טראמפ פרעזידענסי אויסערן פאליסי/נייעס

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 925
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג אוגוסט 27, 2019 3:25 pm

פאליטקלי קארעקט האט געשריבן:דאס הערט מען נאכדעם מ'האט מבטל געוען אבאבמא'ס איראן דיעל ווייל דאס געט צופיל פאר איראן און אמעריקא באקומט נישט צופיל צוריק און ער איז דער גרעיט נעגאשיעיטער.... דאס אלעס וואס ער קען אז "עניטינג טראמפ קוועטשט ארויס פון איראן איז א געוואונס". פאר דעם איז דער רבי געקומען קיין אמעריקא? כ'מיין, קאם אן!

מיט יאפאן איז דערווייל נישט דא קיין עגרימענט, והראיה טאמער האבן זיי ווען אפילו א האלבע עגרימענט וואלטן זיי דאס נישט געפונען פארוויכטיג דאס אפצולייקענען. דאס וואס אמעריקא ווארפט ארויס די דיטעילס פונעם עגרימענט פאר עס איז פערטיג ווייזט ווי דעספרעט אמעריקא איז, טשיינע זעט דאס אויך.


לשיטתך איז אבאמאס דיעל פונקט גיט,!
טראמפ לייגט ארויף סאנקציעס
און מען האלט שוין ביי דעם אז מעקראן איז מודה צו טראמפס פארלאנגען
1 צו פארלעגערן דעם דיעל
2 אז עס זאל ארייננעמען סטאבאליטעט אין די ראיאן
3 טראמפ לייגט צו אז די מיסעלס דארף מען אויך איינצוימען

און אויף דעם ארויף זאגט ער צו פאר איראן א קורצטערמיניגע הלוואה פון מערערע לענדער צוזאמען

דאס איז א דורכפאל?

איך זאג נישט אז דאס גייט געשען, אבער פון דעם רעדט מען

איבער יאפאן האט טראמפ געזאגט
" President Donald Trump said Sunday that a trade deal with Japan “is done "in principle.”
און מען רעדט פון אינטערשרייבן ביים UN פארזאמלונג
דאס איז א דורכפאל?

איך זעה נישט ווי יאפאן זאל עס האבען אפגעלייקנט
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:19 pm

פון @הבל קאקאש אשכול:


וואשינגטאן גרייט זיך צו עפענען א ליניע פון דירעקטע געשפרעכן מיט די איראנע געשטיצע האוטי רעבעלן וועלכע קעמפן אין תימן אין א פארזוך צו ברענגן אן ענדע צו די פיר יעריגע פארצויגענע קריג אינעם ראיאן.

די פלאן לויטעט אז מען וועט צוזאמברענגן האוטי פארשטייער מיט די סאודיער אין אמאן און אמעריקא האפט צו קענען פארמיטעלן צווישן די צוויי קריגערישע צדדים פאר א פייער אפשטעל

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מיטוואך אוגוסט 28, 2019 12:44 pm

האב קיינמאל נישט פארשטאנען ווער שלאגט זיך דארט מיט וועמען און ווער שטיצט וועמען. די האוטי זענען אנטי איראן אבער נעמען שטיצע פון איראן, גיי פארשטיי.

האף אז אמעריקע וואס "גייט" מאכן שלום פארשטייט יא.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:44 am

די אפגאנער רעגירונג - וואס האט בכלל נישט געשטיצט די אנגייענדיגע שלום געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טאליבאן, וויבאלד די טאליבאן האט נישט געלאזט די אפגאנער אנטיילנעמען - האט אויסגעדרוקט פרייד, אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט געקענסלט א געפלאנטע היסטארישע זיצונג צווישן פרעזידענט טראמפ און די פירער פון דער טאליבאן טעראר גרופע.

די אפגאנער באאמטע האבן ווידערהאלט אז ס'וועט נאר זיין שלום ווען די טאליבאן וועט אויפהערן מיט זייערע טעראר אטאקעס.

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:25 pm

די אפגאנער זענען דא גערעכט. אזא מיטינג איז נאך פריצייטיג כאטש אמעריקע קלאפט לעבעדיגע שטיקער פון די טאליבאן זיי צו צווינגן צום טיש. פאמפעאו האט נעכטן געזאגט אז דער חודש אליין האט אמעריקע געהארגעט א טויזענט טאליבאנער און ער רעדט נישט פון פרויען און קינדער.

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 4:17 pm

אין א געמיינזאמע אפעראציע מיט׳ן איראקער מיליטער האט דער אמעריקאנער עירפארס, נעכטן דינסטאג, דורכגעפירט שווערע באמבאדירונגען אויף אן אינזל אינעם טיגריס טייך וואו אייסיס קעמפער האבן זיך גרופירט, און אויפגעשטעלט א צענטראלע באזע, נאכ׳ן ווערן ארויסגעשטויסן פון כמעט אלע זייערע פעסטונגען אין איראק און סיריע.

א ווארטזאגער פאר׳ן מיליטער זאגט אז דער ׳קאנוס׳ אינזל איז באמבאדירט געווארן מיט איבער פערציג טאן פון באמבעס, און גענצליך רואנירט דעם אינזל אומברענגענדיג אלע אייסיס קעמפער, די אפעראציע איז נאכגעפאלגט געווארן מיט אן ערד אינוואזיע דורך איראקער קרעפטן ״צו אויסרייניגן די איבערבלייבענישן״.

JP

אוועטאר
פעיק נוז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4456
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 12:15 pm

אפגאנער סעקיוריטי קרעפטן, געשטיצט דורך אמעריקאנער לופט באמבארדירונגען, האבן אומגעברענגט צוויי טאליבאנער שאטן-גובערנאטארן, אלס טייל פון די באנייטע אפעראציעס קעגן דעם טאליבאן, זינט די געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טעראר באוועגונג זענען צעפאלן פאריגן זונטאג.

די ספעציפישע אפעראציעס קעגן די צוויי טאליבאנער פיגורן אינעם פאקטיקא פראווינץ, איז אונטערגענומען געווארן מיט'ן ציל צו שטערן א געפלאנטע טאליבאן אטאקע אויף אפגאנער קרעפטן. אפגאנער באאמטע זאגן אז 85 טאליבאן קעמפער זענען אומגעקומען.

איד דעילי

זארג נישט
שר חמש מאות
תגובות: 652
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 01, 2013 10:53 am

תגובהדורך זארג נישט » מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 2:14 pm

פעיק נוז האט געשריבן:אפגאנער סעקיוריטי קרעפטן, געשטיצט דורך אמעריקאנער לופט באמבארדירונגען, האבן אומגעברענגט צוויי טאליבאנער שאטן-גובערנאטארן, אלס טייל פון די באנייטע אפעראציעס קעגן דעם טאליבאן, זינט די געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טעראר באוועגונג זענען צעפאלן פאריגן זונטאג.

די ספעציפישע אפעראציעס קעגן די צוויי טאליבאנער פיגורן אינעם פאקטיקא פראווינץ, איז אונטערגענומען געווארן מיט'ן ציל צו שטערן א געפלאנטע טאליבאן אטאקע אויף אפגאנער קרעפטן. אפגאנער באאמטע זאגן אז 85 טאליבאן קעמפער זענען אומגעקומען.

איד דעילי

מען האט טענות אויף טראמפ אז זיין באזייטיגן באלטאן האט גורם געווען אז איראן זאל הייבן דער קאפ און וועלן ווייזן אמעריקע אז זיי שרעקן זיך נישט, און דערובער האבן זיי באמבארדירט (דורך זייערע פראקסיס פארשטייט זיך) די אויל פעלדער אין סאודי אראביע. אויך האט מען טענות אויף טראמפ אז זיין וועלן זיצן ביים טיז מיט די טאליבאנער (וואס אנערקענען נישט די אפגאנער רעגירונג) נאכדעם וואס זיי האבן געהארגעט אמעריקאנער האט געוויזען א שוואכלונג. צוליב די צוויי טענות (קען זיין) וועט זיך טראמפ דוקא יעצט נעמען צו די ביינער פון די טאליבאנער און איראן אויך.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אבי.גערעדט, אביונה, בשבילי נברא, זזה, פארדעם, ציגעלע, שנלר, שר חצי מיליון און 81 געסט