טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

abeg
שר שבעת אלפים
תגובות: 7666
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך abeg »

איך שמוס סתם אױס דעם ענין
א פייער ברענט אין הארץ פון א יוד

שריי אויס בקול רם
בחר בנו מכל עם
א זכיה צו זיין א יוד
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דממה דקה האט געשריבן:
ישתבח שמו לעד האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:אייסיס איז צושטאנד געקומען דורך אבאמא'ס נאכלעסיגקייט,

אפשר קענסטו מער מסביר זיין וואס אבאמא האט געטוהן נישט ריכטיג לגבי אייסיס

מיטן ארויסנעמען טרופן פין איראק

און וואס איז יעצט אנדערש?

האב איך גארנישט געהערט אז מען נעמט ארויס טרופן פון איראק.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

פעיק נוז האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
ישתבח שמו לעד האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:אייסיס איז צושטאנד געקומען דורך אבאמא'ס נאכלעסיגקייט,

אפשר קענסטו מער מסביר זיין וואס אבאמא האט געטוהן נישט ריכטיג לגבי אייסיס

מיטן ארויסנעמען טרופן פין איראק

און וואס איז יעצט אנדערש?

האב איך גארנישט געהערט אז מען נעמט ארויס טרופן פון איראק.

איך האב נישט געשריבן אז יא.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן: איבער איראן איז עס פשוט שקר, איראן ביהעיווט בכלל נישט בעסער ווי פארדעם,

ריכטיג. כ'געדענק טאקע ווי איראן האט פארכאפט אמעריקאנער סעילארס צוויי וואכן צוריק.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אוועטאר
Think and Thank
שר חמשת אלפים
תגובות: 5679
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Think and Thank »

צל עובר האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נארט קאריע האט דער פרעזיזדענט רעכט אז ווען ער איז אריינגעקומען האט מען געהאלטען ביי כמעט-מלחמה

באבקעס


גערעכט, יעצט כאפ איך אז די כמעט מלחמה איז געווארן אונטער אים.

כאפסט נישט גוט. די כסדר'דיגע מיסיל שיסערייען און נוקלער טעסטס האבן זיך אנגעהויבן אונטער אבאמא.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נארט קאריע האט דער פרעזיזדענט רעכט אז ווען ער איז אריינגעקומען האט מען געהאלטען ביי כמעט-מלחמה

באבקעס

אה סארי דאס האט אבאמא געזאגט נישט איך.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מטעמים האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:נארט קאריע האט דער פרעזיזדענט רעכט אז ווען ער איז אריינגעקומען האט מען געהאלטען ביי כמעט-מלחמה

באבקעס

אה סארי דאס האט אבאמא געזאגט נישט איך.

מקןר?
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

מידיע רעפארטס יענע צייט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

מטעמים האט געשריבן:מידיע רעפארטס יענע צייט.

געדענק נישט אזאנס. עני לינק?
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

טראמפ האט נעכטן געהאט א אינטערוויו מיט CBS.

מתוך דבריו, לגבי וואס א איבערוויגנדע רוב GOP סענעטארן האבן געשטימט קעגן זיין אויסערן פאליסי, זאגט ער אז ער איז געלאפן קעגן 17 רעפאבליקאנער אויף זיין פאליסי און געווינען.

ער זאגט אז ער וויל בלייבן אין איראק צו האלטן א אויג אויף איראן.

ער טענה'ט אז ער האט געבעטן מעטיוס צו ריזיינען.

---------------------

רוביא ברענגט ארויס לגבי טראמפ'ס זיך ארויסציען פון די טריט מיט רוסלאנד וואס אסאך שרייען אז ער האט אנגעפאנגען א ארמס רעיס, אז טראמפ האט נישט אנגעפאנגען קיין וואפן פארמעסט, ער האט סך הכל אנערקענט די פאקט אז רוסלאנד האלט זיך נישט צום אפמאך.

------------------

שוין פאראכטן די הערה פון די קומענדיגע תגובה.
לעצט פארראכטן דורך צל עובר אום מאנטאג פעברואר 04, 2019 4:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה11 »

צל עובר האט געשריבן:טראמפ האט נעכטן געהאט א אינטערוויו מיט CBS.

מתוך דבריו, לגבי וואס א איבערוויגנדע רוב GOP סענעטארן האבן געשטימט קעגן זיין אויסערן פאליסי, זאגט ער אז ער איז געלאפן קעגן 17 רעפאבליקאנער אויף זיין פאליסי און געווינען.

ער זאגט אז ער וויל בלייבן אין איראק צו האלטן א אויג אויף איראק. איראן

ער טענה'ט אז ער האט געבעטן מעטיוס צו ריזיינען.

---------------------

רוביא ברענגט ארויס לגבי טראמפ'ס זיך ארויסציען פון די טריט מיט רוסלאנד וואס אסאך שרייען אז ער האט אנגעפאנגען א ארמס רעיס, אז טראמפ האט נישט אנגעפאנגען קיין וואפן פארמעסט, ער האט סך הכל אנערקענט די פאקט אז רוסלאנד האלט זיך נישט צום אפמאך.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

צל עובר האט געשריבן:ער זאגט אז ער וויל בלייבן אין איראק צו האלטן א אויג אויף איראן.

דער איראקער פרעמיער מיניסטער האט שארף רעאגירט צו אן אינטערוויו פון פרעזידענט טראמפ אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער וויל לאזן אמעריקאנער קרעפטן אין איראקער באזעס כדי צו האלטן אן אויג אויף די דערנעבנדיגע איראן.

דער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז טראמפ האט געמאכט דעם סטעיטמענט פאר ער האט עס איבערגערעדט מיט איראקער באאמטע און געפרעגט זייער ערלויבעניש. און צוגעלייגט אז אמעריקע האט אינוואדירט איראק צו באקעמפן טעראריזם און דאס דארף פארבלייבן איר מיסיע, און אז איראק ווערט איר נישט ערלויבן צו נוצן איר באדן פאר אנדערע צוועקן.

דער איראקער פרעזידענט האט אויך געזאגט אין א סטעיטעמענט אז אמעריקע קען נישט ארויפצווינגען איר אויסערן פאליסי אויף איראק, און איראק וועט ווייטער האלטן א פריינטליכע פארבינדונג מיט איראן און נישט ערלויבן קיין פיינטליכע אקטיוויטעטן קעגן איר פון איראנער באדן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

טראמפ פלאנט אין די נאנטע צוקונפט צו מעלדן אז אמעריקא האט פולשטענדיג באזיגט אייסיס
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

קושנער און דזשעיסאן גרינבלאט וועלן אפרייזן שפעטער אין חודש צום מיטל מזרח מיטטיילן די עקאנאמישע פארציע פון זייער שלום פלאן איידער זיי וויקלען עס אויף פארן פובליק
יצחק ראזענפעלד
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 4:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק ראזענפעלד »

קוקענדיג דעים עשקול איז מיר געפאלן די ערשטע פאר תגובות

כאפצעם האט געשריבן:מ'האט עס געקענט זעהן קומען, פון זיין טאן במשך די עלעקשאן האט מען עס געקענט הערן אבער יעצט קוקט טאקע אויס ווי די זאכן גייען ווערן אפיציעל.

"וואליד פארעס" פון טראמפס טאפ אויסערן פאליסע עדווייזערס זאגט היינט אין אן אינטערוויו מיט בי. בי. סי. אז טראמפ פלאנט נישט צו צענישט מאכן די איראן דיעל. אנשטאט עס איבערקוקן און זעהן וואס מקען פארבעסערן.

אזוי אויך וועט ריקן די איזראלי עמבעסי קיין ירושלים נישט געשעהן אזוי שנעל.. און אז די איזראעלי-פאלעסטיניען שלום פארהאנדלונגען וועט זיין א טאפ פריארעטי אין א טראמפ אדמיניסטראציע.


A senior adviser to President-elect Donald Trump said the new US leader will “review” the Iran nuclear agreement, but will stop short of ripping up the landmark international pact.

Walid Phares, one of Trump’s top foreign policy advisers, also signaled that Trump might not move the US Embassy to Jerusalem immediately and indicated he would make negotiating an Israeli-Palestinian peace deal a priority right off the bat.



כאפצעם האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:
"וואליד פארעס" פון טראמפס טאפ אויסערן פאליסע עדווייזערס זאגט היינט אין אן אינטערוויו מיט בי. בי. סי. אז טראמפ פלאנט נישט צו צענישט מאכן די איראן דיעל. אנשטאט עס איבערקוקן און זעהן וואס מקען פארבעסערן
.

האט איינער געהאט א ספק אין דעם?

כ'גלייב אז אסאך פון זיינע שטיצער וואס האבן געקויפט זיין "מעקסיקאו וואנט" (וואס קאנגרעס פירער האבן היינט געזאגט אז דאס איז אוממעגליך און אז זיי וועלן צושטעלן אנשטאט א פלאן פון שטארקערע באורדער סעקיורעטי... ) האבן אויך געקויפט זיין הבטחה צו "פטור ווערן פונעם ווארסט עוויר דיעל נעגאשיעטעט".
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

פעיק נוז האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:ער זאגט אז ער וויל בלייבן אין איראק צו האלטן א אויג אויף איראן.

דער איראקער פרעמיער מיניסטער האט שארף רעאגירט צו אן אינטערוויו פון פרעזידענט טראמפ אין וועלכע ער האט געזאגט אז ער וויל לאזן אמעריקאנער קרעפטן אין איראקער באזעס כדי צו האלטן אן אויג אויף די דערנעבנדיגע איראן.

דער פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז טראמפ האט געמאכט דעם סטעיטמענט פאר ער האט עס איבערגערעדט מיט איראקער באאמטע און געפרעגט זייער ערלויבעניש. און צוגעלייגט אז אמעריקע האט אינוואדירט איראק צו באקעמפן טעראריזם און דאס דארף פארבלייבן איר מיסיע, און אז איראק ווערט איר נישט ערלויבן צו נוצן איר באדן פאר אנדערע צוועקן.

דער איראקער פרעזידענט האט אויך געזאגט אין א סטעיטעמענט אז אמעריקע קען נישט ארויפצווינגען איר אויסערן פאליסי אויף איראק, און איראק וועט ווייטער האלטן א פריינטליכע פארבינדונג מיט איראן און נישט ערלויבן קיין פיינטליכע אקטיוויטעטן קעגן איר פון איראנער באדן.

האלטן א אויג גייט אריין אין די קאטעגאריע פון באקעמפן טעראר, אלס גוטע פריינד וואלט איך געראטן דעם איראקער פרעמיער צו זיך האלטן דאס מויל, אמעריקע אונטער טראמפ וועט נישט זיין זיין נער און אים קומען אויסלייזן יעדען טאג פון א צווייטע טעראר ארגינעזאציע ווען ער קאפערירט נישט, דארפסט אנקומען צו אמעריקע? האלט דיר דאס פיסק.
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער וואל סטריט זשורנאל דעקט אויף, אז די אמעריקאנער-אליאירטע קורדישע רעבעלן אין סיריע האבן אין די לעצטערע מאנאטן שטילערהייט פארקויפט פאר דעם אסאד רעזשים אויל פון די פעלדער וואס זי קאנטראלירט, טראץ וואס עס איז דא קלארע און שארפע עקאנאמישע סאנקציעס פון אמעריקע קעגן אזעלכע האנדלונגען מיט אסאד.

ווי דער באריכט שילדערט, האבן די קורדן אויך אנגעהויבן פירן געשפרעכן מיט אסאד, איבער דער מעגליכקייט אז אויב ער בלייבט ביי דער מאכט, וועט ער זיי שענקען אויטאנאמיע און אנערקענען א באזונדער לאנד פאר די קורדן.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:מקעיב: מעגליך אז טראמפ ארבעט פאר די רוסישע רעזשים!!


דא האט איבער טראמפ'ס באס ווי אזוי ער טריעט זיינע אייגענע אגענטן.

פרעזידענט פוטין האט נעכטן געלאזט הערן א פרעצדענטלאזע ווארנונג צו אמעריקע, זאגנדיג אז אויב וועט אמעריקע שטעלן מיסיל סיסטעמען אין אירע שכנות׳דיגע לענדער וועט רוסלאנד אטאקירן אמעריקע. ער האט געמאכט דעם ווארנונג ביי זיין יערליכע אדרעס פאר׳ן רוסישן פארליאמענט, און דערביי אראפגעריסן אמעריקע פאר׳ן זיך ארויסציען פונעם מיסל אפמאך וועלכע פארבאט ביידע לענדער פון אנטוויקלן מיטל-שטרעקיגע ערד-צו-ערד מיסילס.

פוטין האט באשולדיגט אמעריקע אז זי האט בלויז געזוכט א וועג זיך צו ארויסציען פונעם אפמאך אויף צו קענען שטעלן מיסילס אין לענדער נעבן רוסלאנד, און האט געווארנט אז רוסלאנד וועט נישט ווארטן פאר קיין אמעריקאנער אטאקע, און אויב וועט אמעריקע אוועקשטעלט אזעלכע מיסיל סיסטעמען וועט רוסלאנד נעמען שריט קעגן אמעריקע.

״מיר וועלן נישט בלויז צושטערן די סיסטעמען, נאר אטאקירן דארט ווי די באשלוסן ווערן גענומען, אין די פאראייניגטע שטאטן״ האט ער געזאגט צו די אפלאדירונגען פון די פארליאמענט מיטגלידער. און דערביי צוגעלייגט אז רוסלאנד זוכט נישט צו אטאקירן ערשט, אבער אויב אמעריקע וועט אוועקשטעלן אזעלכע סיסטעמען אין אייראפע וועט עס באטראכט ווערן ווי א מלחמה דעקלעראציע


אזוי צו רעדן קעגן מענטשן וואס ארבעטן פאר דיר??!

#דיקטאטור וואס דו ביזסט!
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

פרעזידענט טראמפ און סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האבן נעכטן קאטעגאריש אפגעווארפן אן עפנטליכע ביטע פון האודע מאהאטאנע זיך צו אומקערן קיין אמעריקע נאכדעם וואס זי האט פארברענגט די לעצטע פיר יאר אויפ׳ן שלאכטפעלד מיט אייסיס און זיי געהאלפן אין זייער פראפאגאנדע מאשין קעגן די מערב וועלט.

פאמפעאו זאגט אז זי האט נישט קיין אמעריקאנער בירגערשאפט, טראץ וואס איר אדוואקאט און פאמיליע זאגן אז זי איז יא א געזעצליכע אמעריקאנער בירגער, און זאגן אז עס איז היפאקריטיש אז אמעריקע פארלאנגט פון אייראפעאישע לענדער צו צוריקנעמען אייסיס קעמפער און זיי שטעלן צו יוסטיץ, אבער אנטזאגט זיך צו צוריקנעמען אן אמעריקאנער בירגערין.

_____________________

וואס איז טאקע פשט אז אמעריקע פארלאנגט יוראפ אהיים צונעמען זייערע אייסיס בירגער ווען אמעריקע אליין טוהט עס נישט?

אפשר קומט דאס נאך וואס יוראפ האט אפגעווארפן אמעריקע'ס פארלאנג?
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט נעכטן פארשארפט זיין רעטאריק, זאגנדיג אז אויב אמעריקע זוכט אן איבערשפיל פונעם קובאנער מיסיל קריזיס, איז רוסלאנד גרייט דערפאר.

#רוסישעראגענט
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עציץ נקוב »

פעיק נוז האט געשריבן:פרעזידענט טראמפ און סעקערטערי אוו סטעיט מייק פאמפעאו האבן נעכטן קאטעגאריש אפגעווארפן אן עפנטליכע ביטע פון האודע מאהאטאנע זיך צו אומקערן קיין אמעריקע נאכדעם וואס זי האט פארברענגט די לעצטע פיר יאר אויפ׳ן שלאכטפעלד מיט אייסיס און זיי געהאלפן אין זייער פראפאגאנדע מאשין קעגן די מערב וועלט.

פאמפעאו זאגט אז זי האט נישט קיין אמעריקאנער בירגערשאפט, טראץ וואס איר אדוואקאט און פאמיליע זאגן אז זי איז יא א געזעצליכע אמעריקאנער בירגער, און זאגן אז עס איז היפאקריטיש אז אמעריקע פארלאנגט פון אייראפעאישע לענדער צו צוריקנעמען אייסיס קעמפער און זיי שטעלן צו יוסטיץ, אבער אנטזאגט זיך צו צוריקנעמען אן אמעריקאנער בירגערין.

_____________________

וואס איז טאקע פשט אז אמעריקע פארלאנגט יוראפ אהיים צונעמען זייערע אייסיס בירגער ווען אמעריקע אליין טוהט עס נישט?

אפשר קומט דאס נאך וואס יוראפ האט אפגעווארפן אמעריקע'ס פארלאנג?

איר בירגערשאפט איז נישט אזוי פשוט ווען יא וואלט אמעריקע איר געמיזט צירוק נעמען
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אין א פרישע דיפלאמאטישע נידערלאגע פאר די פאלעסטינער האט די טראמפ אדמניסטראציע געמאלדן אז זיי וועלן שליסן דעם אמעריקאנער קאנסולאט אין די פאלעסטינער טייל פון ירושלים - וועלכע איז דער דע-פאקטא אמבאסאדע פאר די פאלעסטינער טעריטאריעס - און וועט אנשטאט דעם אריבערפירן דעם דיפלאמאטישן מיסיע צו דעם צענטראלן אמעריקאנער אמבאסאדע אין ירושלים, א צייכן אז זי אנערקענט נישט פאלעסטינער זעלבסשטענדיגקייט אין ירושלים.

דאס איז אויפגענומען געווארן גאר שווער דורך פאלעסטינער באאמטע וועלכע באטראכטן עס אלס א פרישער דענידרונג פון די טראמפ אדמיניסטראציע, אבער דער סטעיט דעפארטמענט האט דאס אראפגעשפילט זאגנדיג אז דער באשלוס איז גענומען געווארן צוליב טעכנישע און פינאנציעלע סיבות, און דאס פאראייניגן דעם קאנסולאט מיט׳ן אמבאסאדע וועט פארלייכטערן די ארבעט פאר די סטעיט דעפארטמענט.

דאס קומט נאכדעם וואס דער אדמיניסטראציע האט שוין געשניטן הונדערטער טויזנטער דאלער אין שטיצע פאר די פאלעסטינער, און אריבערגעפירט דעם אמעריקאנער אמבאסאדע פון מדינת ישראל קיין ירושלים, און דערמיט אנערקענט די מדינת ישראל הערשאפט איבער ירושלים, טראץ די פאלעסטינער און אראבישע קעגנערשאפט.
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29294
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

Former vice president Cheney challenges Pence at private retreat, compares Trump's foreign policy to Obama's


דאס איז א לינק צו א וואפא ארטיקל וואס איך האב נישט געליינט.
הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 40406
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכל הבל »

אמעריקאס שליח גיבט איבער פארשריט אין די געשפרען מיט די טאליבאן איז געמאכט געווארן
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”