כאפצעם האט געשריבן:רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:אויב האסטו עפעס צוצולייגן, אדרבה.
גראדע האבעך.
ווען ער פארלירט צוויי גאווערנער רעיסעס און 15 לעגיסלאטיווע זיצן אין איין נאכט, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פאלט דורך 5 מאל מיט ריפיעלן אבאמאקעיר איז ער א דורכפאל.
ווען די גאנצע קאנגרעס לייגט ארויף רוסישע סאנקציעס א"ע זיין אויפברויז דערקעגן, איז ער א דורכפאל.
ווען א ספעשיל פראסעקיוטער זעצט איין זיין קאמפיין מענעדזשער, זיין געהילף, זיין נעשאנעל סעקיורעטי עדווייזער, זיין נעשאנעל סעקיורעטי קאמפיין מעמבער, און זיין גאנצע ווייסער הויז לויפט זיכן שיצונג ציטערנדיג פארן לעבן, איז ער א דורכפאל.
ווען ער באשולדיגט זיין פארגייער מיט ווייערטעפינג אבער זיין אייגענע זשאסטיס דעפארטמענט זאגט זיי טרעפן גארנישט און ער בלייבט וועלטס נער, איז ער א דורכפאל.
ווען ער סטראשעט נארט קאריע מיט פייער און פיורי אויב קומט נאך איין סטראשע און די סטראשע קומט א סעקונדע דערנאך און ער פעקלט איין, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פרובירט צוגלייכן זיין איינשווערונגס עולם צו זיין פארגייער און די בילדער ווערן פארשפרייט מיט בושות, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פארלירט די פאפולערע שטימען אין א לענדסלייד, איז ער א דורכפאל.
ווען זיין טרעוול בען איז סטאק -צום וויפילטן מאל- באלד א יאר נאכן עס אונטערשרייבן, איז ער א דורכפאל.
ווען זיין אפראוול ראטע איז אין די מיטעלע 30'ער נומערן ברעכנדיג אלל טיים היסטאריע, איז ער א דורכפאל.
ווען זיין תימן רעיד פאלט מיאוס אדורך מיט 7 טויטע סאלדאטן, איז ער א דורכפאל.
ווען מעקסיקאו קומט אפיציעל ארויס אז ס'קומט נישט קיין פעני פארן "וואנט" און דערנאך הערט מען מער נישט פון אים קיין מוק דערוועגן, איז ער א דורכפאל.
ווען ער דעוועלאפט א פרישע קאטרינע מיטן פארנעכלעסיגן א מעידזשער האריקעין אין פארטא ריקאו ווי א דריטע וועלט לאנד מיט מיליאנען אן קיין לעבנס באדערפענישן, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פאלט דורך מיט אן אפאראציע אין ניידזשיר קאסטענדיג 4 אמעריקאנע קרבנות, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פלאפט אין א טעלעפאון געשפרעך מיט א גאלד סטאר אלמנה און פרובירט לייקענען אבער דאן דעקט עס די אלמנה אליין אויף בפני כל עם ועידה, איז ער א דורכפאל.
ווען זיין אייגענע באזע אין אלאבאמע שטימט אין א לענדסלייד קעגן זיין קאנדידאט נאכן נאכאנאנד העפטיג קאמפיינען פאר יענעם, איז ער א דורכפאל.
ווען ער באשולדיגט אז 5 מיליאן האבן געשטימט אומלעגאל און שטעלט אויף אן אויספארשונג קאמיסיע אבער די קאמיסיע קערט זיך אום מיט ליידיגע הענט, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פאלט דורך שוין ביים צווייטן בודזשעט איו זיין אדמיניסטראציע צו באקומען די פאנדס פאר זיין סיגנעטשור קאמפיין אישו "די וואנט", איז ער א דורכפאל.
ווען אלע 5 לעבעדיגע פרעזידענטן קומען זיך צוזאם אבער זאגן אים דו בלייב אינדערהיים, איז ער א דורכפאל.
ווען ער שטימט צו ווי א תמים צו ווילאדימער פוטין'ס "פארשפרעכונג" אז זיי האבן נישט געהאט מיט די וואלן און דאן קומט זיין אייגן האנד-דערוועלטער CIA דירעקטאר ארויס מיט אן אבסעלוט קעגנערשאפט, איז ער א דורכפאל.
ווען 7 פון זיין העכסטע קאבינעט שטאב ווערן אויפגעדעקט מיט א סקאנדאל, איז ער א דורכפאל.
ווען ער ברעכט פרעצעדאנט און קומט ארויס מיט עפענטליכע שטיצע פאר א קאנדידאט אין א פרעמדע לאנד און דערנאך געווינט דער אבאמא געשטיצטער קאנדידאט "מאקראן" אין א לענדסלייד, איז ער א דורכפאל.
ווען ער שרייט 30 יאר און קאמפיינט 2 יאר קעגן טשיינע אבער ווי נאר ער קומט פנים אל פנים מיטן טשייניזער פיקעלט ער איין, איז ער א דורכפאל.
ווען נארט קאריע שאפט זייער ערשטע ICBM, פירט דורך זייער ערשטע היידראזשין נוקליער באמבע טעסט, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פרובירט זיך חבר'ן מיט אמעריקא'ס גרעסטע שונא אבער באקומט דאן די קאלטע רוקן פון רובא דרובא פון אמעריקא'ס פריינט, איז ער א דורכפאל.
ווען ער מאכט אן א ג. סיעזפייער דיעל מיט פוטין איבער סיריע אבער א חודש דערויף זענען די שלאכטן צוריק כמתמול שלשום, איז ער א דורכפאל.
ווען אלע לעבעדיגע פרעזידענטן קומען ארויס עפענטליך קעגן אים און ער ברויך צוקומען צום צווייט ארגסטען פרעזידענט זשימי קארטער פאר א לויב ווארט, איז ער א דורכפאל.
ווען ער וויל שפילן ריאליטי טיווי שאו און אפשטאטן א פלוצימע באזוך ביים DMZ א"ע די אדווייזערס זאגן אז דאס ברענגט גארנישט, און דאן איז ער געצווינגען זיך אויסדרייען אינמיטן וועג און צוריקפארן, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פאלט מיט 92 פלעצער אויף די Forbes רייכסטע מענטשן ליסטע, איז ער א דורכפאל.
ווען ער ווארפט ארויס א קלעים אז ער איז דער איינציגסטער פרעזידענט וואס רופט גאלד סטאר פאמיליעס און 11 פאמיליעס קומען ארויס אין פובליק אז זיי האבן נישט באקריגן קיין שום טעלעפאון קאל פון אים, איז ער א דורכפאל.
ווען זיין זשאב נומבערס זענען שוואכער ווי אבאמא'ס, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פרובירט אינטערהאקן די מידיע אבער זייערע רעיטינגס און איינפלוס ווערן נאר שטארקער, איז ער א דורכפאל.
ווען ער עפענט א העצע קאמפיין קעגן באלי שפילער'ס קניען, אבער די קניען פארטריפעלט זיך גאר, איז ער א דורכפאל.
ווען זיין אייגענע סעקרעטערי אוו סטעיט רופט אים א "שוטה" איז ער א דורכפאל.
ווען ער ווערט פארשריגן אלס פאררעטער און באגאסן מיט רוסישע פענער ביי זיך אינדערהיים, איז ער א דורכפאל.
ווען ער פרובירט מבטל מאכן דעם איראן דיעל אבער קאנגרעס אנטזאגט זיך צוריק לייגן די סאנקציעס -וואס מאכט די דיעל ווייטער אין טאקט-, איז ער א דורכפאל.
ווען ער קומט ארויס מיט א העץ קאמפיין קעגן אבאמאקעיר אבער די פאולינג שטיצע דערפאר פליעט נאר ארויף, וויילער אין ווירזשיניע שטימען קעגן זיין קאנדידאט מיט %75 אלס העלטקעיר זייער הויפט אישו, און וויילער אין מעין שטימען גאר עס צו פארברייטן, איז ער א דורכפאל.
ווען אלע אמעריקאנע יודישע ארגאנעזאציעס בעקן ארויס פון א יערליכע נייע יאר ווינטש טעלעפאון קאנפערענץ נאך פארגלייכן נאצי'ס צו לינקע פראטעסטירער אין שארלעטסוויל, איז ער א דורכפאל.
ווען יעדע איינציגע לעיט נייט שאו, און שבת ביינאכט לייוו מאכט ליצי ליצנות פונעם טאג איין טאג אויס, איז ער א דורכפאל.
ווען ער בעט מדינת ישראל זיך צוריקהאלטן בויען אין די שטחים אבער די בויאונגען גייען אן ביתר שאת, איז ער א דורכפאל.
ווען ער מאכט א דיעל מיט די דעמאקראטן איבער "דאקא" אבער ער מוז ארויסטשיקען נאך רעפובליקאנער בעקלעש, איז ער א דורכפאל.
ווען ער שליסט א דיעל מיט פאמפע צוריקצוברענגען די פירמע "קעיריער" אין אינדיאנא אבער א יאר דערויף זענען רוב זשאבס אנטרינען, איז ער א דורכפאל.
ווען בירגער אין 140 פריינטליכע לענדער האבן א מיינוס פעיווארעביליטי רעיטינג אויף אים קעגן זיין פארגייער אבאמא'ס +60/+80 רעיטינג, איז ער א דורכפאל.
ווען ער שטייט א יאר אריין אין אפיס מיט 0 לעגעסלאטיווע אקאומלישמענטס, איז ער א דורכפאל.
אקעי, מארגן איז נאך א טאג... האסט עפעס צוצולייגן אדרבה...