דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- יהודי
- שר האלפיים
- תגובות: 2935
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
- לאקאציע: אונטערן מעקער
ברעיקינג: סענאטאר דזשעף סעשאנס, וועמען טראמפ האט נאמינירט אלס אטוירני דזשענעראל, זאגט אז אויב וועט דער סענאט אים באשטעטיגן פאר די פאזיציע, וועט ער געבן א פארשפרעכונג נישט אנטיילצונעמען אין קיין שום אויספארשונגען קעגן הילערי קלינטאן.
לעצט פארראכטן דורך יהודי אום דינסטאג יאנואר 10, 2017 10:53 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
א פשוטע איד.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
וואסי נייעס האט אויך א לייוו לינק
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- יהודי
- שר האלפיים
- תגובות: 2935
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
- לאקאציע: אונטערן מעקער
סענאטאר דזשעף סעשאנס, וועלכער ווערט יעצט פארהערט אינעם סענאט צו ווערן באשטעטיגט פאר די פאזיציע פון אטוירני דזשענעראל, זאגט אז ער איז קעגן איינשטעלן א פולקאמע פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען אין אמעריקע, און אויך איז ער קעגן די קאנטראווערסיאלע פייניגונג-אויספארשונג מעטאדן וואס אמעריקע האט גענוצט אויף ארעסטירטע טעראריסטן נאך סעפטעמבער עלעווען.
א פשוטע איד.
- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
יהודי האט געשריבן:סענאטאר דזשעף סעשאנס, וועלכער ווערט יעצט פארהערט אינעם סענאט צו ווערן באשטעטיגט פאר די פאזיציע פון אטוירני דזשענעראל, זאגט אז ער איז קעגן איינשטעלן א פולקאמע פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען אין אמעריקע, און אויך איז ער קעגן די קאנטראווערסיאלע פייניגונג-אויספארשונג מעטאדן וואס אמעריקע האט גענוצט אויף ארעסטירטע טעראריסטן נאך סעפטעמבער עלעווען.
זענען נישט די רופאבליקאנער מער פאר די פיינונגען ?
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
היינט קומען פאר עטליכע הירינגס אין סענאט איבער עטליכע קאסינעט נאמינאציעס.
די ערשטע איז אין די סענאט אויסערן באציאונגען קאמיטע ווי רעקס טעליערסאן פון עקסאן מאוביל ענטפערט די פראגעס פון די סענאטארן אויפן קאמיטע.
דערנאך איז דא א היריג פאר די טראנספארטאציע מיניסטאר פאזיציע פאר וועלכע דער פרעזידענט עלעקט האט נאמינירט א פרוי (אויב געדענק איך גוט, די ווייב פון סענאט פירער מיטש מעקאנעל).
די סענאט געריכטליכע קאמיטע וועלכע האט נעכטן פארהערט דזשעף סעשינס פאר די אטורני דזשענערעל פאזיציע הערט היינט עדותשאפט פון ׳עקספערטן׳ פון ביידע זייטן צו סעשינס איז טאקע פעאיג צו זיין פאזיציע.
און א פרעצעדענטלאזע אקט טוט ניו דזשערסי סענאטאר קארי בוקערעדות זאגן קעגן זיין קאלעגע סענאטאר. בוקער טוט עס וועגן די דעמאקראטן האבן געמאכט צימעס פון פאלטשע באריכטן און לגיונות אז סעשינס׳ האט א שלעכטע רעקארד אויף ציווילע רעכטן. דאס איז נאך קיינמאל נישט געטון געווארן אין סענאט היסטאריע און איז א ביליגע פאליטישע שטיקל ווען בוקער אליין האט קוים א יאר צוריק פערזענליך אויסגערימט סעשינס פארן מיט ארבעטן מיט אים אויף די אישו.
עס איז ערווארטעט אז די קאמיטע וועט באשטעטיגן די נאמינאציע און און אים רעקאמאנדירן צו סענאט פלאר פאר אן אפשטימונג אין די פולע סענאט ווי סעשינס וועט דארפן 51 שטימען צו ווערן באשטעטיגט.

פריער האט מארקא רוביאו שטארק געצימבלט טילערסאן איבער רוסלאנד. ער האט צום ביישפיל געפרעגט טילערסאן צו פוטין איז א מלחמה קרימינאל. טילערסאן האט פארשטייט זיך נישט געוואלט ענטפערן א קלארע יא, און רוביאו האט אים פארגעווארפן א טוץ מיט שענדליכע אקטן פון די רוסישע ארמיי כלפי ציווילע און אנגערופן זיין ענטפער ׳טראבלינג׳.
רוביאו האט אין 2013 געשטימט פאר דזשאן קערי׳ס נאמינאציע אלץ סעקרעטערי אוו סטעיט.

- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4058
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2011 10:41 pm
- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
צרות ווי א בארג: דזשעימס ׳מעד דאג׳ מעטיס האט געקענסעלט זיין אויף אויפטריט מארגן פאר די קאנגרעסיאנאלע ארמד סערוויסעס קאמיטע, לויט א באריכט אין די מיליטערישע טיימס.
אנהייב וואך האב איך געזעהן א רעספעקטירטע קאלאניסט שרייבן אז עס דרייט זיך שוין א שטיק צייט שפעקולאציעס אינערהאלב די אינערליכע רייען אז מעטיס וויל וואקן. די קלאנגען זענען געווארן שטערקער מעטיס האט פארארבעט זיכער צו מאכן אז די יעצטיגע דעפיוטיס אינעם דעפארטמענט זאלן פארבלייבן לענגער ווי געפלאנט.
לעצטע וואך איז געווען באריכטעט אז מעטיס איז שטארק אויפגעברויזט געווען אויף טראמפ און די אנדערע טיעם מעמבערס פארן אים נישט אפי׳ קאנסולטירן איבער די נאמינאציע פון עפעס א ספארטס טיעם אייגענטומער פאר ארמי סעקרעטערי.
[offtopic]א פריעדיגע ווערסיע פון די באריכט האט באריכטעט אז מעטיס וועט פארפעלן זיין הירינג אין די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע. דאס איז געווען א טעות און איז אפדעיטעד געווארן מיט די ריכטיגע אינפארמאציע.[/offtopic]

לעצט פארראכטן דורך יואב בן צרויה אום מיטוואך יאנואר 11, 2017 4:37 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
- פרוביר אויך
- שר האלפיים
- תגובות: 2565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
די נאמינאציע פון רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז אין געפאר נאכדעם וואס מארקא רוביא, א מעמבער פון די סענאט אויסערן באציאונגס קאמיטע איז געווען שטארק נישט צעפרידן פון טילערסאן'ס ענטפערס ביים היינטיגן היערינג אין סענאט.
רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.
רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.
- כאפצעם
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18244
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
- לאקאציע: לויפט
כאפצעם האט געשריבן:די נאמינאציע פון רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז אין געפאר נאכדעם וואס מארקא רוביא, א מעמבער פון די סענאט אויסערן באציאונגס קאמיטע איז געווען שטארק נישט צעפרידן פון טילערסאן'ס ענטפערס ביים היינטיגן היערינג אין סענאט.
רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.
לינדזי גרעהם זאגט היינט פאר די פרעסע אז ער איז אויך אומבאשלאסן.
- ס'שטימט
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 283
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
- לאקאציע: אינעם וועלטעל
כאפצעם האט געשריבן:רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.
וואס מיינט א 'סווינג שטימע'??
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
- יואב בן צרויה
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3290
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm
איך
האב גראדע נישט געזעהן אזא דיסקוסיע, אבער אויב פאסירט עס יא איז עס נישט פרעצעדענטלאז. הערי ריעד פלעגט באשטעטיגן פולע נאמינאציעס טראצדעם וואס די קאמיטע האט נישט רעקאמאנדירט.
די קאמיטעען אין קאנגרעס זענען נישט אייניג צווישן די פארטייען. אלץ וועט זיין לכל הפחות איין מער מעמבער פון די מאיאריטעט פארטיי און צומאל וועט אפי׳ זיין צוויי מער. אויב וועט רוביאו וועהלן קעגן אים וועט עס זיין א טיי.
- - -
היינט קומט פאר נאך דריי פארהערונגען, צוויי פון זיי גאר וויכטיגע.
די ערשטע איז דאקטאר בען קארסאן׳ס נאמינאציע פאר ׳הוד׳ דעפארטמענט סעקרעטערי ווי ער ווערט אין די מינוטן פארגעשטעלט פאר די סענאט קאמיטע אויף בענקינג, האוזינג און אורבן דעוועלאפמענט. פריער אין טאג זענען פיר געוועזענע סעקרעטארן ארויסגעקומען מיט אן אינדארסירונג פאר קארסאן.
די צווייטע איז די הירינג אויף די נאמינאציע פון גענעראל דזשעימס מעטיס פאר קריגס מיניסטאר. ער וועט ערשיינען פארנט פון די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע און ענטפערן די פראגעס פון די סענאטארן. די קאמיטע האט עטליכע אויסגעשפראכענע מעמבערס ווי דזשאן מעקעין, לינדזי גרעהעם און טאם קאטאן.
די דריטע און צו די יעצטיגע צייט ווארשיינליך די וויכטיגסטע איז די פארהער איבער די נאמינאציע פון קאנגרעסמאן מייק פאמפעיאו אלץ סי איי דירעקטאר. ער וועט אויפטרעטן אין די סענאט סעלעקט קאמיטע אויף אינטעלעדזשענס פארלייגן די קעיס פארוואס ער איז מערסט פאסיג איבערצונעמען די פאזיציע פון סי איי דירעקטאר אין די צייט וואס עס איז שוין ברייט באקאנט די רייצענדע און אגרעסיווע שפיאנאזש אטאקעס פון געוויסע לענדער קעגן אמעריקע.

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
כאפצעם האט געשריבן:סענאט רעפובליקאנער פירער באטראכטן די מעגליכקייט פון אויפברענגען טילערסאן'ס נאמינאציע פאר א שטימע אינעם פולן סענאט אפילו ער ווערט אנידערגעשטימט אינעם אויסערן אנגעלעגענהייטן קאמיטע. דאס וועט זיין אן אנפרעצעדענטעד שריט.
און דאס אז אן אמטירנדער סענעטאר זאל זיך אויפשטעלן רעדן קעגן זיין קאלעגע איז אויך "אנפרעצעדענטעד שריט"