילן פון די יו-ען קולטורעלע אגענטור יונעסק״א אלס פראטעסט פאר דעם וואס די אגענטור טוט דיסקרימינירן קעגן מדינת ישראל אויף א סיסטעמאטישע פארנעם.

דער פראצעדור זיך צו ארויסציען האט זיך שוין אנגעהויבן אינמיטן יאר, און איז געווארן אפיציעל מיט׳ן אריינקום פונעם נייעם קאלענדער יאר.

איראניש אז דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטעמנט האט נישט געקענט רעאגירן צו די נייעס צוליב דעם שאטדאון, אבער עס ווערט געשאצט אז אמעריקע וועט פארבלייבן דארט אלס א ״נישט מיטגליד לאנד״ און אלס אבזערווירער, וויבאלד אין די לעצטע מאנאטן האבן זיי איינגעפירט רעפארמען צו אדרעסירן די זארגן פון אמעריקע און מדינת ישראל איבער איינזייטיגקייט.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער פרעזידענט ירום הודו שמועסט זייער שיין אויס זיין גאנצע אויסערן פאליטיק מהלך, נאך די היינטיגע קאבינעט מיטונג, בפרטי פרטים, גייט דורך אסאך לענדער און רידזשענס.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דזשאן באלטאן געט איבער אז מען וועט נישט ארויסגיין פון סיריע פאר מען ענדיגט אינגאנצן אייסיס, און נאך מער, פאר טערקיי זאגט צו אז זיי וועלן נישט אטאקירן די קורדן.

זעהט אויס אז די עסקנים, גרעהעם באלטאן פאמפעיא מעקאנעל רוביא וכו', האבן למעשה יא באוויזן צו מסביר'ן דעם פרעזידענט אז עס איז נישט דא קיין ברירה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

דער פרעזידענט ירום הודו האט זיך עפנטליך אליינס אנגענומען פאר די קורדן.

ער האט געטוויט אז ער וועט דעוועסטעטן טערקיי עקאנאמיש אויב זיי טשעפענען די קורדן.

ער שרייבט אויך אז די קורדן זאלן נישט אנרייצן טערקיי.
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9083
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ווען איז ער געווען קעגן די קורדן? ס״ה איז ער געווען קעגן שיקן וואפן. זיין קעגן זיי!? פארוואס עפעס.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווען איז ער געווען קעגן די קורדן? ס״ה איז ער געווען קעגן שיקן וואפן. זיין קעגן זיי!? פארוואס עפעס.

דעמאלטס ווען ער איז געווען פוטין'ס אגענט..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

צל עובר האט געשריבן:דער פרעזידענט ירום הודו האט זיך עפנטליך אליינס אנגענומען פאר די קורדן.

ער האט געטוויט אז ער וועט דעוועסטעטן טערקיי עקאנאמיש אויב זיי טשעפענען די קורדן.

ער שרייבט אויך אז די קורדן זאלן נישט אנרייצן טערקיי.
אטעטשמענטס
Screenshot_20190114-000835~3.png
Screenshot_20190114-000835~3.png (123.14 KiB) געזען 1348 מאל
Screenshot_20190114-000822~2.png
Screenshot_20190114-000822~2.png (47.12 KiB) געזען 1348 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

ארורים ה... שאין טובתם שלימה , יעצט וועט ערדואן שוין מוזן עפעס טוהן כדי צו ווייזן אז ער דערשרעקט זיך נישט פון אמעריקע.
אויב קוקט מען אויף זיין אויפפירונג ביים גלח, וועט ער קודם טיילן מכות און א מינוט נאך די לעצטע מינוט וועט ער אויפהערן, אבער די טויטע קורדן וועלן שוין נישט צוריק לעבעדיג ווערן.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווען איז ער געווען קעגן די קורדן? ס״ה איז ער געווען קעגן שיקן וואפן. זיין קעגן זיי!? פארוואס עפעס.


ווער זאגט אז ער איז געווען קעגן די קורדן, איך ברענג די פרייליכע נייעס אז דער ירום הודו האט געסטראשעט טערקיי, וואס איך בין פרייליך דערמיט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואל שרייבער »

וואס איז די מעשה מיט דזשעף "באזא"?

Donald J. Trump
Twitter › realDonaldTrump
So sorry to hear the news about Jeff Bozo being taken down by a competitor whose reporting, I understand, is far more accurate than the reporting in his lobbyist newspaper, the Amazon Washington Post. Hopefully the paper will soon be placed in better & more responsible hands!
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

יואל שרייבער האט געשריבן:וואס איז די מעשה מיט דזשעף "באזא"?

Donald J. Trump
Twitter › realDonaldTrump
So sorry to hear the news about Jeff Bozo being taken down by a competitor whose reporting, I understand, is far more accurate than the reporting in his lobbyist newspaper, the Amazon Washington Post. Hopefully the paper will soon be placed in better & more responsible hands!

דשעף בעזאס גייט זיך יעצט גט'ן, און טראמפ נוצט אויס די געלעגנהייט איהם אראפצורייסן...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

און פארלירן האלב געלט אויך.

טראמפ האט שוין עקספיריענס אין די ליין, און איך מיין אז "נאו באדי קנאוס עבאד דיס בעדער דען דאנעלד טראמפ".

איך מיין אז די שונאים רופן אים באזא.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יואל שרייבער האט געשריבן:ארורים ה... שאין טובתם שלימה , יעצט וועט ערדואן שוין מוזן עפעס טוהן כדי צו ווייזן אז ער דערשרעקט זיך נישט פון אמעריקע.
אויב קוקט מען אויף זיין אויפפירונג ביים גלח, וועט ער קודם טיילן מכות און א מינוט נאך די לעצטע מינוט וועט ער אויפהערן, אבער די טויטע קורדן וועלן שוין נישט צוריק לעבעדיג ווערן.

דאס איז שוין א פרעדיקשן..
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעיא האט נעכטן געזאגט, אז די אנגייענדיגע באיקאט וואס עטליכע אראבישע לענדער אינעם גאלף ראיאן פירן אן קעגן קאטאר, גייט שוין אן צו לאנג און עס איז צייט אז די לענדער זאלן אויסגלייכן זייערע דיפערענצן צווישן זיך.

סאודי אראביע האט אנגעהויבן דעם באיקאט און בלאקאדע קעגן קאטאר אין יוני יאר 17', מיט באשולדיגונגען אז קאטאר שטיצט טעראר, און די טראמפ אדמיניסטראציע פרובירט שוין לאנג אפצושטעלן דעם באיקאט. פאמפעיא זאגט אז די לענדער מוזן זיך פאראייניגן און ארבעטן אינאיינעם אפצושוואכן איראן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

צל עובר האט געשריבן:און פארלירן האלב געלט אויך.

איך מיין אז די שונאים רופן אים באזא.

ער גייט טאקע פארלירן געלט?

באזא דעפינישן
אטעטשמענטס
Screenshot_2019-01-14 bozo - Google Search.png
Screenshot_2019-01-14 bozo - Google Search.png (4.79 KiB) געזען 1177 מאל
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און פארלירן האלב געלט אויך.

איך מיין אז די שונאים רופן אים באזא.

ער גייט טאקע פארלירן געלט?

באזא דעפינישן

יא, געווענליך איז די געזעץ אז די פרוי באקומט האלב פון די פארמעגן.
דאס מיינט אז זי באקומט ערגעץ איבער 50 ביליאן דאלאר! ווערנדיג די רייכסטע פרוי אין די וועלט!!
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
קהל עדתינו
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 5:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהל עדתינו »

פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און פארלירן האלב געלט אויך.

איך מיין אז די שונאים רופן אים באזא.

ער גייט טאקע פארלירן געלט?

באזא דעפינישן

יא, געווענליך איז די געזעץ אז די פרוי באקומט האלב פון די פארמעגן.
דאס מיינט אז זי באקומט ערגעץ איבער 50 ביליאן דאלאר! ווערנדיג די רייכסטע פרוי אין די וועלט!!

וואו אזא דורכפאל פאר אים...

איך פארגין נישט די אומפארדינטע שמחה פאר טראמפ
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יואל שרייבער האט געשריבן:ארורים ה... שאין טובתם שלימה , יעצט וועט ערדואן שוין מוזן עפעס טוהן כדי צו ווייזן אז ער דערשרעקט זיך נישט פון אמעריקע.
אויב קוקט מען אויף זיין אויפפירונג ביים גלח, וועט ער קודם טיילן מכות און א מינוט נאך די לעצטע מינוט וועט ער אויפהערן, אבער די טויטע קורדן וועלן שוין נישט צוריק לעבעדיג ווערן.

ער גייט נישט טאטשען די קורדען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29181
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

קהל עדתינו האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
קהל עדתינו האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:און פארלירן האלב געלט אויך.

איך מיין אז די שונאים רופן אים באזא.

ער גייט טאקע פארלירן געלט?

באזא דעפינישן

יא, געווענליך איז די געזעץ אז די פרוי באקומט האלב פון די פארמעגן.
דאס מיינט אז זי באקומט ערגעץ איבער 50 ביליאן דאלאר! ווערנדיג די רייכסטע פרוי אין די וועלט!!

וואו אזא דורכפאל פאר אים...

איך פארגין נישט די אומפארדינטע שמחה פאר טראמפ


בלויז אין 9 סטעיטס איז דאס די סיסטעם, אבער ער וואוינט אין וואשינגטאן סטעיט וואס איז פון די 9.

ביידע באקומען בערך 70 ביליאן דאלער.

אז אזויפיל אידן פרייען זיך זאל זיך טראמפ אויך פרייען.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”