דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג דעצמבער 15, 2016 8:58 pm

אור האט געשריבן:Trump taps adviser David Friedman for ambassador to Israel

ווי אזוי איז ער אויך אויסגעשפראכען ?
איז ער אויך פרא אז מ'זאל אריבערפירען די אמבעסאדאר ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 2:02 am

דער פריעדמאן איז גאר פובסטליכער פונעם פויבסט, נפתלי בנט שטייגער. ער מיט דזשעיסאן גרינבלאט, נאך א טראמפ לויער, האבן פאר די וואלן אפגעשריבן א באריכט מיט די הויפט פונקטן וויאזוי א טראמפ אדמיניסטראציע וועט זיך אומגיין מיט מדנ״י. די אמבאסאדע וועט מען רוקן קיין ירושלים, און דער פריעדמאן האט געשריבן אין זיין סטעיטמענט פריער אז ער פלאנירט טאקע צו ארבעטן פון דארט, עס וועט נישט זיין קיין רעדע פון א צוויי שטאטן פלאן אויב קענען נישט יודן און להבדיל קריסטן וואוינען אין איינע פון זיי, די יו ען אדער קיין איין נאציאנאלע געמיינדע וועט נישט באקומען שטיצע אין דריקן מדנ״י נאכצוגעבן געוויסע זאכן נאר אלעס דארף אויסגעהאמערט ווערן צווישן די צוויי זייטן אליין, אבאס דארף אויפהערן ברעינוואשן זיינע קינדער מיט האס קעגן יודן, און די יו ען היומען רייטז קאונסיל דארף פארלירן איר פאנדינג.

די פונקטן זענען דאך אזוי רעכט אז זיי אלע זיסע חלומות, אבער זיי געבן שיין אוועק דעם טאן וואס די טראמפ אדמיניסטראציע פלאנירט צו שטעלן. די פראגע איז צו דער עקסאן מאוביל שעף איז אויך אזא פראו איזרעאלישער און צו ער וועט לאזן זאכן לויפן אזוי גרינג.

די לינקע דזשעי סטריט האט תיכף אראפגעריסן די נאמינאציע און די אר דזשעי סי האט עס אויסגערימט.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 2:12 am

טענקס יואב! געזעהן ווי ס'רודערט זיך וועגן אים נישט געוויסט די גאנצע סטארי.

סאו ס"ה גייט זיין די פאליסי אז אמעריקא שטייט פון דערווייטענס און זאגט נישט קיין דעות פאר זיי, גערעכט? וואס קען דאס מיינען אנדערש ווי ביז יעצט? בויען ווייטער סעטעלמענטס ווי ביז יעצט, ווייטער קיינע געשפרעכן ווי ביז יעצט.. עם איי מיסינג סאמטינג?
Fine Tuned Machine

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 2:41 am

העהע...פיין, פיין. פרעגסט אבער די גוטע מענטש. אנדערש ווי ביז יעצט וועט מען זיי מער נישט סטראשען, צו ברמז צו בפומבי, מיטן ניצן די יו ען קעגן זיי. די יו ען אליין וועט זיך דארפן אויסלערנען צו לעבן אן אראפרייסן מדנ״י יעדן צווייטן געלעגענהייט פאר זאכן וואס די לענדער אויפן היומען רייטס קאונסיל ספעציאליזירן זיך אין. ירושלים וועט אפיציעל ווערן די עיר הבירה און פאספארטן וועלן קענען שרייבן ״ירושלים, איזראעל״. מער וועט די אפיציעלע אמעריקע פאזיציע נישט פארלאנגען פון מדנ״י איבערצולאזן די גולן אדער די מערב ברעג. כדי צו באקומען סיי וואספארא קאנסעציעס וועלן די פאלעסטינער דארפן תשובה טאן, איבערלאזן זייערע געמיינע טהאטן, שלום מאכן מיטן מציאות און אנערקענען די מדינה; אויסער די אלע זאכן איז גארנישט אין פלאן זיך צו טוישן...

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 3:56 am

ס'איז צו זיסע חלומות אז סזאל אזוי זיין באמת
אבער, הלוואי
ונזכה ונחיה ונראה!

rrr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 256
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 03, 2015 10:33 pm

תגובהדורך rrr » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 7:53 am

און ווען אבאמא האט געזאגט פאר מעדוועדעוו אז ער זאל זאגן פאר ווילאדאמיר אז נאך די עלעקשענס וועט ער זיין מער פלעקסיבעל, האט אויך אנגעצינדן א רויטע לייט

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 9:20 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:העהע...פיין, פיין. פרעגסט אבער די גוטע מענטש. אנדערש ווי ביז יעצט וועט מען זיי מער נישט סטראשען, צו ברמז צו בפומבי, מיטן ניצן די יו ען קעגן זיי. די יו ען אליין וועט זיך דארפן אויסלערנען צו לעבן אן אראפרייסן מדנ״י יעדן צווייטן געלעגענהייט פאר זאכן וואס די לענדער אויפן היומען רייטס קאונסיל ספעציאליזירן זיך אין. ירושלים וועט אפיציעל ווערן די עיר הבירה און פאספארטן וועלן קענען שרייבן ״ירושלים, איזראעל״. מער וועט די אפיציעלע אמעריקע פאזיציע נישט פארלאנגען פון מדנ״י איבערצולאזן די גולן אדער די מערב ברעג. כדי צו באקומען סיי וואספארא קאנסעציעס וועלן די פאלעסטינער דארפן תשובה טאן, איבערלאזן זייערע געמיינע טהאטן, שלום מאכן מיטן מציאות און אנערקענען די מדינה; אויסער די אלע זאכן איז גארנישט אין פלאן זיך צו טוישן...

יא נו, דאס זאג איך, ס'גייט זיין א פאליסי פון "נישט טוהן" .

יעצט, מיט אמעריקא'ס זיך ארויסלאזן פון דארט איז דא עפעס קאנסיקווענצן אדער עולם כמנהגו נוהג?

וואס כ'מיין צו פרעגן, כ'זעה דאך אז ממש יעדע פרעזידענט איז געווען אינוואלווד צו שטיפן א שלום איינער מער און איינער ווייניגער, איז דא עפעס א ספעציעלע סיבה דערביי אדער איז אלעס סתם געווען פאר זייער פערזענליכע לעגעסי?
Fine Tuned Machine

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 9:24 am

פטיש האט געשריבן:ס'איז צו זיסע חלומות אז סזאל אזוי זיין באמת
אבער, הלוואי
ונזכה ונחיה ונראה!

וואס איז אזוי זיס ? די גאנצע וועלט גייט גיין אין קריג ! כ'וויל נישט טראכטען וואס גייט דאן פאסירען ה"י
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 9:47 am

פטיש האט געשריבן:ס'איז צו זיסע חלומות אז סזאל אזוי זיין באמת
אבער, הלוואי
ונזכה ונחיה ונראה!

וואס איז די גרויסע הלוואי? ונזכה ונחיה ונראה איז געזאגט אויף שני ימות המשיח! וואס פריידסטו זיך אזוי?
זאלן נאך אפאר אידן שטארבן? זאל די צאל פון אינטעפאדא'ס גרייכן צו אן הויכע מספר? אדער אפשר גאר איין לאנגע ח''ו?
הלוואי דארפסטו זאגן אויף טריפה'נע מדינה אז ס'זאל אינגאנצן אינגאנצן חרוב דיין און ח''ו נישט שאטן פאר קיין אידיש נפש! און שוין זיין די תיקון השלם!

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 10:02 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:
פטיש האט געשריבן:ס'איז צו זיסע חלומות אז סזאל אזוי זיין באמת
אבער, הלוואי
ונזכה ונחיה ונראה!

וואס איז די גרויסע הלוואי? ונזכה ונחיה ונראה איז געזאגט אויף שני ימות המשיח! וואס פריידסטו זיך אזוי?
זאלן נאך אפאר אידן שטארבן? זאל די צאל פון אינטעפאדא'ס גרייכן צו אן הויכע מספר? אדער אפשר גאר איין לאנגע ח''ו?
הלוואי דארפסטו זאגן אויף טריפה'נע מדינה אז ס'זאל אינגאנצן אינגאנצן חרוב דיין און ח''ו נישט שאטן פאר קיין אידיש נפש! און שוין זיין די תיקון השלם!

ער מייינט צו זאגען אז ער זעהט מיט דעם די מלחמת גוג ומגוג !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 10:21 am

ה' ירחם
זאל דער ר' דוד פריעדמאן טוהן א גוטע דזשאב
הכל לפי גודל עניות דעתי

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 11:44 am

דער דוד פרידמאן איז פון וויליאמסבורג?

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 11:53 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:דער דוד פרידמאן איז פון וויליאמסבורג?

מיינסט דער פון קרית יואל מיטן לאנגען בארד ?
ניין זיין קאזיו !
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג דעצמבער 16, 2016 2:42 pm

כ'מיין ער וואוינט אין לאנג איילענד.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

רלבג_בדורו
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 7:45 am

תגובהדורך רלבג_בדורו » זונטאג דעצמבער 18, 2016 2:08 pm

כאפצעם האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:העהע...פיין, פיין. פרעגסט אבער די גוטע מענטש. אנדערש ווי ביז יעצט וועט מען זיי מער נישט סטראשען, צו ברמז צו בפומבי, מיטן ניצן די יו ען קעגן זיי. די יו ען אליין וועט זיך דארפן אויסלערנען צו לעבן אן אראפרייסן מדנ״י יעדן צווייטן געלעגענהייט פאר זאכן וואס די לענדער אויפן היומען רייטס קאונסיל ספעציאליזירן זיך אין. ירושלים וועט אפיציעל ווערן די עיר הבירה און פאספארטן וועלן קענען שרייבן ״ירושלים, איזראעל״. מער וועט די אפיציעלע אמעריקע פאזיציע נישט פארלאנגען פון מדנ״י איבערצולאזן די גולן אדער די מערב ברעג. כדי צו באקומען סיי וואספארא קאנסעציעס וועלן די פאלעסטינער דארפן תשובה טאן, איבערלאזן זייערע געמיינע טהאטן, שלום מאכן מיטן מציאות און אנערקענען די מדינה; אויסער די אלע זאכן איז גארנישט אין פלאן זיך צו טוישן...

יא נו, דאס זאג איך, ס'גייט זיין א פאליסי פון "נישט טוהן" .

יעצט, מיט אמעריקא'ס זיך ארויסלאזן פון דארט איז דא עפעס קאנסיקווענצן אדער עולם כמנהגו נוהג?

וואס כ'מיין צו פרעגן, כ'זעה דאך אז ממש יעדע פרעזידענט איז געווען אינוואלווד צו שטיפן א שלום איינער מער און איינער ווייניגער, איז דא עפעס א ספעציעלע סיבה דערביי אדער איז אלעס סתם געווען פאר זייער פערזענליכע לעגעסי?

נו זאג אליין..... סנישדא אזא זאך ווי שלום דארט דעיס איז 10000% נו קומט אויס....1+1=2!

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

דער איד דעילי

תגובהדורך eller » זונטאג דעצמבער 18, 2016 2:23 pm

זארג איבער נייעם
מדינת ישראל אמבאסאדאר
ניו יארק – מיט זארג און פחד האט מען געהערט די נייעס, אז דער אמעריקאנער פרעזידענט-עלעקט, דאנאלד טראמפ, האט אויסגעוועלט זיין לאנגיעריגן אידישן אדוואקאט, דוד פרידמאן, אלס דער צוקונפטיגער מדינת ישראל אמבאסאדאר פון אמעריקע. ערליכע אידן, שלומי אמוני ישראל, זענען שטארק באזארגט איבער דער אנטוויקלונג, וויבאלד פרידמאן האט א היסטאריע פון זיין עקסטרעם-רעכט איבער דער אישו פון די אומלעגאלע אקופירטע זידלונגען, און זיין רעקארד איז איבערגעפילט מיט העסליכע סטעיטמענטס קעגן די אראבער. ביי א געלעגנהייט האט זיך שוין פרידמאן אויסגעדרוקט, אז אידן וועלכע זענען קעגן די מתנחלישע ישובים און שטיצן דאס שלום מאכן מיט די אראבער זענען ערגער ווי די נאציס ימ"ש. מען איז באזארגט אז דאס נאמינירן אזא ראדיקאלן און ווילדן פארשוין פאר אזא הויכער פאזיציע ווי מדינת ישראל אמבאסאדאר פון אמעריקע, זאל נישט ברענגען פרישן צארן ביי די אראבישע מאסן.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג דעצמבער 18, 2016 2:50 pm

לדעתי האט ער יא געזאלט אויפנעמען מייק האקעבי ער האט עקספיריענס און ער איז גאר שטארק פרא איזראעל און ועל כולם איז ער נישט קיין איד, ווער דארף בכלל א איד ס'מאכט סתם פראבלעמען.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג דעצמבער 18, 2016 2:53 pm

אין די אנדערע אשכול רעדט מען פון די מידיע פארדרייען ווערטער, דאס איז א גוטע עקזעמפל:

"ביי א געלעגנהייט האט זיך שוין פרידמאן אויסגעדרוקט, אז אידן וועלכע זענען קעגן די מתנחלישע ישובים און שטיצן דאס שלום מאכן מיט די אראבער זענען ערגער ווי די נאציס ימ"ש."

ער האט דירעקט זיך באצויגן צו די ווילד לינקע עקסטרעמיסטישע אנטי מדנ"י גרופע, דזשעי סטריט, און נישט בלויז איבער "אידן וועלכע זענען קעגן די מתנחלישע ישובים און שטיצן דאס שלום מאכן מיט די אראבער". און ער האט גראדע געניצט די ווארט "קאפאו" און נישט "נאציס", ווייל זיין פוינט איז געווען אז דזשעי סטריט פארקויפט זייער אייגענע ברודער (לשיטתו) - און אין די צייט וואס די קאפאוס זענען געווען אונטער דרוק פון די נאציס ימ"ש זיצן די דזשעי סטריט אידיאלאגן אויף זייער באקוועמטע קאוטשעס.

Finally, are J Street supporters really as bad as kapos? The answer, actually, is no. They are far worse than kapos – Jews who turned in their fellow Jews in the Nazi death camps. The kapos faced extraordinary cruelty and who knows what any of us would have done under those circumstances to save a loved one? But J Street? They are just smug advocates of Israel’s destruction delivered from the comfort of their secure American sofas – it’s hard to imagine anyone worse.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » זונטאג דעצמבער 18, 2016 10:27 pm

פון "ווילד, לינקע, עקסטרעמיסטישע, אנטי מדינת ישראל" גרופע, איז די איינציגסטע זאך וואס איז וואר אז זיי זענען לינק. לעפט אוו סענטער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג דעצמבער 18, 2016 10:40 pm

מי חכם האט געשריבן:פון "ווילד, לינקע, עקסטרעמיסטישע, אנטי מדינת ישראל" גרופע, איז די איינציגסטע זאך וואס איז וואר אז זיי זענען לינק. לעפט אוו סענטער.

נישט נאר דאס נאר יודן זענען ליבעראל און זענען מער אין ליין מיט דזשעי סטריט ווי יעקב פריעדמאן/נפתלי בענעט/מתנחלים
סאו ס'קומט אויס אז דער אמעריקאנער אמבאסאדער רייסט אראפ רוב אמעריקאנע יודן אלס ארגער פון די קאפאס..

וואס איז זיכער איז זיכער, דזשעי סטריט -וואס איז אלס געווען א שוואכע קאמפעטישאן מיט עיפעק- קעשט יעצט איין ביגלי!.. רוב דעמאקראטישע סענעטארן, פילע יודישע גרופעס און אפילו מעסיגע רעפובליקאנער זענען קעגן דעם פריעדמאנס נאמינאציע, די וואשינגטאן פאליטיקל און יודישע עסטעבלישמענט איז אין שטיצע פון א צוויי שטאטן פלאן און קעגן די שטחים, ווידער "עיפעק" מוז דאך צושאקלען מיטן קאפ צו סיי וואס טראמפ טוט.. סאו "דזשעי סטריט" ווערט יעצט די פאן טרעגער פון די אמעריקאנער עסטעבלישמענט.. זיי פירן יעצט אן די גאנצע מערכה און אלעס דרייט זיך ארום זיי, גרופעס, סענעטארן און קאנגרעסלייט וואס האבן קיינמאל נישט געהאט קיין שייכות מיט זיי שטעלן זיך יעצט אפישעלי צו צו זייערע אקטיוויטעטן
Fine Tuned Machine

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3171
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » זונטאג דעצמבער 18, 2016 11:04 pm

אלען דערשאוויץ, וועלכער איז אליין גענוג לינק און א שטארקע שטיצער פאר שלום, האט אינוועסטירט שווערע געלטער אין א מאסיווע הסברה קאמפיין קעגן די גרופע.

די גרופע איז ארויסגעקומען אין שטיצע פון קיט עליסאן צו זיין די די ען סי טשעירמאן אל אף וואס עס זענען דא אן רעקארד פולע טעיפס ווי ער רעדט קעגן יודן. יא, נישט מדנ״י; יודן. זיינע קשרים און שטיצע מיט/פאר ראדיקאלע מוסלעמענע גרופעס איז עפעס וואס זיין בעסטע פי אר מעטאדן האבן נישט געקענט אפווישן. אפילו די עי די על שטיצט אים נישט. אבער דזשעי סטריט יא.

ענד די ליסט גאוס אן. די זענען נישט בלויז לינק אדער לעפט אוו סענטער. לעפט אוו סענטער איז דערשאוויץ, נישט דזשעי סטריט.

און, כאפצעם, איך וואלט עפשריעיטעד א לינק צו וואס די זאגסט אז זיי קעשן יעצט איין. דאס אז ״יודן״ זענען לינק, אויב מיינסטו די דערשאוויץ סטיל יודן ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט אז זיי זענען בשיטות דערשאוויץ. איך זאג אבער אז נישט דעיס איז דזשעי סטריט. ווילסט א גוטע עקזעמפל מיט וועם דזשעי סטריט אפיליאירט זיך? טשעק אויס מעקס בלומענטאל. דער שונא אמעריקע וישראל און אלעס רעכט איז ערשינען אלץ רעדנער צו עפעס א טיטל ביי איינע פון זייערע ראליס פאריאר.

(דו ווילסט שטארק נאכאמאל איבערגיין דו דזשעי סטריט טאנץ...? :wink:)

עכ״פ, עס זענען זיכער דא די וואס האלטן אז דזשעי סטריט איז עפעס א מער מסוכנדיגע בריאה איז דעריבער נישט איבעראשענד אז אזא בנט׳ניק ווי פרידמאן זאל זיך אזוי שארף אויסדריקן קעגן זיי. און דאס איז אמאל קלאר אז די ניו יארק טיימס האט אים פלעין נישט ריכטיג נאכגעברענט.

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 669
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 6:06 am

eller האט געשריבן:זארג איבער נייעם
מדינת ישראל אמבאסאדאר
ניו יארק – מיט זארג און פחד האט מען געהערט די נייעס, אז דער אמעריקאנער פרעזידענט-עלעקט, דאנאלד טראמפ, האט אויסגעוועלט זיין לאנגיעריגן אידישן אדוואקאט, דוד פרידמאן, אלס דער צוקונפטיגער מדינת ישראל אמבאסאדאר פון אמעריקע. ערליכע אידן, שלומי אמוני ישראל, זענען שטארק באזארגט איבער דער אנטוויקלונג, וויבאלד פרידמאן האט א היסטאריע פון זיין עקסטרעם-רעכט איבער דער אישו פון די אומלעגאלע אקופירטע זידלונגען, און זיין רעקארד איז איבערגעפילט מיט העסליכע סטעיטמענטס קעגן די אראבער. ביי א געלעגנהייט האט זיך שוין פרידמאן אויסגעדרוקט, אז אידן וועלכע זענען קעגן די מתנחלישע ישובים און שטיצן דאס שלום מאכן מיט די אראבער זענען ערגער ווי די נאציס ימ"ש. מען איז באזארגט אז דאס נאמינירן אזא ראדיקאלן און ווילדן פארשוין פאר אזא הויכער פאזיציע ווי מדינת ישראל אמבאסאדאר פון אמעריקע, זאל נישט ברענגען פרישן צארן ביי די אראבישע מאסן.


דער יעצטיגער אמבאסדאר דן שפירו א רעפארמער וואס זיין פרוי איז פין די קביעותדיגע משתתפות ביי די חודשליכע צערמאניעס ביים כותל המערבי וואס טוט כל טצדקי צושטערן יהדות החרדית בארץ הקודש זיך צופיהרן על דרך ישראל סבא זיי זענען פון דער וואס שטייען אין שפיץ פין די וואס ווילן איינפיהרן אין א"י טראנספאטאציע אין שבת און אז אלע געשעפטען זאלן דארפן מחלל שבת זיין דאס איז גארנישט אז סקומט א רעכטע דאס איז שוין א שרעקליכע אנטוויקלונג.

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6778
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 7:52 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:
עכ״פ, עס זענען זיכער דא די וואס האלטן אז דזשעי סטריט איז עפעס א מער מסוכנדיגע בריאה איז דעריבער נישט איבעראשענד אז אזא בנט׳ניק ווי פרידמאן זאל זיך אזוי שארף אויסדריקן קעגן זיי. און דאס איז אמאל קלאר אז די ניו יארק טיימס האט אים פלעין נישט ריכטיג נאכגעברענט.

קיין מענטש ביים פילן זינען האלט נישט אזוי, דאס אז זיי שטיצן קעיט עליסאן? "שומער" שטיצט אים אויך! יעצט שריי שומער איז א קאפוי!

פאקט איז, זשעי סטריט איז א שטארקע מדינת ישראל שטיצער, ווען עס איז געווען די 2014 עזה מלחמה ווען סי ען ען און די גאנצע אמעריקאנע מידיע האט געהאקט אויף די מדינה האבן זיי אנגעפירט אן הסברה קאמפיין אין פארטיידיגונג פון די מדינה.

זיי זענען נישט געפערליך לינק אויך נישט! זיי זענען קעגן די בדס מאוומענט אויך, זיי האבן ס"ה א שיטה פון א צוויי שטאטן שלום פלאן! שוין געהערט אזאנס? ווי ליבעראל לינק ברויך מען זיין דאס צו האלטן?...
Fine Tuned Machine

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2527
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 8:37 am

דארף אן אמבאסאדאר נאמינאציע באשטעטיגונג פונעם סענאט?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מאנטאג דעצמבער 19, 2016 9:12 am

שעמען זיי זיך נישט צו סותר לגבי סטיוו בענאן וו"ס קעיט עליסאן?
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט