דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:35 am

במשך די עלעקשאנס זענען געווען אסאך שמועות איבער ווער עס וועט זיין אין טראמפ'ס קאבינעט. די טרענזישאן טיעם, אין שפיץ פון קריס "ברידזשגעיט" קריסטי, דער כמעט-ווייס-פרעזידענט און פערזענליכער קנעכט פון דער דאנעלד, האט געוועטעד מענטשן, זיי אינטערוויוד, און צוגעגרייט א ליסטע פון מעגליכע קאנדידאטן פאר אלע פאסטנס, כאטש טראמפ אליינס האט לויט באריכטן נישט געוואלט מאכן קיינע באשליסן פאר די עלעקשאנס כדי נישט צו "דזשינקסן" (ווארפן אן עין הרע אויף) דעם געווינס.

סעקרעטערי אף סטעיט
טאפ קאנדידאט איז געוועזענער האוז ספיקער ניוט "כל מקדש שביעי" גינגריטש. אויך א קאנדידאט איז רעפובליקאנער סענעטאר פון טענעסי, באב קארקער וועלכע איז די יעצטיגע טשעירמאן פונעם סענאט אויסערן באציאונגן קאמיטע. אנדערע באריכטן פארציילן אז טראמפ האלט אן אויג אויפן אמעריקאנעם אמבאסאדאר צו די UN, דזשאן באלטאן.

טרעזשורי
טראמפ האט אין אן אינטערוויו גערעדט איבער זיין קאמפיין פינאנץ טשערימאן, סטיוו מנוטשין, א געוועזענער גאלדמאן-סעקס באנקירער און יעצטיגער העדזש פאנד מענעדזשער און אינוועסטירער.

סעקרעטערי אף דיפענס
דזשעף סעשאנס, רעפובליקאנער סענעטאר פון אריזאנע, איז טאפ קאנדידאט. אנדערע נעמען זענען געווזענער נעשאנעל סעקיוריטי עדווייזער ספיוון העדלי און געווזענער מאנטענע סענעטאר, דזשים טעלענט. מייק פלין, דער אויסגעשפראכענער גענעראל, ווערט אויך קאנסידערט, אבער לויט די רולס פונעם ארמיי איז דאס פארבאטן.

אטוירני דזשענערל
רודי "עף בי איי פריינט" דזשוליאני. ער איז א געווזענער לויער, און ער איז פון טראמפ'ס געטרייסטע סורראגעיטס. אנדערע זאגן קריס קריסטי, אבער נאך די ברידזשגעיט געריכט אורטייל איז שווער דאס צו זען.

עס זענען דא נאך פאזיציעס, ווצב"ש קאמערץ סעקרעטערי, ווי געוועזענער גאווערנער ריק פערי, און געווזענער גאווערנער מייק האקעבי ווערן באטראכט אלס קאנדידאטן, אינערן מיניסער, א ראלע אין וועלכע דאנעלד דזשוניער האט אויסגעדרוקט אינטערעסע, און נאך.

איין אינטערעסאנטע אבזערוואציע איז אז נאך אלע מעשיות פון טראמפ דער אוטסיידער, זעט אויס ווי זיין קאבינעט וועט זיין א טיפיקעל אינסיידער קאבינעט, ווי געוועזענע גאווערנערס און סענעטארס וועלן דינען, און נישט קיין ביזנעס לייט, עקספערטן, וכדומה.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובהדורך אורייתא » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:42 am

ירוחם האט געשריבן:
איין אינטערעסאנטע אבזערוואציע איז אז נאך אלע מעשיות פון טראמפ דער אוטסיידער, זעט אויס ווי זיין קאבינעט וועט זיין א טיפיקעל אינסיידער קאבינעט, ווי געוועזענע גאווערנערס און סענעטארס וועלן דינען, און נישט קיין ביזנעס לייט, עקספערטן, וכדומה.

אזוי וועט ער ארויס נעמען די גוטס פון ביידע

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 9:59 am

וועס איז די ארבעט פון אינערען סעקרעטאר?
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3506
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 10:02 am

אינטערשרייבען פאספארטס...
ירוחם עס זעהט אויס ווי דו האסט גאכאפט די ניק נעם קאלד פון די פרעזידענט עלעקט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 10:03 am

ירוחם האט געשריבן:
איין אינטערעסאנטע אבזערוואציע איז אז נאך אלע מעשיות פון טראמפ דער אוטסיידער, זעט אויס ווי זיין קאבינעט וועט זיין א טיפיקעל אינסיידער קאבינעט, ווי געוועזענע גאווערנערס און סענעטארס וועלן דינען, און נישט קיין ביזנעס לייט, עקספערטן, וכדומה.


דאס האט ער, און זיינע שטיצער געשריגן א גאנצן צייט, אז ער גייט זיך ארום נעמען מיט עקספיריענסד פאליטישענס
עס איז דא מענטשן וואס זענען ווי וואלקענס. ווען זיי קומען אן ווערט א שפע...

(קרעדיט: מ"ק)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 10:11 am

משנה מקום האט געשריבן:אינטערשרייבען פאספארטס...
ירוחם עס זעהט אויס ווי דו האסט גאכאפט די ניק נעם קאלד פון די פרעזידענט עלעקט

אונזער נייע ראול מאדעל :twisted:
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

Naftule
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 10:15 am

בען קארסאן פאר surgeon general

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 10:52 am

גראדע האט ער גאנץ נארמאלע נעמען אויף די ליסטע, ניין?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
מפתח צו מיינע אשכולות

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 10:57 am

ער מוז נעמען פרויען, שווארצע, און ספאנישע און איפ' מוסלמענער
עס איז אדורך א וואך צוויי פון ווען טראמפ איז אריין אין אפיס און די וועלט האט זיך שוין איינמאל איבערגעדרייט

eller
שר האלפיים
תגובות: 2584
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 11:00 am

פאליק האט געשריבן:ער מוז נעמען פרויען, שווארצע, און ספאנישע און איפ' מוסלמענער

פארוואס ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר האלפיים
תגובות: 2584
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 11:00 am

אורייתא האט געשריבן:
ירוחם האט געשריבן:
איין אינטערעסאנטע אבזערוואציע איז אז נאך אלע מעשיות פון טראמפ דער אוטסיידער, זעט אויס ווי זיין קאבינעט וועט זיין א טיפיקעל אינסיידער קאבינעט, ווי געוועזענע גאווערנערס און סענעטארס וועלן דינען, און נישט קיין ביזנעס לייט, עקספערטן, וכדומה.

אזוי וועט ער ארויס נעמען די גוטס פון ביידע

;l;p- ;l;p- ;l;p- פארפאלן קליג איז קליג
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

Naftule
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 11:01 am

פאליק האט געשריבן:ער מוז נעמען פרויען, שווארצע, און ספאנישע און איפ' מוסלמענער

דעי עלעקשן האט געוויזן אז ער מוז נישט

מונאוויטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 11:14 am

סטעיט: ראמני
טרעזשורי: רייען
אטוירני דזשענעראל: קרוז
דיפענס: מקעין
קאמערס: פיארינע
האוזינג: פאטאקי
היימלאנד סעקיוריטי: דזשוליאני
לעיבער: סקאט וואקער
אינטעריאר: קעיסיק
אגריקולטור: האקאבי
ענערגי: ריק פערי
העלט: בען קארסאן
עדזשוקעישן: דזשעב בוש
ווי עי: סענטארום
טראנצפארטאציע: קריסטי
אי פי עי: דזשינדעל
פרעס סעקרעטאר: גינגרידזש
ספיטש רייטער: רוביא
עף בי איי: קאמי
סי איי עי: מקמאלין

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am
לאקאציע: מיטן פינגער אין מויל

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:08 pm

עס וואלט כדי געווען צו צוזאמנעמען דא אויף איין פלאץ אלע זיינע קאמפעין פארשפרעכונגען צו זעהן צו ער וועט עס טאקע אויספירן,
ווי למשל די מעקסיקא וואנט (ווער געדענקט??...)
צונישט מאכן די TTP
צונישט מאכן אבאמא קעיר
נישט אריינלאזן קיין מוסלעמ'ס
וכדומה
כ'געדענק ניש אלעס, די ליסטע איז גרויס.

ווי אויך די אלע זאכן וואס ער האט צוגעזאגט צו טוהן אין די ערשטע 100 טעג

איינער קען ביטע ארויסהעלפן?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3538
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:14 pm

מונאוויטש האט געשריבן:/


לצים...
עס איז דא מענטשן וואס זענען ווי וואלקענס. ווען זיי קומען אן ווערט א שפע...

(קרעדיט: מ"ק)

זוכט איר אזאפטיגע ארטיקל ארויסצופרינטן? באזוכט דא. האט איר געזעהן? הנאה געהאט? באדאנקט אייך דא.

א. טראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:50 pm

איך האף נאר אז פענס וועט האבען א גרויסע ווארט אינעם קאבינעט

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 12:54 pm

פאליק האט געשריבן:ער מוז נעמען פרויען, שווארצע, און ספאנישע און איפ' מוסלמענער

די עקפיריענס פון די עלעקשאן האט געוויזן אז טראמפ 'מוז' גארנישט!!
חזקו ואמץ לבבכם כל המיחלים לה' - המיחלים דיקא. ודו"ק והבן היטב..

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: איך בענטש דער וואס האט אויסגעזאגט פאר יהוד'ן די סוד אז מיט די לאקאציע קעמען אויך נערווירן מענטשן.

תגובהדורך יהודי » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 1:12 pm

Sources say that #DonaldTrump is already finalizing his cabinet:
#RudyGiuliani would be Attorney General
#NewtGingrich be Secretary of State
#ChrisChristie would be the Wall...
עס זענען דא מענטשן

ירוושלמי22
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 7:33 am

פארגעסן דער עיקר

תגובהדורך ירוושלמי22 » מיטוואך נובעמבער 09, 2016 2:10 pm

פאליק
אלס ווארט זאגער צו די פרעסע

בענקעל
שר האלף
תגובות: 1517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 10:53 am

2016-11-10 10.50.19.jpg

ארום די זייגער
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 10:56 am

ס'איז אמת?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:16 pm

אבי געמאכט
די רעסעפי צו זיין א באליבטע ניק:

״ווען איך זאל ווען דרוקן "שיק" אויף יעדע תגובה וואס איך האב אפגעשריבן, וואלט איך היינט געוועהן א שר עשרת אלפים״
קרעדיט: יש ברירה.

א. טראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 828
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:22 pm

לכאורה און כמען זיכער וועט רודי דזליאני זיין אינעם קאבינעט וואס איז זייער גוט פארן היימישער ציבור

עס גייט זיין דאס ערשטע מאל וואס איינער פונעם פרעזידענט'ס קאבינעט האט אזויפיל קאנעקשאנס מיט די וויליאמסבורגע אידעלעך..


און אז מען רעדט שוין פונעם קאבינעט... איך מיין אז זיין קאמפיין מענעשדער קאנוועי וואלט געווען זייער א גוטע טשיף אף סטעף.

רצון טוב
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:29 pm

זיין איידעם קושנער וועט זיין אינעם קאבינעט

abeg
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 12:31 pm

קאמפיין מענעשדער קאנוועי Press secretary


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אזוי וויל איך, וויכטיג מאכער, ווישוואש, זאכליך, יואל שווארטץ און 30 געסט