דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

א גוטע דזשאוק? די דעפינישאן פון אן אומגעלונגענע..
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

פרייטאג נאכמיטאג האט די סענאט באשטעטיגט די נאמינאציע פון דזשעימס מעטיס אלץ סעקרעטערי אוו דעפענס 98-1, סענאטאר דזשיליברענד זייענדיג די איינציגע נאו וואוט. דזשאן קעלי פאר די דעפארטמענט אוו האומלענד סעקיוריטי איז אויך גרינג אדורך 88-11. סענאטאר דזשעף סעשינס האט נישט אנטייל גענומען אין די אפשטימונגען, הגם וואס ער איז נאכנישט אפיציעל אטורני דזשענעראל. (די עקטינג אטורני דזשענעראל איז יעצט סעלי יעיטיס, די דעפיוטי אטורני דזשענעראל אונטער לינטש.)

כ׳מיין אז די ערשטע געזעץ וואס פרעזידענט טראמפ האט באשטעטיגט איז געווען די וועיוואר אז מעטיס זאל קענען סערווירן אלץ קריגס מיניסטאר טראץ זיין זיין א ציווילע בירגער פאר בלויז פיר יאר.

מייק פאמפעיאו האט אויך געדארפט צו באשטעיטיגט ווערן אלץ סי איי עי דירעקטאר פרייטאג, אבער די דעמאקראטן האבן געמאכט אן אישו דערוועגן און די וואוט אויף זיין נאמינאציע איז ערווארטעט מאנטאג. דער פרעזידענטליכע ווארטזאגער שאן ספייסער, האט טאקע אויסגעניצט זיינע ערשטע פאר מינוט ביים עמוד אריינצוגעבן פאר די סענאט דעמאקראטן פארן שפילן פאליטיק מיט נאציאנאלע זיכערהייט.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

א לויער אין די יוסטיץ דיפארטמענט [דעניאל קאלפסקי, דעפיוטי אסיסטענט אטורני דזשענערל] האט דערקלערט אין א 14 בלעטערדיגע מיינונג אז דזשערד קושנער קען לעגאל דינען אין די ווייסע הויז אלס א טראמפס עצה געבער, ווייל א פרעזידענט איז העכער פון די אנטי נעפעטוזים געזעץ
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דער אפיניאן איז אין דירעקטע קעגנזאץ צו פריערדיגע אפיניאן'ס פון די זשאסטיס דעפט, כאטש ס'איז דא א חילוק אז אינצווישן איז דורכגעפירט געווארן א נייער געזעץ וואס די זשאסטיס דעפט טענה'ט טוישט דעם בילד. אנדערע לעגאלע עקספערטן זענען מחולק.

עס איז אבער נישט ערווארטעט קיין ערנסטע קאמף דערקעגן, פאר די זעלבע סיבה וואס מאטיס און קעלי זענען שוין איינגעשוואוירן. דעמאקראטן קענען באשטייין קושנער זאל זיין אינעם ווייט האוז.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

מי חכם האט געשריבן:דער אפיניאן איז אין דירעקטע קעגנזאץ צו פריערדיגע אפיניאן'ס פון די זשאסטיס דעפט, כאטש ס'איז דא א חילוק אז אינצווישן איז דורכגעפירט געווארן א נייער געזעץ וואס די זשאסטיס דעפט טענה'ט טוישט דעם בילד. אנדערע לעגאלע עקספערטן זענען מחולק.

עס איז אבער נישט ערווארטעט קיין ערנסטע קאמף דערקעגן, פאר די זעלבע סיבה וואס מאטיס און קעלי זענען שוין איינגעשוואוירן. דעמאקראטן קענען באשטייין קושנער זאל זיין אינעם ווייט האוז.

פארוואס קענען זיי ביישטיין ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מן הסתם צו האלטן דעם זיידן אין טשעק
טאנץ 2
שר חמישים ומאתים
תגובות: 442
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאנץ 2 »

געלעגער האט געשריבן:מן הסתם צו האלטן דעם זיידן אין טשעק


ווי איך פארשטיי איז קושנער אינעם ווייסען הויז זייער ערגסטער קאשמאר... עס וועט נישט גיין אזוי גרינג מיט די אינפיטשמענט..
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

eller האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:דער אפיניאן איז אין דירעקטע קעגנזאץ צו פריערדיגע אפיניאן'ס פון די זשאסטיס דעפט, כאטש ס'איז דא א חילוק אז אינצווישן איז דורכגעפירט געווארן א נייער געזעץ וואס די זשאסטיס דעפט טענה'ט טוישט דעם בילד. אנדערע לעגאלע עקספערטן זענען מחולק.

עס איז אבער נישט ערווארטעט קיין ערנסטע קאמף דערקעגן, פאר די זעלבע סיבה וואס מאטיס און קעלי זענען שוין איינגעשוואוירן. דעמאקראטן קענען באשטייין קושנער זאל זיין אינעם ווייט האוז.

פארוואס קענען זיי ביישטיין ?

איז געווען אן אפיציעלע אפיניען פונעם דשאסטיס דעפארטמענט דעריבער פארקערט, געהערט האט מען פון דדעמאקראטישע סענעטארן, אויב יא ביטע אנצייכענען
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
פנחס בן חיים
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 2:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פנחס בן חיים »

מקעין און גרעהם האבן געמאלדן אז זיי גייען שטיצען סא״ס נאמעני טילערסאן
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

פנחס בן חיים האט געשריבן:מקעין און גרעהם האבן געמאלדן אז זיי גייען שטיצען סא״ס נאמעני טילערסאן

און רוביאו?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

מי חכם האט געשריבן:דער אפיניאן איז אין דירעקטע קעגנזאץ צו פריערדיגע אפיניאן'ס פון די זשאסטיס דעפט, כאטש ס'איז דא א חילוק אז אינצווישן איז דורכגעפירט געווארן א נייער געזעץ וואס די זשאסטיס דעפט טענה'ט טוישט דעם בילד. אנדערע לעגאלע עקספערטן זענען מחולק.

עס איז אבער נישט ערווארטעט קיין ערנסטע קאמף דערקעגן, פאר די זעלבע סיבה וואס מאטיס און קעלי זענען שוין איינגעשוואוירן. דעמאקראטן קענען באשטייין קושנער זאל זיין אינעם ווייט האוז.

זיי קענען באשטיין, wow גאר פיינע מענטשן.... די ווייסן נישט וואס זיי ווילן, זיי ווילן איין זאך, אלעס פארקערט ווי טראמפ, און אז ליגאל מעג קושנער זיין אין ווייט האוז זאגן זיי אז עכט ווילן זיי אזוי..
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נאכאמאל, אז זיי ווילן קענען זיי אים רודפ'ן, נעמען אין קאורט, און די זשאסטיס דעפט. האט גאנץ א שוואכע קעיס, וואס מ'קען עכ"פ פרובירן צו פייטן אין קאורט. זיי זענען נאר נישט אינטערעסירט, פונקט ווי זיי זענען געלאפן באשטעטיגן די וועיווער פאר מאטיס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:דער אפיניאן איז אין דירעקטע קעגנזאץ צו פריערדיגע אפיניאן'ס פון די זשאסטיס דעפט, כאטש ס'איז דא א חילוק אז אינצווישן איז דורכגעפירט געווארן א נייער געזעץ וואס די זשאסטיס דעפט טענה'ט טוישט דעם בילד. אנדערע לעגאלע עקספערטן זענען מחולק.

עס איז אבער נישט ערווארטעט קיין ערנסטע קאמף דערקעגן, פאר די זעלבע סיבה וואס מאטיס און קעלי זענען שוין איינגעשוואוירן. דעמאקראטן קענען באשטייין קושנער זאל זיין אינעם ווייט האוז.

זיי קענען באשטיין, wow גאר פיינע מענטשן.... די ווייסן נישט וואס זיי ווילן, זיי ווילן איין זאך, אלעס פארקערט ווי טראמפ, און אז ליגאל מעג קושנער זיין אין ווייט האוז זאגן זיי אז עכט ווילן זיי אזוי..

דו ווייסט אוודאי אז מאטיס איז באשטעטיגט געווארן 98 צו 1 און דזשאן קעלי 88 צו 11 (און ווי @חכם צייגט אן האבן די דעמאקראטן 'געטוישט' א טרוקענע געזעץ צו קענען באשטעטיגן מאטיס).

וואס איז געשען מיט דיר. דו פלעגסט זיין אסאך מער אויפריכטיג/זעלבסטשטענדיג.
:-(
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

.
אטעטשמענטס
IMG_20170122_211649.jpg
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

יואב בן צרויה האט געשריבן:מייק פאמפעיאו האט אויך געדארפט צו באשטעיטיגט ווערן אלץ סי איי עי דירעקטאר פרייטאג, אבער די דעמאקראטן האבן געמאכט אן אישו דערוועגן און די וואוט אויף זיין נאמינאציע איז ערווארטעט מאנטאג.


די וויקלי סטענדערט האט היינט א באריכט איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין סענאט איבער פאמפעיאו׳ס באשטעטיגונג.

עס האט אין אנפאנג געהייסן אז זיבן טראמפ נאמינירטע וועלן אויפטרעטן פארנט פון די קאמיטעען אין איין טאג. די רעפובליקאנע פירערשאפט האט עס דירעקט אזוי געוואלט כדי צו פארשווערן די דעמאקראטן צו מאכן א ספעקטאל פון די פארהערונגען. למעשה אבער האבן די דעמאקראטן געשטעלט א שטארקע ווידערשטאנד קעגן דעם פלאן ווייל עס וואלט נישט געווען מעגליך פאר עטליכע סענאטארן אנטייל צו נעמען ביי עטליכע וויכטיגע הירינגס. האט מען געמאכט א דיעל, און עס איז געווען ווי פאלגאנד:

פאמעיאו׳ס און נאך צוויי הירינגס זענען ארויפגעריקט געווארן מיט א טאג, אבער טשאק שומער האט פארשפראכן אז פאמפעיאו וועט באשטעיטיגט ווערן פרייטאג נאך די איינשווערונגס צערעמאניע אינאיינעם מיט די דעפענס סעקרעטערי.

סענאטאר טאם קאטאן, א גוטער פריינט פאר פאמפעיאו, איז געווען שטארק אינסטרומענטאל אינעם דיעל און ער האט ערווארטעט אז פאמפעיאו זאל טאקע באשטעיטיגט ווערן פרייטאג. ווען ער איז אבער געוואויר געווארן דאנערשטאג אויפדערנאכט אז סענאטאר ראן וויידען פלאנירט צו שטערן די באשטעיטיגונג איז ער געווארן ווילד. ער האט אנגעהויבן רופן סענאטארן און רידערן, אבער עס איז גארנישט געווארן.

פרייטאג אויפן סענאט פלאר, ווען וויידען האט זיך געגרייט צו שטערן די באשטעיטיגונג איז קאטאן צוגעגאנגען צו שומער און גערעגטערהייט פארגעהאלטן פארן ברעכן זיין ווארט. שומער האט אים געזאגט ער זאל ארויסקומען אינדרויסן און אז ער זאל אראפלאזן זיין טאן, אויף קאטאן האט אים לויט ביישויער א בייזער צוריקגעשאסן, ״זאג מיר נישט ווען צו העכערן מיין טאן צו נישט!״

אינדרויסן פונעם זאל האבן זיך אויך צוגעריקט סענאטארס קארנין, בור און ווארנער און שומער האט געזאגט פאר קאטאן אז זאל ער ווען האבן געווען אין די סענאט אכט יאר צוריק וואלט ער געדענקט אז אבאמא׳ס סי איי עי דירעקטאר איז אויך נישט באשטעטיגט געווארן די טאג פון די איינשווערונגס. קאטאן האט אים אפגעענטפערט מיטן זאגן אז אכט יאר צוריק איז ער געווען פארנומען איינעמען פיינטליכע קוילן אין אפגאניסטאן.

דאן האט סענאטאר בור, גראדע גאנץ א רואיגער פערזאן, פארגעהאלטן שומער פארן פארלעצן דעם דיעל. דער כיטערער שלאנג שומער האט אבער אנגעשטעלט א בלעכענע פנים און געזאגט אז ער האט געמיינט צו זאגן אז ער, שומער, וועט נישט שטערן די באשטעיטיגונג; וואס איז ער אחריות אויף זיין גאנצע פארטיי? ״גייטס צו וויידען,״ האט ער געזאגט פאר די ערשטוינטע רעפובליקאנע סענאטארן. בור האט אים דאן געזאגט אין פנים, ״איך ווייס וואס דו האסט מיר צוגעזאגט, דו האסט געמאכט דעם דיעל, גלייב מיר איך וועל נישט נאכאמאל מאכן די מיסטעיק.״

סענאטאר קארנין פון טעקסעס איז געווען גרייט צו גיין אן רעקארד, און ער האט איבערגעגעבן פאר די וויקלי סטענדערט אז די טראסט צווישן די רעפובליקאנער און די נייע דעמאקראטישע פירער איז פארלוירן.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

כאפצעם האט געשריבן:ריק פערי ביי זיין קאנפערמעישאן היערינג זאגט ער ציעט צוריק און האט חרטה אויף זיין סטעיטמענט ביים 2012 דעבאטע צו עלימינירן די דעפארטמענט אוו ענערדזשי

נעוואדע ציט ער צוריק, איך וועלט אויך נישט געוואלט מען זאל פארשליסן א דעפארטמענט וואס האלט מיך ביים געבן א קאבינעט בענקל מיט א גוטן געהאלט...
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

עקבי הצאן האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
מי חכם האט געשריבן:דער אפיניאן איז אין דירעקטע קעגנזאץ צו פריערדיגע אפיניאן'ס פון די זשאסטיס דעפט, כאטש ס'איז דא א חילוק אז אינצווישן איז דורכגעפירט געווארן א נייער געזעץ וואס די זשאסטיס דעפט טענה'ט טוישט דעם בילד. אנדערע לעגאלע עקספערטן זענען מחולק.

עס איז אבער נישט ערווארטעט קיין ערנסטע קאמף דערקעגן, פאר די זעלבע סיבה וואס מאטיס און קעלי זענען שוין איינגעשוואוירן. דעמאקראטן קענען באשטייין קושנער זאל זיין אינעם ווייט האוז.

פארוואס קענען זיי ביישטיין ?

איז געווען אן אפיציעלע אפיניען פונעם דשאסטיס דעפארטמענט דעריבער פארקערט, געהערט האט מען פון דדעמאקראטישע סענעטארן, אויב יא ביטע אנצייכענען

עס איז שוין געווען א געריכט אורטייל איבער דעם און קאורט האט גע'פסק'נט אז דער anti nepotism געזעץ נעמט נישט אריין ווייסער הויז איינגעשטעלטע.
און אינטערעסאנט וואס דו זאגסט איבער דעמאקראטישע סענאטארן (אויב עס איז אמת), ווייל דער קאורט קעיס איז געווען אין... 1993, ווען ביל קלינטאן האט געוואלט געבן עפעס א פאסטן פאר זיין רביצין. דארט האבן זיי נישט געהאט די פראבלעמען.

מי חכם האט געשריבן:נאכאמאל, אז זיי ווילן קענען זיי אים רודפ'ן, נעמען אין קאורט, און די זשאסטיס דעפט. האט גאנץ א שוואכע קעיס, וואס מ'קען עכ"פ פרובירן צו פייטן אין קאורט. זיי זענען נאר נישט אינטערעסירט, פונקט ווי זיי זענען געלאפן באשטעטיגן די וועיווער פאר מאטיס.

אונזער לויער חכמ'ל האט אליין גע'פסק'נט אז די דזשאסטיס דעפ האט א שוואכע קעיס. כ'הער. (איך בין נישט קיין לויער און נישט קיין פארשטייער, איך ברענג בלויז א פסק פון קאורט, דארט ווי חכם זאגט אז עס גייט ווארשיינליך דורכפאלן.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

רעקס טילערסאן די סעקרעטערי אף סטעיט איז באשטעטיגט געווארן דורך די קאמיטע מארגן וועט ער דורכגיין דעם סענאט
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

Potus האט געשריבן:רעקס טילערסאן די סעקרעטערי אף סטעיט איז באשטעטיגט געווארן דורך די קאמיטע מארגן וועט ער דורכגיין דעם סענאט

וואס איז פלוצים געשעהן אז יעדער מקעין /גרעיהם און רוביא וואס זענען געווען אזוי דערקעגן האבן פלוצים באשלאסען אז ער איז יא גיט ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

משהזוךמיר האט געשריבן:

מי חכם האט געשריבן:נאכאמאל, אז זיי ווילן קענען זיי אים רודפ'ן, נעמען אין קאורט, און די זשאסטיס דעפט. האט גאנץ א שוואכע קעיס, וואס מ'קען עכ"פ פרובירן צו פייטן אין קאורט. זיי זענען נאר נישט אינטערעסירט, פונקט ווי זיי זענען געלאפן באשטעטיגן די וועיווער פאר מאטיס.

אונזער לויער חכמ'ל האט אליין גע'פסק'נט אז די דזשאסטיס דעפ האט א שוואכע קעיס. כ'הער. (איך בין נישט קיין לויער און נישט קיין פארשטייער, איך ברענג בלויז א פסק פון קאורט, דארט ווי חכם זאגט אז עס גייט ווארשיינליך דורכפאלן.)


קאל איט... עפעס ביסטו זייער צוקאכט היינט.

איך בין נישט קיין לויער און נישט קיין חכם'ל. איך שרייב בסך הכל וואס איך ליין פון עקספערטן וואס זענען יא לויערס . אגב, כ'האב נישט געשריבן קיינמאל אז עס גייט ווארשיינליך דורכפאלן אין קאורט, נאר אז ס'איז דא א שטארקע קעיס צו מאכן דערקעגן. כ'בין נישט קיין נביא , און דער קאורט קען רואיג סיידן מיט די זשאסטיס דעפט. נאר עס איז נישט קלעיר קאט ווי מ'זאגט. אויב עפעס, איז דער פשטות ענדערש פארקערט.

בנוגע קלינטאן'ס נאמינאציע , קען איך נישט די פונקטליכע דעטאלן, וועלכע פאזיציע זי האט באקומען און צי ס'איז דומה אהער. אין יענעם ארטיקל האב איך נישט געזען דערוועגן.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3290
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יואב בן צרויה »

לויט מיין חשבון האט שוין פאמפעיאו 51 שטימען. כ׳מיין אז ראנד פאול האט געוועהלט קעגן אים, אבער אסאך דעמאקראטן שטיצן אים סאו ער וועט גרינג באשטעטיגט ווערן.
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2896
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

eller האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:רעקס טילערסאן די סעקרעטערי אף סטעיט איז באשטעטיגט געווארן דורך די קאמיטע מארגן וועט ער דורכגיין דעם סענאט

וואס איז פלוצים געשעהן אז יעדער מקעין /גרעיהם און רוביא וואס זענען געווען אזוי דערקעגן האבן פלוצים באשלאסען אז ער איז יא גיט ?

ווייל נאך אלעם איז טראמפ זייער פארטיי אין נאכדערצו אז די דעמאקראטן שעלטן הנה מה טוב ומה נעים
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

Potus האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
Potus האט געשריבן:רעקס טילערסאן די סעקרעטערי אף סטעיט איז באשטעטיגט געווארן דורך די קאמיטע מארגן וועט ער דורכגיין דעם סענאט

וואס איז פלוצים געשעהן אז יעדער מקעין /גרעיהם און רוביא וואס זענען געווען אזוי דערקעגן האבן פלוצים באשלאסען אז ער איז יא גיט ?

ווייל נאך אלעם איז טראמפ זייער פארטיי אין נאכדערצו אז די דעמאקראטן שעלטן הנה מה טוב ומה נעים

:roll: :roll: :roll:
Get your facts first, then you can distort them as you please.
yankyperl
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yankyperl »

בלעטל האט געשריבן:
El Rushbo האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ס'נישט אזוי פשוט.
סתם א גיור פראצעדור ווערט נישט מער גיור אויב איז עס שוין בדיעבד.
נאר ווען ס'איז מוכיחים אז ס'איז טאקע נישט געווען לשם אישות, דעמאלט איז דא פעלער וואס מאנכע וואלטן מקבל געווען בדיעבד, אבער ווען די גיור איז קלאר מוכיח אז ס'איז לשם אישות העלפט נישט קיין דיעבד, ווייל גירות איז נישט תלוי במעשה אליינס, אויב ס'פעלט די כוונת הלב איז נישטא קיום שום גירות.

נישט ריכטיג. נאר אויב די גירות איז נישט קיין אמת'ע, דהיינו זי האט נישט מקבל געווען עול תורה ומצוות, איז עס נישט קיין גירות. אויב אבער צוליב אישות איז זי גרייט געווען צו ווערן א געהעריגע איד און היטן תו"מ, נאר די סיבה םארוואס זי איז גרייט דערצו איז לשם אישות, איז מען נישט מקבל לכתחילה, אבער אויב מען האט יא איז עס א געהעריגע גיור.

דו רעדסט פון ווערן א געהעריגע איד און היטן תורה ומצות, א געהעריגע איד מיינט אלע שווערע זאכן, אלע ג' חמורות פון יהרג ואל יעבור וכו', דאס דארף מען מברר זיין אויב ס'איז אזוי, אבער דאס איז די שאלה ביי יעדע גיור לשם אישות, אויב איז עס א געהעריגע גיור וואס איז געווארן נאר ע"י אישות און בדיעבד וועט גוט זיין, אדער איז עס א גיור לשם אישות ממש און נישט א געהעריגע גיור, אין מהרש"ג איז ער מחמיר ביי א פאל, אזוי אויך איז דא אין אגרות משה, יעדע פאל איז אנדערש, ס'דא א שאלה אויב מ'האט געוואוינט בעפאר צוזאמען וואס מאכט עס אביסל גרינגער און אביסל שווערער.
דא איז געווען א סעפערעשאן וועגן רעליגיע, דאס מאכט עס סתם אזוי אביסל שווערער ווי מ'וואוינט סיי ווי צוזאמען.
אבער בעיקר ביי דעם פאל דא, איז סיי דער רב און סיי זי נישט קיין פולשטענדיגע שומרי תו"מ, זיי רופן זיך אפיציעל 'מאדערן ארטאדאקס' און היטן געוויסע זאכן. ואכמ"ל

וואס הייסט זיי 'היטן געוויסע זאכן' ?

לויט ווי איך פארשטיי איז דער רב הרב לוקשטיין א פולשטענדיגער שות"מ. ווענגלייך ער איז א לינקער

וואס הייסט פולשטענדיג, ער איז א מאדערן-ארטאדאקס ראביי, א שטייגער ווי טענדלער וכת דילי'.


פונקט געליינט יעצט אז הרב לוקשטיין האט מתיר געווען נשים צו לייגן תפילין.

וואס מיינט 'מאדערן ארטאדאקס'?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

באקומען אין אישי פון איינעם:
ראביי מארווין הייער, דער איין שווערונגס רב, האט געזאגט מוצאי שבת אויף דער זאב ברעננער שאו, אז ער קען שוין די קושנערס צענדליגע יארן און זיי זענען קאמיטעד אידען און גרויסע בעלי צדקה. און אז מיסעס קושנער, איז זייער ערעסט מיט איר אידישקייט און איז שוין שבת אין דער פרי אין בית המדרש אין זיבן אין דער פרי. אז ער קען זיי, און אז זייער קאמיטמענט צו יהדות איז דזעניואיין (אמתדיג).
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”