דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: צייטליך, אחראי, געלעגער

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:49 am

ברעיקינג: סענאטאר דזשעף סעשאנס, וועמען טראמפ האט נאמינירט אלס אטוירני דזשענעראל, זאגט אז אויב וועט דער סענאט אים באשטעטיגן פאר די פאזיציע, וועט ער געבן א פארשפרעכונג נישט אנטיילצונעמען אין קיין שום אויספארשונגען קעגן הילערי קלינטאן.
לעצט פאראכטן דורך יהודי אום דינסטאג ינואר 10, 2017 10:53 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:49 am

שאהן הענניטי האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:וואו קען מען מיטהאלטן די קאנפערמעישן הירינגס?

אויף סי ספען

סארי פאר מיין עמהארצות, סי ספען איז אויפן פאון אדער לייוו סטריעם?

פאון
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2142
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:52 am

Thanks

אוועטאר
נא_שכל
שר האלפיים
תגובות: 2947
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: אונטער'ן קאפל העכער די אויגען.

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג ינואר 10, 2017 10:57 am

וואסי נייעס האט אויך א לייוו לינק

אוועטאר
לכאורה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:20 am

איך פלאן אויפצוזיין די קומענדיגע 2 נעכט, און זיך גוט אויסרוען ביי בען קארסאן'ס קאנפירמאציע הירינג דאנערשטאג אינדערפרי...

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:32 am

עפעס קולות קומט פאר דארט
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 10, 2017 11:36 am

נאכאמאל פראטעסטירער
און ענדליך טראגט מען זיי ארויס
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

אוועטאר
זאכליך
שר חמשת אלפים
תגובות: 5488
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דינסטאג ינואר 10, 2017 1:18 pm

היינט איז די ערשטע טאג פון די הירינגס?

מ'האט שוין איינעם אפפראווד?
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 10, 2017 2:45 pm

סענאטאר דזשעף סעשאנס, וועלכער ווערט יעצט פארהערט אינעם סענאט צו ווערן באשטעטיגט פאר די פאזיציע פון אטוירני דזשענעראל, זאגט אז ער איז קעגן איינשטעלן א פולקאמע פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען אין אמעריקע, און אויך איז ער קעגן די קאנטראווערסיאלע פייניגונג-אויספארשונג מעטאדן וואס אמעריקע האט גענוצט אויף ארעסטירטע טעראריסטן נאך סעפטעמבער עלעווען.
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

eller
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דינסטאג ינואר 10, 2017 3:01 pm

יהודי האט געשריבן:סענאטאר דזשעף סעשאנס, וועלכער ווערט יעצט פארהערט אינעם סענאט צו ווערן באשטעטיגט פאר די פאזיציע פון אטוירני דזשענעראל, זאגט אז ער איז קעגן איינשטעלן א פולקאמע פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען אין אמעריקע, און אויך איז ער קעגן די קאנטראווערסיאלע פייניגונג-אויספארשונג מעטאדן וואס אמעריקע האט גענוצט אויף ארעסטירטע טעראריסטן נאך סעפטעמבער עלעווען.

זענען נישט די רופאבליקאנער מער פאר די פיינונגען ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
יהודי
שר האלף
תגובות: 1810
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: ווייט פון פאליטיק.

תגובהדורך יהודי » דינסטאג ינואר 10, 2017 3:12 pm

yossigestetner (Twitter)
I don't recall AG Lynch (or Holder) announcing a recusal from #EmailGate. Why did Sessions do that? Oh, he is a Republican!
אז עס שמעקט דיר נישט מיינע תגובות איז נישט. קוק עס נישט, און גיי ווייטער.אבער פארוואס קריטיק ?
האסט קריטיק ? אויב יא דריק דא אבער שוין יעצט !!
און פאר א שקויעך דריק דא, נאר אויב די האסט נערוון.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 11, 2017 10:44 am

היינט קומען פאר עטליכע הירינגס אין סענאט איבער עטליכע קאסינעט נאמינאציעס.

די ערשטע איז אין די סענאט אויסערן באציאונגען קאמיטע ווי רעקס טעליערסאן פון עקסאן מאוביל ענטפערט די פראגעס פון די סענאטארן אויפן קאמיטע.

דערנאך איז דא א היריג פאר די טראנספארטאציע מיניסטאר פאזיציע פאר וועלכע דער פרעזידענט עלעקט האט נאמינירט א פרוי (אויב געדענק איך גוט, די ווייב פון סענאט פירער מיטש מעקאנעל).

די סענאט געריכטליכע קאמיטע וועלכע האט נעכטן פארהערט דזשעף סעשינס פאר די אטורני דזשענערעל פאזיציע הערט היינט עדותשאפט פון ׳עקספערטן׳ פון ביידע זייטן צו סעשינס איז טאקע פעאיג צו זיין פאזיציע.
און א פרעצעדענטלאזע אקט טוט ניו דזשערסי סענאטאר קארי בוקערעדות זאגן קעגן זיין קאלעגע סענאטאר. בוקער טוט עס וועגן די דעמאקראטן האבן געמאכט צימעס פון פאלטשע באריכטן און לגיונות אז סעשינס׳ האט א שלעכטע רעקארד אויף ציווילע רעכטן. דאס איז נאך קיינמאל נישט געטון געווארן אין סענאט היסטאריע און איז א ביליגע פאליטישע שטיקל ווען בוקער אליין האט קוים א יאר צוריק פערזענליך אויסגערימט סעשינס פארן מיט ארבעטן מיט אים אויף די אישו.
עס איז ערווארטעט אז די קאמיטע וועט באשטעטיגן די נאמינאציע און און אים רעקאמאנדירן צו סענאט פלאר פאר אן אפשטימונג אין די פולע סענאט ווי סעשינס וועט דארפן 51 שטימען צו ווערן באשטעטיגט.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 11, 2017 10:48 am

פריער האט מארקא רוביאו שטארק געצימבלט טילערסאן איבער רוסלאנד. ער האט צום ביישפיל געפרעגט טילערסאן צו פוטין איז א מלחמה קרימינאל. טילערסאן האט פארשטייט זיך נישט געוואלט ענטפערן א קלארע יא, און רוביאו האט אים פארגעווארפן א טוץ מיט שענדליכע אקטן פון די רוסישע ארמיי כלפי ציווילע און אנגערופן זיין ענטפער ׳טראבלינג׳.

רוביאו האט אין 2013 געשטימט פאר דזשאן קערי׳ס נאמינאציע אלץ סעקרעטערי אוו סטעיט.

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מיטוואך ינואר 11, 2017 12:19 pm

looks like tillerson has his kepple oifen platz

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:26 pm

צרות ווי א בארג: דזשעימס ׳מעד דאג׳ מעטיס האט געקענסעלט זיין אויף אויפטריט מארגן פאר די קאנגרעסיאנאלע ארמד סערוויסעס קאמיטע, לויט א באריכט אין די מיליטערישע טיימס.

אנהייב וואך האב איך געזעהן א רעספעקטירטע קאלאניסט שרייבן אז עס דרייט זיך שוין א שטיק צייט שפעקולאציעס אינערהאלב די אינערליכע רייען אז מעטיס וויל וואקן. די קלאנגען זענען געווארן שטערקער מעטיס האט פארארבעט זיכער צו מאכן אז די יעצטיגע דעפיוטיס אינעם דעפארטמענט זאלן פארבלייבן לענגער ווי געפלאנט.

לעצטע וואך איז געווען באריכטעט אז מעטיס איז שטארק אויפגעברויזט געווען אויף טראמפ און די אנדערע טיעם מעמבערס פארן אים נישט אפי׳ קאנסולטירן איבער די נאמינאציע פון עפעס א ספארטס טיעם אייגענטומער פאר ארמי סעקרעטערי.

זייטיגע נאטיץ
א פריעדיגע ווערסיע פון די באריכט האט באריכטעט אז מעטיס וועט פארפעלן זיין הירינג אין די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע. דאס איז געווען א טעות און איז אפדעיטעד געווארן מיט די ריכטיגע אינפארמאציע.
לעצט פאראכטן דורך יואב בן צרויה אום מיטוואך ינואר 11, 2017 4:37 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 11, 2017 4:36 pm

ווען איך ברענג אזא נייעס קומט עס מיט א 'ברעיקינג'.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך ינואר 11, 2017 5:22 pm

thanks יואב
we want more
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך ינואר 11, 2017 6:48 pm

די נאמינאציע פון רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז אין געפאר נאכדעם וואס מארקא רוביא, א מעמבער פון די סענאט אויסערן באציאונגס קאמיטע איז געווען שטארק נישט צעפרידן פון טילערסאן'ס ענטפערס ביים היינטיגן היערינג אין סענאט.

רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.

מי חכם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך ינואר 11, 2017 8:17 pm

די דעמ'ס און ליבעראלן זענען גראדע שטארק אינטערעסירט נאכצוגעבן דעם ספעציעלן וועיווער פאר מאטיס, האפנדיג צו האבן כאטש איין נארמאלער מענטש אין די אדמיניסטראציע.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:08 am

כאפצעם האט געשריבן:די נאמינאציע פון רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אוו סטעיט איז אין געפאר נאכדעם וואס מארקא רוביא, א מעמבער פון די סענאט אויסערן באציאונגס קאמיטע איז געווען שטארק נישט צעפרידן פון טילערסאן'ס ענטפערס ביים היינטיגן היערינג אין סענאט.

רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.

לינדזי גרעהם זאגט היינט פאר די פרעסע אז ער איז אויך אומבאשלאסן.

אוועטאר
ס'שטימט
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע: אינעם וועלטעל

תגובהדורך ס'שטימט » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:12 am

כאפצעם האט געשריבן:רוביא האט ארויסקומענדיג פונעם היערינג געזאגט פאר רעפארטער אז ער איז נישט זיכער אז ער גייט שטימען אים צו באשטעטיגן, וואס אלץ סווינג שטימע אינעם קאמיטע מיינט עס אז טילערסאן'ס נאמינאציע וועט נישט קענען גיין פאר א פולע שטימע אין סענאט, און דעריבער ווערן אפגעזאגט.


וואס מיינט א 'סווינג שטימע'??
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:14 am

טראמפ אנאנסירט אז רודי זשוליאני וועט דינען אלס אדווייזער איבער סייבער סעקיורעטי אנגעלעגענהייטן

אוי רודי רודי

--------
ס'שטימט, דער מכריע וויבאלד ס'איז אייניג צעטיילט צווישן דעמאקראטן און רעפובליקאנער

אוועטאר
כאפצעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5068
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:23 am

סענאט רעפובליקאנער פירער באטראכטן די מעגליכקייט פון אויפברענגען טילערסאן'ס נאמינאציע פאר א שטימע אינעם פולן סענאט אפילו ער ווערט אנידערגעשטימט אינעם אויסערן אנגעלעגענהייטן קאמיטע. דאס וועט זיין אן אנפרעצעדענטעד שריט.

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:39 am

איך
האב גראדע נישט געזעהן אזא דיסקוסיע, אבער אויב פאסירט עס יא איז עס נישט פרעצעדענטלאז. הערי ריעד פלעגט באשטעטיגן פולע נאמינאציעס טראצדעם וואס די קאמיטע האט נישט רעקאמאנדירט.

די קאמיטעען אין קאנגרעס זענען נישט אייניג צווישן די פארטייען. אלץ וועט זיין לכל הפחות איין מער מעמבער פון די מאיאריטעט פארטיי און צומאל וועט אפי׳ זיין צוויי מער. אויב וועט רוביאו וועהלן קעגן אים וועט עס זיין א טיי.

- - -

היינט קומט פאר נאך דריי פארהערונגען, צוויי פון זיי גאר וויכטיגע.

די ערשטע איז דאקטאר בען קארסאן׳ס נאמינאציע פאר ׳הוד׳ דעפארטמענט סעקרעטערי ווי ער ווערט אין די מינוטן פארגעשטעלט פאר די סענאט קאמיטע אויף בענקינג, האוזינג און אורבן דעוועלאפמענט. פריער אין טאג זענען פיר געוועזענע סעקרעטארן ארויסגעקומען מיט אן אינדארסירונג פאר קארסאן.

די צווייטע איז די הירינג אויף די נאמינאציע פון גענעראל דזשעימס מעטיס פאר קריגס מיניסטאר. ער וועט ערשיינען פארנט פון די סענאט ארמד סערוויסעס קאמיטע און ענטפערן די פראגעס פון די סענאטארן. די קאמיטע האט עטליכע אויסגעשפראכענע מעמבערס ווי דזשאן מעקעין, לינדזי גרעהעם און טאם קאטאן.

די דריטע און צו די יעצטיגע צייט ווארשיינליך די וויכטיגסטע איז די פארהער איבער די נאמינאציע פון קאנגרעסמאן מייק פאמפעיאו אלץ סי איי דירעקטאר. ער וועט אויפטרעטן אין די סענאט סעלעקט קאמיטע אויף אינטעלעדזשענס פארלייגן די קעיס פארוואס ער איז מערסט פאסיג איבערצונעמען די פאזיציע פון סי איי דירעקטאר אין די צייט וואס עס איז שוין ברייט באקאנט די רייצענדע און אגרעסיווע שפיאנאזש אטאקעס פון געוויסע לענדער קעגן אמעריקע.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר האלפיים
תגובות: 2924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג ינואר 12, 2017 9:41 am

כאפצעם האט געשריבן:סענאט רעפובליקאנער פירער באטראכטן די מעגליכקייט פון אויפברענגען טילערסאן'ס נאמינאציע פאר א שטימע אינעם פולן סענאט אפילו ער ווערט אנידערגעשטימט אינעם אויסערן אנגעלעגענהייטן קאמיטע. דאס וועט זיין אן אנפרעצעדענטעד שריט.


און דאס אז אן אמטירנדער סענעטאר זאל זיך אויפשטעלן רעדן קעגן זיין קאלעגע איז אויך "אנפרעצעדענטעד שריט"
חברה לעבעדיג!
??????????????????????..............!!!!!!!!!!!!!!!!!!!! (שמייכלען קעמעניש לייגן אינא חתימה-אנטשולדיג)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט