טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 11, 2020 10:37 pm

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
הכל הבל האט געשריבן:לויט טראמפ האט זי נישט רעאגירט גענוג שנעל נאכן ווערן אויסגערופן און האט דעריבער געוואלט גיין צו א צווייטן אבער היא באחת ומי ישיבנה


אזוי ווי אלע מאל, ווערט מעשות פארשפרייט אומריכטיג. ״לויט טראמפ״.. טראמפ האט איר פארגעהאלטן פאר׳ן נישט פארשטעלן איר פראגע נאך צוויי ביטע׳ס. די סיבה וואס זי איז שטיל געבליבן איז געווען סימפלי ווייל א צווייטע ריפארטער (וועמענס שאנס האט שוין געהאט אפגעלאפן) האט באשלאסן פאראויס צוגיין און פרעגן נאך שאלות, הגם דער פרעזידענט האט שוין צוגעטיילט א געלעגענהייט פאר א צווייטן צו פרעגן.

עס איז קעגן די ווייסע הויז פרעסע רול׳ס, און טעקניקלי קען מען מיטן פארלעצן די רול׳ס פארלירן די פעסס. (און אזוי איז געווען מיט דזשים אקאסטאו פון CNN איאר צוריק, אדער מער, ביי יענע חוצפה׳דיגע אויפירונג).

צומאל קען דער פרעזידענט (איך מיין נישט דוקא טראמפ, כ׳רעד אלעמאל) יא לאזן אויסרעדן א ריפארטער וואס פראבירט זיין/איר לאָק צו פרעגן א פארזעצונג שאלה, שוין נאכן מכבד זיין א צווייטן, אמאל גייט עס יא און אמאל נישט. און מיט טראמפ איז עס אויך אזוי, פלענטי מאל. אין דעם פאל איז עס לאו דוקא געווען א פארזעצונג שאלה, נאר א אטאקע פריוו אויפן פרעזידענט זעלבס. בעת וואס ווי געזאגט האט שוין דער פרעזידענט געהאלטן נאכן איבערגעגעבן דאס ווארט פאר א צווייטע ריפארטער.

טראמפ האט ווי כמעט איגנארירט דעם ערשטן, געענפערט האלבוועגס און און געבעטן דעם אנדערן ריפארטער פאראויסצוגיין מיט איר שאלה. יענער איז אבער שטיל געבליבן און ווי א בהמה געלזאגט דעם ערשטן ריפארטער פאראויס גיין מיט איר אטאקע אויפן פרעזידענט. און נאך צוויי מאל בעטן האט טראמפ איר אפגעלזאגט (דעם צווייטן) און געפרעגט אויב איז פארהאן נאך איינער וואס וויל עפעס פרעגן, און מכבד געווען א דריטן פון אינגאצן אינטן. (דער ערשטער שרייט נאך יעצט..). דא האט זיך דער צווייטער ריפארטער דערמאנט אז דאס בלייבן שטיל האט זיך נישט געלוינט, האט זי פראבירט צו בעטן טראמפ, אפשר דאך לאזטו מיר פרעגן, עפעס וואס טראמפ האט צוריקגעוויזן זאגענדיג ״דו האסט געווארט צו לאנג״.

נאכדעם וואס דער דריטער איז נישט אפירגעקומען, האט טראמפ זיך באדאנקט פאר יעדעם און געגאנגען דאווענען מנחה.



אין א אנדערע קרישקעלע ביים היינטיגן קאנפערענס, אינעם סעריע פון ודע מה שתשיב..

https://www.dropbox.com/s/dr6s0t5075ymx ... 9.mp4?dl=0

איך האב עס גראדע נישט באזירט אויף וואס עס איז געווארן צושפרייט נאר עס געמאלדן גאר קורץ נאך וואס די אינצידענט האט פאסירט
די רעפארטערין וועם טראמפ האט מכבד געווען און שפעטער נישט געוואלט אויסהערן (די צווייטע) איז געוויס מער שלימזל ווי שולדיג
עס האט איר געדויערט א גאר קורצע וויילע פשוט צוצוקומען עטוואס נענטער צום מיקראפאן וועלכע די בעפאר איר האט געהאט גענוצט און ווען זי איז אהין אנגעקומען האט די ערשטע וועלכע איז נאך געווען אויף איר ארט האט באשלאסן צו שטעלן נאך א פראגע נאכן זיך כאפן אז דער פרעזידענט האט איר מעגליך געמיינט אריינגעצופליקן איבער כינע'ס שולד נאכן הער איר אזיאנע אקצענט
די צווייטע רעפארטער וועלכע איז נישט געווען גענוג קעמפעריש אדער יא גענוג ציוויל (געוואנדן פון וועלכע פערספעקטיוו מען קוקט דערויף) האט רואיג אויסגעווארט און דאן פרובירט צו שטעלן א פראגע און דאן האט דער פרעזידענט וועלכע האט געשיינט צו זיין אויפגעברויזט אויפן ערשטן רעפארטער איבערגעפארן אויך די צווייטע רעפארטער זאגנדיג אז זי האט פארפאסט איר שאנס

זעהער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:27 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך זעהער » מאנטאג מאי 11, 2020 11:43 pm

אויב מען קוקט גוט קען מען זעהן ווי די צווייטע ריפארטער וואקט ספיציעל שטייט און ס'זעהט אויס ווי זי זאגט פאר די ערשטע צוריק צו ענטפערן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » מאנטאג מאי 18, 2020 2:52 pm

אין יונואר 2019 למספרם למספרם האבן נייעס באריכטן ציטירט אנאנימע דיפלאמאטן וועלכע האבן זיך באקלאגט איבער די פרוי פון אויסערן סעקרעטאר מייק פאמפעיא ווען זי האט גערייזט מיט אים לענגאויס די מיטל מזרח אין לויף פון א טיילווייזע רעגירונג פארשליסונג

זיינע פארגייער פלעגן אויך רייזן מיט זייערע פאמיליעס אבער פרוי פאמפעיא טוט לויט קוועלער נעמען אן פיל מער דירעקטע ראלע און פאררופן און ארגאנאזירן אפיציעל מיטינגען ווי אינפארמאציע און פאליסי ווערן אויסגעטוישט און דיסקוסירט טראץ וואס עס איז נישט די שטייגער אריינצונעמען אזעלכע וועלכע פארנעמען נישט קיין אפיציעלע רעגירונגס פאזיציע

לויט א געוועזענע אבאמא נאציאנאלע זיכערהייט דעפארטמענט איינגעשטעלטע פארציילט טוען זיך די אויסלענדישע דיפלאמאטן טרעפן אין אן אומבאקוועמע פאזיציע ווען זיי פלעגן געלאדנט ווערן ו מיטינגען אנגעפירט דורך פרוי פאמפעיא טראץ וואס זי איז בכלל נישט געווען אויף זייער שטאפל און וואטלן אונטער געהעריגע אומשטענדן זיך טרעפן מיט פאמפעיא זעלבסט אבער נישט געהאט צופיל וואס צו טוהן דערוועגן

פארלאפענע זומער האבן קאנגרעס מיטגלידער אנגעהויבן אריינקוקןן אין א וויסלבלויער באקלאגעניש אז מייק פאמפעיא האט געבעטן פון דיפלאמאטישע זיכערהייט וועכטער אויסצופירן שליחות'ן פאר זיין פריוואטע באנוץ ווי אפנעמען רעסטוראנט מאלצייטן, און צוריקברענגן זיין שטוב באשעפעניש פונעם בעביסיטער

אין אקטאבער האט דער דעמאקראטישער סענאטאר באב מענענדעז גערופן פאר א ספעשל קאונסעל צו פארשן פאמפעיא'ס באנוץ פון א סטעיט דעפארטמענט פליגער און אנדערע פאנדינג גענוצט פאר זיינע אפטע רייזעס צו זיין היימסטעיט קענסאס קיין וואו ער איז געפלויגן אנגעבליך צו באטראכטן פון די נאנט זיינע מעגליכע סענאט פלענער

אין אלע אויבנדערמאנטע פעלער האט עס דער אויסערן סעקרעטאר אוועקגעמאכט און קלארגעשטעלט אז קיינע אומרעכטן זענען באגאנגען געווארן און מען קען זאגן אז ער האט סוקסעפול באוויזן אראפצושפילן די באשולדיגונגען איידער זיי שלאגן ערנסטע ווארצלען

אבער אצינד טרעפ זיך פאמפעיא און זיין שפענדינג רעקארד ווידעראמאל אונטער ספאטלייט נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג אויפגעזאגט דעם סטעיט דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל סטיוו ליניק אויפן פארלאנג פון פאמפעיא

לויט דעמאקראטישע סענאט געהילפן האט ליניק געהאלטן אינמיטן פארשן צו פאמפעיא האט גענוצט א רעגירונג געהילף פאר פריוואטע צוועקן ווי שפאצירן מיט זיין שטוב באשעפעניש, אפנעמען זיינע קליידער פון די קלינערס, און מאכן רעסטוראנט רעזערוואציעס

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן עליאט ענגל עפנט אן אויספארשונג צו דערגיין אויב דאס אויפזאגן פון ליניק איז געקומען אלץ נקמה און צו באשוצן פאמפעיא'ס קאפ
ליניק איז שוין אין זיין איצטיגע דזשאב זינט 2013 למספרם און האט בעפאר געהאלן סיניאר פאזיציעס אין אנדערע רעגירונג פליגלען ווי די יוסטיץ דעפארטמענט צוריקגייענדיג נאך צו די צייטן פון די בוש אדמיניסטראציע

אין מאי 2016 למספרם האט ער פארעפנטליכט א באריכט אין וועלכע ער טוט שארף קריטיקירן הילערי קלינטאן און איר פריוואטע אימעיל סערווער און דורכאויס די טראמפ אימפיטשמענט האט ער אויך א קלענערע ראלע

צווישן רעפובליקאנער האבן דערווייל סענאטארן גרעסלי און ראמני אויסגעדרוקט זארג מיט די אויפזאגונג פון ליניק און גרעסלי האט געזאגט אז אויף קעיטאל היל מוז מען באקומען אן אפיציעלע געשריבענע ערקלערונג דערפאר

אבער סענאטאר ראן דזשאנסאן האט געזאגט אז די ווייסע הויז האט אים יא מיטגעטיילט וואס האט געפירט דערצו און ער אז ער קען נישט זאגן אז ער איז אומאיינשטימיג מיטן באשלוס

גרעסלי האט פריער געישרט א בריוו צום פרעזידענט אין וועלכע ער בעהט א געשריבענע ערקלערונג אויף אויף די ליניק אויפזאגונג און וויל אן ענטפער ביז יוני 1 למספרם שרייבנדיג אז ער וויל ארבעטן אינאיינעם מיטן פרעזידענט צו פארזיכערן אז די פיינט איז דאס פארשווענדן שטייערצאהלער געלטער און נישט די רעגירונג וואטשדאגס וועלכע באשוצן די שטייערצאהלער געלט
אינעם בריוו דערמאנט ער אויך אז ער האט נאכנישט באקומען קיין אנטווארט אויף דאס אויפזאגן פון אינספעקטאר דזשענעראל עטקינסאן

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 18, 2020 5:03 pm

גרעסלי זאל מיך מעלדן ווען ער באקומט אן אנטווארט.

דער זשאנסאן איז א חכם, ער איז נישט אקעגן דאס אפזאגן, אבער ער קען נישט 'אויסזאגן' פארוואס.

איך האב אויך באווייז אז אבאמא איז אומשולדיג, כ'קען אבער נישט אויסזאגן וואס דאס איז....

פאליטקלי קארעקט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3050
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 07, 2014 11:36 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאליטקלי קארעקט » מאנטאג מאי 18, 2020 5:15 pm

הכל הבל האט געשריבן: פארלאפענע זומער האבן קאנגרעס מיטגלידער אנגעהויבן אריינקוקןן אין א וויסלבלויער באקלאגעניש אז מייק פאמפעיא האט געבעטן פון דיפלאמאטישע זיכערהייט וועכטער אויסצופירן שליחות'ן פאר זיין פריוואטע באנוץ ווי אפנעמען רעסטוראנט מאלצייטן, און צוריקברענגן זיין שטוב באשעפעניש פונעם בעביסיטער

אין אקטאבער האט דער דעמאקראטישער סענאטאר באב מענענדעז גערופן פאר א ספעשל קאונסעל צו פארשן פאמפעיא'ס באנוץ פון א סטעיט דעפארטמענט פליגער און אנדערע פאנדינג גענוצט פאר זיינע אפטע רייזעס צו זיין היימסטעיט קענסאס קיין וואו ער איז געפלויגן אנגעבליך צו באטראכטן פון די נאנט זיינע מעגליכע סענאט פלענער

אין אלע אויבנדערמאנטע פעלער האט עס דער אויסערן סעקרעטאר אוועקגעמאכט און קלארגעשטעלט אז קיינע אומרעכטן זענען באגאנגען געווארן און מען קען זאגן אז ער האט סוקסעפול באוויזן אראפצושפילן די באשולדיגונגען איידער זיי שלאגן ערנסטע ווארצלען

אבער אצינד טרעפ זיך פאמפעיא און זיין שפענדינג רעקארד ווידעראמאל אונטער ספאטלייט נאך וואס פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג אויפגעזאגט דעם סטעיט דעפארטמענט אינספעקטאר דזשענעראל סטיוו ליניק אויפן פארלאנג פון פאמפעיא

לויט דעמאקראטישע סענאט געהילפן האט ליניק געהאלטן אינמיטן פארשן צו פאמפעיא האט גענוצט א רעגירונג געהילף פאר פריוואטע צוועקן ווי שפאצירן מיט זיין שטוב באשעפעניש, אפנעמען זיינע קליידער פון די קלינערס, און מאכן רעסטוראנט רעזערוואציעס

דעמאקראטישע קאנגרעסמאן עליאט ענגל עפנט אן אויספארשונג צו דערגיין אויב דאס אויפזאגן פון ליניק איז געקומען אלץ נקמה און צו באשוצן פאמפעיא'ס קאפ
ליניק איז שוין אין זיין איצטיגע דזשאב זינט 2013 למספרם און האט בעפאר געהאלן סיניאר פאזיציעס אין אנדערע רעגירונג פליגלען ווי די יוסטיץ דעפארטמענט צוריקגייענדיג נאך צו די צייטן פון די בוש אדמיניסטראציע


שיינע באריכט!

ווי עס ווערט יעצט באריכט האט 'ליניק' אויך געפארשט צו 'פאמפעיאו' האט פארקויפט וואפן פאר סאודי אראביע קעגן דעם ווילן פון קאנגרעס.

אגב איז דער 'ליניק' געווען שטארק גענייגט צו טראמפ דורכאויס די אימפיטשמענט פראסעס, ער האט דאן איבערגעגבן א פעקל פון דזשילאני'ס קאנספיערעסיס פאר קאנגרעס.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 859
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך ggg » מאנטאג מאי 18, 2020 5:57 pm

וואס איז די אויפרייס פונעם ירים הודו?
צוגעלייגטע
Capture3.PNG
Capture3.PNG (76.34 KiB) געזעהן 963 מאל

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מאנטאג מאי 18, 2020 6:03 pm

קאראנע גייט שוין אוועק, האט ער צייט זיך צו דערמאנען פון אימפיטשמענט..

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 19, 2020 10:37 am

קוועלער באריכטן אז עס קומט א שטיקעלע אויפשאקלונג אינערהאלב די אדמינסטראציע און מען שפעקולירט אויב עס איז צוליב די דעפארטמענטס שריט צו באשוצן פלין און סטאון
טים שיע איז א געוועזענע סיניאר ראטגעבער צו אטוירני דזשענעראל באר און איז געשטעלט געווארן אלץ די סאמע הויפט פראקוראר פאר די דיסטריקט אויף קאלאמביע וועלכע האט אים באפולמעכטיגט צו האבן איבערזיכט איבער די מערסט סענסיטיווע פאליטיש פארבונדעטע קעיסעס און ער איז געווען דער וועלכע האט אפגעווארפן די פארלאנג פון פראקורארן אויף די סטאון קעיס צו פארלאנגןען א לאנגע טורמע טערמין און ער איז אויך געווען דער וועלכע האט געבעטן פונעם ריכטער לויז צו ווערן פון די פלין קעיס
שיע גייט געשטעלט ווערן אנצופירן מיט די דראג ענפארסמענט אגענטור און אויף זיין ארט גייט געשטעלט ווערן דזשאסטין הערדמאן וועלכע איז איצט א יו עס אטוירני אין קליוולאנד
די איצטיגע דראג ענפארסמענט אגענטור אדמיניסטראטאר אטעם דהילאן גייט זיך אין א זייט רוקן פאר שיע און אנשטאט באקומען א סיניאר פאזיציע אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט
די גאנצע קנין חליפין איז נאכנישט אפציעלע געמאלדן געווארן אבער מען ערווארט אן אפיציעל מעלדוג אינגיכן

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג מאי 19, 2020 5:18 pm

פרעזידענט טראמפ האט געהאט נאמינירט טשאק קענטערבארי אנצופירן מיט די אלקאהאל און טאבעקא און געווער אגענטור אינערהאלב די יוסטיץ דעפארטמענט אבער יענער האט זיך ארויסגעשטעלט צו מאנגלען אין שטיצע פון רעפובליקאנע סענאטארן צוליב זיינע פרא גאן קאנטראל סטעיטמענטס און עס האט פארהאנקערט זיין נאמינאציע פאר א לענגערע צייט
איצט האט פרעזידענט טראמפ צוריקגעצויגן פון די נאמינאציע

הכל הבל
ק.נ.א. וואשינגטאן קארעספאנדענט
תגובות: 9966
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:22 pm

טראמפ זאגט אז ביי טייל פון זיין באזוך אין די פארד פלענט האט ער געטראגן א מאסקע אבער ערקלערנדיג פארוואס שפעטער ביים באגעגענען די מידיא האט ער עס מער נישט געהאט איז ווייל ער וויל נישט באפרידיגן די רייץ פון די פרעסע אים צו זעהן דערמיט

וויל נישט
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 11:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וויל נישט » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:57 pm

.
צוגעלייגטע
Capture6.PNG
Capture6.PNG (68.47 KiB) געזעהן 444 מאל

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דאנארשטאג מאי 21, 2020 4:58 pm

חצף מחוצף וואס ער איז... :lol:
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 12:57 am

פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן א פרישע געפעכט מיט טוויטער, עס גייט פייער!

אנגעהויבן האט זיך עס ווען טראמפ האט ארויסגעשיקט א טוויט אינדערפרי אפרעדנדיג זיך אויף די מעיל-אין בעלאטס אין קאליפארניע, זאגנדיג אז דאס פירט צו אסאך פראוד וכולהו וכולהו.

איז געגאנגען טוויטער - וואס איז אפציעל [אמאל געווען] אן אינדעפענדענט סאושעל (דיסטענסד...) פלאטפארמע - און האבן צוגעלייגט א "פעקט טשעקער" פלעג אויף די טוויט, מיט א לינק צו אזויגערופענע פעקט טשעקערס וואס זאגן אז די "פאקט" איז אז מעיל אין בעלאטס פירט נישט צו פראוד, פארשטייט זיך אז די א.ג. פעקט טשעקערס צו וואו די טוויטער לינק פירט איז סי-ען-ען און וואשינגטאן פאוסט.

b7f5de672efe4be2887745668d788dbe_1590554008104.jpg
b7f5de672efe4be2887745668d788dbe_1590554008104.jpg (60.61 KiB) געזעהן 193 מאל


דערויף האט טראמפ שארף רעאגירט זאגנדיג אז טוויטער מישט זיך יעצט אין די 2020 עלעקשען, און זיי ערלויבן נישט פרייע ספיעטש, אויספירענדיג אז ער אלץ פרעזידענט וועט עס נישט צולאזן.

36dc24a891d14463a5716fb6f289881d_1590554930787.jpg
36dc24a891d14463a5716fb6f289881d_1590554930787.jpg (146.72 KiB) געזעהן 193 מאל


די טראמפ קאמפיין האט אויך ארויסגעגעבן א סטעיטמענט.
צוגעלייגטע
4114c6ff81ba49f0a21c10780215a0ba_1590553952232.jpg
4114c6ff81ba49f0a21c10780215a0ba_1590553952232.jpg (67.21 KiB) געזעהן 193 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:12 am

סענעטאר און געוועזענער פרעזידענט קאנדידאט מארקא רוביא נעמט זיך אויך אהן פארן פרעזידענט.

e278e38f1856475e8c3b4898b7863cdc_1590553961901.jpg
e278e38f1856475e8c3b4898b7863cdc_1590553961901.jpg (153.99 KiB) געזעהן 180 מאל



אנדערע ווייזן צו אז טוויטער איז בשעת טוויטער איז געווען פארנומען ארויפצולייגן די פלעג, האט "היינט" די יוסטיץ דעפארטמענט געפיילט קלאגעס אנטקעגן איינעם וואס האט שוין פאקטיש אדורכגעפירט פראוד צוחיב די קאראנאוויירוס מעיל אין בעלאט.

https://townhall.com/tipsheet/bethbauma ... d-n2569500

https://www.justice.gov/usao-ndwv/pr/pe ... tion-fraud
צוגעלייגטע
Screenshot_20200527-010410~2.png
Screenshot_20200527-010410~2.png (252.99 KiB) געזעהן 180 מאל
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:17 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, אין קאליפארניע ארגעאן אדער וואשינגטאן געדענקען מיר נישט אז מ'זאל רעדן וועגן געשווינדעלט מעיל בעלאטס, דער וועם איך געדענק יא אז ער האט געשווינדעלט מעיל בעלאטס, איז גראדע געווען א *רעפובליקאנער* פון נ.ק. ...

נו, זעהסט דאך אבער יא אז ס'קומען פאר מאסיווע שווינדלערייען דורך די מעיל אין בעלאטס, סוי מיט וואספארא רעכט האט טוויטער צוגעלייגט די אזויגערופענע "פעקט טשעקער" ???
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 1:18 am

היפאקאריט וואס ער איז...

ווער נעמט אוועק די פרידאם פון ספיטש?
זיין לאזן אים שרייבן, אבער אלס בעלי בתים האבן זיי די פולסטע רעכט צו ווייזן אז דאס איז נישט אמת..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:18 am

און ווער איז דער טוויטער עמפלויער וואס באשליסט וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 1:21 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, אין קאליפארניע ארגעאן אדער וואשינגטאן געדענקען מיר נישט אז מ'זאל רעדן וועגן געשווינדעלט מעיל בעלאטס, דער וועם איך געדענק יא אז ער האט געשווינדעלט מעיל בעלאטס, איז גראדע געווען א *רעפובליקאנער* פון נ.ק. ...

נו, זעהסט דאך אבער יא אז ס'קומען פאר מאסיווע שווינדלערייען דורך די מעיל אין בעלאטס, סוי מיט וואספארא רעכט האט טוויטער צוגעלייגט די אזויגערופענע "פעקט טשעקער" ???

ווייל דאס אז "מעיל בעלאטס" בכלליות ברענגט פראוד, איז א גראבע ליגנט, ס'דא סטעיטס וואס נוצן די סיסטעם אלס זייער וואטינג סיסטעם, און ס'פעלט זיי גארנישט, און היי יאר האבן אפילו רעפובליקאנער גאווערנערס עס גענוצט סוקסעספול, מ'דארף נאר וועלן. און טראמפ ווייסט זייער גוט ווי ער שטייט אויב מ'לאזט עמטליך וואטן מיט מעיל בעלאטס..

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:22 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:היפאקאריט וואס ער איז...

ווער נעמט אוועק די פרידאם פון ספיטש?
זיין לאזן אים שרייבן, אבער אלס בעלי בתים האבן זיי די פולסטע רעכט צו ווייזן אז דאס איז נישט אמת..

איז דאס טאקע נישט אמת?? האסט דאך אליינס געברענגט א ראי' פון נארט קאראליינע, און דאס איז נאר איין מעשה ווי מ'האט עס געכאפט, וויפיל האט מען נישט געכאפט?

און ניין אלץ פובליק פלאטפארם קענען זיי נישט באשלוסן וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט.

אויב סי-ען-ען וועט טוויטן א סטארי וואס וועט זיך שפעטער ארויסשטעלן אלץ פעיק-ניוז גייען זיי דאס אויך פעקט טשעקען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:23 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:אגב, אין קאליפארניע ארגעאן אדער וואשינגטאן געדענקען מיר נישט אז מ'זאל רעדן וועגן געשווינדעלט מעיל בעלאטס, דער וועם איך געדענק יא אז ער האט געשווינדעלט מעיל בעלאטס, איז גראדע געווען א *רעפובליקאנער* פון נ.ק. ...

נו, זעהסט דאך אבער יא אז ס'קומען פאר מאסיווע שווינדלערייען דורך די מעיל אין בעלאטס, סוי מיט וואספארא רעכט האט טוויטער צוגעלייגט די אזויגערופענע "פעקט טשעקער" ???

ווייל דאס אז "מעיל בעלאטס" בכלליות ברענגט פראוד, איז א גראבע ליגנט, ס'דא סטעיטס וואס נוצן די סיסטעם אלס זייער וואטינג סיסטעם, און ס'פעלט זיי גארנישט, און היי יאר האבן אפילו רעפובליקאנער גאווערנערס עס גענוצט סוקסעספול, מ'דארף נאר וועלן. און טראמפ ווייסט זייער גוט ווי ער שטייט אויב מ'לאזט עמטליך וואטן מיט מעיל בעלאטס..

נאכאמאל ווער איז דער וואס האט באשלאסן אז דאס איז א גראבע ליגענט?

צו מיר מאכט זייער אסאך סענס אז מעיל אין בעלאטס טריגערט פראוד.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:26 am

האלסט טאקע אז אויב יעדער וועט קענען שטימען מעיל אין, וועלן נישט אונזערע היימישע ארגעניזאציעס ארגאניזירן וואלונטירן ארומצוגיין צו הייזער און "העלפן" מענטשן אויספילן די בעלאטס?
לעצט פאראכטן דורך פאראינטערסירט אום מיטוואך מאי 27, 2020 1:26 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 1:26 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווער איז דער טוויטער עמפלויער וואס באשליסט וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט?

אלס ליבערטעריען מעג לענ"ד די בעלי בתים (אדער אין וועמענס הענט זיי געבן עס איבער) באשליסן וואס ער האלט איז ליגענט, אפילו אויב יעדער ווייסט ס'איז אמת. ווילאנג ס'טוט נישט שעדיגן די נאציאנאלע זיכערהייט פונעם לאנד, אדער עני individual.

וואס טוט זיך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך וואס טוט זיך » מיטוואך מאי 27, 2020 1:28 am

פאראינטערסירט האט געשריבן:האלסט טאקע אז אויב יעדער וועט קענען שטימען מעיל אין, וועלן נישט אונזערע היימישע ארגעניזאציעס ארגאניזירן וואלונטירן ארומצוגיין צו הייזער און "העלפן" מענטשן אויספילן די בעלאטס?

אסאך סטעיטס נוצן עס, און ס'פעלט זיי גארנישט.
אויב מ'קען מאכן די צענזוס אזוי קען מען דאס אויך.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:32 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
פאראינטערסירט האט געשריבן:און ווער איז דער טוויטער עמפלויער וואס באשליסט וואס ס'איז יא אמת און וואס נישט?

אלס ליבערטעריען מעג לענ"ד די בעלי בתים (אדער אין וועמענס הענט זיי געבן עס איבער) באשליסן וואס ער האלט איז ליגענט, אפילו אויב יעדער ווייסט ס'איז אמת. ווילאנג ס'טוט נישט שעדיגן די נאציאנאלע זיכערהייט פונעם לאנד, אדער עני individual.

ביזט מיילן ווייט פון א ריכטיגע ליבערטעריען.

די א.ג. ליבערטעריענס האלטן אז עס דארף זיין טאטאלע פרידאם אוו ספיטש, אפי' העיט ספיטש דארף ווען זיין ערלויבט.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/Civil_l ... assaro1991
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4086
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

Re: טראמפ אדמיניסטראציע - נייעס און נאטיצן

תגובהדורך פאראינטערסירט » מיטוואך מאי 27, 2020 1:37 am

אגב פארוואס האט טוויטער נישט אויסגעמעקט כומעיני'ס טוויטער אקאונט ווען ער האט די וואך עפנטליך אויף טוויטער ענקארידזשד טעראריזם? ווי איז יענע טוויטער עמפלויאי געווען?
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט