טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס 85% פארדאמונגען אין די UN איז אקעגן מדינת ישראל? און נאר15% פאר אלע אנדערע לענדער "צוזאמען"!

ס'איז דא גענוג לענדער וואס טוהן אומריכטיג, אבער מ'איז נאר פארנומען צו פארדאמען די ציונים ימ"ש.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

סאבסיטוט האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:@צל עובר

איך בין אויך א סאטמארער, און איך בין יעדן טאג מתפלל אז די מדינה זאל בטל ווערן, אבער די אלע לענדער וואס האבן געשטימט צו פארדאמען אמעריקע, איז עס נישט צוליב זייער קנאישקייט, ס'איז צוליב דעם וואס זיי האבן דיר פיינט. דיך צוזאמען מיט אלע אידן, פרימע און מאדערענע, קנאים און ציונים צוגלייך.

זיי האבן אונז אזוי פיינט אז זיי זענען גרייט זיך איינצורייסן מיט טראמפ וואס קען זיי באשטראפן מיט געלט, אבי צו צופיקסן די אידן.


סוי דו האלטס אז די "גאנצע וועלט "איז אזעלכע אנטעסעמיטן, אויב יא זעמיר אויף גרויסע צרות.

איבער 80% מענטשן וואוינען אין די 128 לענדער.

דו האלטס יאפאן סאוט קאריע וויעטנאם וכולי זענען אנטעסעמיטן?

וואס זאל איך טאן איך האלט נישט אזוי.

(איך ווייס נישט ווי אזוי מעטעטשט זאכן קען איך נישט לייגן קיין לינק)

די האסט עני אנדערע הסבר?

זיך אננעמען פאר באקריוועדטע מענטשן אויף די אנדערע זייט אינעם קאנפליט

וויל כידוע נאך יעדע טעראר אטאקע אין א"י פארפירן זיי קעגן די פאלעסטינער טעראר מאשין און שרייען אז מען ברויך סטאפן מחנך זיין צו טעראר.

איך גלייב נישט אז מיינסט עס אמת'דיג. לכאורה מאכסטו זיך נאר.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ער מיינט עס נעבעך יא ערענסט און וועגען דעם האביך דא יעצט אוועק געגעבען צוויי שעה צו אויסקלארען דער זאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

סאבסיטוט האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:א געוואלדיגע לימוד זכות, און אריין געלערענט וואס זייערע נאבעלע מאטיווען זענען...

אדרבה - לאמיר פרעגן למעלה משבעים'ס קשיא פארקערט: האסט אן אנדערע סיבה פארוואס זיי דערקלערן נישט ירושלים אלס פאלעסטינער הויפטשטאט?! :grin:

Still waiting
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

זאכליך האט געשריבן:קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס 85% פארדאמונגען אין די UN איז אקעגן מדינת ישראל? און נאר15% פאר אלע אנדערע לענדער "צוזאמען"!

ס'איז דא גענוג לענדער וואס טוהן אומריכטיג, אבער מ'איז נאר פארנומען צו פארדאמען די ציונים ימ"ש.


אודאי "תימן" וואס האט דאס אויפגעברענגט איז געווען וועגן אנטעסעמיטיזם און וועגן דעם ברענגט מען אייביג זאכן קעגן זיי.

אבער למשל פוטין האט דאך ליב אידן און ער האט אויך געשטימט קעגן אמעריקע.

כטראכט יעצט קען זיין די אלע לענדער אדער אסאך פון זיי איז נאר צו ניצן די מדינה צו טשעפענען אמעריקע.

הגם יאפאן סאוט קאריע פארשטיי איך נאך אלס נישט.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

פארוואס עס לוינט פאר יעדעם -פיינט און פריינט צוגלייך- צו שטיין ווי ווייטער פון אן אומפאפולערער פרעזידענט.

ריקן די אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין ירושלים פלעגט זיין א שטארק פאפולערע פאזיציע אינעם העכסט פרא-מדינ"י אמעריקא, בלויז %20 פלעגן זיין אנטקעגן דעם.

אצינד היות עס איז געווארן אטעטשירט דערצו די נאמען "טראמפ" האט עס פלוצים פארלוירן די שטיצע און פארמאגט קעגננרשאפט פון %49 אמעריקאנער ליידער.

דאס איז א לעססאן פאר מענטשן און לענדער צו ענטפערן פאר אזא אנבאט: מוחל טובות, איך וועל ווארטן פאר א פאפולערן פרעזידענט.
אטעטשמענטס
20171222_142405.png
20171222_142405.png (599.81 KiB) געזען 2331 מאל
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

דאס ווייזט מיט וואספארא "עם נבון וחכם" מיר האנדלן דא. ביז איצט שטיצט עס יעדער, פלוצלונג אז ס'האט מיט "טראמפ" דאן איז עק וועלט.
נעבעך.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיגו »

כאפצעם האט געשריבן:פארוואס עס לוינט פאר יעדעם -פיינט און פריינט צוגלייך- צו שטיין ווי ווייטער פון אן אומפאפולערער פרעזידענט.

ריקן די אמעריקאנער אמבאסאדאר קיין ירושלים פלעגט זיין א שטארק פאפולערע פאזיציע אינעם העכסט פרא-מדינ"י אמעריקא, בלויז %20 פלעגן זיין אנטקעגן דעם.

אצינד היות עס איז געווארן אטעטשירט דערצו די נאמען "טראמפ" האט עס פלוצים פארלוירן די שטיצע און פארמאגט קעגננרשאפט פון %49 אמעריקאנער ליידער.

דאס איז א לעססאן פאר מענטשן און לענדער צו ענטפערן פאר אזא אנבאט: מוחל טובות, איך וועל ווארטן פאר א פאפולערן פרעזידענט.

וואס האט מד"י פון די נאר 20% ווען עס קען נישט ווערן דעליווערט? בעסער 50% אבער געטון למעשה...
דאס איז דיך צו בארואיגן, אבער באמת גלייב איך אז די רגע די טעמע ווערט נוגע למעשה קומט ארויס די ריכטיגע קעגנערשאפט, וועם אין אמעריקע איז אנגעגאנגען צו זאגן אז זיי ליבן מד"י און חלש'ן צו זען ירושלים איר הויפט שטאט? ס'גייט סייווי קיינמאל נישט פאסירען... אבער יעצט אז דער צעפידלטער טראמפ מיינט עס נעבעך אמת'דיג ווערט שוין די קעגנערשאפט אויך אויפריכטיג
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

אלס סאטמארער טוט מיר וויי די הצלחה פון די ציונים דורכ'ן דעקלעראציע פון פרעזידענט טראמפ.

אבער יעצט איבער די רעזולוציע אינעם יו ען האלט איך זייער שטארק פון די מהלך פון שניידן געלטער,
כ'מיין די זיצט דא אויף קעסט ביי מיר נעמסט שווערע מיליאנען, אויף וואס אמעריקע צאלט צינזן פאר טשיינע.. און דא שפייסטו מיר אין פנים,

כ'האב זייער הנאה פון די מהלך, כ'ווארט אויפן טאג וואס טראמפ וועט עס טוהן,
כ'קלער אז ער וויל עס נישט טוהן יעצט אין די חגא, ווייל ער קען באשטיין מען זאל נאך רעדן פון די טעקס רעפארם, אבער צום נייעם יאר וועט ער עס האפענטליך טוהן, ער האט שוין א רעפיטעישען פון געזאגט און געטאן.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

ממה נפשך: אויב איז די געלטער אומנויטיג דאן פארוואס גיבט ער עס זיי אין די פירסט פלעיס, ווידער אויב איז עס יא נויטיג פאר נעשאנעל סעקיורעטי סיבות וואס איז די פשט פון עס אפשטעלן און ליידן די קאנסעקווענצן בלויז פאר אזוינע נארישע ווערטער אויסטוישן?!

און כ'רעד נישט פון אלגעמיינע יו ען קאנטריביושענס וואס דעיס האט שוין יעדער געוויסט פון די ערשטע טאג אז דאס גייט די טראמפ אדמיניסטראציע שניידן, און דעס איז נישט געווען די סטראשע וואס טראמפ און העילי האבן געמאכט לעצטע וואך ווייל דערפון וואלטן אינדעווידואלע לענדער זיך נישט דערשראקן. נאר די רעדע איז פון שניידן די געלטער טאקע פון די לענדער וואס האבן געשטימט קעגן (אמעריקא) טראמפ, עגיפטן,ירדן, סאודי אראביע, יאפאן, סאוט קאריע, אייראפע וכו' די אלע קריגן שווערע ביליאנען דאלארן יערליך און אויך דעם גייט די קשיא. מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

די טראמפ אדמיניסטראציע האט בטל געמאכט זייער מיטל-מזרח שלום פלאן נאכפאלגענדיג די פאלעסטינער ארויסציען זיך פון די געשפרעכן.

פאלעסטינער פרעזידענט מאחמוד אבאס האט אין רעאקציע צו די ירושלים דעקלעראציע מודיע געווען אז טראמפ האט זיך דיסקוואליפיצירט פון דינען אלס אביעקטיווער שלום פארמיטלער און ממילא וועט ער מער נישט האנדלען מיט אמעריקא איבער סייוואסערע געשפרעכן.

ווי א ווייסע הויז באאמטער גיבט איבער פאר אן איזראעלי נייעס קוואל וויל טראמפ נאך אלץ דורכפירן א שלום אבער די אדמיניסטראציע האט נישט קיין וועג צו צווינגען די פאלעסטינער צום טיש און דעריבער ציען זיי ארויס זייערע פלענער.
אוועטאר
משה כספי
שר האלפיים
תגובות: 2070
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה כספי »

סאבסיטוט האט געשריבן:ממה נפשך: אויב איז די געלטער אומנויטיג דאן פארוואס גיבט ער עס זיי אין די פירסט פלעיס, ווידער אויב איז עס יא נויטיג פאר נעשאנעל סעקיורעטי סיבות וואס איז די פשט פון עס אפשטעלן און ליידן די קאנסעקווענצן בלויז פאר אזוינע נארישע ווערטער אויסטוישן?!

און כ'רעד נישט פון אלגעמיינע יו ען קאנטריביושענס וואס דעיס האט שוין יעדער געוויסט פון די ערשטע טאג אז דאס גייט די טראמפ אדמיניסטראציע שניידן, און דעס איז נישט געווען די סטראשע וואס טראמפ און העילי האבן געמאכט לעצטע וואך ווייל דערפון וואלטן אינדעווידואלע לענדער זיך נישט דערשראקן. נאר די רעדע איז פון שניידן די געלטער טאקע פון די לענדער וואס האבן געשטימט קעגן (אמעריקא) טראמפ, עגיפטן,ירדן, סאודי אראביע, יאפאן, סאוט קאריע, אייראפע וכו' די אלע קריגן שווערע ביליאנען דאלארן יערליך און אויך דעם גייט די קשיא. מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר!

קודם
טענות אויף ענגיפטן וכד' (מיטל מזרח) איז נישט שייך צו האבן צוליב וואס זיי מוזן פארדאמען אמעריקע פארן טשעפנען אראבער
ווייטער אויף יאפאן וכד' איז דאך יא שייך טענות צוליב וואס זיי אטאמען פון אמעריקאנער געלטער
און דערנאך דיין פראגע איבער סעקיוריטי איז די ענטפער אז מען האקט נישט אפ די געלטער נאר מען וועט שניידן און געבן כדי חייהם
איי פארוואס טוט מען עס נישט סתם אזוי, ווייל טאמער וואלט ער עס געטאן סתם אזוי וואלט סאבסיטוט אים אראפגעריסן, משא"כ יעצט איז די תירוץ אז די שפייעסט וועל איך אויך שפייען
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4331
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

משה כספי האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ממה נפשך: אויב איז די געלטער אומנויטיג דאן פארוואס גיבט ער עס זיי אין די פירסט פלעיס, ווידער אויב איז עס יא נויטיג פאר נעשאנעל סעקיורעטי סיבות וואס איז די פשט פון עס אפשטעלן און ליידן די קאנסעקווענצן בלויז פאר אזוינע נארישע ווערטער אויסטוישן?!

און כ'רעד נישט פון אלגעמיינע יו ען קאנטריביושענס וואס דעיס האט שוין יעדער געוויסט פון די ערשטע טאג אז דאס גייט די טראמפ אדמיניסטראציע שניידן, און דעס איז נישט געווען די סטראשע וואס טראמפ און העילי האבן געמאכט לעצטע וואך ווייל דערפון וואלטן אינדעווידואלע לענדער זיך נישט דערשראקן. נאר די רעדע איז פון שניידן די געלטער טאקע פון די לענדער וואס האבן געשטימט קעגן (אמעריקא) טראמפ, עגיפטן,ירדן, סאודי אראביע, יאפאן, סאוט קאריע, אייראפע וכו' די אלע קריגן שווערע ביליאנען דאלארן יערליך און אויך דעם גייט די קשיא. מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר!

קודם
טענות אויף ענגיפטן וכד' (מיטל מזרח) איז נישט שייך צו האבן צוליב וואס זיי מוזן פארדאמען אמעריקע פארן טשעפנען אראבער
ווייטער אויף יאפאן וכד' איז דאך יא שייך טענות צוליב וואס זיי אטאמען פון אמעריקאנער געלטער
און דערנאך דיין פראגע איבער סעקיוריטי איז די ענטפער אז מען האקט נישט אפ די געלטער נאר מען וועט שניידן און געבן כדי חייהם
איי פארוואס טוט מען עס נישט סתם אזוי, ווייל טאמער וואלט ער עס געטאן סתם אזוי וואלט סאבסיטוט אים אראפגעריסן, משא"כ יעצט איז די תירוץ אז די שפייעסט וועל איך אויך שפייען

זייער גוט געזאגט,


אמעריקע גיבט אויס ביליאנען דאלאר אין הילף פאר אנדערע לענדער און וואס באקומט זי צוריק??? אה כ'האב פארגעסן סעקיוריטי....!! נישטא ווער ס'זאל לאכן.

גראדע אין פאקט קוקט אויס אז מען האט שוין געשניטן די יו עס אסיסטענס פאר פארעין קאנטריס מיט ארום האלב,
2016 = $45 ביליאן דאלאר!
2017 $22. ביליאן דאלאר!
נאך
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אמעריקע טוט איינהאלטן איר ווארנונג צום יו.ען. אז די אפשטימונג פון פאריגע וואך איבער ירושלים וועט ברענגען אמעריקע צו שניידן איר פאנדינג צום יו.ען. און אירע אנגענטורן. היינט האט די אמעריקאנער דעלעגאציע צום יו.ען. פארעפנטליכט א סטעיטמענט אין וועלכע זיי מעלדן אז אמעריקע וועט שניידן די הילף וואס זי שענקט יערליך צום קערפערשאפט מיט 285 מיליאן דאלער, פון די איבער 3 ביליאן דאלער וואס אמעריקע שענקט איר יערליך.

דער סטעיטמענט זאגט אז אמעריקע וויל ווייטער שפילן א וויכטיגע ראלע אינעם קעפערשאפט אבער זי שפירט אז די ארגאניזאציע האט פארנאכלעסיגט איר פינאנציעלע ארדענונג און עס ווערן פארשווענדעט צענדליגע מיליאנען, און אמעריקע פארלאנגט דעריבער אז די ארגאניזאציע זאל איינצוימען דעם בודשעט.

פרעזידענט טראמפ האט אנגעדייטעט אין די לעצטע טעג אז ער זוכט צו דראסטיש שניידן די פינאנציעלע הילף וואס אמעריקע שענקט צום יו.ען. זאגנדיג ״לענדער וועלכע געניסן פון צענדליגע און הונדערטער מיליאנען אין אמעריקאנער הילף טוען נאכדעם שטימען קעגן אונזערע אינטערעסן, פאר׳ן אמעריקאנער פאלק איז נמאס געווארן פון דעם״.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
Gevald Geshrigen
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Gevald Geshrigen »

איך מיין די בעסטע עצה פאר אמעריקע צו גרינדען אן ארגאניזאציע עפעס ענליך צו דעם אמאליגן נאן עליינד מאוומענט און אריבערשיקן די יו ען הויפטקווארטירן קיין טערקיי אדער ווענעזועלע
סאבסיטוט
שר האלף
תגובות: 1232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאבסיטוט »

UK government pleads with Prince Harry not to invite the Obamas to his wedding for fear of infuriating Donald Trump
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

משה כספי האט געשריבן:
סאבסיטוט האט געשריבן:ממה נפשך: אויב איז די געלטער אומנויטיג דאן פארוואס גיבט ער עס זיי אין די פירסט פלעיס, ווידער אויב איז עס יא נויטיג פאר נעשאנעל סעקיורעטי סיבות וואס איז די פשט פון עס אפשטעלן און ליידן די קאנסעקווענצן בלויז פאר אזוינע נארישע ווערטער אויסטוישן?!

און כ'רעד נישט פון אלגעמיינע יו ען קאנטריביושענס וואס דעיס האט שוין יעדער געוויסט פון די ערשטע טאג אז דאס גייט די טראמפ אדמיניסטראציע שניידן, און דעס איז נישט געווען די סטראשע וואס טראמפ און העילי האבן געמאכט לעצטע וואך ווייל דערפון וואלטן אינדעווידואלע לענדער זיך נישט דערשראקן. נאר די רעדע איז פון שניידן די געלטער טאקע פון די לענדער וואס האבן געשטימט קעגן (אמעריקא) טראמפ, עגיפטן,ירדן, סאודי אראביע, יאפאן, סאוט קאריע, אייראפע וכו' די אלע קריגן שווערע ביליאנען דאלארן יערליך און אויך דעם גייט די קשיא. מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר!

קודם
טענות אויף ענגיפטן וכד' (מיטל מזרח) איז נישט שייך צו האבן צוליב וואס זיי מוזן פארדאמען אמעריקע פארן טשעפנען אראבער
ווייטער אויף יאפאן וכד' איז דאך יא שייך טענות צוליב וואס זיי אטאמען פון אמעריקאנער געלטער
און דערנאך דיין פראגע איבער סעקיוריטי איז די ענטפער אז מען האקט נישט אפ די געלטער נאר מען וועט שניידן און געבן כדי חייהם
איי פארוואס טוט מען עס נישט סתם אזוי, ווייל טאמער וואלט ער עס געטאן סתם אזוי וואלט סאבסיטוט אים אראפגעריסן, משא"כ יעצט איז די תירוץ אז די שפייעסט וועל איך אויך שפייען


יאפאן סאוט קאריע, באקומען מיינעך נישט קיין געלט פון אמעריקע, נאר אמעריקע'ס מיליטער - וואס קאסט אפ גרויסע געלטער - באשוצט זיי.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

א טאג נאכדעם וואס גואטאמאלע האט געמאלדן איר באשלוס זיך צו אנשליסן צו די פאראייניגטע שטאטן מיט׳ן אריבערפירן איר אמבאסאדע אין מדינת ישראל קיין ירושלים, האבן נאך צוויי צענטראל אמעריקאנער לענדער געמאלדן אז זיי וועלן זיך אנשליסן און נאכגיין אין די פוסטריט פון אמעריקע און גואטעמאלע, האנדורעס און פאנאמע זענען צוויי לענדער וועלכע האבן אויך געשטימט קעגן די פעלקער פאראיין רעזאלוציע צו פארדאמען אמעריקע, און יעצט וועלן זיי זיך פארמאל אנשליסן און אויך אריבערפירן זייערע אמבאסאדעס קיין ירושלים און איר אנערקענען אלס הויפטשטאט פון מדינת ישראל.

די באשלוס פון נאך צוויי לענדער ווערט פאררעכנט אלס דיפלאמאטישע דערגרייכונג פאר ביבי נתניהו, און אויך פאר׳ן פארזיצערין פון אמעריקע אין די פעלקער פאראיין ניקי העילי וועלכע שטעלט זיך ארויס אלס גאר עפעקטיווע פארשטייערין פאר אמעריקאנער אויסערן פאליטיק אין די צייט וואס פונעם סעקערטערי אף סטעיט רעקס טילערסאן הערט מען גאנץ ווייניג אויף די אינטערנאציאנאלע ארענע. א באאמטער אין די מדינת ישראל אויסערן דעפארטמענט האט געזאגט אז זיי זענען אין געשפרעכן מיט נאך 10 לענדער וואס באטראכטן צו אריבערפירן זייערע אמבאסאדעס קיין ירושלים.

פיינע נייעס
לעצט פארראכטן דורך פעיק ניוז אום מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 6:54 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

יאפאן האט איינגעלאדענט פארשטייער פון מדינת ישראל און די פאלעסטינער אויטאריטעט, אינאיינעם מיט פארשטייער פון אמעריקע און יאפאן. דאס איז א פרואוו פון יאפאן צו געבן א וועג פאר די פאלעסטינער צו אנהאלטן די שלום געשפרעכן טראץ א צוזאג וואס זיי האבן געמאכט נישט צו געטרויען אמעריקע אלס פארמיטלער אין די פארהאנדלונגען.

לויט באריכטן אין די מדינת ישראל פרעסע האט פרעמיער מיניסטער נתניהו איינגעשטימט צו אנטייל נעמען אויב אמעריקע וועט האבן א ראלע ביים פארהאנדלונגס טיש, יאפאן האט אין די לעצטע צען יאר דראמאטיש געהעכערט אירע אינוועסטירונגען אין מדינת ישראל און איז אויך פון די גרעסטע ביישטייערער אין הילף פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט, און זי טוט שטופן פאראויס וואס זי באצייכנט אלס א שלום באזירט אויף עקאנאמשיע אינטערעסן פון אלע זייטן אינעם קאנפליקט.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וואס פארשטייט יאפאן צו שלום? האבען זיי שוין ערגעץ געמאכט שלום? אפילו געטרייט ערגעץ צו מאכען שלום?

זיי האבען דען א מושג אין דער פרעמדע נושא צו זיי?

סתם, מאכען זיי זיך נאריש.

אפשר זאל New Zealand טרייען צו מאכען שלום? מאכט מער סענס ווי יאפאן זאל זיך אריין מישען אין א זאך וואס זיי האבען נישט קיין שום אהנונג.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רה''ק דקהל פורים »

וואסי אזוי ווער צו פארשטיין? די פאלעסטינער ווילן נישט ארבעטן מיט אמעריקע, האט מען אויסגעארבעט אז אפיציעל וועט יאפאן זיין דער פארמיטלער, און אמעריקע וועט 'אויך' זיין דארט. ווער עס וועט פאקטיש זיין בראש פארשטייסטו אליינס, בפרט מיט אזא נאנטע עליי וואס איז אזוי דעפענדענט אויף אמעריקע מיליטערשע שטיצע.
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

SPUSMN האט געשריבן:וואס פארשטייט יאפאן צו שלום? האבען זיי שוין ערגעץ געמאכט שלום? אפילו געטרייט ערגעץ צו מאכען שלום?

זיי האבען דען א מושג אין דער פרעמדע נושא צו זיי?

סתם, מאכען זיי זיך נאריש.

אפשר זאל New Zealand טרייען צו מאכען שלום? מאכט מער סענס ווי יאפאן זאל זיך אריין מישען אין א זאך וואס זיי האבען נישט קיין שום אהנונג.


די ענטפער ליגט לכאורה אין די ווערטער

פעיק נוז האט געשריבן: דאס איז א פרואוו פון יאפאן צו געבן א וועג פאר די פאלעסטינער צו אנהאלטן די שלום געשפרעכן טראץ א צוזאג וואס זיי האבן געמאכט נישט צו געטרויען אמעריקע אלס פארמיטלער אין די פארהאנדלונגען
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

די סטעיט דעפארטמענט האט אפיציעל געמאלדן היינט אז אמעריקע וועט אפהאקן מיליטערישע הילף פאר פאקיסטאן, נאכדעם וואס זי האט זיך נישט צוגעשטעלט צו אמעריקאנער פארלאנגען און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אומהילפסבאר אינעם קריג קעגן טעראר, ספעציעל אין אפגאניסטאן, דער ווארטזאגער האט געזאגט אז דערווייל וועט די געלט ווערן איינגעפרוירן און נישט גענוצט פאר אנדערע צוועקן, אזוי אז מען וועט קענען ווידער באטראכטן אין די צוקונפט אויב פאקיסטאן טוישט איר צוגאנג.

די מעלדונג קומט בלויז עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט קריטיקירט פאקיסטאן אויף טוויטער און זיי באשולדיגט אין שענקן שוץ פאר טעראריסטן און טאליבאנער פון אפגאניסטאן.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ: פאלעסטינער מוזן פארהאנדלן מיט מדינת ישראל צו באקומען הילף.

פרעזידענט טראמפ וועלכער געפונט זיך יעצט ביים אינטערנאציאנאלן סאמיט אין דאוואס האט אפגעהאלטן א פרעסע קאנפערענץ אינאיינעם מיט׳ן מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו אין וועלכער ער האט אדרעסירט די לעצטערע אנגעצויגנקייט צווישן אמעריקע און די פאלעסטינער אויטאריטעט, ער האט באשולדיגט די פאלעסטינער אויטאריטעט אין ״דיסרעספעקטירן אמעריקע״ צוליב די רעטאריק וואס פרעזידענט עבאס האט לעצטנס גענוצט קעגן פרעזידענט טראמפ און אזוי אויך דאס וואס די פאלעסטינער באאמטע האבן באיאקאטירט די לעצטע באזוך פונעם וויצע פרעזידענט פענס און זיך אנטזאגט פון זיך טרעפן מיט אים.

פרעזידענט טראמפ האט ווידערהאלט אז דאס אנערקענען ירושלים אלס די הויפטשטאט פון מדינת ישראל קען נישט דינען אלס תירוץ פאר די פאלעסטינער זיך צו ארויסדרייען פון פארהאנדלוגנען מיט מדינת ישראל, און האט אומצוויידייטיג פארלאנג פון די פאלעסטינער זיך צו אומקערן צום פארהאנדלונגס טיש, און אז אויב נישט וועט אמעריקע גענצליך אפהאקן די פינאנציעלע הילף וואס זי שענקט פאר די פאלעסטינער.

ער האט געזאגט אז די אדמינסטראציע האט גרייט א שלום פלאן און אז מדינת ישראל איז איינשטימיג צום פארהאנדלן, ער האט דערביי געזאגט אז וויבאלד מדינת ישראל האט באקומען ירושלים וועלן זיי מוזן נאכקומען די פאלעסטינער אויף אנדערע אישוס וועלכע זענען אויפ׳ן פארהאנדלונגס טיש.

אין די זעלבע צייט איז דער קעניג פון ירדן אויך ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט זאגנדיג אז די פאלעסטינער אויטאריטעט מוז פארריכטן אירע באציאונגען מיט וואשינגטאן און אז אמעריקע איז די שליסל צו פארהאנדלונגען צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער.

פיינע נייעס
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פיינע נייעס איט איז...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”